א טרער אויף רבי מיכאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
א טרער אויף רבי מיכאל
איך שרייב די שורות ווען פון מיינע אויגן גיסן טייכן טרערן. בוכשטעבליך.
איך האב יעצט געוואטשט די לוויה פון מיכאל שניצלער און כ'קען מיך נישט בארואיגן.
מיין הארץ איז איבערגעפולט מיט הרגשים מיטהאלטנדיג א לויה פון א 'סעלעבריטי', אנגעבליך 'א פשוט'ער איד', א 'מגושם' זאגאר, וועלכער ווערט באוויינט מיט'ן כבוד הראוי דורך טויזנטער אידן צוליב זיינע 'בין אדם לחברו' דערגרייכונגען. אין מיינע אויגן האט זיך דאס געשפירט ווי א זיג פאר הומאניטי; א זיג פאר אונזערע גוטע חלקים וואס ווערן אונטערדרוקט און פארשלייערט דורך אונזערע צעפיפענע פריאריטעטן.
מיכאל האט נישט געראטעוועט אידישקייט - אבער געראטעוועט אידן; ער איז נישט געווען קיין גאון הגאונים - אבער א גאון אין בין אדם לחברו; ער איז נישט געווען קיין מדקדק בקלה כבחמורה - אבער א משווה קטן כגדול; ער האט אפשר נישט פארמאגט די עליטע הויכגעשפריצטע ''אהבת התורה'' - אבער געליבט גאט און זיין באשאף מיט'ן גאנצן הארץ; ער האט אפשר נישט געקענט נאכזאגן א ווארט אויף דער פרשה - אבער געגעבן א גוט ווארט וואס האט לייכטער געמאכט דיין פערזענליכע פרשה; ער האט נישט אונטערגעשריבן קיין הסכמות און קול קורא'ס - אבער געשיקט קליינע ליבליכע קליפס פאר אלע "ביוטיפול פיפל"; ער האט נישט אויפגעטריבן שווערע געלטער פאר די הייליגע מוסדות - אבער געווען די שטימע פאר אזויפיל ארויסגעווארפענע בחורים.
ס'איז מיר א כבוד און ערע אז מיר האבן דערגרייכט אזא מאמענט ווען אן אוהבן של ישראל וואס האט זיך געווייטאגט און געזארגט פאר אונזער גשמיות ווערט באגראבן מיט'ן כבוד וואס קומט זיך אים, גארנישט ווייניגער ווי פאר מענטשן וואס געבן זיך אנגעבליך אפ מיט אונזער רוחניות; ווען א איד וואס האט משמח געווען הונדערטער שוואכע הערצער באקומט זיין אנערקענונג נישט שוואכער ווי איינער וואס האט מיט זיי געלערנט א בלאט גמרא צי א פסוק חומש; ווען טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן א לויה נישט צוליב וואס זיי געהערן אין דער פארטיי, זיי שיקן צו יענע מוסדות, אדער זענען איינגעשטעלט ביי יענעמ'ס קינדער - נאר ווייל גוטסקייט האט געכאפט א קלאפ און אידן האבן דאס געשפירט און געשעצט; ווען א איד איז געווארן באוויינט דורך רבנים אין זינגער, אין אידיש און אין ענגליש, אין די שמונה בגדים אדער א קליין טשופיקע, ווען דער שטריך וואס פאראייניגט זיי אלע איז א חשיבות פאר בין אדם לחברו.
מיכאל, דו ביסט א מוסטער פון הומאנישקייט קעגן טיראניע; פאזיטיווקייט קעגן פארביטערטקייט; זיך זארגן פאר די שוואכע קעגן נאכמער באפעסטיגן די שטארקע. און דאס גרעסטע שיינקייט איז אז קיינעם איז ניטאמאל בייגעפאלן צו רעדן פון דיין יא אדער נישט קביעות עתים לתורה, דיין יא אדער נישט זיך מישן פסח, אדער דיין יא אדער נישט סיי וואספארא בין אדם למקום. אזוי ס'זאל זיין קריסטאל קלאר: מיר ליבן דיך ר' מיכאל צוליב דיין גוטסקייט, דיין ווארעם הארץ, און די גוטע מינוטן וואס דו האסט אזוי גוטהארציג געשאנקען פאר טויזנטער אידן - און פאר גארנישט עפעס אנדערש. יא! אונזערע חברימ'ס פיזישע און מענטאלע וואוילזיין גייט אונז אן - נאך עניטיים ווי זייער רוחניות'דיגע און ספירטואלע וואוילזיין! ווען א איד וואס האט אזויפיל צוגעגעבן אין דעם הינזיכט, משים געווען לילות כימים ס'זאל אנדערע גוט גיין, גייט פון דער וועלט - זענען מיר אים מספיד עז די הירא הי וואָז! און איינוועגס פארגיסן מיר א טרער אויף די וואס זענען ליידער געווארן אריבערגעפארן/איגנארירט/נישט דערהערט ביי די 'סיסטעם' וואס ווייטאגן אזוי דיין פארלוסט.

- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
שוין געוויינט ביים מיטהאלטן ליפא'ס הספד לייוו.
שוין געוויינט נאכאמאל ביים קוקן די קורצע קליפס וואס זענען ארומגעפארן.
שוין געוויינט א דריטן מאל ווען כ'האב מיר אריינגעזעצט אין מיין קאר (וואס אירע ווענט און זיצן זענען דורכגעווייקט מיט מיכאל'ס ניגונים) נאר איבערצוקוקן נאכאמאל ליפא'ס הספד אין די שטילקייט פון די נאכט.
כ'לייג מיר אריין אין בעט, כ'ריפרעש קאווע שטיבל, און תוהו מאכט מיר וויינען נאכאמאל.
מיכאל וואלט אונז נישט געלאזט וויינען, אבער...

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הערליך געשריבן, ריכטיג יעדע ווארט!
על שלשה דברים העולם עומד. ענדליך באקומט שוין די דריטע זאך אויף וואס די וועלט שטייט איר פארדינטע אנערקענונג. פאר סאם ריעזאן פירט מען זיך ביי אונז צו געבן כבוד הראוי נאר פאר על התורה ועל העבודה, אבער כמעט נישט פאר גמילות חסדים וואס איז פונקט אזוי וויכטיג!
מיכאל מיר וועלן זיך בענקען! תוהו ובוהו א דאנק פאר דיין שטארקע ארטיקל.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 14
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:35 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
מיטגעהאלטן פון די נאנט ווי מיכאל גייט ארויס פון זיין וועג צו העלפן מענטשן אויף עטליכע פראנטן, א הארץ פון פיטער און גין גאלד. איך האב קיינמאל געקענט אזא גוטע מענטש ווי ר' מיכאל!
מיכאל האט מיר פערזענליך אויך געהאלפן, דארט ווי קיינער איז נישט געווען צום געפינען, דארט ווי יעדער ווערט פלוצלונג ביזי, דווקא דארט איז מיכאל געווען פאר מיר, און פאר נאך אסאך מענטשן וואס איך קען פערזענליך.
איך ווייס נישט וואס דא וועט זיין...
ער פלעגט זיצן שעות שעות אויף וואטצעפפ און ריפלייען צו יעדער וואס האט געדארפט אויפמערקזאמקייט. וויפיל מענטשן קענען דאס זאגן אויף זיך? ס'איז שווערער ווי עס הערט זיך, געבן "אטענטשאן" פאר יעדעס רחמנות יארן אין א צי, ער האט זיי אבער אלץ אויסגעהערט און געקנייטשט מיט זיין פאר'דאגה'טע שטערן און געוויזן מיטגעפיל.
מען האט נעכטן באגראבן א מענטש וועלכע האט קיינעם נישט באגראבן.
ער האט אונז איבערגעלאזט אין די קעלט, אין אן אייז קאלטע וועלט ווי מ'איז פארנומען טאג איין טאג אויס צו איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט געלט כבוד און סטאטוס, איז אבער געזעסן איינס אין א זעלטענהייט, א מרדכי הצדיק און געגאסן ליבשאפט און פארשפרייט גוטס. ער האט נישט מורא געהאט פאר קיינעם!
אזויווי @תוהו ובוהו האט ארויסגעברענגט, דאס נעכטיגע טאג איז געווען א קלאפ צו דאס "מענטשהייט", א קלאפ צו אונזער סוסייעטי און א קלאפ צו זיינע נאנטע.
אזאנס ווי מיכאל איז נישט געווען און וועט נישט זיין, איין זאך יא, מיר אלע קענען זיך אביסל פארבעסערן בין אדם לחבירו און אזוי ארום עטוואס עטוואס אנפילן דאס לאך פון ליבשאפט וואס האט זיך דא פאר אונז געעפנט.
מ'וועט זיך בענקען צו דיר, ביסט אנטלאפן אינמיטן אזויפיל וויכטיגע פראיעקטן אין עסקנות. UNFINISHED BUSINESS, איך בין זיכער דו האסט געטראפן רוה און פרידן, אויב עס קומט זיך איימיצן גן עדן איז דאס פאר דיר, ענדזשוי איט!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בילדינג פליפער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
געוועהן א פיינער געשמאקער יודעלע אלעמאל מיט א שמייכעל אויפן פנים
אבער פין וואנען האט מען גענימען דעים היתר צי מספיד זיין אין חודש ניסן
איינער ווייסט אפשר ?

- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
כ'האב מיך טאקע אייביג געוואונדערט פארוואס נאר בני יואל האט נישט מספיד געווען דעם ברך משה כ"ו ניסן... רוב כלל ישראל האט נישט אנגענומען די מנהגא בני יואל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:36 pm געוועהן א פיינער געשמאקער יודעלע אלעמאל מיט א שמייכעל אויפן פנים
אבער פין וואנען האט מען גענימען דעים היתר צי מספיד זיין אין חודש ניסן
איינער ווייסט אפשר ?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 140
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
קודם, דער ברך משה איז געוועהן א תלמיד חכם,
און נאכדעם, זייט ווען האט רוב כלל ישראל נישט אנגענומען די הלכה אין שולחן ערוך?
דו רעדסט פון א אנדערע כלל ישראל ווי נארמאל.
און נאכדעם, זייט ווען האט רוב כלל ישראל נישט אנגענומען די הלכה אין שולחן ערוך?
דו רעדסט פון א אנדערע כלל ישראל ווי נארמאל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
מעולם לא שמענו צו מקפיד זיין דערויף. מ'הייבט אן די הספד מיט די ווערטער 'באמת טאר מען דאך נישט מספיד זיין אום ניסן אבער אונז שטיי מיר דא...' און נאך א שעה רעדן פירט מען אויס 'עס איז דאך ניסן היינט ממילא העמיר מסיים זיין' והכל על מקומו יבוא בשלום.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
א בחי' פון רעדן אלע סארט דברי חול אום שב"ק און צולייגן "נישט אום שבת גערעדט"...
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
בני יואל האבן געהאט זייערע אייגענע טעמים. און זיי וואלטן נישט מספיד געווען דעם ברך משה אין אנדער'ן טאג אויך.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:47 pmכ'האב מיך טאקע אייביג געוואונדערט פארוואס נאר בני יואל האט נישט מספיד געווען דעם ברך משה כ"ו ניסן... רוב כלל ישראל האט נישט אנגענומען די מנהגא בני יואל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:36 pm געוועהן א פיינער געשמאקער יודעלע אלעמאל מיט א שמייכעל אויפן פנים
אבער פין וואנען האט מען גענימען דעים היתר צי מספיד זיין אין חודש ניסן
איינער ווייסט אפשר ?
דעם נמשל וויל איך נישט זאגן. נאר א יעדער פארשטיט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 81
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
כ'האב געהערט אמאל פון א רב, "מספיד זיין" מיינט 'קלאגען', דאס איז נאר ווען מ'וויינט און שרייט ארויסברענגענדיג די צרה, ווי למשל, "אוי ווי גרויס איז די בראך" "ס'איז א שרעקליכע צרה" וכדומה, אבער סתם זאגן שיינע זאכן וועגן דער מענטש, הייסט נישט "הספד".
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
ר' אייזיק פון ספינקא האט עטליכע יאר צוריק מספיד געווען זיין שוועגערין(!) אום חול המועד(!) מיט בכיות נוראות און זעצערייען אויפן שטענדער כדרכו אבער יעדע צוויי מינוט האט ער דערמאנט אז ס'איז יום טוב היינט.... אבער די מאן (ר' חיים מערץ זצ"ל) און די קינדער האבן מספיד געווען מיט קורצע ווערטער.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑ ר' אייזיק פון ספינקא האט עטליכע יאר צוריק מספיד געווען זיין שוועגערין(!) אום חול המועד(!) מיט בכיות נוראות און זעצערייען אויפן שטענדער כדרכו
"כדרכו" איז דער תירוץ... כן בנות צלפחד דוברות, אזוי רעדט ער אייביג...
וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
אויף ר' אייזיק פון ספינקא איז נישט קיין קשיא. ער איז א גוטער עקטאר. ער שטעלט זיך צו לויט'ן מצב און לויט'ן עולם.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:53 am ר' אייזיק פון ספינקא האט עטליכע יאר צוריק מספיד געווען זיין שוועגערין(!) אום חול המועד(!) מיט בכיות נוראות און זעצערייען אויפן שטענדער כדרכו אבער יעדע צוויי מינוט האט ער דערמאנט אז ס'איז יום טוב היינט.... אבער די מאן (ר' חיים מערץ זצ"ל) און די קינדער האבן מספיד געווען מיט קורצע ווערטער.
Re: א טרער אויף רבי מיכאל
געווען אין לאנדאן א פטירה אין א זמן וואס מען טאהר נישט מספיד זיין
שטעלט זיך אויף ביים שטענדער איינער און ער הייבט אהן זאגען = "עס איז א זמן וואס מ'מעג נישט מספיד אבער דאך"
האקט אריין הג"ר העניך זצ"ל און זאגט אונטער = "אבער דאך וועט מען טאקע נישט מספיד זיין" און האט אפגעהאקט דער לויט שפרעכער......