בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?שערי יושר האט געשריבן:ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

אגב, לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ, זאגט די רמב"ם די זאך פון נתפשט בכל ישראל נאר אויף ביזן חתימת התלמוד, נאכדעם איז שוין נישטא דעם כוח.
למשל אויב וואלט היינט נתפשט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל אז ס'איז אסור פאר פרויען צו דרייוון, וואלט דאס טאקע געווארן א געהעריגע איסור? ממש א חלק פון די תורה?
@מי אני קלאר אויס ביטע.
למשל אויב וואלט היינט נתפשט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל אז ס'איז אסור פאר פרויען צו דרייוון, וואלט דאס טאקע געווארן א געהעריגע איסור? ממש א חלק פון די תורה?
@מי אני קלאר אויס ביטע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
בדרך כלל איז גוט מבחין זיין צווישן רעפארמער מיט קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן. רעפארמער זענען נישט געקומען לערנען פשט און די תורה אויף אן אנדערען אויפן. זיי זענען ענדערש געקומען באשאפן א נייע רעליגיע כאילו, לויט זייער פראקטישע קארענט פארשטאנד. זיי זענען לכתחילה גרייט צו מבטל זיין חלקים פון די תורה, פארשטייט זיך מיט א שיינע הסבר, אבער דאך נישט בעיון און שקלא וטריא פון תורה גופא.שמן למאור האט געשריבן:בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?שערי יושר האט געשריבן:ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
משא"כ, קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן מער ווייניגער לערנען אפ פשט אין די תורה, און לויט דעם אדזשאסטן זיי כפי העולה על רוחם. אויב אזוי קען רעפארם ובדומה להם, וואס בויען לכתחילה נישט אויף תורה נאר אויף קאלטור, נישט אריין גענומען ווערען און די באסיס פון שומרי תורה זיך צו רעכענען דערמיט פאר אנדערע שומרי תורה וואס זענען מעיין ווי אזוי צו זיין שומרי תורה.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
שמן למאור האט געשריבן: די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל.
מיינסט צי זאגן אז אונז גלייבן אז עס איז די אמת. די זעלבע גלייבן מיר אז ארטאדאקסיע איז די אמת
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
איך וואלט געוואלט זעהן די אלע וואס זעהן נישט קיין איסור זאלען גיין אויף 13טע עוועניו אדער אין מאה שערים שבת נאכמיטאג אין רעדען אויפען כלי (א פליפ פארשטייט זיך...) אדער זענען נאר חכמים דא אינטער באהאלטענע ניקים אין שפילען קיל מיט זייער טיפזיניקע חכמה,זאלען זיי ביים שבת טיש זאגען קינדערלעך נעמטס ארויס די פאונס עס איז נישטא קיין שום פראבלעם אין לעבעדיק ווילאנג זיי טהון דאס נישט איז עס בעבי טאלק (מיינסט איך בין א פאנאטישע יוד) שוין גענוג...שערי יושר האט געשריבן:ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז נישט משמע אזוי דארט אין הל' ממרים. ובפרט וואו, כאמור, זאגט דאס דער רמב"ם אויך אינעם הקדמה למשנה תורה לגבי סמכות התלמוד, וואס איז דאך געווען לאחר החורבן.קהל'ס נער האט געשריבן:קביעת הלכה קען נאר בית דין הגדול שבירושלים טיען בזמן שבית המקדש היה קיים, זייט דעמאלט איז נישטא אזא זאך ווי קביעת הלכה (הלכה'דיג גערעדט).
די שאלה דא איז לגבי איינער וואס סאָבּמיט שוין מעיקרא צום אטאריטעט (און געביידע) פון הלכה. די שאלה איז צי דאס וואס די דין פרטי איז נתפשט געווארן בכל ישראל לאחר דיון של הפוסקים והַהַלָכיסטס אז דאס איז די דין, איז דאס אים מחייב מכח הלכה צו וועלכע ער סאָבּמיט שוין בכלליות, ווען ער האלט אנדערש אין דעם הלכה פרטי מכח סברא בהדיונים שדנו עליו? לפי הרמב"ם איז דאס אז עס איז נתפשט געווארן בכל ישראל א פאקטאר וואס מאכט דאס טאקע אלס "הלכה".שערי יושר האט געשריבן:ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו דאס וואס דר. משה הלברטל שרייבט לגבי דעם צי דער רמב"ם האט געהאלטן אז זיין משנה תורה איז א רעפּרעזענטאציע וליקוט פון הלכה, אדער אז עס איז די הלכה:שמן למאור האט געשריבן:אגב, לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ, זאגט די רמב"ם די זאך פון נתפשט בכל ישראל נאר אויף ביזן חתימת התלמוד, נאכדעם איז שוין נישטא דעם כוח.
למשל אויב וואלט היינט נתפשט געווארן ביי גאנץ כלל ישראל אז ס'איז אסור פאר פרויען צו דרייוון, וואלט דאס טאקע געווארן א געהעריגע איסור? ממש א חלק פון די תורה?
@מי אני קלאר אויס ביטע.
If Maimonides in fact believed that his rulings in Mishneh Torah constituted halakhah itself and that his book had canonical status in the same sense as did the Mishnah and the Talmud, we may reasonably ask what he thought to be the source of his book’s authority. The question would not concern us if Maimonides believed Mishneh Torah simply to be a representation and summary of the halakhah — i.e., on the moderate reading — for its authority would then derive from its accomplished review and presentation of earlier authoritative sources. But if Mishneh Torah is halakhah itself - the radical reading — what is the source of its authority and what transforms it from a magnificent representation of the law into a binding, canonical text?
Maimonides appears to answer this question by again constructing halakhic history and folding into his concept of Talmudic authority. The premise that the Talmud is binding because it spread to and was accepted by all Israel lays the groundwork for the possibility of Mishneh Torah being transformed into a binding halakhic book in the event it, too, is accepted by all Israel. Maimonides’ claim, at the end of the introduction, that Mishneh Torah will ultimately obviate all other halakhic literature and that all Israel will learn halakhah from it is thus not merely an aspiration related to the awesome quality of the treatise; it is also, in effect, the basis for its future canonical status: when Mishneh Torah spreads to and is accepted by all Israel, it will become canonical in the same way as the Talmud itself. Maimonides’ concept of the Talmud’s distinctive authority and its integration into the historical narrative he spins thus serves a dual purpose in the introduction. It frees Maimonides from allegiance to geonic halakhah, which did not gain acceptance by all Israel, and it implants in halakhic history the conceptual framework that will allow for Mishneh Torah’s future authoritativeness as a canonical halakhic text
לגבי פרויען דרייוון וכדומה, ווענדט זיך דאס צי ס'איז מכח גזירה אדער טעו בדין. אויב איז עס מכח גזירה ונתפשט דעמאלטס יא, און אויב איז עס אלס דין ונתפשט דאן גייט אָן דעם ביטול ע"י בי"ד הגדול מהם בחכמה ובמנין. אבער גוד לאָק אז דאס זאל נתפשט ווערן...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא. איך האב פארשטאנען אז די קאנסארוואטיוון זענען מער לינק ווי די רעפארמער.וואלווי האט געשריבן:בדרך כלל איז גוט מבחין זיין צווישן רעפארמער מיט קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן. רעפארמער זענען נישט געקומען לערנען פשט און די תורה אויף אן אנדערען אויפן. זיי זענען ענדערש געקומען באשאפן א נייע רעליגיע כאילו, לויט זייער פראקטישע קארענט פארשטאנד. זיי זענען לכתחילה גרייט צו מבטל זיין חלקים פון די תורה, פארשטייט זיך מיט א שיינע הסבר, אבער דאך נישט בעיון און שקלא וטריא פון תורה גופא.שמן למאור האט געשריבן:בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?שערי יושר האט געשריבן:ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
משא"כ, קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן מער ווייניגער לערנען אפ פשט אין די תורה, און לויט דעם אדזשאסטן זיי כפי העולה על רוחם. אויב אזוי קען רעפארם ובדומה להם, וואס בויען לכתחילה נישט אויף תורה נאר אויף קאלטור, נישט אריין גענומען ווערען און די באסיס פון שומרי תורה זיך צו רעכענען דערמיט פאר אנדערע שומרי תורה וואס זענען מעיין ווי אזוי צו זיין שומרי תורה.
אבער בכל זאת, די רעפארמער האבן אויך סיבות פארוואס געוויסע זאכן גייען מער נישט אן. פונקט ווי דער רבנים האבן געקענט אפמאכן אז שופר בלאזן גייט מער נישט אן שבת ווייל אפשר וועט זיין עפעס אן עם הארץ וואס וועט עובר זיין אויף הוצאה, און זיי האבן אויך געקענט אפמאכן אז א טאטע האט שוין מער נישט קיין רעכט צו פארקויפן זיין טאכטער פאר א דינסט, א.א.וו. קענען די היינטיגע רעפארם רבנים אפשר אויך אפמאכן אז געוויסע מצוות זענען שוין נישט נוגע מער, ווייל כהיום איז עס שוין מער נישט פאסיג.
מען דארף נישט קיין גרויסע שקלא וטריא'ס, מען דארף בלויז איין דעטאל און אויב האט מען דאס קענען שוין די רבנים טון וואס זיי ווילן. און דאס איז דעם תורה לאו בשמים הוא! דעם 'לא תסיר.. ימין ושמאל', דעם 'על פי הדבר אשר יוריך'... פשוט די תורה איז אין זייער הענט צו אפמאכן וואס די תורה און באשעפער וואלטן געוואלט היינטיגע צייטן פון אונז. איינמאל מען האט דאס, איז מען שוין מסודר.. ארטאדאקסן און רעפארמער צוגלייך...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אונזער גלייבן אז אידישקייט איז אמת איז געבויט אויף סברות.. (קענסט כאפן א בליק אין די העמק דבר פארום)שערי יושר האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן: די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל.
מיינסט צי זאגן אז אונז גלייבן אז עס איז די אמת. די זעלבע גלייבן מיר אז ארטאדאקסיע איז די אמת
צי ארטאדאקסיע איז אמת טוען מיר איצטער אדורך...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
@מי אני שכח פארן שיין ענטפערן. איך וויל ווייטער פרעגן אזוי.
1) פון וואו נעמט זיך דאס 'התחייבות' צו פאלגן עפעס וואס איז נתפשט געווארן? אין וועלכע פון די תרי"ג מצוות גייט עס אריין? פארוואס עפעס מוז מען עס פאלגן?
2) אויב עפעס ווערט נתפשט מחמת גזירה, לאמיר זאגן אז די איסור פון נעמען 2 ווייבער איז נתפשט ביי גאנץ כלל ישראל. (כ'קען נישט די מציאות הדברים, דאכצעך אז ביי די ספרדים איז עס נישט אנגענומען) גייט איינער און פייפט זיך אויס און נעמט יא צוויי פרויען, גייט אים די באשעפער לייגן אין גיהנם אחר מאה ועשרים פארן עובר זיין אויף 'הלכה'? די באשעפער הייצט אן דעם גיהנם לויט וואס עס ווערט נתפשט, אפילו עס האט מיט די תרי"ג מצוות גארנישט איינגעלייגט?
3) ביטע קלאר אויס פארוואס די מאכט ליגט ביי די ארטאדאקסן ווי איידער ביי די קאנסארוואטיוון אדער רעפארמער? אפשר ווי לאנג עס איז נישט נתפשט ביי זיי אויך הייסט עס נאכנישט קיין התפשטות?
די פערטע קשיא איז.. (געדרייט מיטן גראבן פינגער..) שבכל הלילות...

- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.שמן למאור האט געשריבן:אינטערסאנט וואס דו שרייבסט דא. איך האב פארשטאנען אז די קאנסארוואטיוון זענען מער לינק ווי די רעפארמער.וואלווי האט געשריבן:בדרך כלל איז גוט מבחין זיין צווישן רעפארמער מיט קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן. רעפארמער זענען נישט געקומען לערנען פשט און די תורה אויף אן אנדערען אויפן. זיי זענען ענדערש געקומען באשאפן א נייע רעליגיע כאילו, לויט זייער פראקטישע קארענט פארשטאנד. זיי זענען לכתחילה גרייט צו מבטל זיין חלקים פון די תורה, פארשטייט זיך מיט א שיינע הסבר, אבער דאך נישט בעיון און שקלא וטריא פון תורה גופא.שמן למאור האט געשריבן:בכלל נישט, די אידישע רעליגיע איז דיר מחייב ווייל ס'איז אמת. פינטל. שטעלט זיך יעצט די שאלה, וועלכע שטרוים פון אידישקייט איז טאקע די ריכטיגע? פונקט ווי אונזערע רבנים מעגן עוקר זיין שופר בלאזן בר"ה שחל בשבת וכדומה, וכיוון שנתפשט בכל ישראל, זאגט מי אני אז דאס ווערט די תורה, אפילו ס'דא געוויסע וואס פירן זיך נישט אזוי. איז לפי זה, מעגן די רעפארמער רבנים אויך אפשר זאגן וואס די תורה וויל היינט? און היות זיי זענען די רוב, זענען זיי אפשר די מכריע?שערי יושר האט געשריבן:ווייל איך בין געבוירען געווארן צי א אידישע פאמיליע איז מיך די אידישע רעליגיע איז מיך די אידישע רעליגיע מחייב?
משא"כ, קאנסערוואטיוו און ארטאדאקסן מער ווייניגער לערנען אפ פשט אין די תורה, און לויט דעם אדזשאסטן זיי כפי העולה על רוחם. אויב אזוי קען רעפארם ובדומה להם, וואס בויען לכתחילה נישט אויף תורה נאר אויף קאלטור, נישט אריין גענומען ווערען און די באסיס פון שומרי תורה זיך צו רעכענען דערמיט פאר אנדערע שומרי תורה וואס זענען מעיין ווי אזוי צו זיין שומרי תורה.
אבער בכל זאת, די רעפארמער האבן אויך סיבות פארוואס געוויסע זאכן גייען מער נישט אן. פונקט ווי דער רבנים האבן געקענט אפמאכן אז שופר בלאזן גייט מער נישט אן שבת ווייל אפשר וועט זיין עפעס אן עם הארץ וואס וועט עובר זיין אויף הוצאה, און זיי האבן אויך געקענט אפמאכן אז א טאטע האט שוין מער נישט קיין רעכט צו פארקויפן זיין טאכטער פאר א דינסט, א.א.וו. קענען די היינטיגע רעפארם רבנים אפשר אויך אפמאכן אז געוויסע מצוות זענען שוין נישט נוגע מער, ווייל כהיום איז עס שוין מער נישט פאסיג.
מען דארף נישט קיין גרויסע שקלא וטריא'ס, מען דארף בלויז איין דעטאל און אויב האט מען דאס קענען שוין די רבנים טון וואס זיי ווילן. און דאס איז דעם תורה לאו בשמים הוא! דעם 'לא תסיר.. ימין ושמאל', דעם 'על פי הדבר אשר יוריך'... פשוט די תורה איז אין זייער הענט צו אפמאכן וואס די תורה און באשעפער וואלטן געוואלט היינטיגע צייטן פון אונז. איינמאל מען האט דאס, איז מען שוין מסודר.. ארטאדאקסן און רעפארמער צוגלייך...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ווי איך האב טאקע געשריבן אין די תגובה איך האב צוגעלינקט צו, גלייב איך אז דאס איז אקסיאמאטיק מכח דאס געדאנק פון "געזעץ". עס איז ל"ד א "אידישע" געדאנק, ווי איידער א "לעגאלע" געדאנק. כנלענ"ד.שמן למאור האט געשריבן:1) פון וואו נעמט זיך דאס 'התחייבות' צו פאלגן עפעס וואס איז נתפשט געווארן? אין וועלכע פון די תרי"ג מצוות גייט עס אריין? פארוואס עפעס מוז מען עס פאלגן?
פרעגסט אויב עפעס איז נקבע להלכה און מ'איז עובר דערויף צי ג-ט וועט "ווערן בכעס" און "וועט שטראפן"?שמן למאור האט געשריבן:2) אויב עפעס ווערט נתפשט מחמת גזירה, לאמיר זאגן אז די איסור פון נעמען 2 ווייבער איז נתפשט ביי גאנץ כלל ישראל. (כ'קען נישט די מציאות הדברים, דאכצעך אז ביי די ספרדים איז עס נישט אנגענומען) גייט איינער און פייפט זיך אויס און נעמט יא צוויי פרויען, גייט אים די באשעפער לייגן אין גיהנם אחר מאה ועשרים פארן עובר זיין אויף 'הלכה'? די באשעפער הייצט אן דעם גיהנם לויט וואס עס ווערט נתפשט, אפילו עס האט מיט די תרי"ג מצוות גארנישט איינגעלייגט?
דאס אלעס איז דאך בעצם אליבא דהרמב"ם. און דעם רמב"ם'ס קאנסעפּשאן פון "שכר ועונש" בהאי עלמא האב איך דורכגעטוהן אין וועקער 19, ושכר ועונש בעלמא דאתי במשנתו האב איך סאָבּמיטעד צום נעקסטן וועקער. (בקיצור נמרץ, דאס זעלבע יא עונש אדער נישט עונש וואס דו באקומסט פאר'ן עובר זיין אויף "געהעריגע" הלכות, באקומסטו אויף דעם אויך. ודי בזה לע"ע.)
איך גלייב אז דאס קען אָנרירן אויף א פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן. מיינענדיג, רעפארמער באטראכטן די גאנצע געביידע און סיסטעם פון "הלכה" אלס נאַן-בּיינדינג. יעצט, איה"נ אז לגבי פרטי דינים והלכות בתוך "הלכה ודת" גופא, איז דאס וואס איז קובע צי עס איז הלכה, ענגדילטיג הסכמת הקהל והפשטתה בתוכה. אבער עס פאַלויט נישט פון דעם אז דאס זעלבע איז לגבי אפווארפן די גאנצע געביידע פון הלכה בכלל אז עס איז נאַן-בּיינדינג, אז טאמער איז דאס הסכמת הכלל איז דאס טאקע אזוי. דאס איז א פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן.שמן למאור האט געשריבן:3) ביטע קלאר אויס פארוואס די מאכט ליגט ביי די ארטאדאקסן ווי איידער ביי די קאנסארוואטיוון אדער רעפארמער? אפשר ווי לאנג עס איז נישט נתפשט ביי זיי אויך הייסט עס נאכנישט קיין התפשטות?
לגבי קאנסערוואטיווע אידישקייט דארף מען דאס טאקע דורכטוהן. זיי גייען מיט א היסטארישע-קריטישע עפרויטש צו "הלכה", און נעמען נישט אָן (געהעריג) טראדיציאנאלע אטאריטעטן וכו' (און דאס גאנצע ענין פון התפשטות בכלל והמסתעף). זיי נעמען נישט געהעריג אָן די געדאנק פון "הלכה" ווי אזוי מיר פארשטייען דאס, אבער ווארפן דאס נישט אפ אויך נישט. וממילא איז דאס טאקע מער מסובך וואו זיי פונקטליך שטייען, לגבי די דיון, אין דעם. ויש לדון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואספארא סארט מהלך איז דאס? מען שניידט אויס שטיקער כלל ישראל און דערנאך זאגט מען אז ס'איז נתפשט אצל כל ישראל? איך גיי מיך טרעפן א רב וואס פסקנט אזוי ווי איך האב ליב און איך גיי דערנאך אויסשליסן פון כלל ישראל דער וואס גייט נישט מיט מיט מיר... כ'גלייב נישט אז די באשעפער איז א חלק פון דעם קאנספיראציע...חדשים האט געשריבן: די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואס הייסט?שערי יושר האט געשריבן:שמן הייבסט אן צי זינגען אביסל off tune
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
לגבי הלכה רעכנט מען זיך נאר מיט אידן וואס פירן זיך לויט די הלכה. פינקט ווי מען רעכנט זיך נישט מיט קיין פרייע רעכנט מען זיך נישט מיט קיין רעפארמער לכל הדעות. און שוין.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
האסט היינט אויסגעפונען אז גאט איז נישט קיין חלק פון די קאנספיראציע....?שמן למאור האט געשריבן:וואספארא סארט מהלך איז דאס? מען שניידט אויס שטיקער כלל ישראל און דערנאך זאגט מען אז ס'איז נתפשט אצל כל ישראל? איך גיי מיך טרעפן א רב וואס פסקנט אזוי ווי איך האב ליב און איך גיי דערנאך אויסשליסן פון כלל ישראל דער וואס גייט נישט מיט מיט מיר... כ'גלייב נישט אז די באשעפער איז א חלק פון דעם קאנספיראציע...חדשים האט געשריבן: די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.
האסט גוט צוגעטראפן. חרדים און העכער דעם שו"ע, נאך העכער חז"ל, אלע האבן אויסגעשלאסן יודען וואס זענען סר מהדרך פון כלל ישראל.
אז איינער איז נישט עושי מעשה עמך איז נישט בארעכטיגט מיט אלע בארעכטיגטע אזהרות פון בין אדם לחבירו. ביסט שאקט? דאס איז ארטאדאקסיע. נאך מער, די פרומע צדוקים האבן נישט אייניגע רעכט מיט "כלל ישראל".
די פשוטע הסבר איז אויב מ'שפילט א געים דארף מען עס שפילן ביי די רולס. און די ארטאדאקסישע רולס זענען געשריבן ביי ארטאדאקסיע. קענסט די אלע פילפולים זאגען בשם די רעפארם, אויך פאר אן אדיענס פון רעפארמער, זיי וועלען דיך אן נעמען מיט ביידע הענט. אבער אין אמעריקא ליינט מען און מ'שרייבט ענגליש, אין פראנקרייך ליינט מען און מ'שרייבט פראנצויזיש. מ'קען נאר ניצן די אייגענע מעסטער צו מעסטן זיך אליינס.
I know, it doesn't sound too good אבער ס'איז עפלעך מיט עפלעך און אזוי גייט דער גלויבונג.
המקום ינחם...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
כ'בין מסופק צו כ'האב רעכט זיך צו דינגען מיט דיר היות האסט דאך צוגעלייגט א "און שוין" צום סוף..שערי יושר האט געשריבן:לגבי הלכה רעכנט מען זיך נאר מיט אידן וואס פירן זיך לויט די הלכה. פינקט ווי מען רעכנט זיך נישט מיט קיין פרייע רעכנט מען זיך נישט מיט קיין רעפארמער לכל הדעות. און שוין.
אבער על צד אז כ'בין נאך א מאן דאמר דא, וואלט איך געפרעגט, וואס עפעס? פרייע פייפן זיך גענצליך אויס פון הלכה קען איך הערן פארוואס מען רעכנט זיך נישט מיט זיי ווען מיר זענען דן ווי ווייט א הלכה איז נתפשט ביי כלל ישראל, ווארום זיי האלטן בכלל נישט איין הלכה. אבער פארוואס זאל מען דאס אויך זאגן אויף די רעפארם? זיי האבן א געהעריגע סיסטעם מיט רבנים וואס ווייסן אויך צו זאגן וויאזוי די באשעפער מיט די תורה ווילן אז די אידן זאלן זיך פירן, טא מיט וועלכע רעכט שליסטו זיי אויס פון כלל ישראל? בלויז ווייל דו האלסט אנדערש פון זיי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
זאגסט זייער גוט, אבער וואס זאג איך פאר מיין חבר וואס ניצט זיין פאון באהאלטענעהייט שבת?וואלווי האט געשריבן:האסט היינט אויסגעפונען אז גאט איז נישט קיין חלק פון די קאנספיראציע....?שמן למאור האט געשריבן:וואספארא סארט מהלך איז דאס? מען שניידט אויס שטיקער כלל ישראל און דערנאך זאגט מען אז ס'איז נתפשט אצל כל ישראל? איך גיי מיך טרעפן א רב וואס פסקנט אזוי ווי איך האב ליב און איך גיי דערנאך אויסשליסן פון כלל ישראל דער וואס גייט נישט מיט מיט מיר... כ'גלייב נישט אז די באשעפער איז א חלק פון דעם קאנספיראציע...חדשים האט געשריבן: די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.
האסט גוט צוגעטראפן. חרדים און העכער דעם שו"ע, נאך העכער חז"ל, אלע האבן אויסגעשלאסן יודען וואס זענען סר מהדרך פון כלל ישראל.
אז איינער איז נישט עושי מעשה עמך איז נישט בארעכטיגט מיט אלע בארעכטיגטע אזהרות פון בין אדם לחבירו. ביסט שאקט? דאס איז ארטאדאקסיע. נאך מער, די פרומע צדוקים האבן נישט אייניגע רעכט מיט "כלל ישראל".
די פשוטע הסבר איז אויב מ'שפילט א געים דארף מען עס שפילן ביי די רולס. און די ארטאדאקסישע רולס זענען געשריבן ביי ארטאדאקסיע. קענסט די אלע פילפולים זאגען בשם די רעפארם, אויך פאר אן אדיענס פון רעפארמער, זיי וועלען דיך אן נעמען מיט ביידע הענט. אבער אין אמעריקא ליינט מען און מ'שרייבט ענגליש, אין פראנקרייך ליינט מען און מ'שרייבט פראנצויזיש. מ'קען נאר ניצן די אייגענע מעסטער צו מעסטן זיך אליינס.
I know, it doesn't sound too good אבער ס'איז עפלעך מיט עפלעך און אזוי גייט דער גלויבונג.
המקום ינחם...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?
[emoji1787]שמן למאור האט געשריבן: כ'בין מסופק צו כ'האב רעכט זיך צו דינגען מיט דיר היות האסט דאך צוגעלייגט א "און שוין" צום סוף..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
דו ביזט ענטייטעלד צו אויסשליסן וועם דו ווילסט. דו קענסט מאכן שמן למאור’ס אידישקייט. און דו גייסט אויך פארשטיין אז ווען מען גייט דן זיין וואס מען מעג אדער נישט טון ביי דיין אידישקייט גייט עס זיין געבויעט לויט די יסודות פון דיין אידישקייט. מען קען נישט קומען פרעגן הלמאי ביי די אויסגעשלאסענע איז אנדערש, ווייל עס איז נישט נוגע ווען מען איז דן אויף שמן למאור’ס אידישקייט. והנמשל פשוט, אז ארטאדאקסיע וואס אויף דעם ביזטו דן, דארפסטו פושט זיין פון זייערע כללים.שמן למאור האט געשריבן:וואספארא סארט מהלך איז דאס? מען שניידט אויס שטיקער כלל ישראל און דערנאך זאגט מען אז ס'איז נתפשט אצל כל ישראל? איך גיי מיך טרעפן א רב וואס פסקנט אזוי ווי איך האב ליב און איך גיי דערנאך אויסשליסן פון כלל ישראל דער וואס גייט נישט מיט מיט מיר... כ'גלייב נישט אז די באשעפער איז א חלק פון דעם קאנספיראציע...חדשים האט געשריבן: די נקודה איז נישט צו די רעפארמער מעגן טון וואס זיי ווילן אדער נישט. די נקודה איז אז אין די ארטאדאקסישע אידישקייט איז אנגענומען אז עס איז מחייב אויב עס איז נתפשט בכל ישראל, און פארשטייט זיך אז די ארטאדאקסן רעכענען נאר אזעלכע וואס ביי זיי ווערט אנגערופן ישראל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פארוואס זאל אים 'ארטאדאקסיע' מחייב זיין?וואלווי האט געשריבן:זיי מסביר פליז.שמן למאור האט געשריבן: זאגסט זייער גוט, אבער וואס זאג איך פאר מיין חבר וואס ניצט זיין פאון באהאלטענעהייט שבת?