בַּאדי לענגוויטש - שפת הגוף

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

בַּאדי לענגוויטש - שפת הגוף

שליחה דורך שעפטאל »

כ'וועל אנהייבען מיט איין אינטרעסאנטע שטודיע, הלוואי ווער איך געוואר נאך אזעלכע!
אויב איר קענט זיך אויס אין דעם זיי אונז ביטע מהנה

וויסען אויב זיין ענטפער איז אמת צו ליגענט דורעך זעהן צו וועלכע זייט זיינע אויגען גייען הארט פארן ענטפערען

הקדמה 1: ס'איז באוויסט אז יעדע מענטש האט די קאנטשרעס מוח איין זייט קאפ, און די אנדערע זייט פאר זכרונות
אבער וועלעכע זייט איז ביי יעדעם אנדערש [שטודיע צייגט אהן אז ס'ווענט זיך געווענדליך וועלכע שפראך איז די עיקר שפראך ער ליינט, ביי אידיש ליינער (ווי אויך לשה"ק, עיברית,) איז די רעכטע זייט מוח פאר נייע זאכען און לינק'ס פאר זכרונות. ווייל די שפראך גייט פון רעכטס צו לינק'ס. ביי די ענגליש ליינען'דיגע וואס ס'גייט פון לינק'ס צו רעכט'ס איז לינק'ס פאר חידושים און רעכט'ס פאר זיכרון. כ'פארשטיי נישט פארוואס, אבער אזוי זאגט מען]

הקדמה 2: געווענדליך שווימען די אויגען (די שווארץ אפעל) צו די זייט מוח וואס מ'ניצט דעמאלס. [ווען מ'פרעגט א שאלה און יענער דארף אויפקומען מיט א עצה, געווענדליך קוקט עס אויס אזוי: יענער בלייבט שטיל, זיינע אויגען ריקען זיך פון זייט צו זייט. ער נישטערט פאר חידושים, אבער דאס ברענגט אהים ארויף זכרונות (ווי פריערדיגע הנחות) אזוי פאהרט ער פון זייט צו זייט]

און יעצט צום סימן
ווען די פרעגסט איינעם א שאלה (וואס די תירוץ דארף צו זיין אין די חלק הזיכרון) און זיין אויגען שווימען צו די זייט פון זיין מוח וואס איז געווידמעט פאר חידושים, זיכט ער דאך א חידוש, ער זיכט זיך נישט צו דערמאנען די אמת
[אדער ווען ער זיכט קודם אין די זיכרון זייט, אבער דערנאך פליהט די אויגען שנעל צו די חידושים זייט (אויפצוקומען מיט א תירוץ וואס איז עם מער באקוועם...) עס צו פארקויפען]

ווי אזוי ווייס איך וועלכע זייט איז זיין זיכרון?
זייער פשוט. פרעג עם א שאלה וואס ער דארף נישטערען אין זיין זיכרון פארען ענטפער. [וועלכע קאליר האט געוועהן די קארפעט אדער קאויטש אין דיין הויז ווען דו האסט אויפגעוואקסען? ווער איז געוועהן דיין כתה ד' ענגליש טיטשער? וואס האסטו געהאט פאר נאכטמאל לעצט וואך דינסטאג?] נאטירליכער'הייט גייען זיינע אויגען צו זיין זיכרון זייט

[אבער דוקא א שאלה וואס מאכט עם נישטערען. משא"כ ווען די תירוץ איז עפעס וואס איז נאך זייער פריש ביי אהים.]

דעם כלל איז זייער ניצבאר, מענטשען ווערען פארלוירן ווען זיי זעהן אז דו ווייסט סייווי און פראבירען מער נישט צו זאגען ליגנט

נ.ב. דאס איז די סיבה פון די פאליציאנט וואס פרעגט דיך: איז דיס יאר וויקעל? ווי וואוינסטו? הגם ער גייט אלעס זעהן אויף די קאמפיאטער. ווי אויך ביי א אלטצהיימער'ס פאציענט ל"ע (וואס זענען נאך לעיתים חלים) קוקט מען ווי ער זוכט די ענטפער. [געהערט פון אדמו"ר מ'קעכניע. גרענד סלעם לעקציע 14]
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

געדענקן צו קוקן ביי א זום שמועס די פארקערטע זייט...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

די כלל איז: ווי ווייניג אונז קענען קאנטראלירען אונזערע ווערטער, נאך ווייניגער איז די שליטה אויף שפת הגוף

1. תנועות מיט די הענט, אקסעלן, און פיס
2. גרומאסן פונעם פנים - אויגען
3. די טאון און פיטש פונעם קול, שנעלקייט פון די רעדען, (און אפי' זיין פליצלינג הייזעריג ביים זאגען אפאר ווערטער קען אנדייטען אויף עפעס)

אלעס דערציילט אינערליכע געפיהל'ן

כ'האף בעזה"י צוזאם נעמען אפאר פשוטע כללים וואס ר' גוגל שטעלט מיך צו, זיי זענען ע"פ רוב אזוי פשוט אז מ'שאקעלט שוין מיטען קאפ אלס צו שטומינג נאך פאר מ'איז מסביר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מתבודד האט געשריבן:געדענקן צו קוקן ביי א זום שמועס די פארקערטע זייט...
אויב מאכט מען יענעם אויף mute קען מען זיך קאנצטרירען אויף זיין שפת הגוף אליין...
זיי זאגען אז ביים זעהן א ווידיא קען עס העלפען אנאלזירען אויב ער רעד אמת, [און ביי א מאווי - ווי גוט ער עקט]
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

הער איך. קען זיין אינטרעסאנט צו צולייגן א שטודיע וואס מאנכע האבן אמאל געמאכט אז זיי האבן אנאליזירט מיליאנען ווידיאוס פון מענטשן ארום די וועלט, פון יעדע לאנד און געגנט, און געזען אז א ריזיגע רוב פון די באדי לענגוויטש איז די זעלבע ביי יעדן.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

wow!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מתבודד האט געשריבן:הער איך. קען זיין אינטרעסאנט צו צולייגן א שטודיע וואס מאנכע האבן אמאל געמאכט אז זיי האבן אנאליזירט מיליאנען ווידיאוס פון מענטשן ארום די וועלט, פון יעדע לאנד און געגנט, און געזען אז א ריזיגע רוב פון די באדי לענגוויטש איז די זעלבע ביי יעדן.
א ריזיגע רוב איז די זעלבע, אבער אונז קענען אמאל נישט אויפכאפען געוויסע נקודות אויף די אנדערער ראסע- קולטור

כ'האב געהערט א סיבה פ.וו. די ספרד'ישע באבא'ס האבן דוקא אסאך חסידישע און ליטווישע וואס גלייבען אין זיי, מוהרא"ש אסאך פרענקען, סקווער אסאך ליטוואק'ס, וכו' איז ווייל דער פון א אנדערע קולטור כאפט שווערער וואס איז פאלש

איבערהויפט ווען עס קומט צו "הלכות" ווי אזוי צו רעדן מיטען גוף איז אסאך תלוי אין פרק מקום שנהגו
קוקען יענעם אין די אויגען מיט א שמייכעל מיינט דאך פריינטשאפט. יא? נישט איבעראל אין געוויסע פלעצער איז דאס גאר א פארשעמונג
געבען א שאקעל יענעם'ס האנט ביים געבן שלום עליכם די ערשטע מאל מיינט ביי אונז אפענקייט און נאנטשאפט. אבער אין געוויסע קולטור'ן וואלט דאס געוועהן גאר מאדנע...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

האט נישט מיט באדי לענגוויטש, דער ליטוואק קען שוין דעם פראק אלס א בלאפער מילא מיינט ער אז דער שטריימל צו זשובע איז יא עפעס. דער פרענק קען שוין דעם באבא אלס א שטיקל מערדער מיינט ער אז די ווייסע בעקישע איז קודשי קדשים...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

גערעכט, דאס איז אלס אפצוטיילען חיצונית'דיג חלקים וואס קענען אויסקוקען הייליג

אבער ווען ס'קומט צו די פשוטע מענטשליכע כללים וואלט מען געדארפט גלייך זעהן.
דו זעהסט דאך ווי יענער "גדול" דאווענט, ווער קען נישט די חילוק פון עכטע וויינען און פאלשע, עכטע התלהבות און פאלשע. גייסט אריין צו עם, ווער שמעקט נישט גלייך אויב יענער איז באמת דא פאר א צווייטען אדער מאכט א פאלשע גרויליגע שמייכעל
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: בַּאדי לענגוויטש - שפת הגוף

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

די באדי לענגעוויטש איז נישט אזוי אפעקטיוו ווען די שמועס גייט נישט אויף מאמע לשון. א שטייגער ווי א חסידישע יוד רעדט און ענגליש. וויבאלד מען רעדט שטייט און מען דארף טראכטן וואס מען זאגט. קען מען נישט געהעריג ציווישנשיידן געהעריג. שוין געווען א שטודיע דערוועגן פון דייטשע סטודענטן אין די ענגלישע שפראך דערוועגן.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מן הסתם אויב קיינער קען נישט דעם אנדערען'ס שפראך בכלל איז גרינגער אויפצוכאפען יענעם'ס שפת הגוף, זייענדיג קאנצטרירט נאר אויף דעם.
אזוי ווי געשריבען אויבען וועגען mute

פונקט אזוי האט זיך אויסגעשטעלט ביי מיך פראבירענדיג צו מאכען א אויסלענדישער איד וואס קען נישט קיין ענגליש שפירען באקוועם אין שוהל
[נאך אפאר וואכען מיט גאר גוטע פריינטשאפט האט ער געכאפט אז ער קען ניצען גוגל טרענסלעיט מיך צו טעקסטן, (איך האב נישט געהאט קיין סמארט פאין און כ'האב ניטאמאל געוויסט דערפון דעמאלס) כ'האב דאן אנגעהויבען "שמיעסן" מער, אבער קיין סאפרייזעס איבער זיינע נאטור האב איך נישט באקומען, שוין קענענדיג אהים פון פריער]
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: בַּאדי לענגוויטש - שפת הגוף

שליחה דורך שארפןקאפ »

די טי ווי שוי האט מיר געעפנט די אויגן צו די נושא, נישט אלס איז אמת אבער עס איז אן אויגן עפענער

" tv show lie to me"
https://seriesonline.gg/tv/watch-lie-to-me-38809

Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

שכוח ר' שארפען קאפ :D די נושא ציהט מיך!
דער וואס ווייסט מער אדער ווי מ'קען לערנען מער זאל ביטע שטעלען קאווע צום שטיבל..

נאך כללים אין שפת הגוף

כ'ווייס ווייל איך האב דיך ליב!!

1. די פנים איז מסור, ער דערציילט אלעס. אבער די געווענדליכע אינסטינקט איז אלעמאל אויף יעדע זאך: וואס איז דאס נוגע פאר מיך, מיין טובה. דערפאר איז מען נישט awar וואס יענעמ'ס פנים דערציילט.
2. ווען מ'גייט ארויס פון זיך צו מיינען יענעם'ס טובה [אפי' מיט נגיעות, צו זיין א באליבט, אדער צו שפירען וויכטיג דורך זיין דער געבער וכדו'] הייבט מען גלייך אהן צו ליינען דעם שפראך

[וועגען דעם זענען די people pleasers אסאך מאל גאר שארף אין שפת הגוף.]


נאך א כלל

האנדלן מיט יונגע לערענט אויס שפת הגוף

1. שפת הגוף איז אזוי ווי א ניגון ס'דערציילט דיך מיין געפיהל - נישט מיין שכל

2. ביי קינדער איז די שכל קליין און די געפיהל גרויס - איז זייער שפת הגוף מער דראסטיש און מערקבאר
עלטערע אונטערדריקן זייערע געפיהלן – איז זייער שפת הגוף מער בזעיר אנפין, אויף א קלענערע פארנעם

3. ביים זיך לערנען א שפראך הייבט מען אהן מיט גרויסע אותיות און דערנאך כאפט מען שוין אויף שנעל אויך די קליינע אותיות
ביי קינדער און יונגע בחורים איז די שפת הגוף מיט שרייענדיגע קידוש לבנה אותיות


און יעצט נאך א סימן

די גוף און אויגען גייען צו וואס זיי ווילען [בבחינת רגלי מוליכות אותי]

א דוגמא:
כ'זיץ ביים שבת טיש און וויל אביסעל (אסאך) חריין. די סדר גייט אמאל אזוי:
1. מיינע אויגען גייען ארום דעם טיש צו זעהן ווער פון מיינע 5 קינדערלעך האט עס יעצט נעבען זיך.
2. זיי שטעלן זיך אפ, מ'האט געטראפען די חריין ביים חשובען בני בית.
3. כ'וויל עס בעהטן, אבער זי האלט יעצט אינמיטען מסביר זיין עפעס פאר מיין שלומי.
[ווי קען איך עסען די געפילטע אהן די חריין, אבער איך האק נישט אריין ווען זי רעדט... כ'לייג שנעל מיין פינגער אויפען מויל אפצוהאלטען די ווערטער פון ארויסקומען...]
4. מיינע אויגען גייען צו זי, צו בעהטן חריין, אבער כ'זעה אז זי זעהט נישט, מיינע אויגען גייען צוריק צו די חריין [כאילו כ'קען עס שלעפען צו מיך מיטען קוק'ן...]
5. און איך קוק נאך..
6. פליצלינג, מיין הערשעלע געבט זיך א שטרעק אויס צו די חריין און לייגט עס אראפ ביי מיך.
ממש רוח הקודש
אדער ער האט מיך געזעהן קוק'ן אויף די חריין מיט הינגעריגע אויגן.


נאך א דוגמא

ווען דו ביסט גאר אינטרעסירט אין א שמועס [אדער אין דער מענטש וואס רעד] היות די געפיהל איז "צו אהים" איז דיין גוף אויך "צו איהם", דיינע אויגען אויף אהים, דיינע פיס אויסגעדרייט צו זיין ריכטונג.

[די מינע פון דיין אויגען ברעמען און דיין מויל, פארציילען שוין די סיבה פון דיין אינטערעסע.
אויב ס'איז ליבשאפט און אינטערעסע - זענען די אויגן ברעמען אויף ארויף, און די אויגען זענען מער אפען (כ'בין דאך אינטרעסירט, כ'וויל דאך זעהן..)
די מויל שמייכעלט (ביי א קינד איז די גאנצע מויל א U און ביי א ערוואקסענע וואס פראבירן אמאל צו באהאלטען די שמייכל גייט נאר די זייטען פון די מויל אביסל אויף ארויף)
די פארקערטע וועט זיין אויב ס'איז אלס אויפרעגעניש און אהים צו לערנען א לעסען - די אויגען ברעמען לאזען זיך אראפ, און די מויל ווערט אראפגעלאזט ביי די זייטען.]

נ.ב. ווען מ'איז אין די אטוריטעיט פאזיציע [פרעזידענט, און אפי' א מלמד, טאטע] איז גוט אמאל צו באהאלטן אויפגערעגטע געפיהל'ן, ווייל קאנטראל מיינט: קאנטראל אויף זיך!
ס'איז דא א קורס וואס עס לערענט אויס.
צום ביישפיל, הייב אויף די שפיץ פון דיין צינג צו די soft pallet אין דיין מויל, און האלט דיין מויל פארמאכט. דאס וועט באצווינגען דיין מויל נישט צו ווערען א frown .
האלט דיינע הענט וואס שאקלען זיך פון אויפרעגעניש (אדער פארלוירענקייט) פון אונטער דיין ריקען, אזוי אז ס'ווערט נישט געזעהן.
און די בעסטע עצה, געב א גוטע טיעפע אטעם...]
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

בַּאדי לענגוויטש אויף איין פיס

שליחה דורך שעפטאל »

ס'דא א טעאריע אז פסיכולוגיע האט זיך אנגעהויבען ביי די נאוועל ביכער, אפשר איז די זעלבע ביי שפת הגוף.
לאמיר דערציילען א מעשה שלא היה [נישט ממש א מעשה נאר חלקים פון א טאג בוך] און אריינרוקען ווי מער שפת הגוף. עס אריין שטופ'ען אין א מעשה וועט אויפטוהן אז די פשוטע כללים זאלן זיך בעסער איינקריצען ביי אונז אויף למעשה.

וויכטיג צו וויסן: כמעט א יעדע שורה האט א כלל אדער צוויי.


א
מאנטאג אמור תשע"ו 9:30 צופרי ביי אונזער קאמפעני אין דעם הערליכע אינטערוויא אפיס.
(כ'מיין נישט מיין צופלויגענע אפיס ווי נאר מיין געטריי'סטע ארבעטער מאיר האט א דריסת רגל, נאר די שיינע אינדרויסענדיגע אפיס)

שמעון קומט אריין, זיין שטארקע קוועטש אויף מיין האנט ביי די שלום עליכם האט מיך גלייך געוויזען דער האט קאנפידענס, ווי אויך זיין זיכערע טריט. כ'דארף זיין גאָטס אין מיין קאמפעני. בקיצור דינסטאג האט ער שוין גע'ארבעט ביי אונז.

[ביז א טאג 2 באמערק איך אז ער שטעלט זיך אהער ווי א גרויסע מומחה וואס מ'האט גאר אריינגענומען צו מאכן סדר. ווען ער שטרעקט ארויס זיין האנט צו געבען שלום האלט ער זיין דיקע פינגער צו די לינקע זייט, אזוי איז זיין האנט די דאמענעט האנט, ער איז פון אויבען. (ווען ער געבט ווען אזוי שלום פאר מיך, וואלט איך עם פיינט געהאט)]

ב
תשע"ז ס’איז א רעגן'דיגער אייר טאג


כ'זיץ מיט מאיר אין די פראווייטע אפיס. מאיר איז א אמת'ע חבר מיינע כאטש כ’בין אסאך עלטער פון אהים, כ'קען זיין זיין טאטע. ער איז א שטילער, אבער א פרייליכער, א אמת'דיגער [ער האט מיך אזוי ליב אז אומכאפענדיג מאכט ער שוין נאך מיין וועג פון שטיין, תנועות, וועג פון רעדן, וכדו' כ'שמייכעל אמאל ווען איך באמערק עס, אבער כ'פארשטיי אהים, ער רעספעקטירט מיך זייער, כ'האב אהים אסאך אויסגעלערענט. ער איז נישט ערגער פון די ליטווישע בחורים מאכן נאך זייער ראש ישיבה'ס קול. (-מירערינג)]

מ'דארף שוין האבן נאך א מענעדשער, אונז שמועסן אדורך מענטש ביי מענטש, צו זעהן ווער ס'איז געאייניגט דערפאר.

אונזער סעקיטערי איז א אפציע? זי איז א מענערישע פרוי, זי זיצט אלעמאל מיט א גראדען ריקן, קאפ ארויף, זי איז זייער קאנפידענט. אבער לעצטענ'ס גייט זי נעבעך אריבער א שווערע צייט, קיין שלום בית איז נישטא, זיר גראדע ריקן האט זיך אראפגעהויקערט. אנשטאט די נאטירליכע שטארקייט האט א פארביסענקייט אנגעהויבען איבער צו נעמען.

א שטארקע חילוק זעהט זיך אהן די וועג זי קומט אריין צופרי. אמאל, האט זי געגריסט די ארבעטאר'ענס מיט א הויעכע גאָד מאָרנינג. ווען זיר חבר'טע האט אריינגעבלאנדשעט אין אפיס, האבען זירע הענט זיך געהויבען ווייזען'דיג דעם פריינטליכען גאָד בּיי צייכן. היינט. ניצט זי נאר די פינגער, אבער צו ווייזען ווער ס'איז שולדיג אין סיי וואס. בקיצור, א שאד זי איז מער נישט פאר דעם.

שמעון איז אויך נישט מיין ערשטע אפציע, ער צו שטארק, מ'האט עם נישט אזוי ליב, אבער דערווייל גייט מען עם העכערן אין ראנג.

ג
א וואך שפעהטער

די עדיטוט אין די קאמפעני האט זיך געפארבט מיט שווארץ
שמעון שטייט פאר מיר, כ'בין עם איידעל'ערהייט מעורר מיט א שמייכל אז מ'קען זיך נישט צוקריגען מיט יעדעם פאר א ביסעל מאכט.
ער שאקעלט מיטען קאפ צו ווייזען אז ער פארשטייט מיך, אבער ס'האט געפעהלט דעם האלבען שמייכעל וואס זאל דערציילען אז ער שטומט צו.

ד
תשפ"ב. יום.. פרשת..

שמעון האט מיך אויך ביים קארג, ער מעניפעלירט מיך אויך. ער קומט און גייט ווען ער וויל, ער הייסט מיך אפי' וואס צו טוהן. (יא, אזוי ווי איר הערט. אבער ב”ה אז איך פאלג עם נישט...) איך בין באמת צעמישט, איז ער טאקע אזוי גוט אז די ביזנעס קען נישט אנגיין אהן עם? אפשר קען די ביזנעס נישט אנגיין מיט עם! כ'האלט עס נישט אויס!

מיט מאיר'ס אויפריכטיג'קייט האב איך ענדליך גענימען די קוראש, כ'רעד מיט שמעון זייער ערענסט. ווי נאר ער האט געכאפט ווי איך ציהל, האט זיך א frown אראפ געלאזט אויף עם, (ער שטומט נישט מיט)

ווען כ'האב אנגעהויבן צו פארלאנגען אז ער זאל אריינקומען צופרי ווי ס'שטייט אין די קאנטרעקט - האט ער געמאכט crossed arms (ער איז אין די דיפענסיוו מצב)

ער האט מיך נישט געקענט קוק'ן אין די אויגען שפירענדיג פארשעמעט, און אז ער איז נישט טראסבאר צו מיך. ווי אויך ווייל ער איז נישט אינטרעסירט אין דעם שמועס, קוקט ער נישט.

כ'האב געהאט א פלעשבעק פון די גוטע צייטן ווען ער פלעגט מיך גוט אריינקוקן אין די אויגען שפירענדיג אפען אין אינטרעסירט אין מיינע ווערטער.
ער פלעגט זיך צובייגען (אביסעל) זייענדיג מיט מיך - און יעצט פארקעט, ער רוקט זיך אוועק פון מיך מער ווי די נאטירליכע פלאץ וואס איז געווענדליך דא.

אנשטאט א ענטפער בלייבט ער שטיל פאר א לאנגע צייט. ווייל ער איז נישט באקוועם, ער האט נישט קיין ענטפער.

ענדליך זאגט ער אפ אפאר ווערטער מיט אן אראפגעלאזטע נידריגע נאיט (אזוי ווי נאר מיכאל שניצלער פלעגט קענען): איך פיהר די ביזנעס בעסער פון דיך, מיש זיך נישט אריין.
כ'קען נישט גלייבן אז ער ניצט דעס אלס א טענה. זיין נידריגע נאיט צייגט אומ'אינטערעסע אין דעם גאנצען וויכיח.

כ'געב א שטארקע (אגרעסיווע) כאפ זיין האנט [נישט די האנט פלאך, נאר העכער ביי די ארבל] זיין פאלשע שטארקייט צעגייט זעהן'דיג מיין שטארקייט. כ'זאג שטיל אבער פעסט: דו ביסט א ארבעטער אויב דו טוהסט דיין דשאב! פארשטאנען?! ער געבט א צינישע לאך און שטורעמט ארויס פון אפיס. (אקעי, ער גייט מיך יעצט גוט בארעדן)

כ'קוק איבער די קעמרא פון אפיס, כ’שפיל עס אויף דוקא אויף slow motion ווייל כ'בין נייגעריג צו זעהן זיין מייקרא עקספרעשען'ס [דאס איז די סעקונדע פאר א מענטש איז מצליח צו באהאלטען זיין געפיהל] כ'זעה טאקע ווי ממש פאר זיין צינישע שמייכעל מאכט ער גאר זייער א בארעגטע פנים, ער דריידט דאס נאר גלייך אויס אין א שמייכעל

ה
יום.. פרשת..

כ'רוף אריין מיין בעסטע ארבעטער מאיר
ער קוקט מיך אין די אויגען [ער איז אויף מיין זייט פון די מחלוקת וואס שמעון דרייט אהן אויף מיך]
ער ווארט כ'זאל אנהייבען רעדן, און איך טראכט נאך: ווי הייבט מען אהן.

ער איז אביסל אנגעצויגען, ווייל אסאך ארבעט דארף ווערען געטוהן יעצט, דערפאר האקט ער אביסעל מיט זיינע פיס אויף די ערד.

נאך אביסל, כאפט ער שוין פון וואס מ'גייט רעדען, ער ווערט אומבאקוועם און דרייעט זיך די פאות און שפילט זיך מיט זיין קליין בערדל. [די לעצטע מאל כ'האב עם געזעהן זיך שפילען מיט זיינע האר רעדענדיג צו מיך איז געוועהן ביי זיין אינטערוויא.. ער שפילט זיך מיט זיין פאין, ער געבט עס פון איין האנט צו די אנדערע האנט אהין און צוריק. ס'האט כמעט אראפגעפאלן, אבער ער ווארפט עס ווייטער נערוועיזערהייט]

כ'געב א ווייכע טאפ אויף זיין האנט. כ'געב אהים זיין פארדינטע שמייכעל און כ'זאג עם מיט א שטילע ערענסטע ליבליכע קול: מאיר, ס'איז אקעי!

א בא'רואיג'ינג שמייכעל קומט ארויף אויף אהים, ער געבט זיך א צוה אויס און שפרייט אויס זיינע הענט אויפען טיש, [ער האט שוין צוריק די קאנפידענס וואס כ'געב אהים אלעמאל, ער שפירט שוין נישט אזוי אומוויכטיג אז ער זאל נישט האבן קיין רעכט אויפצונעמען אסאך פלאץ אינעם צימער]
זיין שנעלע טעמפא פון אטעמען פארשטייטערט זיך, ווי אויך אטעמט ער טיעפער אריין. [אה, די סטרעס לאזט נאך]

נאך אונזער שמועס. די החלטה איז קלאר, מ'גייט האלטען דעם שמעון’נען דא ביז מ'טרעפט א נייע מענעדשער.

ו
דריי טעג שפעהטער..

היינט האב איך געהאט א אינטרעסאנטע טאג.
אינטערוויא'ס, אינטערוויא'ס, און נאך אינטערוויא'ס. לאמיר אייך פארציילען דעי וואס כ’געדענק...

זרח’ס אינטערוויא.
ער האט זיך אנגערוקט 15 מינוט שפעהט, - איז ער אזוי אינטרעסירט? ס'זעהט נישט אויס ווי ער נעמט עס אהן ערענסט.
קיין דיאדערענט האט ער זיכער נישט געלייגט, קיין שויער אויך נישט. די גאנצע צימער שמעקט פון מעלת כבודו. – אויב ער נעמט נישט קיער פון זיך, ווי אזוי וועט ער קיער נעמען פון אנדערע? כ'רייב זיך די אויגען ווייל כ'גלייב נישט וואס איך זעה, אדער ווייל כ'וויל עס נישט זעהן.
סוף פסוק: ער איז נישט מיין מענעדשער, ניטאמאל קיין ארבעטער.

הערשל’ס אינטערוויא.
ער קומט אריין אנגעטוהן זייער פשוט, מיט ארבעט'ס קליידער. (ער שטעלט זיך נישט אהער פארמאל צו צייגן פראפעשינ'עליזם, ער איז ראוג מיט זיך..)

ווען ס'האט ארויף געקומען די נושא פון משפחה, שלעפט ער ארויס זיין פאין און ווייזט מיך זיין משפחה גאלערי. ער איז א ווארימע מענטש, ער האט זיכער ליב צו קאננעק'טן.

אבער ער האקט אריין ווען מ'רעדט צו אהים, [כ'מיין אז ס'קומט נישט פון גאוה און שלעכט'ס, נאר פון זיין חוסר סבלנות, ער איז פון די "עי די עיטש די" חברה.

למעשה ווען כ'האב עם מסביר געוועהן די וויכטיגע פרטים וואס די ארבעט פארלאנגט שטענדיג צו נעמען אין באטראכט, האט ער אויסגעהערט שטיל און געטראכט [דורכ'געטראכט] פארן ענטפערען.

ער זאגט מיך אז זיין געלונגען’קייט און געשיקט'קייט איז ווערד מער געלט פּער שעה. דא האב איך שוין געדארפט טראכטן וואס און ווי אזוי צו ענטפערען, כ'טרעף זיך קראצען מיין האלז ביי די זייטען [מ'קראצט אמאל די האלז ווען מ'טראכט פון א עצה.]

----

המשך יבא.. כ'דארף עס נאר אויפטראכטען ארום נאך כללים. די שנעלקייט פון די רעדן, קראצען די נאז, און נאך.

אנטשולדיגט. כ'ווייס ס'פעהלט אסאך, אבער דערווייל יאג איך זיך צוריק צום אשכול: הקדמה צו פארשטיין קבלה, ווייל ס’ציהט מער טרעפיק...

אויב טרעפט איר דעס אינטרעסאנט אדער ניצלעך ביטע שענקט א לייק ווייל איך וויל לייק'ס :)

[איין מינוט. וואס פאר א מין סיבה איז דעס? אבער ווען מ'הערט די ווארט "ווייל" איז מען מער וויליג עס צו טוהן. שפירענדיג אז יענער האט א סיבה איז מחייב זיך צו רעכענען מיט אהים.
אשר על כן, ניצט דעם סודות'פיהלן וואפן וואס הייסט "ווייל", ס'העלפט אסאך. כ"ש ווען מ'זאגט א זאכליך'ע סיבה]
פארשפארט