עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

איך בין אסאך ארומגעפארן אויף אנדערע מדינות און באגעגנט אסאך מענטשן און רעליגיעס
געוויסע זאכן איז ממש צום שטוינען
איך וועל אנהייבן מיט גאר אן אינטרעסאנטער מדינה און כ'האף דער עולם העט הנאה האבן און מוועט מיטטיילן אייגענע עקספעריענסעס…

אינדיע

- ביי די הינדוס איז נישטא אזא זאך ווי א גט, ווייל סאיז נישטא אזא ווארט ביי זיי אין רעליגיע, נישט נאר דעם נאר מאן און ווייב זענען צוזאמען פאר זיבן גלגולים (וואטעווער דעיס מיינט)
- אלעס איז ארעינזשד מערידזשעס, די עלטערן מאכן אפ, סאיז דא א בישאו מיט א שדכן
- נאכן חתונה האבן בלייבט מען וואוינען אין איין הויז ביי די עלטערן און אור-עלטערן (!) אלע וואוינען צוזאמען
- עס זענען דא פיר שטאפלען אין די חשיבות פון משפחות, מאיז זיך משדך בלויז אין יענע ראנג (אזוי ווי די רעבישע) מקען נישט ארויסגיין פונעם ראנג ווי מאיז געבוירן
- די נידריגסטע ראנג ארבעטן אין ביליגערע ארבעט ווי שלעפן טראגן וכו' און מקען גארנישט טון דאס צו טוישן
- די ראנגן וואוינען צווישן זיך און מישן זיך קיינמאל נישט אויס
- עס זענען דא גוזמאות פון געטער, יעדע מינוט האט מיין דרייווער געזאגט נאך א נאמען
- עס זענען דא דריי חדשים אין זוממער וואס מהאט נישט חתונה, ווייל די גאט וואס געט רשות אויף דעם שלאפט דעמאלסט (פארשטיי מיר שוין הנה לא ינום ולא יישן במלוא מובן המילה)
- קיען זענען הייליג, ווען א קו קען שוין נישט געבן קיין מילך ווערט ער ארויסגעלאזט אויף דער פריי, אזוי שפאצירן הונדערטער קיען אויף די גאסן פון דעלהי און אגרא. עס קען צומאל זיין שעות טראפיק ווייל א קו האט אפגעמאכט זיך אפצושטעלן אינמיטן די גאס
- עס זענען אויך דא לויזע הונט אויף די גאסן, ווייל די אינדיאנער גלייכן נישט אינדיאנער הונט
- ווי אויך דרייען זיך מאנקיס אויף די גאסן, איינער פון זיי האט צוגעכאפט מיין עסן..
- אויסלענדישע דרייווערס קענען נישט דארט דרייוון, עס איז כמעט נישטא קיין סדר, אפילו עס זענען יא דא פאסן האלט זיך קיינער נישט אין זייער לעין. די רויט לייטס זענען נאר דארט פאר פאן… און פאליציי איז נישט צום געפינען. דארטן זאגן זיי
"to be a good driver in India you need a good car, good breaks and good luck"
- אנדערע געזעצן זענען יא גאר שטרענג, פאליציי קען הרגנ'ן אומאפיציעל קרימינאלן ווי גנבים למען ישמעו, אדערווייז גייען זיי ארום מיט גרויסע סכך (באמבו שטעקענעס)
- יא מיר האבן געזען די באן מיט פאסאזשירן וואס הענגען פון אלע זייטן…
- ווייסע מענטשן ווערן גאר אפט געבעטן ביי לאקאלע אינדיאנער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי, זיי האלטן זיך זייער גרויס דערמיט און ווייזן עס פאר זייערע פאמיליעס און חברים… מפילט ממש ווי א סעלעבריטי..
- טוריסטן ווערן ממש harrased פאר געלט דורך די לאקאלע מענטשן, צומאל שיקן די עלטערן קליינע קינדער וואס זאלן משוגע מאכן
- אלעס איז שפאט ביליג און מקען (און ממוז) האנדלען די פרייז
- די שמעק פון די street food און גערודער פון די גאס און טראפיק קען זיין זייער overwhelming , עס פילט ווי אלע חושים ארבעטן אויף אווערדרייוו… נעם די מערסט רוישיגע גאס אין די סיטי און טריפל די גערודער, יעצט לייג צו א קעכער מיט שמעקעדיגע עסן יעדע דריי פוס…
- צוליב וואס די G20 גייט פארקומען דארט סוף יאר, בויט מען דארט נייע בריקן און שאסייען צו באאיינדרוקן די דעלעגאטן און טוריסטן, אבער בלויז אפאר מייל אוועק זענען די שאסייען צוהאקט און די בנינים צוקנאקט
- צוליב די G20 פרובירט די גאווערמענט צו מאכן פרישע געזעצן און סדרף אבער די לאקאלע קימערן זיך נישט דערמיט און זוכן עס נישט
- די פאפולאציע איז אזוי גרויס אז עס זענען דא מאסן מענטשן איבעראל. שטעל דיך פאר א ביזי פארק אינמיטן טאג אין ניו יארק סיטי, יעצט טריפל די מענטשן.. בערך אזוי קוקט עס אויס
- די אידן האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין פארוואנדלען מומביי צו די ביזנעס צענטער וואס ס'איז היינט. עס זענען טאקע דא עטליכע אלטע לאקאלע שולן וואס שטעלן אויך צו שבת סעודות (די היסטאריע וועט מען מוזן לאזן פאר א צווייטן)
- יא מיר זענען געווען ביי חב"ד אין מומביי, עס שטייט נאך אינעם זעלבן פלאץ ווי די אטאקע איז געשען. מקען זען די לעכער פון די קוילן וואס זענען דאן געשאסן געווארן. די רב וויל עס פארוואנדלען אין א מוזעאום
- עס זענען דארט געווען עטליכע משגיחי כשרות, זיי גייען על פי רוב צו ספייסעס פאקטאריס
- עס עקזיסטירט נישט קיין אנטיסימעטיזם אין אינדיע (בשם די חב"ד רב). איך בין געגאנגען מיט א טלית אין די גאס און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיין זייט, ווארשיינליך ווייל זיי קענען גיין מיט א קארב באנאנעס אויפן קאפ..
- די בארימטער "טאזש מאהאל" איז נישט קיין מאסק אדער טעמפל, און איז נישט הייליג. עס איז בסך הכל א אוהל אויף א מציבה. די געביידע זעלבסט איז משוגע אינטרעסאנט, עס איז מוראדיג פונקטליך, און אויסגעשניצט מייסטערליך. די ווייסע מארבל ווערט קיינמאל נישט גערייניגט בלויז ווייל עס ווערט נישט שמוציג..
- רובא דרובא זענען מוראדיג פריינטליך צו טוריסטן, אסאך מאל קענען זיי זיין זייער קלעבעדיג און סאיז שווער זיך אפצושאקלען פון זיי.


דאס איז על רגל אחת מיין קורצע עקספעריענס פון זיין דארט בלויז 3 טעג
(כוואלט ווען געדארפט טרעפן א גורו און מאכן מעדיטעישען ביז מיין אויגן איז סטאק ביי מיין שפיץ נאז, אבער כהאב שוין נישט קיין כח פאר די זאכן)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ערנסטגערעדט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

זייער אינטערעסאנט, א דאנק פאר'ן עס אזוי שיין אראפשרייבן.
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

איך האב געהערט פון אן אינדיאנער קאר סערוויס דרייווער אז אמאל זענען די קאסטעס (קלאסן פון מענטשן) געווען געזעץ. מיט א סך יארן צוריק האט מען געטוישט די געזעץ, אבער סאסייעטי האט זיך נישט געקימערט דערמיט. ער טענהט זיין משפחה איז פון די נידעריקסטע קאסטע, און ער מאכט דא אין איין וואך אזויפיל ווי זיין גאנצע משפחה אין איין יאר.
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

@ערנסטגערעדט שכח שכח צען מאל פאר דעם געניאלן אשכול. איך גלייך שטארק טרעוול דזשורנאליזם, און איך קען מיך זעהן אסאך ביישטייערן צו אזא ווינקל. נאכאמאל טענק יו! ס'קען זיין א געוואלדיגע תועלת פאר די ליינער דא! ס'איז בעצם א גרויסע ווייטאג אז אזויפיל מענטשן זענען פארכאפט אין די טאג טעגליכע פארפלאגטע לעבן און האבן נישט די צייט פאר טרעוול, ווייל אינאמת'ן גערעדט דארף ווען יעדער טרעוול'ן. טרעוול איז א לעבעדיגע מוסר ספר, ס'עפנט דיר די קאפ און מאכט דיר איינזעהן אז די אלע לענדער ווי דו האסט געמיינט אז דארטן האבן מענטשן הערנער איז נישט פונקטליך וואס דו האסט דיך פארגעשטעלט, זיי דרייוון אפשר די רעכטע זייט, זיי עסן אפשר מיט א לעפל ווי דו נוצט א גאפל, האבן זיי די מאדנע מנהג, האבן זיי אזא אנטועכץ, אבער מענטשן זענען מענטשן! און אז איינער לערנט גארנישט פון א צווייטע לעבנסשטייגער קומט עס פון א סיסטעמאטישע גאווה.

מענטשן מיינען אלס אז טרעוול איז זיך אויסצוטשכען אויף אן אפרוה, וואס ס'קען אויך דינען פאר דעם, אבער אינאמת'ן טרעוול איז ערנסטע CBT therapy ס'לערנט סבלנות צו דיעלן מיט מענטשן, ס'קומט אויס אסאך צו שטיין אין ליינס מיט אנדערע טוריסטן, אראפשטייגן פון א פליגער, וויאזוי צו הענדלען א סעטבעק ווען עפעס גייט נישט ווי געפלאנט, און נאך אסאך גיטע לעקציעס וואס ס'לערנט אויס.

איך געפין מיך גראדע יעצט אין יוראפ, און איך זעה מורא'דיגע זאכן יעדע מינוט.

איך וועל דא אויסרעכענען אפאר פערזענליכע קולטור-שאקס וואס איך האב דא געהאט:
מענטשן דא זענען אוועראל ווארימער, עפעס פילסט א היימישקייט אין די באציאונגען, יעדער איז נייס צו דיר און גרייט צו העלפן, גרייט צו ווייזן דירעקציעס, און מיט א שמייכל. נישט ווי ס'קומט זיי אן שווער און זיי טוען דיר א גאנצע טובה, די זעלבע האב איך געזעהן איבער און איבער מיט בעטן א דורכגייער פאר א בילד, מ'טוט עס גערן. אפילו די סטעריאטייפ איז נישט נייסע ליילעך אויף יעדע צווייטע ניו יארקער, פארט ס'הערשט עפעס אן אנגעבלאזנקייט, א פאריאגטקייט, און א דיקע סטרעס. ס'איז ט נארמאלע זאך אז מ'איגנארירט מענטשן. דאס ווייזט אז עפעס טויג נישט. און דא פעלט נישט קיין היימלאזע, און קיין שנארערס. ס'איז נישט דעס אין ניו יארק (און אפשר מער ווי ניו יארק) קוקט מען נישט אויף יענעמ'ס זייט, זאל יענער זיך איבערקערן, איך גיי מיין וועג, ווייל נאר איך בין important

• יעדער פאלגט געזעצן, ניין נישט יעדער, יא אפשר נישט דער דזשיפסי און דער אויבער חכם און דער טוריסט וואס קען נישט פונקטליך די עטיקעט. אבער מ'פאלגט, און מ'רעכנט זיך מיט א צווייטן, און ס'איז ווי פראגראמירט אז דו דארפסט זיך צוריקרעכענען מיט יענעם, אזוי ס'זאל זיין בעסער פאר יעדעם. אז מ'דרייווט לאזט מען אריין א צווייטן, אז מ'גייט אויפן גאס קוקט מען ווי מ'גייט, און מ'קימערט זיך צו יענער גייט דיר אנטקעגנקומען און אריינוואקן אין דיין אקסל ווייסט מען שוין אטאמאטיש זיך צו רוקן נאך פאר ס'פאסירט. אין ניו יארק קומט דיר קיינער גארנישט, אויב דו אינוועדסט איינעם'ס ספעיס זאלסטו בעסער קוקן, יענער דארף נישט שעירן מיט דיר די גאס. דו ביזט on your own דאס איז נאך א סיבה פארוואס אין ניו יארק פייפט מען און שעלט מען אויף די ראודס, ווייל ס'לעבט נישט באחדות, אינז זעמיר אלע אינעם זעלבן געים, איז פארוואס דארף מען זיך ארומקריגן?

• אין דייטשלאנד למשל דארף מען נישט עכט טיפן ווייל די ארבעטער'ס מאכן גענוג שיין אז זיי דארפן נישט צוקומען צו דיין טיפ, און דאס קען מאכן טוריסטן פילן ווי די קאסטומער סערוויס איז נישט אזוי אין ארדענונג, אבער ס'איז פשוט א צווייטע מין באנעמונג

• איך בין אינגאנצן אויסערזיך וויפיל מענטשן אין פאריז, ברוסל'ס און דייטשלאנד אא"וו קענען ענגליש און איך דארף נישט צוקומען צו גוגל טרענסלעיט וויאזוי צו פרעגן "וויפיל קאסט עס?" אדער "ווי האסטו די נעגל שניידער?" איך האב אויסגעפרעגט לאקאלס ווער איך געוואר אז ענגליש איז מענדיטארי פונקט אזוי ווי מאטעמאטיקס און אין געוויסע שולע'ס אין אויסטריע צו אין אמסטערדאם קען מען עס לערנען פון קינדערגארטן ביז קאלעדזש! איין דרייווער זאגט מיר זיין טאכטער לערנט עס פיר פינף שעה א וואך, און זיי לערנען נאך פראנצויזיש און גריכיש אויך. כאפסט? און אין אמעריקע איז יעדער וואס קען עטליכע שפראכן א גאנצע קנאקער. איך מיין זיי רעספעקטן מכלומרש'ט אונזער שפראך אזויפיל מער ווי אונז רעספעקטן זייערס... און וואס זאגט דאס אויף אונז? אז וויפיל מענטשן קענסטו אין דיין רינגל וואס זענען מולטי-לינגועל? ס'איז בושות. אפילו ספאניש וואס איז גאנץ גרינג קענען מענטשן כמעט נישט, קענען מער ווי איין שפראך שארפט די מוח! ס'איז געזונט קעגן דיימענשיע און אוודאי און אוודאי העלפט עס אין זיין א אפענערע מענטש צו נאך שווערע מיליאנען מענטשן וואס רעדן די שפראך און אז דו ענפערסט זיי אין זייער שפראך גיט עס א געוויסע רעספעקט

מ'קען שרייבן ענציקלאפידיעס.

האסט אנגעכאפט נעגאשיעישן האט מיר איין טוריסט געוויסט צו זאגן אז ווען זי איז געפארן קיין מאראקא האט זי זיך דארט געלערנט אז נעגאשיעישן איז דארט א שטיק קולטור! איך האב פארשטאנען פון איר אז ס'איז נישט די ארעמקייט וואס מאכט עס אינטערסאנט, ס'איז די פאקט אז אין די איסט נוצט מען נעגאשיעישן אלס א וועג פון סאושלייזן, זיי ווילן דו זאלסט עס טוהן! אזוי קענען זיי ארומשמועסן מיט דיר, דיר אויספרעגן איבער דיין לעבן און אנדערע זאכן. ס'איז א מעטאד. משא"כ אין די וועסט איז עס קאנסידערעט אביסל א געמיינע אויפפירונג.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סאנטיאגא איך וויל דיר לייקן אויף דיין אינהאלטסרייכע תגובה, אבער די באהאלטענע העיט צווישן די שורות לאזט מיר נישט...
וירח ה' את ריח הניחוח
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

שמעקעדיג האט געשריבן:סאנטיאגא איך וויל דיר לייקן אויף דיין אינהאלטסרייכע תגובה, אבער די באהאלטענע העיט צווישן די שורות לאזט מיר נישט...
איך נעם עס נישט פערזענליך. און איך וויל נישט זאלסט חלילה שטיצן א האספולע תגובה אנטקעגן דיין ווילן :lol:
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

הערליך און גאר אינטערסאנט שכוח

צוויי זאכן האב איך נישט געהעריג פארשטאנען די הינט זענען פריי פארוואס?

פארוואס זענען די קיען הייליג ? אלטס הכרת הטוב?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אלץ איינער וואס איז געווען אין קאירא א שיינע פאר יאר צוריק.

ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל איז פארן קיין אילת געווען פון די גרעסטע עבירות וואס מען האט געקענט טוהן. געווען ביי די טאבא גרעניץ, ביי די לאנד גרעניץ וואס טיילט אפ ארץ ישראל מיט מצרים פון צווישן טאבא און אילת, צוויי האפן שטעט, האט מען ממש געפילט ווי א גרעניץ פון אמאליגע צייטן. נישט ווי די גרעניצן צווישן אמעריקא און קאנאדע, וואס קוקט אויס ווי די אמאליגע טאלל בוטס פון די וואשינגטאן בריק. אין די זייט פון ארץ ישראל איז אלעס נאך געווען מסודר. די זאך פון דעם גרעניץ איז אז עס איז נישטא קיין קארס וואס קענען דורך פארן כמעט, ווייל ישראלדיגע פלעיטס קענען נישט אריין פארן און עגיפטישע פלעיטס קענען נישט אריין קומען, איז עס א פלאץ וואס מען גייט צופיס. נעמט און באטראכט אז מ'שלעפט נאך מיט פעקעלעך.

ווי נאר אונז קומען אן צו די עגיפטישע זייט טרעפן אונז צוויי יונגע אפיצירן, זיי בעטן אונז צו ווייזן אונזערע פאספארטן און געבן אונז א פאפיר אראפצושרייבן אונזערע נעמען. נאכן שרייבן אונזער נאמען אויפן פאפיר זעהן אונז נאך אינפארמאציע וואס אונז דארפן אויספילן אויפן צעטיל וואס איז געווען בלויז אראביש. זאגן זיי אז דו דארפסט נישט אבער צוואנציג שקל קענסטו געבן. אונז שטייען אזוי פארלוירן נישט וויסענדיג וואס ער דארף, אבער ווען דו שטייסט ביי א גרעניץ וואס שטייען דארטן וועכטער באוואפענט מיט מונדירן און ביקסן זוכסטו נישט קיין פראבלעמען. אינמיטן זעהט ער מיין שאכטל צוגערעטליך, בעהט ער צוויי פאר די צוויי אפיצירן. למעשה די צוואנציג שקל האט ער געוואלט פון אונז פיר חברה, האבן אונז געזאגט אונז האבן נישט קיין געלט, וועסט מוזן באגענוגען מיט איין צוואנציגער פאר די גאנצע קהל. נאך וואס איך האב געכאפט אז עס איז סתם טאשן געלט.

איך גיי אביסל ווייטער, טרעף איך נאך אן אפיציר, אויסגעקוקט האט ער מער אן עלטערע און רעספעקטפולע. אבער ער ווייזט אזוי מיט די פינגערס פאר מזומן. אונז שרייען שטיין און ביין "אונז האבן נישט"! ער ווייזט אונז צו א ATM מאשין, אז נעם פון דארטן און אונז דארפן געבן הונדערט פאר יעדע פון אונז פיר. נישט וויסענדיג אז עס קאסט א פיר מאות, לייג איך אריין מיין קארטל אינעם ATM צו ארויסנעמען אן ערך פון 500 לאקאלע געלט, זעה איך ווי מיין קארטל איז געווארן געטשארדשד 10 דאלער. נו פאר אפאר נארישע גרייצער גיי איך מיר רייסן ביי א גרעניץ וואס איך ווייס נישט וואס איז אפיציעל אדער נישט. איך גיי ווייטער טרעפט מען זיך אן מיט נאך אפיצירן, דאס מאל שוין באוואפענט מיט אן עגיפטישע הונדערטער, פרעגן זיי מיר ווי פלאנירן ענק צו גיין? זאגן אונז קאירא. זאגן זיי אז דו דארפסט האבן א וויזא. אונז האבן נישט געהאט געמאכט פארדעם, זאגן זיי אז אונז דארפן ווארטן ביז איינער וועט אונז מאכן א וויזא. נאכן ווארטן אזוי צוואנציג מינוט, באטראכטנדיג די דורכגייער ווי יעדער ווערט אנטוישט אז צו דורכגיין די גרעניץ איז אפיציעל דורך אונטערקויפן די וועכטער.

פיינעלי קומט אן די אפיציר, א ברייטע מצרי מיט שיינע קראגן, און זאגט אז עס קאסט פופציג דאלער א וויזא. אונז הייבן אן צו רייסן מיט די פרייז אזוי ווי אונז האבן געטוהן מיט די פריעדיגע באאמטער, ער טענה'ט שטיין און ביין דאס איז די פרייז. למשעה מיט א שנעלע גוגל זיך זעה איך ער איז גערעכט. געבן אונז איהם צוויי אמעריקאנע מאות און באקומען א סטיקער אינעם פאספארט. אונז גייען ווייטער גייט מען אריבער נאך א טישל. וואס איז עס? ער געבט אונז א קליינעם צעטל און זאגט אז צוריק ארויסגיין פונעם גרעניץ וועסטו נישט קענען אנעם צעטיל! איי וואס איז די וויזא סטיקער אויפן פאספארט? פרעג א קשיא פון א מצרי.

הארט ממש פארן ארויסגיין די לעצטע פונקט פונעם גרעניץ (פארגעסן צו זאגן אז זיי האבן אויך דורכגעקוקט די פעקלעך און געטראפן וועיפערס מיט קוקיס און פארלאנגט שטייערן דערפון. נו, מחיה געווען אפאר מצריים)
האבן אונז געדארפט צאלן נאך פערציג עגיפטישע געלטער. אונז האבן גע'טענה'ט אז אונז האבן נאר הונדערט און פרובירן צו דינגען מיטן פרייז, אבער ניין עס ארבעט נישט. אפילו אמעריקאנער דאלער וויל מען נישט נעמען. איז מען צוריקגעגאנגען צו די ATM גענומען נאך א הונדערט עגיפטישע פאונד, וואס איז צוויי דאלער, און באצאלט.

האסטו שוין א גרעניץ מעשה פון א פרישע קולטור.

גלייך נאכן גרעניץ שטייען אויסגע'שורה'ט ווייסע טענדערס וואס זענען מן הסתם געברענגט געווארן דארטן ערגעץ צווישן די זעקס טעג מיט יום כיפור מלחמה אהין. אלטע אייזערנע קעסטלעך אויף פיר רעדליך. די אלע דרייווערס דארטן זענען צוגעלאפן צו אונז פארשלאגענדיג א רייזע. קיינער פון זיי האבן קיין ענגליש נישט גערעדט. אבער עברית האבן א שיינע מספר פון זיי גערעדט. כ'מיין פון ווי קען אן אראבער די טמא'נע שפראך עברית? איי געס לצורך פרנסה, פון די ישראלדיגע טוריסטן וואס קומען אין די סיני געגענט. נאכן פארהאנדלען איבער די פרייזן זענען אונז געוואר געווארן איז די וועג קיין קאירא פון טאבא נעמט נישט קיין פינף שעה ווי גוגל מעפס זאגט, נאר א וועג פון ניין שעה ווייל מ'נעמט א לענגערע וועג. זיי האבן נישט געוואלט זאגן פארוואס. שפעטער בין איך געוואר געווארן אז די שנעלערע וועג איז אינפעסטירט מיט אייסיס.

ווען איך גיי שוין אריין אין די קאר ווייזן מיר די דרייווערס אן פאר א פאליציי אפציר וואס איך דארף ביי איהם אריינגעבן מיין אינפארמאציע און ווידער ווייזן מיין פאספארט. די דרייווערס זאגן אונז אז די אפיציר איז שוין דא פאר פארציג יאר אויף דעי געגענט. נאכדעם זענען זיי מיר מרמז אז דארפסט געבן א קליינע טיפ פאר די אפיציר פארן טוהן זיין ארבעט געטריי. שוין נעמען אונז ארויס נאך א הונדערטער (צוויי דאלער). רוקט זיך אן א יונגע פאליציי אפיציר און בעהט אויך געלט. געבן אונז א פינעווער (צעהן צענט ווערד). ער איז נישט צופרידן ביז עס איז געגאנגען א פופציגער.

און ויסעו. די אייזערנע באקס האט זיך אסאך געווארפן אויף די שוואך אויסגעפלאסטע שטראזן אין די וויסטע מדבר סיני צומאל געדארפט אויסלעשן די עיר קאנדישאן אז די ענדשין זאל קענען ארויפפארן א שווערע בארג. און אסאך חלקים פון די וועג האט נישט געהאט קיין פאון סערוויס, געזעהן באדיאינער וואוינען ביי די זייטן פון די וועגן.

איך מיין אז קאירא דארף אן עקסטערע תגובה…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלבערט איינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

סאנטיגא. איין חידוש האסטו מיר געזאגט וואס איך גלייב נישט. איך בין שוין געווען אין אסאך מדינות און יעדע לאנד כמעט קען מען זיך אן עצה געבן מיט ענגליש . פראנקרייך איז די איינציגסטע לאנד וואס איך האב נישט געקענט אן עצה געבן מיט ענגליש. די שטאלצע פראנצויזן האלטן נישט ביים רעדן די אינטערנאציאלע שפראך ווייל זיי האלטן אז פרענטש איז די אינטענאציאליע שפראך. אויב איך האב געטראפן א טוריסט וואס קען ענגליש און פראנצויזיש אויך איז עס געווען א פיינע פארמיטלער
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אין די אייראפישע מדינות איז דא א זאך וואס מען דארף שטארק אכטונג געבן. וואס דאס איז פון רומענישע גנבים. שוין געזעהן אסאך מאל אין גרויסע שטעט. וואס זיי טוהן איז זיי נעמען דריי אייזענע קאפס. (גלאז) און זיי לייגן אריין א קליינע טאבע אין איינער פון די קאפס. און מישן אויס. דערנאך דארף מען זיך וועטן פאר נישט אינטער הונדרעט דאלער. אויב דו טרעפסט צו וועלעכע גלאז די טאבע ליגט געוואונסטו. אז נישט פארלירסטו. יעצט ווען דו שטייסט אין די זייט און קוקטס צו דעם קונצלער זעהסטו אז מענטשן פארלירן און מענטשן מאכן געלט און עס הייבט אן א תאווה צו אויך פרובירן. אבער אייביג ווען מען פרובירט מען וועט אויף א הונדרעטער איז מען ווראנג. און מענטשן פארלירן דארטן אסאך געלט. פון די אנדערע זייט פארדינען מענטשן אויך געלט. וויאזוי קען עס זיין. ווייל די מענטשן וואס געוואונען די געוועט זיינע פון זיינע חברה. די רומענישע גנבים. און זיי מאכן שיין געלט צוזאמען. און זיי האבן אייביג א מהלך וויאזוי צו סקעמען אז אפילו דו האסט צוגעטראפן די ריכטיגע קאפ ווי די טאבע ליגט. געבט ער א שנעלע טויש אינדערצייט וואס דו גיבט דיין געלט. און פאר די רומענישע גנבים וואס וועט צוזאמען מיט איהם אין פראנט פונעם ציבור טרעפן יא צו. ווייל די געלט בלייבט צווישן די גענג און אויך צו ציען די עולם אז עס איז דא א גרויסע ראטע פון געוואונען. עטליכע מאל וואס איך בין דארטן געשטאנען באמערק איך ווי איינער פון די רומענישע געבט זיך א רוף אן אז די פאליציי קומט און די גאנצע באנדע רומענישע פוצן אפ אוועק פון דארטן. זיי גייען אייביג מאכן זיכער אז קיינער כאפט נישט קיין ווידיאס

https://youtu.be/OuAHG4BbEoY א לינק זעהט מען וויאזוי עס גייט צו
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

שליחה דורך פרנס החודש »

רוף זיי ביים נאמען: צוגיינער, Gypsy.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

שליחה דורך פרנס החודש »

די ציגיינער האלטן זיך פאר די ״עכטע״ רוימער, זיי רופן זיך Romano, פון דא קומט לכאורה די טעות רומענישע גנבים, ווען די אריגינעלע איז געווען ראמאנישע גנבים.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש: דאס וואס דו זאגסט ביסטו גערעכט. אבער די רומענער זענן אויך עכטע גנבים אין זייער אייגענעם זכות. דארט איז געווען זייער א סאך "טאשן שניידערס". אויך האט מען געקענט אונטערקויפן א יעדן רעגירונס אנגעשטעלטן. אזוי ווי פאליציי און אנדערע רעגירונגס מענטשן.

ס'איז דא א באקאנט ווערטל ווי א טאטע אין רומעניע לערנט אויס זיין זון וויאזוי מ'מאכט אן אייער שפייז. ער זאגט איהם. צוערשט גנב'עט מען א דאזן אייער...! אויך איז דא ווערטל אז א מענטש קומט אריין אין גראסערי און בעט א דאזן אייער. זאגט דער בעה"ב פאר זיין ארבעטער..."געב איהם א דאזן אייער"... אבער ער ווייזט מיט די הענט אויף צען פינגערס...!
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

שפילער האט געשריבן:הערליך און גאר אינטערסאנט שכוח

צוויי זאכן האב איך נישט געהעריג פארשטאנען די הינט זענען פריי פארוואס?

ווייל די אינדיאנער וואס האבן שוין יא הונט ווילן ענדערש הונט פון אנדערע מדינות

פארוואס זענען די קיען הייליג ? אלטס הכרת הטוב?
גוגל זאגט ווייל זיי גלייבן אז די קוען זענען גלגולים פון זייערע זיידעס
פארשפארט