berlbalaguleh האט געשריבן:סמבטיון: כמו שאמרתי. אז די הויפט שולדיגע דא זענען די שומרים אוו פלעטבוש. די פרוי איז אויך שולדיג. נאר מ'קען זי נישט בלעימען אז זי איז געווארן היסטעריש. די שומרים דארפן אבער צו זיין פראפעשאנאלס. און אויב ס'איז (לעגאל) שייך זיי צו סוען. דארף מען דאס טון. למען ישמעו ויראו. אז כאטשיג ס'איז טאקע 2023. אבער די וועלט איז נאכנישט אינגאנצן הפקר. און מ'קען ארויסווארפן באשולדיגונגען און ארעסטירן א מענטש על לא עוול בכפו...!
וכמו שכתבתי, הלוואי דער אינגערמאן נעמט אן אדוואקאט און קלאגט דעם פרוי, מיט די שומרים פאר לייבל.
אבער דאס נעמט נישט אוועק דעם שולד פון דעם אינגערמאן גופא, פאר קריעטן דעם פראבלעם מיט'ן זיין עקסטרע פרום! ווען די גמ' רעכענט אויס די סיבות וואס האט צוגעברענגט צום חורבן בית שני, רעכענט די גמ' אויס נאך סיבות חוץ קמצא ובר קמצא, דאס פרומקייט פון זכרי' בן אבקילוס איז געווען א חלק פונעם חורבן און דאס ברויך זיין א הוראה לדורות פאר'ן ציבור און פאר'ן יחיד.