איך אויך האט געשריבן:למען האמת האב איך דא געוואלט שרייבען אז איך וויל נאכגיין די טריט פון א חבר מיינער וואס האט פארלאזט ק"ש וועגן די סיבות און זיך אפטיילן מאנשים הרשעים האלו, אבער עס דרייט זיך א וועלט און ביזדערווייל בין איך דא וועל איך אויסנוטצען דעם אשכול אויסצושמועסן את אשר על ליבי.
יעדער פון אונז עפרישיעט די כוחות וואס מען לייגט אריין אונז צוצושטעלן דאס פלאץ אויפן בעסטן אופן, און זיכער וויל קיינער נישט קיין רעכטע צענזור נוסח אייוועלט אבער -און דא קומט א גרויסע אבער- דער גבול קען נישט זיין אינגאנצן לינקס, מען קען נאר אזויפיל איבערציען דעם שטריק פאר עס צורייסט זיך.
אנגעפאנגן האט זיך עס פון חוזק מאכן פון היינטיגע רבי'ס/רבנים און זייערע גבאים, פיין און וואויל ווער ענדשויט נישט אביסל אינטערטעינמענט אויפן חשבון פון די רעבעלעך. פון דארט איז עס געגאנגען צו אמאליגע אנערקענטע גדולים (כדוגמת הגה"ק ר' יהונתן אייבעשיטץ זצוק"ל וואס איז אלס איינע פון די סאמע גרעסטע גאונים וקדושים קומט זיך א אפגעריסענער ראצער און זאגט ער איז גאר געווען א שבתי צבי'ניק) אויף וועם מען מעג דא רעדן כל דבר אסור.
פון דארט פארט די באן ווייטער און די נעקסטע סטאפ איז חז"ל הקדושים אונזערע תנאים ואמוראים ובעלי המדרשים עס איז א אפטע ערשיינונג צו ליינען דא איבער און איבער ככלב השב אל קיאו ווי אומוויסענד און באגרעניצט חכמינו ז"ל זענן באמת געווען. די טעמע און מעטאדע טוישט זיך כסדר אבער דער תכלית הנרצה בלייבט די זעלבע, אז אנשטאט וואס אונז אלע דא זענן אויפגעוואקסן אז כל דבריהם קדושים וטהורים וואס מיר האבן נישט קיין השגה כל שהוא בגודל קדושת די סאמע קלענסטע אמורא ערלויבט מען זיך דא מללגלג צו זיין אויף זיי מיט פארשידענע אויסדרייען און פשט'לך אבער הצד השוה שבהן אז דרכם להזיק און עס ברענגט אריין א קרירות בלב.
ביז עס איז צוגעקומען צו א מצב אז א אפענע כופר און עטאיסט פילט זיך דא באקוועם צו ערקלערן (דורך שרייבען און דורך לינקען צו זייערע וועבזייטלעך) אז יא עטץ אלע לעבט און א גרויסע טעות און באמת איז נישט דא קיין באשעפער המולך על כל העולם כולו, שומו שמים! ווען איך האב ליידער געזעהן יענעם געשרייבעכטץ האב איך געהאט א ערנסטע ספק צו מען איז נישט מחויב צו רייסן קריעה. אמת, די הנהלה קען טענה'ן אז נישט מיר שרייבען אזעלכעס און די באריכטען ווערן גענומען ערנסט אבער ווי האט יענער רב געזאגט פארן שופט? אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזעלכע מעשיות... ואידך פירושא זיל גמור.
די ביסט מער נישט גערעכט. ביז א קורצע צייט צוריק איז עס אפשר אזוי געווען. לעצטנס איז עס נישט אזוי...