בילדער פון א גאנצע געמיינדע
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
בילדער פון א גאנצע געמיינדע
אונזער געמיינדע מיט אלע פראבלעם פון וואס מיר ווערן געפלאגט כסדר. איז נאכאלץ פאר אונז די שענסטע און בעסטע, דא זענען מיר אויפגעוואקסן, דא פילן מיר היימיש, דא לעבן אונז על דרך התורה והיראה, און די פיסטריט פון אונזערע הייליגע זיידעס און באבעס, און אונזער הייליגע רבי'ס
דאס א ווינקל, ווי אונז ציען אויף אונזערע קינדער, די טייערסטע וואס מיר פארמאגן, אפגעטיילט און אפגעזינדערט פון די אמעריקאנע גוי'אישע וועלט. אויף אונזער רעליגיעזע און קולטיראלע גלייבונגען.
ליידער אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, איז דא א גרויסע סעלעקציע, ווי מען שניידט אוועק פיפציג פראצענט פון אונזער שיינע קאמיוניטי. אונזערע מסירות נפש'דיגע באבעס, אונזער געטרייע מאמעס, אונזער ליבליכע ווייבער, און אונזערע טייערע טעכטער, ווערן איגנארירט צירוקגעוויזן און אויסגעמעקט. און דיקע בילדער אויסגאבעס איז דער אידישע פרוי נישט צום געפונען,
קליינע דריי יעריגע מיידלעך'ס פנימער ווערן צעשמירט און בלורירט נעבן זייער שווער געבויטע קליקס דאלל האוז. אונטער דער כלומר'שטע שלייער פון צניעות.
איך מאך אויף דעי אשכול אלס א פלאץ ווי מען זאל יא קענען זעהן בילדער פון אונזער גאנצע קאמיוניטי מען זאל יא זעהן א שפור פון פאמיליע לעבן און הייליגקייט וואס אונזער געמיינדע פארמאגט.
(די בילדער זענען פון https://instagram.com/hasidiminusa?igshid=YmMyMTA2M2Y=)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
די עקסטרעמיסטן האלטן אז דער אייבערשטער האט געמאכט א טעות מיטן באשאפן פרויען, יעצט אז די אייבערשטער פאר סאם ריזען ווערט נישט פטור פון זיי מיז מען אינז עים העלפן.
עפריה לפומיה פאר אזעלכע אפיקורסות, קיינער זאגט דאס נישט קלאר אבער דאס ליגט ביי זיי אין די סאב-קאנשעס. (Subconscious)
עפריה לפומיה פאר אזעלכע אפיקורסות, קיינער זאגט דאס נישט קלאר אבער דאס ליגט ביי זיי אין די סאב-קאנשעס. (Subconscious)
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע
די בילדער נעם איך פון די פובליק אינסטעגרעם אקקאונט פון hasidim in usa גיי קוק אויב איר זענט דארט.סקעפטיקער האט געשריבן:ווען קום איך?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: דאס איז א מחלה וואס האט זיך אנגעהויבן ביי די ליטווישע אזוי גערופענע "פרומע" די קראנקע מוחות האבן דאס ממציא געווען. נאר ס'האט זיך ליידער אריבערגעכאפט צו דעם היימישן עולם. די טעמע איז שוין באהאנדלט געווארן באריכות דורך, נו, כ'האב שוין פארגעסן זיין ניקנאמען. ווייל ער האט עס געטוישט. נאכדעים איז ער אינגאנצן אראפ פון די מאפע. נאר אין די אלטע אויסגאבעס פון דער איד און די ירושלימ'ער אידישע ליכט זענען דא געהעריג פיקטשערס פון פרויען. און קיינער האט גארנישט קריטיקירטקהל'ס נער האט געשריבן:די עקסטרעמיסטן האלטן אז דער אייבערשטער האט געמאכט א טעות מיטן באשאפן פרויען, יעצט אז די אייבערשטער פאר סאם ריזען ווערט נישט פטור פון זיי מיז מען אינז עים העלפן.
עפריה לפומיה פאר אזעלכע אפיקורסות, קיינער זאגט דאס נישט קלאר אבער דאס ליגט ביי זיי אין די סאב-קאנשעס. (Subconscious)
ס'איז נישט דא קיין שום רעליגיעזע סיבה אז מ'זאלל נישט טארן לייגן פיקטשערס פון צניעות'דיגע פרויען אין א צייטונג אדער מאגאזין. נאר א מחלה, אזוי ווי קאוויד אז ס'צושפרייט זיך איז זייער שווער דאס אפצו שטעללן.
ס'וואלט זיך געדארפט טרעפן איינער א נארמאלער פאבלישער פון אן ערליכע צייטונג וועלכער זאלל דורכברעכן די משוגעת איינמאל פאר אלעמאל. אפילו מ'עט איהם סטראשען אז מ'וועט איהם לייגן אין חרם זאלל ער זיך נישט דערשרעקן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע
א אויסגאבע איז דא צי מאכן געלט אויב עס שאדט פאר ביזנעס, פארוואס זאל ער עס טון?berlbalaguleh האט געשריבן:
ס'וואלט זיך געדארפט טרעפן איינער א נארמאלער פאבלישער פון אן ערליכע צייטונג וועלכער זאלל דורכברעכן די משוגעת איינמאל פאר אלעמאל. אפילו מ'עט איהם סטראשען אז מ'וועט איהם לייגן אין חרם זאלל ער זיך נישט דערשרעקן...!
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דאס זאגט ער דאך, ער זאל עס דורכברעכן ביז עס וועט עם מער נישט שאטן פאר ביזנעס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)