מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

כ'בין בכלל נישט קיין ליינער פונעם מאמענט, איך האב אפשר געקויפט דעם מאמענט מאגאזין א קיימא לן פון פינף מאל, אדער אפשר דאס אויך נישט. נאר די וואך ווען כ'בין געווען אין גראסערי איינקויפענדיג מיין שבת ארדער און געקויפט דעם עמי און משפחה מאגאזינען איז מיר אקעגן געקומען א שיינעם גרויסן בילד פון איינע פון מיינע פעוואריט אידישע חסידישע זינגערס ר' מיכאל שניצלער ז"ל וואס איז נעבעך אוועקגעריסן געווארן פון אונז אזוי יונג און פלוצלינג אויפ'ן דעקל פון דעם מאמענט. האב איך עס טאקע געקויפט און דורכגעליינט.
וואס זאל איך אייך זאגן מיינע טייערע חברים, יעדע ווארט האב איך געטרינקען מיט דארשט, הערליך באשריבן. אבער.... אבער ס'האט מיך גאר שטארק געבאדערט ווי ער באשרייבט אלעס מיט פרטים און פרטי פרטים, און מיט אלע אנדערע זינגערס מיט וועם ער האט זיך אזוי נאענט געהאלטן, און נייע יונגערע זינגערס וועם ער האט ארויפגעקוקט, ווי צום ביישפיל שמואלי אונגאר מיט מאטי אילאוויטש.
אינטערעסאנט אבער פון וועם דער שרייבער מאכט זיך בכלל נישט וויסנדיג - פון דעם אלעמען באקאנטן טאלאנפולן זינגער ליפא שמעלצער!! כאילו ער עקזיסטירט נישט אינעם עולם הנגינה!! און כאילו די צוויי, ר' מיכאל מיט להבחל"ח ליפא האבן זיך בכלל נישט געקענט, זיי האבן גארנישט געהאט איינער מיטן צווייטן! נאר איינמאל אינמיטן די ארטיקל טוט דער שרייבער ערווענען ליפא שמעלצער, אבער אויך נישט אין א פאזיטיווע ליכט נאר ענדערש נעגאטיוו, אט איז די לשון פון דעם שרייבער וואס ברענגט אויסצוגן פון א אינטעריוויוו וואס ער האט געהאט מיט ר' מיכאל א צייט פריער:
"שאלה: האט איר שוין אמאל אפגעזאגט א ניגון פון אריינגעשטעלט ווערן אין דער סעריע?
ענטפער: געוויס אזוי. איך קלויב מיך שטארק. נישט אלע ניגונים נעם איך. א ביישפיל פון א ניגון וואס איך האב נישט גענומען איז דער "זה חליפתי" ניגון פון ליפא.
ליפא האט זייער שווער געארבייט דערויף, און כאטש ס'איז זייער א שיינער ניגון האב איך עס אפגעזאגט. ליפא האט עס למעשה גענומען פאר זיין אייגענער אלבום און דעמאלטס האט ער מיר געשריבן דעם מאן יימר ניגון אנשטאט." ע"כ.
יעצט זאל מיר קיינער נישט קומען פארקויפן אז ר' מיכאל האט נישט גערעדט קיין אנדערע פיפס וועגן ליפא שמעלצער אין יענע אינטערוויו און ער האט א קנאפער שייכות געהאט מיט ליפא'ן ווייל דער אמת איז פארקערט, ליפא האט געשריבן היפש ניגונים וואס ר' מיכאל האט אנגעוויזן דערויף, און נאכדעם זענען פארהאן עטליכע וואס ליפא האט פארגשריבן און ר' מיכאל האט עס געזינגען און געלייגט אין זיינע אידישע אלבומ'ס בעילום שם המחבר משום סיבות הלא ידוע.
נאך מער האט מיר וויי געטוהן ווי דער שרייבער פון ארטיקל ברענגט ארויס די נאענטשאפט וואס ר' מיכאל האט געהאט מיט מאטי אילאוויטש אז ר' מיכאל האט עם געלאדענט צו איינע פון זיינע קינדער'ס חתונה, אז מאטי זאל אויפרופן ר' מיכאל צום טאנצן מצוה טאנץ. אבער וואס דער שרייבער דערציילט נישט און וויל נישט דערציילן אז ר' מיכאל האט אויך גערופן ליפא שמעלצער ווען ער האט חתונה געמאכט זיין יונגסטע קינד ליפא זאל אים אויפרופן צום מצוה טאנץ!
וואס מיינסטו שרייבער, דו מיינסט טאקע אז די ליינער זעען נישט און שפירן נישט דיין איינזייטיגקייט? דיין פרעדזשידוס וואס דו האסט קעגן ליפא שמעלצער?? צו וואס ברויכן אריינגעלייגט ווערן פאליטיק און ווייטאג אין אן ארטיקל ווי ס'ווערט באשריבן אונזער טייערער בעל מנגן און ווארעמער פאזיטווער (כלשונך) ר' מיכאל שניצלער ז"ל? צו וואס פעהלט עס אויס? סתם צו וויי טאן א איד??
כ'געדענק נאך ווען כ'בין א קינד און אלץ בחור אין די זיבעציגער און אכציגער יארן ווען דער דאמאלטסדיגער יונגער און פרישער בעל מנגן מרדכי בן דוד האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ זינגער, האבן די גאר פרומע סאטמערע געפירט א מלחמה קעגן זיינע ניגונים און חוזק געמאכט דערפון, ווי זיי זענען צעווילדעוועטע גוי'אישע ניגונים. און ווי אויך פון שלמה קארלבאך. למעשה היינטצוטאגס זענען מרדכי'ס ניגונים שטארק אנגענומען אומעטום און פון ר' שלמה קארלבאך סטייל אידאך אפגערעדט, וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט זענען דא קארלבאך סטייל מנינים.
וואו אהין זענען די אלע פרומע קנאים אנגעקומען מיט זייערע ציללאזע און ענדלאזע מלחמות קעגן מרדכי? שלמה'לע? אברהם פריד?
שרייבער זיסער, געדענק אז דער זעלבער גאט וואס האט געשאנקען ר' מיכאל, און להבחל"ח שמואלי אונגאר, מאטי אילאוויטש, און נאך אנדערע וועם דו רעכנסט אויס אינעם ארטיקל מיט זייערע אויסטערלישע טאלאנטן, דער זעלבער גאט האט אויך געבענטשט ליפא מיט זיינע טאלאנטן צו וואס פעלט אויס צו מונע זיין טוב מבעליו??
ס'איז ווייטאגליך!!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. דו ביסט 100% גערעכט. ווי ס'זעהט אויס האט דער שרייבער עפעס א פריוואטן חשבון מיט ליפא. וועלכער איז אייביג, בחייו, און אפילו נאך זיין פטירה געווען זייער אנזעהבאר מיט ר' מיכאל ע"ה.
נאר אלס א זייטיגע באמערקונג. ווי איך האב שוין דערמאנט אין אן אנדער'ן אשכול. אז די שטילשווייגעניש פון הרב הצדיק ר' ר' מרדכי בן דויד ווערדיגער שרייט עד לב השמיים. ער האט נישט געזאגט קיין איין ווארט אדער געגעבן אן אינטערוויו בקשר מיט די פטירה און דאס לעבן פון ר' מיכאל, ע"ה.
איך האב איהם (דעם נייעם צדיק הדור) נאך געקענט אין זיינע יונגע יארן. איך ווייס יא וואס פארא הימלישער איד ער איז געווען...!
נאר אלס א זייטיגע באמערקונג. ווי איך האב שוין דערמאנט אין אן אנדער'ן אשכול. אז די שטילשווייגעניש פון הרב הצדיק ר' ר' מרדכי בן דויד ווערדיגער שרייט עד לב השמיים. ער האט נישט געזאגט קיין איין ווארט אדער געגעבן אן אינטערוויו בקשר מיט די פטירה און דאס לעבן פון ר' מיכאל, ע"ה.
איך האב איהם (דעם נייעם צדיק הדור) נאך געקענט אין זיינע יונגע יארן. איך ווייס יא וואס פארא הימלישער איד ער איז געווען...!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ליפא איז דעמאלטס געווען אביסל פראבלאמאטיש און וואס האסטו געוואלט די שרייבער זאל טון עים שיין באשרייבן וואלט ארויסגעקימען איסורים אויפן מאמענט אפילו דעי צוויי מאל איז אויך שיין פון זיי
סא איך קען פארשטיין די שרייבער
סא איך קען פארשטיין די שרייבער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אינטרעסאנטע אבזערוואציע.
למעשה, די עיקר אינטערוויו איז א אויסצוג פון א ארטיקל פאר אכט יאר צוריק, דעמאלט איז נאך ליפא געווען אין א אנדערע 'סטעיזש' ווי היינט און למעשה האט די מאמענט געדארפט וואטשן נישט צו טרעטן אויף די נערוון פון א.ג. רבנים. כ'בין זיכער אז אויב וואלט די אינטערוויו היינט פארגעקומען וואלט ער מער אריינגעלייגט פון ליפא.
גראדע אין מאמענט + ברענגט יצחק עקשטיין נאך א שטיקל פון ליפא'ס הספד.
אין מיין אפיניען האט די מאמענט געמאכט א פיינע ארבעט.
--
@קאצקע ציקער האקט ענליך

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער
ליפא שמעלצער איז שוין געהעריג אין די סיסטעם, מען האט אים שוין ארויפגעברענגט אויף קול מבשר (וואס וואטשט זיך נאך דאס מערסטע), עס וואלט גארנישט פאסירט אויב מען וואלט אים נישט אויסקורסירט.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער
די וואך האט ארויסגעגעבן א עקסטערע גליון מיט די מילים פון ר' מכאל'ס אידישע ניגונים. דער בחור'ס צוואה איז ארויסגעפאלן פון דרוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
די וואך מילא, ער האט זיך שוין לאנג געבראכן צו טעראר און גענומען א משגיח צו איבערקוקן זיין מאגאזין, אזוי ארום לאזט מען אים פארקויפן אין קר”י. זיינע הענט זענען סייווי געבונדען. משא”כ פון מאמענט וואס ברעכט זיך נישט פון טעראר אפיציעל, ערווארט מען א העכערע ניווא.צקון לחש האט געשריבן:אין די וואך מאגאזין איז געווען בילדער פון עטליכע הספדים אבער פארשטייט זיך אז נישט פון ליפא'ס.
וואס איך פארשטיי נישט איז, וואספארא טענות קען מען האבן אויף א שרייבער ווען ס'איז קלאר אז די אויסגאבעס האבן פרעשור פון די הנהגה.
דא כאטש קענען מיר אלע אויסרופן: Lipa we love you dearly.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
א העכערע ניווא ווי למשל רעדן פון אינסטגרם פאלאוערס ביי א לויה?...חדשים האט געשריבן:די וואך מילא, ער האט זיך שוין לאנג געבראכן צו טעראר און גענומען א משגיח צו איבערקוקן זיין מאגאזין, אזוי ארום לאזט מען אים פארקויפן אין קר”י. זיינע הענט זענען סייווי געבונדען. משא”כ פון מאמענט וואס ברעכט זיך נישט פון טעראר אפיציעל, ערווארט מען א העכערע ניווא.צקון לחש האט געשריבן:אין די וואך מאגאזין איז געווען בילדער פון עטליכע הספדים אבער פארשטייט זיך אז נישט פון ליפא'ס.
וואס איך פארשטיי נישט איז, וואספארא טענות קען מען האבן אויף א שרייבער ווען ס'איז קלאר אז די אויסגאבעס האבן פרעשור פון די הנהגה.
דא כאטש קענען מיר אלע אויסרופן: Lipa we love you dearly.
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
איך ווייס נישט וואס די עולם וויל דא. איך ליין די מאמענט וועכנטליך און ווער יעדע וואך עקסטער איבערראשט פון זייער קוראזש צו שרייבן - אין די שורות ווי צווישן די שורות - כל מיני זאכן און איבער כל מיני נושאים וואס איז אריבער די גרעניץ פון די היימישע אומאפציעלע אבער פעסט אוועקגעשטעלטע צענזור.
איך מיין ס'קומט זיך זיי גאר אסאך קרעדיט דערפאר.
איך מיין ס'קומט זיך זיי גאר אסאך קרעדיט דערפאר.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איך האב גערעדט צן די מגיה, די בחור'ס צוואה באלאנגט נישט אויף די שבת טיש. מיכאל אליין איז איבער געגאנגן די רשימה פון ניגונים מיט די רעדאקטער פון סעודניו זמירות (די מוציא לאור פון די קונטרעס הניגונים אין "די וואך") און ער האט געשפירט אז ס'באליינגט נישט אין א זמירות. ומצווה לקיים "צוואה" המת.שערי יושר האט געשריבן:די וואך האט ארויסגעגעבן א עקסטערע גליון מיט די מילים פון ר' מכאל'ס אידישע ניגונים. דער בחור'ס צוואה איז ארויסגעפאלן פון דרוק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאסל ראקאווער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער
א שבת זמירותמר. קלונימוס האט געשריבן:ווער און וואס איז סעודניו
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 197 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: מאמענט ארטיקל איבער דעם באליבטן זינגער ר' מיכאל שניצלער
מיילך גראס געט ארויס א זמירות וואס האט די ווערטער פון רוב אידישע ניגונים.מר. קלונימוס האט געשריבן:ווער און וואס איז סעודניו
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 714
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
עס איז מיר געווען א חידוש אז איינס ביי איינס אלע אויסגאבעס האבן ארויסגעשניטן ליפא די וואך. איך גלייב עס איז דא א דירעקטע סיבה, קען זיין טאקע צוליב די אינסטעגרעם דערמאנונג אזויווי איינער האט דא אויבן דערמאנט. סיי מאמענט און סיי די וואך האבן געהאט בילדער פון אלע מספידים אויסער אים.
עס איז מיר אינטערסאנט, ווייל ער איז געווען די הספד וואס יעדער האט גערעדט פון. עס איז געווען די הויפט נייעס פון די וואך.
שאלה איז צו זיי זענען גערעכט אדער נישט, למעשה האט ליפא פיין ארויסגעקאלירט פון זיין הספד כפי לשון קדשו.
עס איז מיר אינטערסאנט, ווייל ער איז געווען די הספד וואס יעדער האט גערעדט פון. עס איז געווען די הויפט נייעס פון די וואך.
שאלה איז צו זיי זענען גערעכט אדער נישט, למעשה האט ליפא פיין ארויסגעקאלירט פון זיין הספד כפי לשון קדשו.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
היכי דמי: דו קענסט עס אנרופן קאנספיראציע. אבער ס'איז דא. ס'עקזיסטירט. וואס די סיבה דערצו איז ווייס איך (און דו) נישט.
ליפא איז נישט דער זעלבער מענטש וואס ער איז געווען ביז מיט 2-3 יאר צוריק. ער איז א סאך ערנסטער געווארן. מפני מעשה שהיה. ער האט געהאט א נס. ווען ער איז געראטעוועט געווארן פון א פייער. פארוואס די אידשע מידיא צענזורירט איהם נאכאלץ, פארשטיי איך נישט.