הכתרה פון ענגלישן קעניג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1528 מאל

הכתרה פון ענגלישן קעניג

שליחה דורך דיכטער »

דער קרוינונג פון דעם קעניג, טשארלס דער דריטער.

אזא זאץ שלעפט אונז צוריק, אומוועלענדיג, צו דעם ווייטן פארגעסענעם אמאל. עס דערמאנט אונז די צייטן וואס אונז קענען נאר פון די דיקע, אלט-אידיש-געשריבענע, ביכער וועלכע שילדערן מיט גאפט, דער גלאררייכן אמאל און די אידישע צרות און מיטמאכענישן פון יענער פארגעסענע צייטן וועלכע אין פארגלייך צו די היינטיגע גזרות קוקן די שפעטערע אויס ווי א שפילצייג.

דער בריטישע מאנארך אדער דער קעניג פון גרויס-בריטאניע און צפון אירלאנד, איז אן איבערגעבליבענע שראפנעל פון די אמאליגע מאנארכיעס, זייערע רייכטום און מאכט. קוקענדיג אויף איהם, צוזעענדיג די כבוד און פראכט וועלכע ווערט פאר איהם אפגעראכטן, עפענט זיך א קליין שפאלט אינעם פארשטויבטן פענסטערל וועלכע קוקט צום ווייטן פארגאנגענהייט ווען דער קעניג איז געווען אין שפיץ פונעם פאלק, אינעם צענטער פון די רעגירונג און העכער דאס געזעץ.

די בריטישער מלוכה ווערט געפירט מיט א פאנאטישע פונקטליכקייט לויט די אלטע טראדיציאנעלער מנהגים און לעבנסשטייגער. אלעס אינעם ענגלישן פאלאץ האט א וועג וויאזוי עס ווערט געפירט, יעדער זאך האט א פלאץ און א צייט, אלעס איז אויסגערעכנט און מיט א סדר. און ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו אזעלכע היסטארישע צערעמאניעס און פאראדעס, ווערן די טראדיציאנעלע פראצעדורן און ריטואלע איבונגען פארגרעסערט און פארמערט צו דער קלימאקס. אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכן סדר און יעדער זאך וואס פאסירט האט א שטוינענדע ארדענונג.

זיך אומצוקוקן און צוזען וויאזוי זאכן ווערן געפירט אין אט די היסטארישע צערעמאניעס, איז איבערהויפט העכסט אינטערעסאנט און באצויבערנד.

דער קרוינונג קומט נאכדעם וואס זיין מאמע, דער פריעדיגע קעניגן, עליזעבעט דער צווייטע, איז געשטארבן און ער, וועלכע איז געווען דער דירעקטע יורש צו דעם טרוין, איז גלייך געווארן קעניג, נאכדעם וואס דער טרוין קען נישט בלייבן ליידיג לויט די ענגלישע געזעצן. דער טאג פאר דעם אפציעלן קרוינונג איז באשטומט געווארן שוין פאריאר סוף זומער נישט לאנג נאך דער טויט פונעם קעניגן און זינט דאן האבן זיך שוין אנגעהויבן די צוגרייטונגען און העפטיגע הכנות צום גרויסארטיגן קרוינונג.

דער קרוינונג אליין וועט פארקומען אינעם היסטארישן קירכע אין וועסטמיניסטער וואו טשארלס וועט זיין דער 40'סטע ענגלישע קעניג געקרוינט צו ווערן אין דעם ארט. דער קרוינונג ווערט אויסגעפירט דורך דער ארכיבישאפף פון קענטעבערי וועלכע טוט באשווערן דעם קעניג, זאלבט איהם מיט ספעציעלע אויל און דערנאך טוט אן דער קעניגליכע קרוין אויף זיין קאפ. דער קרוין מיט וועלכע דער בריטישע קעניג ווערט באקרוינט איז באקענט אלס אדווערט'ס קרוין און ציעט שוין א היסטאריע פון הונדערטע יארן. דער קרוין וועלכע איז געמאכט פון טייערע גאלד און דיאמאנטן איז זייער שווער צו האלטן אויפן קאפ און דעריבער גלייך נאכן קרוינונג טוישט מען דער קרוין צו דער לייכטערע אימפעריאל קרוין. דאן ווערט ער באצירט מיט עטליכע טייערע צירונגען און סימבאלישע געצייג און ער נעמט אין האנט דעם בריליאנטן שרביט צוזאמען מיט דעם ארב וועלכע איז א קריסטליכע צייכן פון מאכט און הערשאפט.

נאכן ווערן געקרוינט ווערט דער קעניג געפירט אין זיין קעניגליכן קאראטע געטריבן דורך באצירטע פערדן, צו זיין פאלאץ, מיט א פאראדע אויפן העכסטן קעניגליכן פארנעם, אין באגלייטונג פון די העכסטע פערזענליכקייטן און געערטע מיניסטארן און באגלייט מיט א מיליטערישע ארקעסטער.

דער גאנצע צערעמאניע וועט געדוירן בערך צוויי שעה ביז ווען עס וועט קומען צו אן ענדע.

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר