שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 706
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

שכנים שטערן א כינעזער דעוועלאפמענט אין בארא פארק

שליחה דורך היכי דמי »

אין בארא פארק האט א כינעזער געקויפט פראפערטי אויף זיבן און פופציגסטע גאס ווי ער פלאנט אויפצובויען א ריזיגע דעוועלעפמענט פון 10 שטאק, אזאנס וואס איז נאכנישט דא אין בארא פארק.

די שכנים האבן זיך צוזאמגענומען אין געמאכט א העפטיגע קאמפיין צו דאס בלאקירן. די וואך איז פארגעקומען א הירינג אין די קאמיוניטי באורד 12 און ווי די עסקנים זאגן איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא ציבור אידן ביי א הירינג.

ליינט מער דא: https://www.boropark24.com/news/residen ... at-hearing

זיי האבן טאקע גערעכטע טענות ווי געוווענליך זענען אזעלכע בנינים אויף א עוועניו און נישט אויף א בלאק, און בכלל טאר מען נישט בויען אזעלכע הויכע בנינים אין בארא פארק, און קען זיין אלס שכן וואלט איך אויך געווען בייז.

איך פרוביר נאר טראכטן וויאזוי דאס קוקט אויס פארקערט, ווען גוי'שע שכינים פרובירן צו בלאקירן די אידישע בליענדע געגענטער ווי אונז זענען פארנומען שרייען אז זיי זענען אנטיסעמיטן.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר