ייש״כ ייש״כ!
דער שמן ראש (פרקי אבות נצבים תשס״א) טייטשט אז אלע קללות שבשני התוכחות ביחד, המ״ט שבתורת כהנים והצ״ח שבמשנה תורה, המה קמ״ז. דער מדרש זאגט (איכ״ר א לז) אז קשה לפני הקב״ה סילוקן של צדיקים כפליים כהתוכחה, וויבאלד ביי די תוכחות שטייט (דברים כח נט) והפלא ה׳ את מכותך, ולגבי מיתת צדיקים שטייט (ישעיה כט יד) לכן הנני יוסף להפליא את העם הזה הפלא ופלא ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבניו תסתתר ע״כ. אבער אין די תוכחה שבמשנה תורה שטייט דאך (דברים כח סא) גם כל חלי וכל מכה וגו׳ וואס דאס גייט ארויף אויף מיתת צדיקים כידוע. וא״כ איז דאך אין אלעם דא 3 מאל מספר ״קמז״ קללות, די עצם תוכחות ביחד מיט מיתת צדיקים וואס איז נאך צוויי מאל אזויפיל, וואס דאס איז עולה כמנין ״אתם״.
(הגם דער מדרש זאגט נאר אז מיתת צדיקים איז דאפעלט פון די צ״ח שבמשנה תורה.) ולכן פירש״י כשהוריקו פניהם של ישראל כששמעו התוכחות האט משרע״ה זיי געזאגט ״אתם״ נצבים היום כולכם. און דער חת״ס זאגט בריש פ׳ נצבים אז קמ״ז שנותיו של יעקב זענען להגן על התוכחות ע״ש, און דערפאר ביי יעקב הצדיק
שלא מת (תענית ה:) איז דא דעם (מיכה ז כ) תתן ״אמת״ ליעקב עכ״ד ע״ש ודפח״ח.
יעצט, דער חת״ס זאגט בתורת משה על ההגדה של פסח אז אהי-ה אשר אהי-ה איז מרמז לאמת, וויבאלד ״אהי-ה״ פעמים ״אהי-ה״, והיינו 21 מאל 21, איז עולה מספר ״אמת״, והיינו 441 ע״ש. ונמצא מזה אז די סקווער רוּט פון ״אמת״ איז מספר ״אך״. דער נועם מגדים טייטשט בפ׳ כי תשא אז (קהלת י ב) לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו, והיינו אז דער חכם דארף קוקן צו די ״ימין״ פון די אותיות ״לב״, אותיות הקודמות להן, וואס דאס איז ״אך״ והיינו א מיעוט לאחוז בענוה, און דער כסיל קוקט ל״שמאל״ של האותיות ״לב״, האותיות שלאחריהן שהן ״גם״ וואס איז א ריבוי און ער האלט זיך בגאות ע״ש.
יעצט, ווען עס איז דא דעם מיתת צדיקים והסתרת הבינה איז דאך דא א נעגאטיוו 441; עס איז דאך אַבּוויעסלי א נעגאטיווע נומער. אבער די 441, ובפרט לענין חכמים הנוהגים בענוה, דארף מען דאך צוריק נעמען צום רוּט ושורש של ״אך״ (אשר ״אמת״, 441, היא ״אך״ פעמים ״אך״ וכנ״ל). אבער ווען עס איז א נעגאטיוו גייט מיר דאך די סקווער רוּט דערפון
געבן א מספר מדומה ואימעדזשינערי נומער i. און ווען איך געב אַן עקספּאָנענט פון 4 צו i, איך בין דאס כופל על עצמו 4 מאל, דאן ווערט דאס צוריק א געהעריגע פאזיטיווע נומער.
דא און
דא האב איך געטייטשט דעם פסוק (עמוס ב ו) על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו, אז דאס איז מרמז(?…) צו דעם אז איך דארף אַן עקספּאָנענט פון ״ארבעה״ צו ״משיב״ זיין און צוריק פארוואנדלען דעם ״לא״ של מספר מדומה i אין צו א געהעריגע פאזיטיווע נומער.
ולפי כל הנ״ל איז דאך דאס דעם געדאנק דא אויך. מיין ניק נאמען ״מי אני״ איז
לומר אז ביי מיר איז ליידער בינת נבוניו תסתתר
(און טאקע במשולב פונעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, וכהנפוצות יהודה בדרוש ט). אין אזא פאל איז דאך דא דעם ענין פון מספר ״אמת״ בנעגאטיוו כנ״ל וואס דאס פירט דאך צו 21i וככל הנ״ל און טאקע מכח די דרש באיכ"ר אין די ווערטער פון ״פלא״
(און טאקע ״דריי״ מאל - על ״שלשה״ פשעי ישראל) שעולה ״מי אני״. און צו דעם וויל מען טאקע א ״פערטע״, נאך איין, עקספּאָנענט צו דעם i, להשיב צו א געהעריגע ״אך״ און עס זאל נאר זיין מכח ענוה אבער די חכמה איז באמת דא (און עס זאל זיין די בעסטע פון די ״ארבע״ מדות בדעות בתלמידים וביושבים לפני חכמים באבות פ״ה מי״א-טו). אכיה״ר.
דאס קען מען אפשר אויך זאגן איז די רמז אז ביי נגעי בתים איז נאר מטמא די נגע טאמער איז די הויז א ריבוע, וכדאיתא
בנזיר ח: ע״ש. והיינו, די גמרא זאגט בנדרים סד: אז ארבעה חשובין כמת און צוויי פון זיי זענען ביי נגעים (על אדם) און אַן עני ע״ש. און פריער (בדף מא.) זאגט אביי אז נקטינן אין עני אלא בדעה ע״ש. וממילא בא הרמז אז וואו עס איז דא עניות בדעה ובינת נבוניו תסתתר, וואס ביי דעם איז דאך דא דעם 21i הנ״ל, וואס דאס איז חשוב כמת כמו מצורע, פעהלט אויס דוקא דעם עקספּאָנענט פון 4, וואס נאר ביי 4 ווענט איז שייך נגעי בתים, להשיב אותו לאיתנו. ולכן בא הישועה ע״י ״ארבעה״ אנשים שהיו מצורעים, במלכים ב ז ג. און דאס איז טאקע געווען נאכדעם וואס דער "שליש" האט גע'ענטפערט מיט חוצפה לאלישע הנביא בענין ארובות השמים
(וואס ביי א חלון בין שני חצירות טרעפט מען עיגול בתוך ריבוע בעירובין עו.) לעיל שם בפסוק ב. און א נביא איז בהכרח א חכם וכדכתב הרמב"ם במו"נ ח"ב פל"א ע"ש. און דער "שליש" שטייט דארט איז אשר המלך נשען על "ידו", און "יד" איז מרמז לאות ד' כדאיתא בתנחומא פ' תזריע אות ה ע"ש, וואס ד' איז דאך 4.
ובזה קען מען אפשר אויך צולייגן(…) אז דאס איז די געדאנק אז ״הפוך״, וואס דא וויל מען דאך ״מהפך״ זיין צוריק דעם נומער i צו א פאזיטיוו נומער וככל הנ״ל, איז עולה ״מי אני״. והיינו, דער תנא וואס זאגט הפוך בה והפוך בה דכולה בה באבות פ״ה מכ״ב איז בן בג בג. דערנאך דארט אינעם נעקסטן משנה איז א מימרא פון בן הא הא. דער תויו״ט איז דארט מפרש בשם הרשב״ם אז ביידע זענען געווען גרים און מען האט זיי אזוי גערופן על שם אברהם אבינו שניתוסף אות ה׳ בשמו, והיינו ״הא״ ו״בג״ שעולה אות ה׳ ע״ש. ועכ״כ אז ר׳ אברהם זכות, אין זיין ספר יוחסין (
מאמר א אות ה), האלט אז בן בג בג און בן הא הא זענען די זעלבע מענטש. ונמצא אז מ׳זאגט דא ביי די תנא/תנאים 4 מאל די געדאנק פון אות ה׳. ולרמז(…) אז מ׳דארף דעם עקספּאָנענט פון 4 להשיב מה שנעדר מהחכמה לאיתנו וככל הנ״ל.