נייער פילם: דער פּויפּסט שמועסט מיט יוגנטליכע

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל

נייער פילם: דער פּויפּסט שמועסט מיט יוגנטליכע

שליחה דורך תוהו ובוהו »

א פאסצינירנדע דאקאמענטארי איז ארויס יעצט אויף דיסני+ גערופן "דער פויפסט: ענטפערס", וואו דער יעצטיגער פויפסט פראנציסקוס טרעפט זיך מיט צען יוגנטליכע פון ארום דער וועלט, אטעאיסטן און גלויביגע, קאנסערוואטיוון און ליבעראלן, צו ענטפערן סיי וועלכע פראגעס און טענות איבער אים און דער קאטוילישער קירכע.

צווישן די קאנטראווערסיאלע טעמעס וועלכע ווערן אדרעסירט זענען אבארשאן, פעדאפיליע אין דער קירכע, געי רייטס, געשלעכט, און נאך פיל.

אויף אסאך פון די נושאים איז גאר אינטערעסאנט צו הערן דעם רעליגיעזן-ליבעראלן קוק-ווינקל פונעם פויפסט, וואס איז נוגע אין אלגעמיין פאר רעליגיעזע פראגראסיוון.

דער פילם איז אין ספאניש, דא האט איר מיט סאבטייטלס אין עברית.

העמיר ווארטן מיט געדולד אויפ'ן דאקאמענטארי וואו חרד'ישע מנהיגים וועלן פרובירן געבן ענטפערס; Release Date: Not before May 5, 2083.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר