ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך טאמבל סאס »

ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

עס איז באוואוסט אז די רוימער האבן גענוצט א מיטל, טוירמד ביי דער פאעט דזשווונאל, "ברויט און צירקוסעס", כדי ווי מ'זאגט צו "פארשלעפן און ביזי-האלטן" די מוחות פון די המון-עם זיי צו מאכן פיהלן העפפי און צופרידן פון "ביזנעס עז יוזשעל". דאס הייסט, אנשטאט די הערשאפט זאל אינוועסטירן אין גאווערנמענטל טויש און אין פארבעסערונג פון די אייגענטליכע מאטריעלע מצבים פון פשוטע מענטשן אדער מענטשן וואס באזיצן נישט קיין גיטער און וויסענשאפט, איז זיי געווען פיהל ביליגער און לייכטער צו אנשטעלן אפאר געימס, צירקוסעס אין די טעאטער (פון עבדים און חיות וואס שלאגן זיך איינער דאס אנדערן) אז דער עולם זאל פארנומען האלטן זייערע מוחות מיט די נארישע שפיהלן וואס האבן קיין שום ציהל נישט און ברענגען עווענטועל נישט קיין טויש צו פארבעסערונג אין זייערע לאנג-טערמיניגע סוירקעמסטענסעס. ווען עס קומט צו 'ברויט', איז פשט אז אזוי לאנג ווי דער עולם האט איינפאך ברויט אויפ'ן טיש, וועט אלעס ארום, ווי למשל רעכטן, פרייהייט און סאושעל מאָביליטי (דאס ערמעגליכונג פון עמיצן זיך צו אנטוויקלען אין לעבן אדער פארלאנגען טויש אין די היערארכיע, צי אין סקיללס צי אין ווער עס פארטרעט אים אין גאווערנמענט, און אזוי ארום בעסער מאכן זיין סטאטוס, פארדינסטן און לעבנ'ס פּראָספעקטס פאר זיך און פאר די קינדער) נישט וויכטיג זיין און איגנארירט ווערן ביי רוב ציבור.

"ברויט און צירקוסעס" ווערט באנוצט נישט נאר צו פארמיידן רעבּעליאָן בעפאר זי פאסירט נאר ווערט אמאל אויך באנוצט צו קאליע מאכן און עראָודן געזעלשאפט ווען זי פונקציאנירט יא געהעריג און כראוי. ווי למשל אין דערמיטן פון 19צטע יאר-הונדערט, ווען בריטעין האט פארפלייצט כינע מיט הונדערטער טאנען דראגס און דאופ, אין די באקאנטע אפיום מלחמות, כדי צו פארסמען די יוגנט פאר אזעלכע ביליגע אינטערעסן ווי פראפיט, קאנטראל און סאסייעטל אינדזשענירונג אזוי ווי עס איז געווען פאר לאנגע יארן די פראקטיס פון די מערב-וועלט עמפייערס וועלכע האבן קאנטראלירט און עקספלויטעט פיהלע אנדערע מדינות אין אזיע און אין מזרח.

און אמאל ווערט "ברויט און צירקוסעס" אויך באנוצט צו דרייוון מענטשן צו קאממיטן די ערגסטע פארברעכנס און רציחות, ווי ס'איז למשל געווען ביים צווייטן וועלט קריג: די דייטשן פלעגן, פאר די איינזאץ גרופן און מאסן-גריבער רוצחים, זיך באנוצן מיט די לאקאלע ארימע אינגווארג וואס זענען שוין אזוי אויכעט אויפגעוואקסן א יוגנט צוגעבינדן צו אלקאהאל און צום ביטערן טראפ און אויסגעטוהן פונוואס טוט זיך אין די עכטע וועלט אזוי אז ווען זיי האבן זיך געברויכט ספראווען מיט לייף'ס פראבלעמען האט מען זיי לייכט געקענט איבערצייגן און איבערגעווינען זיי זאלן די אידן בלעימיען. זיי האבן די אינגן שווער אנגעטרונקען מיט טייערע ברוינפן און ראם איידער די שחיטה אזוי אז אז ווען עס איז געקומען צום עצם המעשה, געווען קאמפליטלי נאמב און גענצליך גלייכגילטיג צו וואס זיי טועהן אפ מיט די אייגענע הענט, הי"ד.

"ברויט און צירקוסעס" ווערט נישט נאר גענוצט אויף א סאסייעטל לעוול. זי ווערט אויך עקסערסייזד אויף אן אינדיוודועלן לעוול. און זי ווערט באנוצט נישט נאר אין דיקטאטורישע לענדער נאר אפילו און אפשר דייקא אין פרייע לענדער ווערט זי פראקטאצירט נאך היינט אויף א ברייטן פארנעם. אז מען טראכט אריין, אזעלכע פשוטע זאכן ווי א דזשאב, א הויז און א פרוי, וואס זענען -- נישט ווי ציגארעטן, מאוויס און אלקאהאל --אוודאי בעסיק און עיקר געברויכן אין לעבן, קענען זיי אבער וואס-אמאל קארופטירטערהייט אויך גענוצט ווערן דורך מענטשן אין אויטאריטעט, אדער דורך מענטשן מיט איינפלוס און מיט שלעכטע כוונות און אינטערעסן, צו מאנעווירן און קאנטראלירן וואס מענטשן טראכטן, האלטן און טועהן מיט זייער לעבן. און איך רעד שוין נישט פון די געלט וואס דאס ברענגט אריין.

לדוגמא: א דזשאב וואס א מענטש קריגט לייכטערהייט, אולי דורך נעפעטיזם אדער אויס רחמנות, עפעס וואס ער אינדזשויט נישט ספעציעל, א ראלע אונטער זיין סקילל לעוול און פּעי טרעשהאָלד, פאר א פראדוקט אדער סערוויס וואס איז באמת אָן-נעסעסערי און אויפגעמאכט (א שטייגער ווי נר מצוה אדער דזשי-ענד-דזשי רעזשוואולקעס) איז אן עקזעמפל פון "ברויט". ווייל כאטש דאס ברענגט אים אריין עסן אין שטוב איז עס עפעס וואס שטערט אים און לאזט אים נישט קיין צייט צו אינוועסטירן אין זיך אויפבויען, צו קענען פארדינען מער, צו קענען האבן אזא מין הנאה פון לעבן אויכעט ווען עס איז נישט אזאנס וואס איז מהנה דעם רעבין אדער כלל צו די זעלבע צייט, צו פיהלן ער איז וועליוד פאר אמת'ע קוירענסי און ווערדע וואס ער באשאפט און איז מוסיף צו די עקענאמיע, צו פיהלן ער מאכט אייגענע בחירות אין לעבן און איז נישט סתם א ראבאט וואס פאלגט נאך א דעטערמינד פעטה, אויסגערעכנט פאר אים לפי די מצבים אין וועלכען ער איז געבוירן געווארן.

א פרוי וואס א מענטש (און איך גיב א משל פון א פרוי דא ווייל איך בין א מאן – אבער די זעלבע לויטעט פארקערט) באקומט אלס אן אראנזשירטע שידוך איז אויך א משל פון "צירקוסעס" ווייל אדער איז עס נהמא דכיסופא אדער איז עס א בחינה פון התייחסות לכוהנת כפונדקאית, ווען עמיצער קריגט א פרוי א נחית דרגא צוליב נארישע און סענסלעסס חשבונות ארום משפחה און קהילה וואס איז אבער ווייט נישט זיין לעוול אף כאריזמע, אינטעלידזשענס אדער סיי וואספארא קוואליטי ס'זאל נישט זיין. בכלל איז דער מושג פון שידוכים און חתונה-צוהאבן פאר די ציהל פון פריה ורביה אן אומפארשעמטער זלזול אין די שענסטע אייגענשאפט פון די בריאה – ליבע. ס'פרעגט זיך נאר די קשיא פארוואס דער באשעפער האט געמאכט אז פרויען נאך מענעפאוז זאל נאכאלס האבן די זעלבע חשק און געשמאק אין ****? אדער פארוואס ס'טרעפט זיך ע"פ טבע א מאן זאל ווייניגער ליב האבן עמיצער וואס איז אינג, קינדער-רייף און כלומרשט מער עטרעקטיוו אין דומע אויגן ווי אן אנדערע פרוי וואס איז עלטער, באזעסן און מער געלערנט און אריבער די געווענליכע קינדער-בּערינג יארן.

ווען איך בין א קינד געווען זענען די ברויט און צירקוסעס ביי אונזערע קהילות געווען די טישן און די באטעס יעדן שבת, יו"ט און יומא דפגרא. אין צוגאב זענען געווען די שיעורים פון שיינע בעלי דרשנים, די כסדר'דיגע דינערס און די מיליאנע קאסעטעס און אויסגאבעס, ווי א פּלעיג, פון כל מיני פסוועדאסייענסעס, אוטדעיטעד פיליזאפיעס און אומנאטירליכע פענאמענאן וואס "פראָוון אידישקייט". דאס איז געווען פאר די ארדינערי חסיד וואס האט נאכנישט געוואגט זיך ארויסצושטעקן די נאז פון דעם גליון השבוע. ביי די אזוי גערופענע קיהלע חברה, איז עס געווען נישט מער ווי פלעיס חוה"מ, פרעס געשעפטן און אויפרייסערישע האלידעיס און א ים פון אלקאהאל און ציגארעטן וואלקענעס.

היינט, ווען מענטשן האבן זיך אויפגעוועקט צו א וועלט פון די אינטערנעט און סמארט-דעווייסעס -- א וועלט ווי אז וויסענשאפט און אינפארמאציע איז פריי און צוגענגליך געווארן, מוז אצינד די וועג צו מאנופולירן א מענטשנ'ס מוח אננעמען א נייע צוגאנג, אים צו דיסעיבלען און אויסשאלטערן די פעסילעטיס און קאפאציטעטן וואס טוען אים ערמעגליכן צו ריזענען און פארנאָמבען די געפיהלן וואס פירן אים צו די ריכטיגע אינטעלעקטועלע החלטות -- איז אויפגעשטיגן א נייע מין האלוסינאדזשען, סעֶדאַטיוו און אָפּיעט, די פארשאלטענע געווירצן און נאַרקאָטיקס למיניהם. ס'איז נישט אז דאס איז אויפגעשטיגן פונדאסניי. עס איז שוין לאנג געווען פארהאן. אבער בשעת וואס אמאליגע צייטן וואלט דאס געדארפט זיין אן אנטי-טעזע צו אידישקייט, צו נארמאלקייט און צו ראציאנאליטעט, איז עס איז היינט כשר געווארן און נישט סתם כשר, נאר עס ווערט שטארק אינדראסירט, און טאקע דוקא דורך די אזוי גערופענע "אויפגעקלערטע" צווישן אונז, וואס מיט א גוטן קוק און שמעק אבער, קען מען דערטאפן אז זיי זענען שוין גארנישט אזוי אויפגעקלערט. פארקערט, דיע פארשוינען (וואס זענען עס מעודד אבער געווענליך טוען דאס נישט זעלבסט ווייל אליינס ווייסן זיי ווי שעדליך דאס איז פאר דעם מח) זענען געווענליך אזעלכע וואס זוכן צו פארטושן און אינטאקסיקעיטן מענטשן, פארדרייען מענטשן א קאפ, מיט דעם "ברויט און צורקוס" טריק אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן.

און די ציהל איז: אז מענטשן זאלן נישט נאר נישט-טראכטן, נאר גענצליך זיך מתעלם זיין פון דאס לעבן אינדרויסן, דאס עכטע מציאות'דיגע לעבן, דאס מתיקות'דיגן טאג און שלאף פון דעם עובד, די עכטע און מיינונגספולע אינטערעקשאנס מיט מענטשן און מיט געטליכקייט אין די עולם המעשה אנשטאט די פאנטאסטישע אילוזשנס אין עולם התוהו, וואס זיי, די אנגעהאנגענע אין די סמים, ברענגען דערנאך אריבער אין פארעם פון דעלוזשנס בהקיץ, אריין אין עולם הריאלי. אלעס אונטערן מאנטל פון העפי-קלעפי, לאָוו פאר אלל, חסידיק היפסטער און רעלעטיווע שוויותער און אמיתיות. זיך מתעלם זיין פון דער פאקט אז זיי זעלבסט, די מענטשן וואס האבן זיי אינטרודוסט און געשטופט צו פארזוכן פון דעם עץ הסכלות מתחילה אהן, זענען ע"פ רוב אדער העווילי וועסטעד אין איין וועג אדער אנדערס, אין די המשכה פון דעם סיסטעם און די פארדארבנדע און וואקלנדע אינפראסטרוקטור וואס ערמעגליכט זי און אין די פאָללי און איגנאראנץ פון אירע חסידים און פאללוער, אדער טועהן זיי עס באופן ובכוונה ווי די עקזאמפל אויבן פון די מערב-וועלט צו קארופטירן און קאליע מאכן טשיינע'ס יוגנט. גאט היט מיך אפ פון ביידע נגעים, ווייל ביידע זוכן נישט מיין פערזענליכע וועל-ביאינג און תכלית.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך שערי יושר »

איך בין נישט זיכער, צי דאס וואס געוויסע שטופען אנדערע צי נעמען דראגס, קען אריין גיין אין די ברויט און צירקוס פראזע. איך מיין די סיבה איז ווייל אינערליך פילן זיי זיך זייער אראפגעקלאפט אז זיי זענען ציגעבינדען צי דרגס, ממילא שלעפן זיי אריין אנדערע, און דאס מאכט זיי פילן רואיגער אז זיי זענען נישט אליין סדא אנדערע אינעם זעלבן פעקל, אזא בחינה ווי צרות רבים חצי נחמה
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

הערליך געשריבן!
------------

איך פארשטיי וואס דו זאגסט אז דראגס פארשפילט דאס פאלק, אבער דער אזויגערופענע אויפגעקלערטע ווי דו באצייכנסט יענעם, צי גייט ער אריין אין די קאטעגאריע אזויווי א גאווערמענט אטאריטעט און פארשפילט דער עולם און שפאָרט זיך עפעס פון דעם?

אויב דו וואלסט געטענהט אז די גאווערמענט שטופט דעם דראג אגענדע וואלט איך הונדערט פראצענט פארשטאנען וואס דו זאגסט.
------------
צוויי ברויט און צירקוס פעלער היינטיגע צייטן וואס בליצט אויף כרגע:

דער ארבייטס געבער וואס שטעלט צי א שיינעם קאר פארן ארבייטער אזוי אז ער זאל בלייבן צעפרידן.

טיק טאַק. דאס איז פון כינע אויף אמעריקע.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך שערי יושר »

אונזערע מנהיגים זענען אזוי powerful זיי דארפן גארנישט צישטעלן צי האלטן קאנטראל אויף אונז
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

זייער שיין געשריבן ווי אזוי מען מאניפולירט אונזערע מוחות
אבער וועלכע מנהיג ענדארסירט סיי וועלכע דראג?
אויב עפעס פארקערט, לאמיר זאגן סחורה מאכט מער טראכטן - נישט ווייניגער
זיי פרובירן צו מאכן אונז זאלן נישט טראכטן און פראבירן צו אסר׳ן אזעלכע סארט זאכן
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

ערנסטגערעדט האט געשריבן: אויב עפעס פארקערט, לאמיר זאגן סחורה מאכט מער טראכטן - נישט ווייניגער
זיי פרובירן צו מאכן אונז זאלן נישט טראכטן און פראבירן צו אסר׳ן אזעלכע סארט זאכן
וואס???
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:הערליך געשריבן!
איך פארשטיי וואס דו זאגסט אז דראגס פארשפילט דאס פאלק, אבער דער אזויגערופענע אויפגעקלערטע ווי דו באצייכנסט יענעם, צי גייט ער אריין אין די קאטעגאריע אזויווי א גאווערמענט אטאריטעט און פארשפילט דער עולם און שפאָרט זיך עפעס פון דעם?
ווי איך האב געשריבן דינען אזעלכע געווענליך ביודעים אדער בלא יודעים א געוויסע סאסייעטל אינדזשענירונג ציהל: אדער צו פארסמן די רעבעלן, זיי האלטן העפפי אדער צו שאפן רעבעלן, צו קארופטירן זייער דיסציפלין. און ווען איך זאג אזעלכע רעד איך פון דיע וואס אדוואקירן פאר אדער פרובן צו נארמאליזירן דאס זיך אנשיכורן מיט אינטאקסיקאנטס. ד.ה. די משפיעים, די וואס זענען ביים שפיץ פון אזעלכע גראַסס-סרוט באוועגונגען אין סיי וועלכע ראלע אדער ראול מאדעל: א זינגער, קאמפאזירער, א מחזק צי א עמיצער אין די ביזנעס פון מאכן בעלי תשובה אדער צוזאמקלייבן נושרים.. אבער געווענליך טרעפט מען זיי אין די ארטס.
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: צוויי ברויט און צירקוס פעלער היינטיגע צייטן וואס בליצט אויף כרגע:

דער ארבייטס געבער וואס שטעלט צי א שיינעם קאר פארן ארבייטער אזוי אז ער זאל בלייבן צעפרידן.

טיק טאַק. דאס איז פון כינע אויף אמעריקע.
די ערשטע איז נישט ממש א גוטע צושטעל ווייל די שוויות דערפון קען מען באשיינפערליך טעסטן. עס איז א פיזישע קאר וואס טראגט אים שנעלער פון ארט צו ארט. משא"כ א מאשרום וואס מאכט דיך נאר פיהלן ווי דו פליהסט מיט אלעקסיי קיין רימונוב ווען אינאמת'ן זיצטו נאכאלס פארוועקלט אין דיין בעיסמעינט, שפייזענדיג זיך אויף פעקלעך פון תומכי שבת. חוץ טאמער איז עס א שיטי דזשאב וואס געבט דיך א קאר ווען בעצם טוהט די פובליק טראנספארט קלעקן פיין.

די צווייטע איז אינדיד א דוגמא פון צירוקס אבער דאס איז דאך נאר איינס פון די הונדערטער מאניפעסטאציעס, און אונטער דער אָמברעללאַ, פון דער אויפגעבלאזענער און איזולירונדיגער "אנליין סאושעל מידיע" ציקערל און צירקוס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שטרומפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך שטרומפ »

שערי יושר האט געשריבן:אונזערע מנהיגים זענען אזוי powerful זיי דארפן גארנישט צישטעלן צי האלטן קאנטראל אויף אונז
זייער אסאך מענטשען טראכטן אזוי אבער ס'איז נישט ממש אמת. אויב קען א מענטש נישט האבן בעיסקס דאן איז נישט מעגליך אויסצורעכענען וואס מענטשען גיין טון. געוויסע וועלן טון משוגענע זאכן כדי ארויסצוקריכען פון די מצב.

ווען א מענטש איז דעספערט ארבעט נישט געהעריג זיין קאמען סענס. ער וועט טון סיי וואס אימער ארויסצוקריכען פון זיין מצב. אסאך מאל קען עס צוקומען צו רציחה! אין אונזער פאל קען עס גורם זיין צו גלויביגע מענטשען וואס וועלן כופר זיין נאר כדי ארויסצוקריכען פון די מצב וואס זיי זענען אין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטרומפ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

שטרומפ האט געשריבן: אין אונזער פאר קען עס גורם זיין צו גלויביגע מענטשען וואס וועלן כופר זייטן
איך ווייס נישט גענוי צו וואספארא נקודה דו באציהסט זיך; אויך אַסום איך אז דו ווילסט זאגן 'פאל' און 'זיין'.

אבער מסתמא מיינסטו צו זאגן אז נאכ'ן ווערן אנגעהאנגען אין די סחורה קען א מענטש אמאל רצחנען אויב קריגט ער עס נישט. הענס, דאס איז א גוטע וועג צו סטיררן אָפּ ביטערניש אנטקעגן דער שונא - דער דרויסענדיגער, ווען זאכן גייען סאוט..

און דאס זעלביגע מיינסטו אוודאי אז אז זיי ווייסן דאס אויב לאזט מען מענטשן טראכטן אליינס וועלן געוויסע אפשר איינזעהן אין וואספארא נעבעכדיגע אומבאהאלפענע סטעיט זיי זענען און קומען כופר צו זיין אין די נארישקייטן וואס מען האט זיי אויסגעלערנט אין די יוגנט; דערפאר, אן עצה דערצו איז, זיי אנצושטאפן מיט קאניבּאַס, קרעק און כל מיני דרעכּ אז זיי זאלן זיך איזילי לאזן פירן ביי די נאז אין באד אריין. :like
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
ערנסטגערעדט האט געשריבן: אויב עפעס פארקערט, לאמיר זאגן סחורה מאכט מער טראכטן - נישט ווייניגער
זיי פרובירן צו מאכן אונז זאלן נישט טראכטן און פראבירן צו אסר׳ן אזעלכע סארט זאכן
וואס???
מיין מגיד שיעור פלעגט פרעגן וועלכע חלק פארשטייסטו נישט?
איך רעד נישט פון סטאונען אן קיין ציל, פון זיך נאמבען פאר סיי וואס פארא פעין, איך רעד פון דא און דארטן א שלעפ to get into the zone
סחורה קען דיר מאכן באקומען אן אנדערן פערספעקטיוו אויף זאכן
שטרומפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: ברויט און צירקוסעס אמאל – טישן און דראגס היינט

שליחה דורך שטרומפ »

טאמבל סאס האט געשריבן:
שטרומפ האט געשריבן: אין אונזער פאר קען עס גורם זיין צו גלויביגע מענטשען וואס וועלן כופר זייטן
איך ווייס נישט גענוי צו וואספארא נקודה דו באציהסט זיך; אויך אַסום איך אז דו ווילסט זאגן 'פאל' און 'זיין'.

אבער מסתמא מיינסטו צו זאגן אז נאכ'ן ווערן אנגעהאנגען אין די סחורה קען א מענטש אמאל רצחנען אויב קריגט ער עס נישט. הענס, דאס איז א גוטע וועג צו סטיררן אָפּ ביטערניש אנטקעגן דער שונא - דער דרויסענדיגער, ווען זאכן גייען סאוט..

און דאס זעלביגע מיינסטו אוודאי אז אז זיי ווייסן דאס אויב לאזט מען מענטשן טראכטן אליינס וועלן געוויסע אפשר איינזעהן אין וואספארא נעבעכדיגע אומבאהאלפענע סטעיט זיי זענען און קומען כופר צו זיין אין די נארישקייטן וואס מען האט זיי אויסגעלערנט אין די יוגנט; דערפאר, אן עצה דערצו איז, זיי אנצושטאפן מיט קאניבּאַס, קרעק און כל מיני דרעכּ אז זיי זאלן זיך איזילי לאזן פירן ביי די נאז אין באד אריין. :like
כ'האב מיך נאר באצויגן צו די פוינט אז אויב מנהיגים זענען פאוערפעל דארפן זיי גארנישט צושטעלן. אויף דעם זאג איך אז ס'איז נישט אינגאנצן אזוי.

ווי אויך זאג איך אז נישט צושטעלן פאר אונז די מינימאלע וויכטיקייטן וואס זיי זענען נאר קען גורם זיין צו כפירה.

וואס די מינימאלע זאכן זענען בין איך נישט אריין און דאס איז א דיסקוסיע פאר זיך.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

קודם צו באגריסן @טאמבל סאס, שלום לך, זאל דיך הקב"ה אפהיטן אלע דיינע וועגן.

פון דיין תגובה איז משמע אז עס איז דא א סך טיפע עמשאנס וואס די חסידישע קאמיוניטי האט אויף דיך געהאט. איך שפיר מיט מיט דיך. דו האסט געזאגט אפאר גוטע נקידות אבער דיין אויספיר מיט דיין אטאקע כלפי די באנוצונג פון סייקאדעליקס, האסטו עס אוועק געגעבן.

כ'וועל ערקלערן.

כנראה האסטו נאכקיינמאל נישט פארזיכט די פלענטס. דעריבער איז נישט דא די אין חכם כבעל נסיון.

כ'וועל שטארק מקצר זיין, און ארויסברענגן מיין תגובה אין קורצע פונקטן.

די אפיום מלחמות איז בדרך כלל געווען/און איז קאנצעטרירט אויף די ערשטע דריי פון Recreational drugs. און דאס איז analgesics, depressants, stimulants.

Analgesics נעמט אריין העראין, מארפין, פענטעניל אא"וו
Depressants נעמט אריין אלקאל, טרענקעלייזערס, נעקאטין אא"וו
Stimulants נעמט אריין קאקעין, אא"וו

פון וואס דו רעדסט איז די פערטע hallucinogens, דאס נעמט אריין סעלאסייבן, על-עס-די, מעדזשיק מאשראם אא"וו.

איז אזוי, די אפיום קריזיס איז בעיקר פון די ערשטער 3 קאטעגאריעס. די פערטע קאטעגאריע איז אבער בכלל נישט אין די זעלבע קאטעגאריע.

די ערטשע דריי איז מורא'דיג מסוכן און עדיקטיוו, און די פערטע, סייקאדעליקס הייסט א None lethal and none addictive drug.

כוועל שוין זאגן פארוואס איך האב געמאכט אזא לאנגע הקדמה.

אין די וויעטנעם מלחמה האט ניקסאן דערקלערן מלחמה בעיקר קעגן "סייקאדעליקס". און די סיבה איז געווען, ווייל די עולם האט געהאקט שטיקער סעלאסייבן, און ניקסאן האט געזען אז ער האט נישט קיין דרעפטיס. די עולם האט זיך געעפענט די אויגן און מחליט געווען נישט צו זיין אמעריקעס שעפסל און זיך לאזן שיסן אין די וויעטענעם מדבריות.

די לעצטע 10 יאר בערך האט זיך סייקאדעליקס ווידער אויפגעוועקט. בראשית האט זיך עס אויפגעוועקט אין די היפי יארן, אין די זעכציגער יארן. אבער אין די לעצטע פאר יאר האט זיך עס צוריק שטארק אויפגעכאפט אין דער וועלט.

יעצט לאמיך צוקומען צו מיין נקודה.

סייקאדעליקס איז א וואונדער דראג, וואס סייענטיסטן מיטשענען זיך נאך ביז היינט אויסצופיגערן די אמת'ע מציאות ארום דעם. וואס איז דאס, און וויאזוי ארבעט דאס.

צו שרייבן א דייעטרייב אויף חסידים וואס נוצן פארשאלטענע געווירצן, דערציילט דאס נאר איבער דיך, און נישט איבער די חסידים.

ווער עס ליינט זעט, אז "אלע נעמען די דראג", אנגעהויבן פון סעם העריס ביז אמעריקאנע פאליטישענס. אלע נעמען דאס.

נעטפליקס האט לעצטענס געהאט אן אויספירליכע דאקעמענטרי איבער דעם דראג, און עס איז הימל און ערד וואס עס גייט פאר מיט דעם דראג.

צו אטעקירן "חסידישע אידן" וואס נעמען דאס, אינדערצייט וואס ווער עס האט צוויי אויגן ווייסט און זעט, אז עפעס טוט זיך ארום דעם, די וועלט איז שוין אויף דערמיט שוין פאר הונדערטער יארן. פארציילט דאס אז דו ביסט פשוט זייער צובראכן איבער דעם. און איך פארשטיי דיך גוט.

עס קוקט מיר אויס ווי עס שטערט דיך אז די "פאערפול פלענט" האט אריינגעדרינגן אפילו ביי די פאראנאטישע חסידים. און ווער עס האט שוין אמאל געליינט איבער אדער דאס גענומען ווייסט, אז נאכן נעמען די דראג, זעט מען אז די פאנטאסטישע אילוזשנס, און דעלוזשנעס איז די every day way of life. ווען מענטשן רעגן זיך, שעלטן אויף אנדערע, עסן זיך אויף איינער דעם צווייטן, פירן מלחמות מיט אנדערע לענדער, מען עסט זיך אויף לעבעדיג אויף סאשל מידיא, די אלע זאכן קומען פון לעבן אין פאנטאסטישע אילוזשענס. כאילו די וועלט איז here to get you.

די דראג עקספענט דיין קאנשענסנעס, עס זומט דיך ארויס פון דיין פעקל פלייש, ווי דער מענטש רעגט זיך, שעלט, און איז בייז אויף גאט און אלעמען. דאס העלפט דיך בייקומען די עכטע דמיונות און זען אז די וועלט איז באמת א שיינער וועלט. די וועלט איז פשוט א שפיגל פון דיך, וואס דו האלטס איבער דיך, דאס זעסטו אין דער וועלט. אלעס איז דמיון.

עס איז א ריזיגע שמועס, און איך האב נישט די צייט יעצט ארומצופירקלען מיט דעבאטעס און טענות אהין און צוריק. אבער די וועג וויאזוי דו לייגסט אראפ אז דער ציהל איז אז "מענטשן זאלן נישט נאר נישט-טראכטן", איז נישט נאר נישט אמת, נאר עס צייגט אז דו ווייסט גאר ווייניג איבער דעם נושא בכלל.

עס איז קאמיש וואס דו שרייבסט:
די מענטשן וואס האבן זיי אינטרודוסט און געשטופט צו פארזוכן פון דעם עץ הסכלות מתחילה אהן, זענען ע"פ רוב אדער העווילי וועסטעד אין איין וועג אדער אנדערס,
קיינער שטיפט דאס נישט! די גאווערמענט האסט דאס! די עסטעבלושמענט האסט דאס. די פארמעסודיקעלס האסט דאס! יעדער האסט דאס, און אויך איז דאס שווער צו מאנעטייזן.

דאס איז אן אינדיווידואלע רייזע, וואו מענטשן זוכן "אליין" זיך צו העלפן. אין כאן המשכה, ואין כאן לא וואקלנדע ולא אינפראסטרוקטור.

קיינער שטיפט דאס נישט צוטון. נעם אזעלכע אויפגעקלערטע ווי סיימאן יאקאבסאן, ער שרייט אז דאס איז טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, און מען דארף שטארק אפבאכט געבן איבער דעם.

מיין סיכום איז: די פלענטס איז קלאר נישט געמאכט פאר יעדעם. איינער וואס וויל בלייבן סטעגנעיטעט אין זיין באבל וועט אים די עץ החיים אפילו נישט העלפן. עס איז געמאכט פאר מענטשן וואס זוכן צו פארבעסן זייער לעבן אין יעדן תחום. עס האט גארנישט מיט אידישקייט. יעדער זעט דארטן זיין אייגענע עקספיריענס.

און עס איז אמת אז מען דארף דאס נעמען מיט גרויסע אחריות, עס איז נישט קיין שפיל, מען דארף דאס נעמען דורך א פראפעשנעל און ווערן רעקאמאנדירט דורך א מומחה.


זאל דיך השי"ת עפענען דיין אויגן, און דו זאלסט זען אז דיין מלחמה איז נישט די סמים, נישט די נגעים, נאר די מלחמה איז מיט די מענטש אליין.
פארשפארט