7 טעג א וואך

מחשבה, השקפה ועיון
טראמפ...ייטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

7 טעג א וואך

שליחה דורך טראמפ...ייטער »

איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: 7 טעג א וואך

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

וואס האט עס מיט תורה? אפשר וויבאלד עס איז דא זיבן טעג אין א וואך האט מען אויסגעשטעלט די תורה עס זאל לויפן טאקע אויף די וועג וויאזוי עס איז געלאפן ביז דעמאלטס.

איך האב שוין גראדע געהערט מער ווי איין מאל איבער דעם זיבן טעג א וואך אין די גאנצע וועלט. די קענסט מיך ציווייזן א פראפעסיאנאלע מקור צו דעם?
אז אין בראזיל האלט מען זיבן טעג א וואך ווייס איך, איך וויל וויסן וואָס טוט זיך מיט פארשטופטע שבטים.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

טראמפ...ייטער האט געשריבן:איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
ס'איז טאקע יא איינע פון די גרעסטע ראיה'ס!
ווען איינע פון די רוסישע צאר'ן האט פרובירט צו טוישן די ארבעט'ס טעג, אז ס'זאל נאר זיין פינף טעג, האט עס מיאוס געפלאפט.

פסח ביינאכט, נאך די הגדה פרעגט מען 'אחד מי יודע וכו', אלעס איז אידישע ענינים, ביי זיבן אבער, איז עס די טעג פון די וואך, כ'מיין אז מ'זאגט עס נאך פון איינע פון די בעלזא רבי'ס, אז ער האט געפרעגט זיין טאטע, וואס האט דאס מיט אידישקייט, האט אים זיין טאטע גענטפערט די אויבערדערמאנטע תירוץ.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

Chat gpt.

There are some societies or cultures where the concept of a 7-day week is not as prominent or widely used as it is in other parts of the world. For example, some traditional societies in Africa and South America have their own unique ways of marking time that do not follow a 7-day week. In some cultures, the week may be structured around different numbers of days or may not be a fixed cycle at all.

Additionally, there are some religious or cultural calendars that use a different number of days in a week. For example, the ancient Egyptians used a 10-day week, while the French Revolutionary calendar used a 10-day week as well.

However, for practical purposes and in everyday life, the 7-day week is the most commonly used system for dividing time across the world.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די וועלט האט עס אָנגענומען ווייל א דאמינענט אור-אלטע קולטור האט עס אָנגענומען במוסכם אז אזוי לאנג רעכענט מען (אַרבּיטרערילי) א ״וואך״ אלס א געוויסע יוּניט פון צייט. (די מצריים האבן געהאט א 10 טאג וואך.) ענליך צו ווי די וועלט האט אָנגענומען (מהבבליים) אז א ״מינוט״ יוּניט פון צייט איז (אַרבּיטרערילי) 60 סעקונדעס; דאס ווייזט נישט אויף גארנישט. די שאלה איז פארוואס האט עס די דאַמינענט קולטור (אויך די בבליים דא) אָנגענומען? איז דאס א ראיה לששת ימי בראשית ושבת, אדער איז פארקערט אז וויבאלד די דאַמינענט קולטור האט דאס אָנגענומען האט מען שוין ארום דעם געמאכט די סיפור בריאת העולם? עס זענען דא וואס קלערן אז די בבליים האבן עס אזוי איינגעשטעלט עפ״י א (בערך) פערטל פון הילוך לבנה בהחודש (און די פיר צורות/phases פון די לבנה במשך החודש: האלבע איין זייט, גאנצע, האלבע אנדערע זייט, מולד), וואס זייער קאלענדער איז געגאנגען שטארק לפי מולד הלבנה, וג״כ עפ״י אור-אלטע אסטראלאגיע וואס האבן נאר געוואוסט פון שבעה כוכבי לכת, ועפי״ז אויסגעשטעלט א סייקל פון איין טאג פאר יעדעס כוכב.

דאס אז עס איז אזוי פארשפרייט כהיום אויף די וועלט, ווייזט פשוט מער אויף די אינפלוענס פון קריסטענטום (און איסלם) איבער די וועלט פאר מער פון 1,000 יאר.

דאס אז מ׳קען עס נישט אויסרייסן ווייזט פשוט אז עס איז גאר גאר שטארק מוסכם און פארשפרייט מדורי דורות. נישט מער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

טראמפ...ייטער האט געשריבן:איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
ביסט פויל צו זוכן?
https://www.livescience.com/45432-days-of-the-week.html
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

אבן עזרא פרשת בשלח והחל המן לרדת ביום ראשון, כי מיום רדתו נחל לספור, כי כל האומות סומכין על ישראל במספר הזה. והנה הערלים קראו שמות ימי השבוע על שמות המשרתים, ויום שבת לא כן. ובלשון ערבית קראו חמשה ימים על דרך המספר, ויום ששי: אלגומ״ע על שם חבורם, כי הוא להם היום הנכבד בשבוע. ויום שבת קוראין אותו: סַבְּתְ, כי השי״ן והסמ״ך מתחלפים בכתיבתם. ואלה – מישראל למדו, כי הנה אנשי הודו, שאינם מודים במעשה בראשית, תחילת ימי השבוע להם יום רביעי, בעבור כי כוכב היום הוא כוכב חמה, ויש לו שלטון עליהם כפי דבריהם
זיצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 31, 2023 4:02 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך זיצער »

דאס וואס מען האט אנגענומען אז א מינוט און 60 סעקונדעס און א שעה איז זעכציג מינוט הגם עס ווייזט נישט אויף גארנישט אזויווי @"מי אני" האט געזאגט, דאך איז עס באזירט אויף א מאטעמאטישן ווערד, צו ווייל 60 צעטיילט זיך גוט, צו זאל זיין די סיבה ווייל די בבליים האבן גענוצט א 60 בעיס סיסטעם פאר נומערן (אפשר איז עס היינו הך), אזוי צו אזוי, איז עס געמאכט מיר א חשבון משא"כ 7 טעג א וואך האט נישט קיין פשט.

בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער פותח וויל ברענגען א ראיה צו רעליגיע בכלל, אפי נניח אז עס איז באזירט אויף די ששת ימי בראשית און נישט פארקערט, איז דאס נישט קיין ראיה, סאיז סך הכל א סימבאל דערצו, אז דער וואס האט איינגעשטעלט די סדר האט געהאלטן אז סאיז געווען ימי בראשית.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום זיצער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: 7 טעג א וואך

שליחה דורך שערי יושר »

זיצער האט געשריבן:
בכלל פארשטיי איך נישט וואס דער פותח וויל ברענגען א ראיה צו רעליגיע בכלל, אפי נניח אז עס איז באזירט אויף די ששת ימי בראשית און נישט פארקערט, איז דאס נישט קיין ראיה, סאיז סך הכול א סימבאל דערצי, אז דער וואס האט איינגעשטעלט די סדר האט געהאלטן אז סאיז געווען ימי בראשית.
גוטע פוינט
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: 7 טעג א וואך

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

וואס איז די חשבון מיט 60?
שוין לאנג וואס עס גייט מיר אויף די נערווען.
אויך 12 אינטשעס. וואס דע העק!
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
זיצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 31, 2023 4:02 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך זיצער »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס איז די חשבון מיט 60?
שוין לאנג וואס עס גייט מיר אויף די נערווען.
אויך 12 אינטשעס. וואס דע העק!
12 און 60 האבן לכאורה די זעלבע סיבה, ביידע צוטיילן זיך דאס מערסטע און גאנצע נומערן אונטער זיי.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די געדאנק וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אז דאס אז כהיום האבן אונז 60 סעקונדעס אין א מינוט און 60 מינוט א שעה, איז אַרבּיטרערי און ווייזט פשוט אז אונז האבן דאס גע׳ירש׳ענט פון אַן אור-אלטע קולטור (שנער ובבל) און דאס איז שוין אזוי נפוץ ומוסכם געווארן בהעולם (ואפילו בהודו). און דאס איז הגם זייער בּעיס-60 סיסטעם איז שוין אויס. וה״ה לגבי א 7 טאג וואך: זיי האבן עס איינגעשטעלט און דאדורך איז עס נפוץ ומוסכם געווארן, הגם די טעם קען שוין זיין בטל. די שאלה איז פארוואס האבן זיי דא גענוצט 7? 60 ווייסן מיר כנ״ל, אבער פארוואס 7 ביי א וואך? איז דאס טאקע וועגן זיי האבן אויך געגלייבט (מעיקרא) בשבעת ימי בראשית? אויף דעם זענען דא אנדערע הסברים ווי א סייקל פון ז׳ ימים נגד ז׳ כוכבי לכת אדער צו צוטיילן דעם סיבוב הלבנה בחודש כנגד די פיר פעיזעס שבה בתוכה.

ואגב, עיין כאן לגבי די נוצליכקייט פונעם בּעיס-12, דוּאָדעסימעל, סיסטעם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: 7 טעג א וואך

שליחה דורך שארפןקאפ »

איך פאנג נישט אן צו פארשטיין די קשיא...
וואס האט די פאקט אז די וואך איז זיבן טעג צוטעון מיט צי עס איז אמת, ווייל די תורה זאגט עס איז דא א זון אין לבנה איז עס אמת?

Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

טראמפ...ייטער האט געשריבן:איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
די קשיא איז אייגנטליך Huge! :D
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

7 טעג א וואך

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

שארפןקאפ האט געשריבן:איך פאנג נישט אן צו פארשטיין די קשיא...
וואס האט די פאקט אז די וואך איז זיבן טעג צוטעון מיט צי עס איז אמת, ווייל די תורה זאגט עס איז דא א זון אין לבנה איז עס אמת?

Sent from my SM-S908U1 using Tapatalk
ער פרעגט וויבאלד מען זעהט נישט קיין נארמאלע סיבה פארוואס יונערווערסאל איז אנגענומען די 7 טעג. דארף עס באדייטן אויף עפעס.
די זעכציג מיט די צוועלעף איז יונערווערסל אנגענומען וועגן די מעטאמאטישקייט דערפון. די איינציגסטע נארמאלע הסבר איז וועגן צוטיילט פונעם חודש אין פיר. אבער גאנץ שוואך וויבאלד עס קומט קיינמאל נישט אויס די וואכן זאלן לויפן אינאיינעם מיטן חודש.
איינער האט אנגעמערקט אז וועגן די אנפלוס פון קריסטן און איסלאם האט עס פארשפרייט געווארן יונערווערסאל. שטימט נישט מיט די ווייטע אזיע לענדער וואס האבן אויך די חשבון אבער מיט די צוויי פרי דערמאנטע רעליגיעס גארעישט געהאט
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: 7 טעג א וואך

שליחה דורך כרם זית »

וידועים דברי הכוזרי.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
זיצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 31, 2023 4:02 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך זיצער »

מי אני האט געשריבן: אויף דעם זענען דא אנדערע הסברים ווי א סייקל פון ז׳ ימים נגד ז׳ כוכבי לכת
דאס איז זייער מסתבר, נעמענדיג אין אכט אז די נעמען פון די טעג זענען טאקע באזירט דערויף, און אין געוויסע קולטורען האלטן עפעס אז די מזל האט שייכות צום טאג.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:די איינציגסטע נארמאלע הסבר איז וועגן דאס צוטיילן דעם חודש אין פיר. אבער דאס איז גאנץ שוואך וויבאלד עס קומט קיינמאל נישט אויס אז די וואכן זאלן לויפן אינאיינעם מיטן חודש.

איינער האט אנגעמערקט אז וועגן די אנפלוס פון קריסטן און איסלאם איז עס פארשפרייט געווארן יונערווערסאל. שטימט נישט מיט די ווייטע אזיע לענדער וואס האבן אויך די חשבון אבער מיט די צוויי פריער-דערמאנטע רעליגיעס גארנישט געהאט.
איה״נ. ובפרט אז ס׳דא עווידענס פאר די זיבן-טאג וואך אין יענע מדינות פאר די אויפשטייג און פארשפרייטונג פון נוצרות ואיסלם (וואס איסלם איז יא אָנגעקומען אין יענע ראיאן בהודו מיט בערך 900 יאר צוריק). די מהלך פון מאכן א זיבן טאג סייקל יום לכוכב מהז׳ כוכבי לכת וואס זיי האבן געקענט זעהן, און/אדער צוטיילן א חודש אין 4 לפי די 4 פעיזעס פון די לבנה בהילוכה בהחודש, שטימט יא. ואיה״נ אז זיבן טאג איז נישט פונקט א פערטל פונעם חודש, וממילא גייט עס מישט לויפן אין סינק, איז דאס אבער נאך גענוג מאסגעבענד אויף אוועק צושטעלן א סייקל מיט די נומער אלס א ״בערך״.

וויקיפידיע שרייבט אז די זיבן-טאג וואך איז אָנגעקומען להודו וסין דורך יון, וואס צו זיי איז דאס אָנגעקומען דורך בבל.

איך האב טאקע אראפגעברענגט די כוזרי (מאמר א אות נט) וואס ברענגט זיך א ראיה לחידוש העולם פון הסכמת העולם צום בּעיס-10 סיסטעם. און פריער דארט, באות נז, ברענגט ער זיך דאס זעלבע ראיה פון הסכמת העולם לז׳ ימים בשבוע, ואף במדינות צין ואיי המערב ע״ש. (דער קול יהודה דארט ברענגט צו דעם אבן עזרא אין בשלח וואס @סקעפטיקער האט פריער צוגעברענגט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: 7 טעג א וואך

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

זיצער האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן: אויף דעם זענען דא אנדערע הסברים ווי א סייקל פון ז׳ ימים נגד ז׳ כוכבי לכת
דאס איז זייער מסתבר, נעמענדיג אין אכט אז די נעמען פון די טעג זענען טאקע באזירט דערויף, און אין געוויסע קולטורען האלטן עפעס אז די מזל האט שייכות צום טאג.
שוואך. ווייל עס איז גאנץ צושפרייט צווישן אסאך פארשינדענע קולטורן וואס האבן געלעבט אין אנדערע פלעצער און נישט געוואוסט איינער פונעם צווייטן. וואס האבן זיי אלע געמאכט פונקט האלטן אז מען ווען מאכן א סייקעל פון טעג לויט די מזלות און נישט לויט די פינגערס פון די הענט.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז פשוט: אלס אסטראנאמיע. מיינענדיג, דאס אז די משך פון א חודש איז (בערך) 30 טעג און דאס אז די משך פון א יאר איז 354/365 טעג, איז תלוי לפי מהלך הלבנה/החמה - אסטראנאמיע. ולכן, אז מ׳שטעלט אוועק א משך פון א וואך, שטעלט מען דאס אויך אוועק לפי אסטראנאמיע והכוכבים; די כוכבי לכת און/אדער פעיזעס פון די לבנה. ואיה״נ אז מעיקרא האט דאס נישט יעדער אָנגענומען און די מצריים האבן צב״ש געהאט א וואך-סייקל פון 10 טעג כנ״ל.

ביים רעכענען א טאג, וואס ווערט אויך בעצם גערעכענט עפ״י אסטראנאמיע והיינו מהנץ החמה עד השקיעה, צוטיילט מען דערין די שעות ודקות שוין יא אַרבּיטרערילי, וויבאלד עס איז נישט (געווען) שייך דאס צו צוטיילן עפ״י אסטראנאמיע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טראמפ...ייטער האט געשריבן:איינער קען מיך ענפערן פארוואס מיר האבן 7 טעג א וואך און די גאנצע וועלט איז דאס נישט א ראיה און א פאקט אויף אמיתת התורה
אין די גאנצע וועלט איז אנגענימען אז מען גייט אויפן פיס און נישט אויפן קאפ, איז דאס נישט א ראיה אויף אמיתת יאשקע פאנדריק?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

ס'א מה מצינו מיט א פירכה. ווייסטו פארוואס ס'דא ששת ימי המעשה, ווייל דינסטאג איז נכפל בו כי טוב, העסטו זאגן אויף א גרינעם מיטוואך ווען מ'עסט מילכיגס?

כ'קלער נאר טאמער די תורה וואלט געהאלטן די פראנצויזשע רעוואלוציענערע צען טעג וואך וואלט געווען מער צייט פאר בריאת העולם מיט יישוב הדעת, און מ'וואלט געקענט האבן א גאנצע טאג פאר באשאפן צווענגל מיט שדים, און נישט אזוי געיאגט ערב שבת בין השמשות ווען מ'דארף שטעלן די בלעך און שניידן נעגל.

בכל אופן, וועט די זיבעטע טאג, וואס הייסט נאך שבתאי, מוזן אויסגעפאלן די רוה טאג, ווייל אויף לשה"ק באדייט שבת רוען.
פארשפארט