בעל אחריות האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אבער ווי פריער האט שוין איינער געברענגט, דא פעלט נישט אויס מזכה צו זיין בעל כרחך ווייל ס'דא מער ווי איין קאך דא אין שטאט וואס א יעדער וואס וויל קען קומען עסן דארט.
זיי האבן מער ווי 18 גרוגרות וואס דאס איז גענוג להלכה פאר די גאנצע שטאט.
ביטע זיי מסביר.
די געדאנק פון מערב זיין איז: ס'זאל זיין איין פלאץ וואס א יעדער האט דארט זיין פת און דארט וואו דער מענטש האט זיין פת מאכט דאס פאר זיין רשות.
איז אויף דעם דא פארשידענע וועגן אין הלכה ווי אזוי דאס קען געשען
(בדרך אגב אויסער האבן פת בשותפות איז דא נאך מהלכים ווי אזוי ס'זאל זיין מותר צו טראגן אויך כלים ששבתו בבית)
א. א יעדער געט א שטיקל ברויט וואס מען לייגט אויף איין פלאץ
(דא זאגט די הלכה קלאר דאס מען קען גיין און צווינגען איינעם אדער נעמען בע"כ דורך זיין ווייב)
ב. אויב וויל איך נישט ארומגיין די גאנצע שטאט קען איך פשוט מזכה זיין א יעדן איינעם מיט די פת (גענוג 18 גרוגרות פאר א מיליאן מענטשן) ווייל זכין לו לאדם שלא בפניו - אויף דעם זאגן די אינם מודים בעירוב דאס עצם האבן א חלק אין די פת איז א חוב פאר זיי און מען קען דאס נישט ארויף צווינגען אויף זיי.
ג. אויב איז דא א פלאץ וואס דארט איז בפועל דא ברויט וואס אלע קענען גיין עסן אויב זיי ווילן (ווי שוין אויבן געשריבן ס'מוז נישט זיין גענוג פאר א יעדעם) מיינט דאס אז דיין ברויט ליגט אויף א בשותפות'דיגע פלאץ. למשל מענטשן אין א האטעל וואס אלע נעמען עסן אדער קענען נעמען עסן פון די קאך איז דאס שוין קלאר גענוג.
די פאקט: אין סאטמאר ביהמ"ד אויף ראס סטריט (און אין קראלע פאר א בעק-אפ) איז דא שלש־סעודות בילקעלעך וואס ווער ס'וויל, מוזט נישט זיין קיין מעמבער, קען קומען עסן .
*** קרעדיט: הרה"ג יעקב זיידע שליט"א, איינער פון די דריי רבנים המכשירים ***