מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער ז"ל

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3687 מאל

מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער ז"ל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'בין בכלל נישט קיין ליינער פונעם מאמענט, איך האב אפשר געקויפט דעם מאמענט מאגאזין א קיימא לן פון פינף מאל, אדער אפשר דאס אויך נישט. נאר די וואך ווען כ'בין געווען אין גראסערי איינקויפענדיג מיין שבת ארדער און געקויפט דעם עמי און משפחה מאגאזינען איז מיר אקעגן געקומען א שיינעם גרויסן בילד פון איינע פון מיינע פעוואריט אידישע חסידישע זינגערס ר' מיכאל שניצלער ז"ל וואס איז נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז אזוי יונג און פלוצלינג אויפ'ן דעקל פון דעם מאמענט. האב איך עס טאקע געקויפט און דורכגעליינט.

וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע חברים, יעדע ווארט האב איך געטרינקען מיט דארשט, הערליך באשריבן. אבער.... אבער ס'האט מיך גאר שטארק געבאדערט ווי ער באשרייבט אלעס מיט פרטים און פרטי פרטים, און מיט אלע אנדערע זינגערס מיט וועם ער האט זיך אזוי נאענט געהאלטן, און נייע יונגערע זינגערס וועם ער האט ארויפגעקוקט, ווי צום ביישפיל שמואלי אונגאר מיט מאטי אילאוויטש.

אינטערעסאנט אבער פון וועם דער שרייבער מאכט זיך בכלל נישט וויסנדיג - פון דעם אלעמען באקאנטן טאלאנפולן זינגער ליפא שמעלצער!! כאילו ער עקזיסטירט נישט אינעם עולם הנגינה!! און כאילו די צוויי, ר' מיכאל מיט להבחל"ח ליפא האבן זיך בכלל נישט געקענט, זיי האבן גארנישט געהאט איינער מיטן צווייטן! נאר איינמאל אינמיטן די ארטיקל טוט דער שרייבער ערווענען ליפא שמעלצער, אבער אויך נישט אין א פאזיטיווע ליכט נאר ענדערש נעגאטיוו, אט איז די לשון פון דעם שרייבער וואס ברענגט אויסצוגן פון א אינטעריוויוו וואס ער האט געהאט מיט ר' מיכאל א צייט פריער:

"שאלה: האט איר שוין אמאל אפגעזאגט א ניגון פון אריינגעשטעלט ווערן אין דער סעריע?
ענטפער: געוויס אזוי. איך קלויב מיך שטארק. נישט אלע ניגונים נעם איך. א ביישפיל פון א ניגון וואס איך האב נישט גענומען איז דער "זה חליפתי" ניגון פון ליפא.

ליפא האט זייער שווער געארבייט דערויף, און כאטש ס'איז זייער א שיינער ניגון האב איך עס אפגעזאגט. ליפא האט עס למעשה גענומען פאר זיין אייגענער אלבום און דעמאלטס האט ער מיר געשריבן דעם מאן יימר ניגון אנשטאט." ע"כ.

יעצט זאל מיר קיינער נישט קומען פארקויפן אז ר' מיכאל האט נישט גערעדט קיין אנדערע פיפס וועגן ליפא שמעלצער אין יענע אינטערוויו און ער האט א קנאפער שייכות געהאט מיט ליפא'ן ווייל דער אמת איז פארקערט, ליפא האט געשריבן היפש ניגונים וואס ר' מיכאל האט אנגעוויזן דערויף, און נאכדעם זענען פארהאן עטליכע וואס ליפא האט פארגשריבן און ר' מיכאל האט עס געזינגען און געלייגט אין זיינע אידישע אלבומ'ס בעילום שם המחבר משום סיבות הלא ידוע.

‏נאך מער האט מיר וויי געטוהן ווי דער שרייבער פון ארטיקל ברענגט ארויס די נאענטשאפט וואס ר' מיכאל האט געהאט מיט מאטי אילאוויטש אז ר' מיכאל האט עם געלאדענט צו איינע פון זיינע קינדער'ס חתונה, אז מאטי זאל אויפרופן ר' מיכאל צום טאנצן מצוה טאנץ. אבער וואס דער שרייבער דערציילט נישט און וויל נישט דערציילן אז ר' מיכאל האט אויך גערופן ליפא שמעלצער ווען ער האט חתונה געמאכט זיין יונגסטע קינד ליפא זאל אים אויפרופן צום מצוה טאנץ!

וואס מיינסטו שרייבער, דו מיינסט טאקע אז די ליינער זעען נישט און שפירן נישט דיין איינזייטיגקייט? דיין פרעדזשידוס וואס דו האסט קעגן ליפא שמעלצער?? צו וואס ברויכן אריינגעלייגט ווערן פאליטיק און ווייטאג אין אן ארטיקל ווי ס'ווערט באשריבן אונזער טייערער בעל מנגן און ווארעמער פאזיטווער (כלשונך) ר' מיכאל שניצלער ז"ל? צו וואס פעהלט עס אויס? סתם צו וויי טאן א איד??

כ'געדענק נאך ווען כ'בין א קינד און אלץ בחור אין די זיבעציגער און אכציגער יארן ווען דער דאמאלטסדיגער יונגער און פרישער בעל מנגן מרדכי בן דוד האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ זינגער, האבן די גאר פרומע סאטמערע געפירט א מלחמה קעגן זיינע ניגונים און חוזק געמאכט דערפון, ווי זיי זענען צעווילדעוועטע גוי'אישע ניגונים. און ווי אויך פון שלמה קארלבאך. למעשה היינטצוטאגס זענען מרדכי'ס ניגונים שטארק אנגענומען אומעטום און פון ר' שלמה קארלבאך סטייל אידאך אפגערעדט, וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט זענען דא קארלבאך סטייל מנינים.

‏וואו אהין זענען די אלע פרומע קנאים אנגעקומען מיט זייערע ציללאזע און ענדלאזע מלחמות קעגן מרדכי? שלמה'לע? אברהם פריד?

שרייבער זיסער, געדענק אז דער זעלבער גאט וואס האט געשאנקען ר' מיכאל, און להבחל"ח שמואלי אונגאר, מאטי אילאוויטש, און נאך אנדערע וועם דו רעכנסט אויס אינעם ארטיקל מיט זייערע אויסטערלישע טאלאנטן, דער זעלבער גאט האט אויך געבענטשט ליפא מיט זיינע טאלאנטן צו וואס פעלט אויס צו מונע זיין טוב מבעליו??

ס'איז ווייטאגליך!!

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר