אלטע זכרונות
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
קלאר האט געשריבן:דאס וועט מיר נישט ארויסגיין פין די נאז לעכער
נאך יעדע פרישטוג, לאנטש, סאפער ווי מען פלעגט זיך שטופן ביי די לאנגע דורכגאנג אנצוקומען אין לאנטש רום פאר די ליפטיגע ברויט
עס פלעגן זיך צאמשטופן איבער טויזענט קינדער אנצוקומען אינעווייניג אין לאנטש רום ווי מ'פלעגט זיך תיכף אויסגעליטשן אויף נאסע זעגעלעך - וואס קיינער ווייסט נאכנישט וואסערע ניצן דאס האט געברענגט אין פארוואס פינקט 'זעגעלעך' איז געווען אזא השפעה בשעת א עיר קאנדישאן איז געווען די זעלבע איסור ווי א קאמפיוטער...
אוי, ווער רעדט נאך ווען די גאנצע לאנטש רום האט זיך צוזאמען געשטופט ארויסצוגיין, נאך די 'באשאלום' כתינוק הבורח מבית אסורים
די קלימאקס פלעגט געשעהן ווען עס האט גערעגנט, קוים וואס 1 שירעם האט זיך געקענט עפנען אין דא שטופן זיך אזויפיל קינדער אין יעדער מוז דאך אפען האלטען שירעם
אויב די פארבליטשטע קאפעל (וואס איז ממילא געווען איבערגעדרייט) אדער די 'קעמפ היט' (וואס ליגט אין די ריזיגע גארבעזש בעג וואס מ'נעמט פין אינטער אלע גארבעזש קענס) וועט ח''ו נאס ווערן
פלאטשקענדיג אין די ריזיגע 'פארעלס' מיט שמיציגע וואסער, מיט וואס די טונעל איז געווען אויך באשאנקען, ווייל קעמפ האט נישט געהאט קיין געלט צו פעיווען די לעכער מיט קוילן, (ביי די משפחות באנגעלויס האט מען געהאט א 'נדבן'..)
אויב איז נישט גענוג איז אייביג געווען אפען א טיר אינמיטן דעם טונעל, וועלכע האט געפירט צו א ביה''כ וואס האט מ'האט שוין נישט געפלאנזשט זינט ... האט עס געניצט (אויף די רעכטע זייט פין די בילד)
אין די וואס האבען נישט געקענט שטופן פלעגן אטאמאטיש אריינפליען אויף די ביה''כ, ווי די פלאר איז געווען א אינטש טונקעלע וואסער מיט זעגעלעך..
אה, מ'קומט שוין ענדליך אן צו די סינקס פלעגט די ריזיגע ווינדוי פען אריינבלאזען די געשמאקע אייער גראך פין די מילכיגע קאך צו געבן די ריכטיגע אפעטיט פאר די וועזשטעבל סעלעט וואס די גוי פלעגט פארזוכן בשעת צאממישן מיט בלויזע שווארצע הענט
אבער ביז די סינקס, יא, די סינקס זענען אויך געווען אין דעם טונעל...מ'קען עס נישט מסביר זיין פארוועם עס האט דאס נישט סורווייווט
די האנטוך ווי יעדער האט אריינגווישט די נאז אין די הענט נאך נטילת ידים איז פארשטייט זיך אויך געווען אין דעם טונעל
אבער 'יעדער' איז סוכ''ס אנגעקומען אין לאנטש רום
ווי מ'האט באקומען מיט פלעכטער פאר'ן נישט מיטזינגען 'ויושעינו'
זשאסט זכרונות פין נעפאנק
גארנישט שטיל נישט די דארשט ווי א טרינק פריזינג קאלט וואסער דירעקטלי פון די קוואל שלויס ארויס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו לעמיל
לעמיל האט געשריבן:ווייל דעיס זענען אידען מ'איז צופרידען ווי מ'איז אבער טו מיך א טובה א פלאץ ווי אידישע קינדער לערנען תורה זאל אזוי אויס קוקען??? איך מיין עס פאסט נישט
אוקעי צוריק צום נושא
די מערסטע קעמפס וואו די קינדער פון די דאמאלסדיגע אימיגראנטן האבן פארברענגט זומער, האבן נישט בעסער אויסגעזעהן. די השגות אין גשמיות און מאטעריאלזם פון היינטיגע צייטן האט מען אפילו נישט געחלומ'ט. יעדער איז געווען צופרידן מיט דעם וואס מ'האט געהאט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
געפילטע פיש האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:פון די תפיסה רעדט מען אבער מיט נאסטאגאלישע זכרונות, עני סאטמארער איד פון ארום זעכציג יאר און אראפ, וועט וויסן צו דערציילן גאר געשמאקע זיסע זכרונות פון אט די תפיסה ווי דו רופסט עס.
די אלטע אידן רעדן אויך פונעם אלטע היים מיט נאסטאלגיע, ווי מ'האט אונז פיינט געהאט און אויסגעטיילט ציפקע צרות אויף טריט און שריט.
ס'געווען אמאל אן אלטער איד וואס האט געהאט א מנהג יעדן יאר חנוכה ווען אלע קינדער און אייניקלעך זענען געקומען צו איהם, צו דערציילן איבער זיינע בחור'שע יארן, ווי ווייט די ישיבה איז געווען פון זיין הויז, און אין וועלכע טיפע שנייען ער איז געקראכן. א יעדעס יאר וואס ער האט פארציילט די מעשה זענען די שנייען געווארן טיפער, און די ישיבה ווייטער...
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
פערינא האט געשריבן:גארנישט שטילט נישט די דארשט ווי א טרינק פריזינג קאלט וואסער דירעקטלי פון די קוואל שלויס ארויס
יא, די קוואל ווי יעדער האט געטרינגען די געלע וואסער, דירעקט פון די קראן
ווייל מ'האט געזאגט אין לאנטש רום אז דאס איז די בעסטע וואסער פון די וועלט
(פאר סאם ריזאן פלעגט די 'רשעות'דיגע אינספעקטאר' געבן יעדע 2'טע יאר א ווייאלעישאן אויף די קוואל...)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעמיל האט געשריבן:ווייל דאס זענען אידן, מ'איז צופרידן וואו מ'איז, אבער טו מיר א טובה, א פלאץ וואו אידישע קינדער לערנען תורה זאל אזוי אויסקוקן??? איך מיין עס פאסט נישט.
אקעי, צוריק צום נושא.
לאו דווקא, מ'וואלט זיכער קאמפלעינט
נאר די מעשה איז, אז דער שרעקליכער בילד טוט נישט אפשפיגלען דעם גאנצן ריזיגן קעמפ, ווי טויזענטער קינדער און צענדליגער משפחות פארברענגען דעם זומער.
דער קעמפ האט צוגעשטעלט גאר אסאך גוטע זאכן, און שיינע גרויסע לופטיגע שטחים און בתי מדרשים.
דער פלאץ איז געווען א אויסנאם, בבחי' "אחת היתה ופרסמה הכתוב", זעהט אויס אז ס'האט נישט געלוינט פאר די קעמפ איינצואווארפן א ציגל געביידע און איבערבויען בלויז צוליב די אומבאקוועמליכקייט.
ווען דו קליקסט דא, זעהסטו וויפיל זיסע איינגענעמע זכרונות עס איז פאראן פון דארט, און אפילו אסאך "בעד מעמאריס" ווערט פארוואסערט מיט אביסל הומאר,
נישט אז עס איז נישט געווען דארט אסאך רשעות, אבער עס מאכט זיך איבעראל, בפרט בימים ההם....
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:35 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
דאס איז נאך פון די איינציגע איבערגעבליבענע עכט אינטערסאנטע שפילן.
אפגעזינדערט פון די היינטיגע שפילן וואס פארמאגן נישט קיין קאפ ארבעט, נאר פארנעמט ס'פלאץ מיט קארטלעך אדער אויפן פאון מיט אנדערע סארטן כללים. איז די געים בלויז א קאפ און מוח שפיל. ווייניג שפילן היינט דאס.
און ס'זעלביגע איז מיט 'סדאוקא' וואס איז א בלויזע מוח-שארפנדער שפיל, וואס די היינטיגע מענטשהייט גלייכט דאס נישט.
אפגעזינדערט פון די היינטיגע שפילן וואס פארמאגן נישט קיין קאפ ארבעט, נאר פארנעמט ס'פלאץ מיט קארטלעך אדער אויפן פאון מיט אנדערע סארטן כללים. איז די געים בלויז א קאפ און מוח שפיל. ווייניג שפילן היינט דאס.
און ס'זעלביגע איז מיט 'סדאוקא' וואס איז א בלויזע מוח-שארפנדער שפיל, וואס די היינטיגע מענטשהייט גלייכט דאס נישט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל