מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

דאס שידוכים קריזיס איז יעדן באקאנט, ס'איז ליידער דא אסאך היימישע בחורים און מיידלעך, און שידוכים גייט שווערער ווי ס'פלעגט אמאל גיין.
נו, איז דאך א פראבלעם, ווי דער קרית יואל'ער רב זאגט מיטן באוויסטע תנועה, ס'איז א גרויסער פראבלעם'...האבן זיך די עסקנים אפגעלאזט פון זיך באשעפטיגן מיטן ביליגער מאכן חתונות, און זיך אריינגעטוהן אין דער גרעסערער פראבלעם, אז דער עולם קען נישט טוהן קיין שידוך, מען האט געמאכט מערערע אסיפות פון רבנים שליט"א און גרויסע ערנסטע עסקנים, צי זעהן וואס האט גורם געווען די פראבלעם, וויאזוי עס האט זיך אנגעפאנגען און אנטוויקעלט אדער דערקייקעלט (איך וועל גיין מיט די לעצטע ווייל סאיז א געשמאקערע ווארט און מ'ניצט עס ווען עפעס גייט פון גוט צי שלעכט) צו דער מצב מיט וואס אונז האמיר זיך דערזעהן די לעצטע פאר יאר, און וויאזוי קען מען לינדערן און האפענטליך אפשטעלן דעם פראבלעם, איז מען געקימען צי דעם מסכנה, אז דער הויפט גורם זענען די עלטערן, ווייל זיי זענען זייער פיקי. אזוי ווי דער וואטסאפ גענעראל ר' יונתן שווארץ זאגט, היינט וויל מען נאר וואס מען קען נישט באקומען... און די סברה גייט אזוי: אויב איינער וויל מיך נעמען, וויל איך זיי נישט, ווייל איך וויל נאר איינער וואס וויל מיך נישט, ווייל איך וויל ארויפגיין א דרגה אונעם געזעלשאפט לייטער.

אה,
הייסט אזוי, דו, אין דיין פערציג יאר עסן קיגל, האסטו נישט מצליח געווען צי באקומען רעספעקט, צי ווייל די האסט דיך קיינמאל אהערגעשטעלט אלס א מענטש, צי די ביסט א שלימזל, האסטו דיך זיך יעצט אנגעלייגט אויף דיינע קינדער, אז זיי זאלן דיך העלפן ווערן א שטיקל אנגעזעהנע מענטש, דורך זיך משדך זיין מיט אזויגעריפענע שעהנע משפחות.

ר' איד.! דיינע קינדער זענען נישט דיינע בילעטן פאר א בעסערע פלאץ אין געזעלשאפט. דאס האסטו געדארפט טוהן אין ישיבה, ווען די האסט
גערויכערט אינדרויסען ציזאמען מיט די ליידיגייערס, ווען די האסט געפיפען דיינע עלטערן אין פנים אריין, און געטון וואס ס'האט דיך דעמאלטס געשמעקט.

יעצט, אז די זעהסט דיך מיט ערוואקסענע קינדער אין די יארן, און די מציאות פראסקעט דיך אין פנים אז די ביסט נישט דער וואס די האסט געמיינט אדער זיך איינגערעדט דו ביסט, נעם נישט דיינע קינדער אלס משכונות אין א קאמף צי ווערן א שיינער איד.

נאכהער איז דא א ערנסטע פראבלעם ביי די מיידלעך.

יא, די איידעלע ערליכע צניעות'דיגע בית רחל מיידלעך, זיי האלטן מער נישט ביים נעמען קרעפ.
ליידער אזא מין פעמעניזעם מי טו מאוומענט,
זיי פארלאנגען עפעס פאר זיך אויך ר"ל, זיי האלטן מער נישט ביים נעמען עביוז פון זייער בן זוגם ,זיי האבן אביסל זעלבס-ווערדע, וואס דאס איז טאקע די סיבה פון אסאך גיטין היינט ציטאגס קעגן אמאל. ניין ס'האט גארנישט מיט סמארטפאונס, ווי אלע אויסגעפאשעטע, אנגעשפארטע, קוויטל פאקעטירערס, קעדילעק-רייזענענדע, רבנים שליט"א בונטעווען. ניין ווי איינער דא פון די גאונים חברי הפארום האט ארויסגעברענגט זייער גוט, אז סקומען די אזויגעריפענע מחנכים עדזשוקעיטארס, מיט א מעסטערס דעגרי אין חאלופטשעס, פון יונייטיד טאלמודיקעל סאפארי, מיט די גאונישע אויסטרעף אז די סיבה פארוואס עס איז דא אזויפיל גיטין, איז ווייל מ'האט סמארטפאונס ממילא געבט מען זיך נישט אפ מיט די ווייב מבויט נישט קיין קשר וכו' וכו' זאגט ער אזוי דער מעמבער דא (כ'געדענק שוין נישט ווער מזאל מיך זאגן וועל עס צי'עדיטן) אמאל פערציג פיפציג יאר צוריק צי אפילו צוואנציג יאר צוריק, פלעגט מען אריינפרעגלען די חתנים און יונגעלייט, אז א ווייב איז נישט קיין חבר'טע ס'איז א גראדע שותפות אין די בעבי פעקטארי, וואס מען וועט עפענען פאר פראדאקשן, גלייך פונעם חתונה, און מזאל זיך נישט פארפרויערן וכו' וכו' און זיי פלעגן חוזק'ן אפשפעטן און אוועקמאכן פון די יונגעלייט וואס האבן געוואלט האבן עפעס מער מיט די ווייב ווי סתם דער בעבי מאכער. קומען זיי יעצט אז סמארטפאונס מאכן חרוב אידישע שטובער ווייל מאיז נישט ביזי און מקוקט נישט אן די ווייב...

אקעי ווי האלט איך דא? איך פלי דא ארום בענין לעניין באותו ענין, אה! מיט די מיידלעך, זיי ווילן האבן א שטיקל לייף פאר זיך אויך, ניין ניין, סאיז זיי נאכנישט בייגעפאלן אז זיי מיזן נישט חתונה האבן מיט די משפחה-ווענדעריי ערעינדזשט מערידזשעס, אבער זיי זענען נישט אינטערעסירט צי ווערן ווייבער ביי די אכצן ניינצן, איך זאג ווייבער, ווייל די ווארט כלה איז א סקעם א אויגן פארבלענדעניש, כלה איז אזא געשמאקע איידעלע ראמאנטישע זאך, ווען מ'באקומט מתנות און מאיז פרייליך און מ'דמיונט אוועק ווי גוט די לעבן וועט זיין, אבער דאס האלט אן פאר אפאר חדשים, ביז מ'טרעפט זיך יענע נאכט מיט א פארשוויצטער פרעמדע זכר העכער זיך, און פאר וואס ווען, פאפט מען רעכטס און לינקס בעביס. אין דער ריעליטי פראסקעט אין פנים וואו א שניי זארוכווע. נאר וואס יא, די מיידלעך זענען מער נישט אינטערעסירט צי ווערן ווייבער און מאמעס ביי די זיבעצן אכצן, זיי ווילן ענדערש ווארטען ביז די צוואנציג - איין און צוואנציג צו חתונה האבן, זיי ווילן אביסל אינדזשויען לייף, זיי האלטן גוט באצאלטע דזשאבס, מיט וואס זיי קויפן און רעטירנען קליידער און שיך, פון עמעזאן זערע טווענטי וואן סענטשורי, זיי האבן זיך חברט'עס מיט וועם זיי טשילן יעדע זינטאג אינוואדירן די דעפארטמענט סטארס אין מאנהעטן, און ביינאכט גייען זיי צי דאמינא פארק ווי זיי פלעפלען ארום מיט א געשמאק, הפנים די מוידן האבן זיך בארעכנט אז עס איז ליבערשט צי פארברענגען מיט די חברט'עס אלס מיידלעך אין פארק, ווי צי פלוישטערן אויפן טעלעפאון אנגעשוואנגערט,

און ממילא ווערט א פראבלעם מיט שידוכים, ווייל עס איז דא מאנגל אין עוועיליבל מיידלעך.


(יא, דער שערי יושר, וואס ספעמט ק"ש די לעצטע חודש מיט הינדערטער קורצע תגובה'ס, האט זיך דערשלאגן צו שרייבן עפעס לאנגס)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

באמת וואלט לכאורה געווען די בעסטע סעלושען צו אראפלאזן די מחיצה און משדך זיין די עלטערע חסידישע בחורים מיט די עלטערע ליטווישע מיידלעך
ווי דער בעל הכרי ובעל החריץ
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שערי יושר האט געשריבן:ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש
נעם אראפ דעים מסך המבדיל, און די בחורים און מיידלעך וועלן זיך גאנץ שנעל פארשטיין, בייאלאגיע איז נישט קיין חסיד און נישט קיין ליטוואק.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

וואס הייסט נעם אראפ? ס'איז דא א גרויסע חילוק אין קולטור צווישן דעי צוויי געמיינדעס. וויאזוי נעמט מען אראפ דעם מסח המבדיל?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שערי יושר האט געשריבן:און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך
זיי וועלן זיין מענטשן וואס זענען באשאפן בצלם אלוהים און געהערן צום פאלק ישראל, אהא ס'קען זיין זיי וועלן נישט קימען צים רעבען'ס טיש? הייסט ס'איז א רעבא קריזיס נישט קיין שידוכים קריזיס.

(אבער דער אמת איז אז פאר די ליטווישע מיידל וועט עניוועי נישט פאסטן צי נעמען א חסידישע בחור
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

נו שוין. קען מען דאך נישט גיין צים לחיים אנעם כלה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שערי יושר האט געשריבן:וואס הייסט נעם אראפ? ס'איז דא א גרויסע חילוק אין קולטור צווישן דעי צוויי געמיינדעס. וויאזוי נעמט מען אראפ דעם מסח המבדיל?
מסך המבדיל צווישן די ג'ענדערס, נישט די געמיינדעס
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

מוועט עס קענען טוהן ווען סוועט זיין וגר זאב עם כבש
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

קהל'ס נער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך
זיי וועלן זיין מענטשן וואס זענען באשאפן בצלם אלוהים און געהערן צום פאלק ישראל, אהא ס'קען זיין זיי וועלן נישט קימען צים רעבען'ס טיש? הייסט ס'איז א רעבא קריזיס נישט קיין שידוכים קריזיס.

(אבער דער אמת איז אז פאר די ליטווישע מיידל וועט עניוועי נישט פאסטן צי נעמען א חסידישע בחור)
ס'מער פון דעם, דער בחור וואס איז ציגעוואוינט צי איין מינע לעבן וועט זיך זייער שווער קענען אריינפאסן אין אנדערע מינע קולטור, און נאכמער דאס מיידל, מערידזש איז געניג שווער אזוי אויך
ווען מקומט פונעם זעלבן חסידות
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שערי יושר האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:און בכלל וואס וועלן די קינדער זיין? סתם ווייל דא איז דא בחורים און דא איז דא מיידלעך נישט קיין מהלך
זיי וועלן זיין מענטשן וואס זענען באשאפן בצלם אלוהים און געהערן צום פאלק ישראל, אהא ס'קען זיין זיי וועלן נישט קימען צים רעבען'ס טיש? הייסט ס'איז א רעבא קריזיס נישט קיין שידוכים קריזיס.

(אבער דער אמת איז אז פאר די ליטווישע מיידל וועט עניוועי נישט פאסטן צי נעמען א חסידישע בחור)
ס'מער פון דעם, דער בחור וואס איז ציגעוואוינט צי איין מינע לעבן וועט זיך זייער שווער קענען אריינפאסן אין אנדערע מינע קולטור, און נאכמער דאס מיידל, מערידזש איז געניג שווער אזוי אויך
ווען מקומט פונעם זעלבן חסידות
ווייסט פארוואס מערידזש איז אזוי שווער ווייל מען האט אפגעטיילט די ג'ענדערס.

#באשאף_נישט _קיין_פראבלעמע
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אויסער די עלטערן גייט זיי בכלל אן אז ס׳איז דא א ״שידוך קריסיס״?

ס׳זעהט מיר אויס אז די בחורים און מיידלעך געבן זיך פיין אן עצה אלץ סינגלס.

ביי די 24 זענען ממילא רוב חתונה געהאט.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך שערי יושר »

די געמיינדע פירערס גייט עס אן ווייל אז די קינדער האבן חתונה יונג איז דא ווייניגער טשענסעס אז זיי וועלן רעבעלן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

מיין זיידע און באבע האבן חתונה געהאט א ליטוואק מיט א חסידישע און אלס האט געשטימט, די קינדער זענען געווארן סאטמערע (נישט אהין און נישט אהער :lol: )
אבער פון דארט איז נישט קיין ראיה ווייל עס איז געווען נאך די מלחמה

שערי יושר יעצט קומט זיך דיר טאקע פעטש, אז דו קענסט יא שרייבן פארוואס שרייבסטו קיינמאל נישט??? :x
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ווי בת קול האט שוין געדונערט, זענען די בחורים גאנץ אקעי און בכלל נישט אין קיין געיאג (בדרך כלל), די עולם טשילט פיין ארום.



******************************
שערי יושר: שיין און זיס געשריבן, מיט בליציגע מליצות, לאוו איט!
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

אינטרעסאנט אין לאנדאן האט געזאלט פארקומען אן אסיפה נישט דוקא וועגן שידוכים אבער וועגן די פאקט אז פרויען זענען נישט אינטרעסירט אין זייערע מענער
די בייגעלייגטע פייל קומט פון די פרויען זייט פון קאווע שטיבל https://www.imamother.com/forum/viewtopic.php?t=509243
בייגעלייגטע פיילס
SH Asifa.PNG
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך החוקר »

קהל'ס נער האט געשריבן:ווייסט פארוואס מערידזש איז אזוי שווער ווייל מען האט אפגעטיילט די ג'ענדערס.

#באשאף_נישט _קיין_פראבלעמע
What?!?!?!?!?!??

דו ביסט חתונה געהאט?

ביי גוים איז נישט דא קיין סערעגאציע, פארוואס גט מען זיך דארט?

מערידזש איז א שווערע workout וואס מען דארף אסאך מוותר זיין כדי עס זאל ארבייטן. גארנישט מיט ג'ענדערס צו טון. צולייגן נאך stree points איז א בארעכטיגטע זארג וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קהל'ס נער האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:ס'נישט אויספירבאר. די קולטורן זענען זייער אנדערש
נעם אראפ דעים מסך המבדיל, און די בחורים און מיידלעך וועלן זיך גאנץ שנעל פארשטיין, בייאלאגיע איז נישט קיין חסיד און נישט קיין ליטוואק.
אויך אמת, אבער דאס נעמט צייט

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

שערי יושר זאגט גאר גוט
די צייטן פון די מאן איז די קעניג איז געענדיגט
פרויען האלטן שוין ביי גארנישט, גערעכט זענען זיי
אבער די מענער זענען אויך נישט אזוי מאסקולין ווי אמאל
בחורים זענען אסאך מאל ריזיגע בעיביס, וואס קענען נישט קעיר נעמען פון זיך, די ווייב דארף איבערנעמען די מאמעס דזשאב
און זי האלט נישט דערביי
מדארף אויפהערן אפשרעקן די מיידלעך, סיי אז ממוז האבן אבאנטש קינדער און סיי אז די מאן איז קעניג
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

Nanach האט געשריבן:באמת וואלט לכאורה געווען די בעסטע סעלושען צו אראפלאזן די מחיצה און משדך זיין די עלטערע חסידישע בחורים מיט די עלטערע ליטווישע מיידלעך
ווי דער בעל הכרי ובעל החריץ
די ליטווישע ווילן נישט חסידישע מיט שטריימלעך
סאיז טאקע מער מצוי מיידלעך וואס בייגן זיך יא אביסל טאקע וועגן דעם קריזיס
אבער אזויווי שערי יושר זאגט איז דא א פראבלעם מיט קולטור
און חסידישע וואס בייגן די רולס האלטן נישט ביים חתונה האבן מיט קיין גראדע ליטוואקס וואס האלטן דינא דמלכותא דינא בנוגע נישט צאלן די מיטער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שערי יושר: ייש"כ. דו האסט שוין אלעס געזאגט. איך בין מסכים מיט א יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט דא. ווייל איך בין עס אדורעך געגאנגען ביי שידוכים מיט מיינע אייגענע קינדער. איך וויל נאר צוגעבן אז ביי די ליטווישע זענען אויך די מיידלעך (הויפטזעכליך) שולדיג. נאר צוליעב אנדערע סיבות.

די ליטווישע גייען (בדרך כלל) אויף דעיטס (לעומת שדכנים גערעדטע שידוכים). און די מיידלעך דארט ווייסן אליינס נישט וואס זיי ווילן. די רוב פון זיי מאכן סתם משוגע בחורים. אזוי אז ס'זענען שוין דא געוויסע (עלטערע) מיידלעך וואס די בחורים שטייען אוועק פון זיי. אויך איז עס ביי די ליטאים מיידלעך, אזוי ווי ביי די חסיד'ישע עלטערן, אן עניין פון קאנטראל. זיי פיהלן אז זיי האבן יענעם אין די הענט. און דאס איז זייער א געשמאקע פיהלינג. ס'בויעט אפשר אויף די געדמיונ'טע זעלבסט ווירדע (אז מ'קען יענעם טרעטן. (אזוי ווי דו האסט שוין געזאגט). ווייל איך זעה, אזוי ארומפארנדיג אויף די גאסן זייער א סאך (בליעה"ר מיידלעך וועלכע וואלטן געווען קאנדידאטן צו חתונה האבן. אבער דאס געשעהט נישט. ליידער.

די עיקר איז. ס'דארף אריינקומען אן ערנסטער טויש אין עטיטוד ביים עולם. סיי ביי די חסיד'ישע און סיי ביי די ליטוואקס...!
פארשפארט