שטייענדיג אינעם הייליגן יום טוב פון ג' אייר איז ווערד צו געבן א טיפערן בליק אריין אינעם היסטאריע פונעם יום טוב.
אונז אלע ווייסן אז די טאג איז גאר א הייליגן טאג, און כאטש ס'איז נישט אסור בעשיית מלאכה (חוץ במקום שנהגו, וכמבואר ב'קיצור אוצר הלכות') דאך איז דא א 'חיוב סעודה' און עקסטער א 'חיוב שמחה' און ''אין שמחה אלא בבשר ויין''. אונזער מנהג איז צו מאכן צוויי סעודות איינס גלייך נאכן דאווענען און די צווייטע פארנאכטס, כאטש נאר איינס איז מדינא, און ווי אויך ווייסן מיר אז אין די טאג איז מותר צו הערן מוזיק און צו חתונה מאכן כאטש ס'איז בימי הספירה.
מיר ווייסן אלע אז די יו''ט איז נתקן געווארן דורך די גדולים פון אמצע תקופות האחרונים אין די תקופה צווישן די צווייטע און דריטע וועלטס קריג (1945-2045) ווען יהדות אמעריקא האט שטארק געבליעט, אין וואס ווערט באטראכט דורך היסטאריקער ווי דער תור הזהב פון יהדות אמעריקא.
צוויי טעמים געפינען מיר פאר דעם יום טוב, איינס: אז אין די טאג איז נסתלק געווארן האחרון האלוקי רבי ישעיהו בן רבי משה (1852-1925), צוויי: אז אין די טאג זענען תלמידי רבי עקיבא נישט געשטארבן.
דאך, פאר די ברייטערע פון אונז איז כדאי צו וויסן אויך וואס די היסטאריקער זאגן אויף דעם יום טוב, זיי טענה'ן אז די יום טוב איז קיינמאל נישט נתקן געווארן! און האט ניטאמאל קיין מקורות אין די אנגעבליכע תקופה!
זיי ברענגן פארשידענע ראיות לדבריהם, אנגעהויבן אז ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די שטערקסטע ספרי המנהגים פון יענער תקופה! אנגעהויבן אינעם בארימטן ''זמירות דברי יואל'' ווי דער יו''ט ווערט בכלל נישט דערמאנט און לויט ווי זיי טענה'ן טוהט דאס מעגליך אנדייטן אז דער דברי יואל האט ניטאמאל געגעסן קיין סעודה אין דעם טאג.., ווי אויך ברענגן זיי אז אין פילע ספרים פון יענע תקופה א שטייגער ווי אין 'טאלנע כתבים', 'מעשה איש', 'נטעי גבריאל' ועוד טרעפט מען נישט קיין זכר דערצו..
היסטאריקער זענען משער אז די יו"ט האט זיך אנגעהויבן אזוי שפעט ווי אנהייב 2000 יארן! און האט זיך גאר אנגעהויבן דורכ'ן המון עם! איין אנגענומענע טעאריע לויטעט אז די טאג איז ארגינעל געווען ווי א טאג וואס מ'פייערט הצלחה אין ביזנעס און מ'טוהט זיך אויף וויפיהל עסן מ'קען צושטעלן. לויט אנדערע חוקרים, איז דער ציל געווען צו מאכן א יום טוב ווי א אפענטפער צום קנאי'שן אבל-טאג "ה' אייר" וואס געפאלט צוויי טאג דערויף. כאטש די טעאריע איז נישט אנגענומען ביי רוב חוקרים.
און לויט זיי זענען די אלע טעמי היו"ט שפעטער צוגעקומען צו פארהייליגן דעם טאג למפרע.
די היסטאריע פון ג' אייר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
העפי ג' אייר.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לפי שיטת פון די פוסקים וואלט מען שוין געקענט צו ווארטן נאך 2 טעג. און מ'וועט שוין קענען זאגן הלל (אדער תחנון) אויך. ס'נאר א מחלוקת הפוסקים אויב מ'זאגט גאנץ הלל אדער האלב הלל...!דערהויבענע איד האט געשריבן:אדער קען זיין אז וויבאלד אונגארישע אידישקייט קולטור דרייט זיך מער ווייניגער ארום עסן, האבן די אונגארישע אידונטום געמאכט א זשואיש נעשענעל פוד דעי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 1:37 am
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל