הכתרה פון ענגלישן קעניג
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
הכתרה פון ענגלישן קעניג
דער קרוינונג פון דעם קעניג, טשארלס דער דריטער.
אזא זאץ שלעפט אונז צוריק, אומוועלענדיג, צו דעם ווייטן פארגעסענעם אמאל. עס דערמאנט אונז די צייטן וואס אונז קענען נאר פון די דיקע, אלט-אידיש-געשריבענע, ביכער וועלכע שילדערן מיט גאפט, דער גלאררייכן אמאל און די אידישע צרות און מיטמאכענישן פון יענער פארגעסענע צייטן וועלכע אין פארגלייך צו די היינטיגע גזרות קוקן די שפעטערע אויס ווי א שפילצייג.
דער בריטישע מאנארך אדער דער קעניג פון גרויס-בריטאניע און צפון אירלאנד, איז אן איבערגעבליבענע שראפנעל פון די אמאליגע מאנארכיעס, זייערע רייכטום און מאכט. קוקענדיג אויף איהם, צוזעענדיג די כבוד און פראכט וועלכע ווערט פאר איהם אפגעראכטן, עפענט זיך א קליין שפאלט אינעם פארשטויבטן פענסטערל וועלכע קוקט צום ווייטן פארגאנגענהייט ווען דער קעניג איז געווען אין שפיץ פונעם פאלק, אינעם צענטער פון די רעגירונג און העכער דאס געזעץ.
די בריטישער מלוכה ווערט געפירט מיט א פאנאטישע פונקטליכקייט לויט די אלטע טראדיציאנעלער מנהגים און לעבנסשטייגער. אלעס אינעם ענגלישן פאלאץ האט א וועג וויאזוי עס ווערט געפירט, יעדער זאך האט א פלאץ און א צייט, אלעס איז אויסגערעכנט און מיט א סדר. און ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו אזעלכע היסטארישע צערעמאניעס און פאראדעס, ווערן די טראדיציאנעלע פראצעדורן און ריטואלע איבונגען פארגרעסערט און פארמערט צו דער קלימאקס. אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכן סדר און יעדער זאך וואס פאסירט האט א שטוינענדע ארדענונג.
זיך אומצוקוקן און צוזען וויאזוי זאכן ווערן געפירט אין אט די היסטארישע צערעמאניעס, איז איבערהויפט העכסט אינטערעסאנט און באצויבערנד.
דער קרוינונג קומט נאכדעם וואס זיין מאמע, דער פריעדיגע קעניגן, עליזעבעט דער צווייטע, איז געשטארבן און ער, וועלכע איז געווען דער דירעקטע יורש צו דעם טרוין, איז גלייך געווארן קעניג, נאכדעם וואס דער טרוין קען נישט בלייבן ליידיג לויט די ענגלישע געזעצן. דער טאג פאר דעם אפציעלן קרוינונג איז באשטומט געווארן שוין פאריאר סוף זומער נישט לאנג נאך דער טויט פונעם קעניגן און זינט דאן האבן זיך שוין אנגעהויבן די צוגרייטונגען און העפטיגע הכנות צום גרויסארטיגן קרוינונג.
דער קרוינונג אליין וועט פארקומען אינעם היסטארישן קירכע אין וועסטמיניסטער וואו טשארלס וועט זיין דער 40'סטע ענגלישע קעניג געקרוינט צו ווערן אין דעם ארט. דער קרוינונג ווערט אויסגעפירט דורך דער ארכיבישאפף פון קענטעבערי וועלכע טוט באשווערן דעם קעניג, זאלבט איהם מיט ספעציעלע אויל און דערנאך טוט אן דער קעניגליכע קרוין אויף זיין קאפ. דער קרוין מיט וועלכע דער בריטישע קעניג ווערט באקרוינט איז באקענט אלס אדווערט'ס קרוין און ציעט שוין א היסטאריע פון הונדערטע יארן. דער קרוין וועלכע איז געמאכט פון טייערע גאלד און דיאמאנטן איז זייער שווער צו האלטן אויפן קאפ און דעריבער גלייך נאכן קרוינונג טוישט מען דער קרוין צו דער לייכטערע אימפעריאל קרוין. דאן ווערט ער באצירט מיט עטליכע טייערע צירונגען און סימבאלישע געצייג און ער נעמט אין האנט דעם בריליאנטן שרביט צוזאמען מיט דעם ארב וועלכע איז א קריסטליכע צייכן פון מאכט און הערשאפט.
נאכן ווערן געקרוינט ווערט דער קעניג געפירט אין זיין קעניגליכן קאראטע געטריבן דורך באצירטע פערדן, צו זיין פאלאץ, מיט א פאראדע אויפן העכסטן קעניגליכן פארנעם, אין באגלייטונג פון די העכסטע פערזענליכקייטן און געערטע מיניסטארן און באגלייט מיט א מיליטערישע ארקעסטער.
דער גאנצע צערעמאניע וועט געדוירן בערך צוויי שעה ביז ווען עס וועט קומען צו אן ענדע.

-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'קומט אריין די נייעס אז די קרוינונג פון טשארלס III וועט זיין קורצער און מיט ווייניגער פאמפ ווי זיין מאמע'ס קרוינונג און די קרוינונגען פון די בריטישע מאנארכען פון די פארגאנגענע פאר הונדערט יאר, צווישן אנדערן וועט די בערפארשטייענדע מעמד געדויערן בלויז 1 שעה אין פארגלייך צו זיין מאמע'ס קרוינונג וואס האט געדויערט 3 שעה, און קעניגן וויקטאריע'ס 5 שעה. ווי אויך וועלן די באטייליגטע אדעללייט קומען מיט "נארמאלע" קליידונג אנשטאט די טראדיציאנאלע קליידונג, א רחמנות אויף די אדעללייט וואס ווארטן שוין זיבעציג יאר צו קענען אנטוהן זייערע קרוינעלעך אין פאבליק, די איינציגסטע מאל וואס זיי פלעגן דאס קענען טוהן פלעגט זיין ביים קרוינען א מאנארך, יעצט האט מען דאס פון זיי אויך צוגענומען. איין זאך וואס די אדעללייט וועלן יא פארדינען פונעם גאנצן געשעפט אז אנדערש ווי ביז היינט וועלן זיי ביי דעם בעפארשטייענדן קרוינונגס צערעמאניע נישט דארפן שטיין אין א רייע זיך צו בוקן צום קעניג, נאר דעם קעניג'ס קינדער און אייניקלעך וועלן זיך דארפן בוקן. אינטערעסאנט נאר אז די פארשווענדערישקייט און פאמפ פון די בריטישע קרוינונגס צערעמאניעס קומען אין גרויסנטייל פון די פארשריפטן פונעם היינטיגן קעניג'ס פארגייער, טשארלס II, וואס האט עס פארשריבן אין יאר 1661 קורץ נאך זיין צוריקקער פון גלות אין פראנקרייך (וואו ער האט באקומען א געשמאק אין די פארשווענדערישקייט פונעם הויף פון קעניג לואי XIV), יעצט קומט זיין אייניקל וואס טראגט זיין נאמען און איז עס מבטל..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די מענטשן איבער וועם מ'רעדט אין קול בחצרות האבן מער פאוער פונעם בריטישן קעניג.מחונך האט געשריבן:ווען מען הערט קול בחצרות הערט איבער מענטשן מיט מער פאוער א יעדן טאג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קענסט אפשר געבן איין ביישפיל פון פאוער וואס ער האט מער פון א צווייטן? פאוער וואס ער האט ווייניגער פון א צווייטן ווייס איך, צ.ב. ער טאר נישט זאגן א פאליטישע מיינונג, איך און דו מעגן יא, אבער מאכט וואס ער האט מער פון א צווייטן האב איך נאכנישט געהערט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
טעארעטיש קען ער וועטאען געזעצן (אפילו ער טוט עס נישט, אויב געדענק איך גוט האט עס די קעניגן געניצט 3 מאל דורך'ן לעבן)
למעשה די האוז אף לורדס קען די קעניג אריין שטעלן וועם ער וויל, (און ער קען אויך פייערן, כאטש מטוט עס נישט) וויפיל ער וויל און א יעדע געזעץ דארף דארט אדורך גיין, סאו טעקניקעל קען ער אדורך פירן וואס ער וויל

- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די פארשטארבענע קעניגן האט נאר אויסגענוצט איר וועטא מאכט איין מאל ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון א געזעץ וואס איז געוועהן נוגע צו איר ווען פארלימענט האט געוואלט אוועקנעמען א טייל פון איר סימבאלישע מאכט... אין אנדערע פעלער האט זי געשטערט געוויסע געזעצן ווען דער פרעמיער מיניסטער האט איר געבעטן... דאס איז גארנישט אנדערש ווי אין אמעריקע וואו דער פרעזידענט האט א וועטא מאכט, נאר דארט דארף מען הייסן דעם מאנארך אונטערצושרייבן דעם וועטא... אויב וואגט זיך טשארלס III אויסצונוצן זיין טעארעטישע מאכט קען מען איהם אפילו אנקלאגן מיט מרידה במלכות, פונקט ווי מ'האט געטוהן מיט זיין פארגייער טשארלס I אום יאנואר פון 1649. (דעמאלטס האט מען אויך אינגאנצן מבטל געוועהן דעם מאנארכיע, און פאר 11 יאר האט ענגלאנד נישט געהאט קיין קעניג, ביז טשארלס II האט מסכים געוועהן צו זיין וואויל און פארלימענט האט איהם געלאזט צוריקקומען פון גלות.)Nanach האט געשריבן:טעארעטיש קען ער וועטאען געזעצן (אפילו ער טוט עס נישט, אויב געדענק איך גוט האט עס די קעניגן געניצט 3 מאל דורך'ן לעבן)
למעשה די האוז אף לורדס קען די קעניג אריין שטעלן וועם ער וויל, (און ער קען אויך פייערן, כאטש מטוט עס נישט) וויפיל ער וויל און א יעדע געזעץ דארף דארט אדורך גיין, סאו טעקניקעל קען ער אדורך פירן וואס ער וויל
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 111
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
דער קעניג האט נישט קיין שום פאקטישע כוח צו שטעלן א לארד. עס איז נאר אין טעאריע. אויב גייט ער עס טוען גייט די רעגירונג אים עפענען די אויגן און צונעמען פון אים אלעס. אפילו זיינע פאלאצן. עס איז דא א קאמפליצירטער הסכם צווישן די מאנארכיע און די רעגירונג וואס עס באלאנגט פאר וועמען. אבער דער גרעסטער וויץ איז אז די גאנצע מאנארכיע באלאנגט פאר די רעגירונג! עס איז בלויז אן אקט פון עטלעכע אקטיארן צו ברענגען געלט פאר די רעגירונג. דער פראבלעם איז אז די בריטישע המון עם האט עס נאכנישט געכאפט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מחונך: די ענגלישע רעגירונג און דאס פאלק זענען זייער שטארק אריינגעלעבט אין טראדיציע. להבדיל אזוי ווי אידן. זיי טוען אלעס אזוי ווי זייערע עלטערן און זיידעס האבן געטון פאר הונדערטער יארן.
אויך איז מעגליך אז זיי ווילן נישט ארויסגיין פון זייער קאמפארט זאון און אויסטרייען נייע זאכן. דער היפוך פון דעם אמעריקאנעם ספיריט פון רעוואלוציאנערישקייט.

- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג
עס איז מער פון דעם. טראדיציע און נאכמער גאווה איז זייער גרויס ביי די ענגלישע. די מלוכה דערמאנט זיי וועגן זייער אלטע היסטאריע ווען זיי האבן קאנטראלירט א האלבע וועלטמחונך האט געשריבן:דער קעניג האט נישט קיין שום פאקטישע כוח צו שטעלן א לארד. עס איז נאר אין טעאריע. אויב גייט ער עס טוען גייט די רעגירונג אים עפענען די אויגן און צונעמען פון אים אלעס. אפילו זיינע פאלאצן. עס איז דא א קאמפליצירטער הסכם צווישן די מאנארכיע און די רעגירונג וואס עס באלאנגט פאר וועמען. אבער דער גרעסטער וויץ איז אז די גאנצע מאנארכיע באלאנגט פאר די רעגירונג! עס איז בלויז אן אקט פון עטלעכע אקטיארן צו ברענגען געלט פאר די רעגירונג. דער פראבלעם איז אז די בריטישע המון עם האט עס נאכנישט געכאפט.