עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

עם ועם כלשונה - אינטרעסאנטע זאכן פון אנדערע לענדער

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

איך בין אסאך ארומגעפארן אויף אנדערע מדינות און באגעגנט אסאך מענטשן און רעליגיעס
געוויסע זאכן איז ממש צום שטוינען
איך וועל אנהייבן מיט גאר אן אינטרעסאנטער מדינה און כ'האף דער עולם העט הנאה האבן און מוועט מיטטיילן אייגענע עקספעריענסעס…

אינדיע

- ביי די הינדוס איז נישטא אזא זאך ווי א גט, ווייל סאיז נישטא אזא ווארט ביי זיי אין רעליגיע, נישט נאר דעם נאר מאן און ווייב זענען צוזאמען פאר זיבן גלגולים (וואטעווער דעיס מיינט)
- אלעס איז ארעינזשד מערידזשעס, די עלטערן מאכן אפ, סאיז דא א בישאו מיט א שדכן
- נאכן חתונה האבן בלייבט מען וואוינען אין איין הויז ביי די עלטערן און אור-עלטערן (!) אלע וואוינען צוזאמען
- עס זענען דא פיר שטאפלען אין די חשיבות פון משפחות, מאיז זיך משדך בלויז אין יענע ראנג (אזוי ווי די רעבישע) מקען נישט ארויסגיין פונעם ראנג ווי מאיז געבוירן
- די נידריגסטע ראנג ארבעטן אין ביליגערע ארבעט ווי שלעפן טראגן וכו' און מקען גארנישט טון דאס צו טוישן
- די ראנגן וואוינען צווישן זיך און מישן זיך קיינמאל נישט אויס
- עס זענען דא גוזמאות פון געטער, יעדע מינוט האט מיין דרייווער געזאגט נאך א נאמען
- עס זענען דא דריי חדשים אין זוממער וואס מהאט נישט חתונה, ווייל די גאט וואס געט רשות אויף דעם שלאפט דעמאלסט (פארשטיי מיר שוין הנה לא ינום ולא יישן במלוא מובן המילה)
- קיען זענען הייליג, ווען א קו קען שוין נישט געבן קיין מילך ווערט ער ארויסגעלאזט אויף דער פריי, אזוי שפאצירן הונדערטער קיען אויף די גאסן פון דעלהי און אגרא. עס קען צומאל זיין שעות טראפיק ווייל א קו האט אפגעמאכט זיך אפצושטעלן אינמיטן די גאס
- עס זענען אויך דא לויזע הונט אויף די גאסן, ווייל די אינדיאנער גלייכן נישט אינדיאנער הונט
- ווי אויך דרייען זיך מאנקיס אויף די גאסן, איינער פון זיי האט צוגעכאפט מיין עסן..
- אויסלענדישע דרייווערס קענען נישט דארט דרייוון, עס איז כמעט נישטא קיין סדר, אפילו עס זענען יא דא פאסן האלט זיך קיינער נישט אין זייער לעין. די רויט לייטס זענען נאר דארט פאר פאן… און פאליציי איז נישט צום געפינען. דארטן זאגן זיי
"to be a good driver in India you need a good car, good breaks and good luck"
- אנדערע געזעצן זענען יא גאר שטרענג, פאליציי קען הרגנ'ן אומאפיציעל קרימינאלן ווי גנבים למען ישמעו, אדערווייז גייען זיי ארום מיט גרויסע סכך (באמבו שטעקענעס)
- יא מיר האבן געזען די באן מיט פאסאזשירן וואס הענגען פון אלע זייטן…
- ווייסע מענטשן ווערן גאר אפט געבעטן ביי לאקאלע אינדיאנער זיך צו לאזן כאפן בילדער מיט זיי, זיי האלטן זיך זייער גרויס דערמיט און ווייזן עס פאר זייערע פאמיליעס און חברים… מפילט ממש ווי א סעלעבריטי..
- טוריסטן ווערן ממש harrased פאר געלט דורך די לאקאלע מענטשן, צומאל שיקן די עלטערן קליינע קינדער וואס זאלן משוגע מאכן
- אלעס איז שפאט ביליג און מקען (און ממוז) האנדלען די פרייז
- די שמעק פון די street food און גערודער פון די גאס און טראפיק קען זיין זייער overwhelming , עס פילט ווי אלע חושים ארבעטן אויף אווערדרייוו… נעם די מערסט רוישיגע גאס אין די סיטי און טריפל די גערודער, יעצט לייג צו א קעכער מיט שמעקעדיגע עסן יעדע דריי פוס…
- צוליב וואס די G20 גייט פארקומען דארט סוף יאר, בויט מען דארט נייע בריקן און שאסייען צו באאיינדרוקן די דעלעגאטן און טוריסטן, אבער בלויז אפאר מייל אוועק זענען די שאסייען צוהאקט און די בנינים צוקנאקט
- צוליב די G20 פרובירט די גאווערמענט צו מאכן פרישע געזעצן און סדרף אבער די לאקאלע קימערן זיך נישט דערמיט און זוכן עס נישט
- די פאפולאציע איז אזוי גרויס אז עס זענען דא מאסן מענטשן איבעראל. שטעל דיך פאר א ביזי פארק אינמיטן טאג אין ניו יארק סיטי, יעצט טריפל די מענטשן.. בערך אזוי קוקט עס אויס
- די אידן האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין פארוואנדלען מומביי צו די ביזנעס צענטער וואס ס'איז היינט. עס זענען טאקע דא עטליכע אלטע לאקאלע שולן וואס שטעלן אויך צו שבת סעודות (די היסטאריע וועט מען מוזן לאזן פאר א צווייטן)
- יא מיר זענען געווען ביי חב"ד אין מומביי, עס שטייט נאך אינעם זעלבן פלאץ ווי די אטאקע איז געשען. מקען זען די לעכער פון די קוילן וואס זענען דאן געשאסן געווארן. די רב וויל עס פארוואנדלען אין א מוזעאום
- עס זענען דארט געווען עטליכע משגיחי כשרות, זיי גייען על פי רוב צו ספייסעס פאקטאריס
- עס עקזיסטירט נישט קיין אנטיסימעטיזם אין אינדיע (בשם די חב"ד רב). איך בין געגאנגען מיט א טלית אין די גאס און קיינער האט נישט געקוקט אויף מיין זייט, ווארשיינליך ווייל זיי קענען גיין מיט א קארב באנאנעס אויפן קאפ..
- די בארימטער "טאזש מאהאל" איז נישט קיין מאסק אדער טעמפל, און איז נישט הייליג. עס איז בסך הכל א אוהל אויף א מציבה. די געביידע זעלבסט איז משוגע אינטרעסאנט, עס איז מוראדיג פונקטליך, און אויסגעשניצט מייסטערליך. די ווייסע מארבל ווערט קיינמאל נישט גערייניגט בלויז ווייל עס ווערט נישט שמוציג..
- רובא דרובא זענען מוראדיג פריינטליך צו טוריסטן, אסאך מאל קענען זיי זיין זייער קלעבעדיג און סאיז שווער זיך אפצושאקלען פון זיי.


דאס איז על רגל אחת מיין קורצע עקספעריענס פון זיין דארט בלויז 3 טעג
(כוואלט ווען געדארפט טרעפן א גורו און מאכן מעדיטעישען ביז מיין אויגן איז סטאק ביי מיין שפיץ נאז, אבער כהאב שוין נישט קיין כח פאר די זאכן)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ערנסטגערעדט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר