שכח!!כוואליעס האט געשריבן:קודם כל שכוח הרב המקובל שפטאל שליטא, די הקדמות דא זענען הערליך קי"פ אי"ט א"ן
קיין מקובל בין איך נישט, אבער הינגעריג פאר הבנה בין איך, בעיקר: איך פֵּגֶר פאר לייק'ס ס'מאכ'ט מיך פיהלען אז..
מיין 2 שעה שרייבן און מעקן איז געוועהן ווערד
די נושא פון לייק'ס איז שוין אויסגעשריבן אין ק"ש אפאר מאל. כ'וויל עס איבערשרייבן מיט פערזענדליכע דעטאלען
זייענדיג אן אנטוואריסט בטבע, האב איך אביסל נושאים וואס זענען נישט בארירט געווארן דא, כ'פראביר אויס, און לויט די לייק'ס ווייס איך אויב כ'זאל גיין ווייטער אדער קיינער איז נישט אינטרעסירט
אבער דאן קומען אריין די דאיט'ס, אפשר רעד איך נישט צום זאך, אפשר איז די שרייבן נישט קלאר, אפשר באלמיטשע איך סתם די מענטשהייט מיט אומ'אינטרעסאנטע ענינים.
כ'שרייב דא זייט לעצטע וואך מאנטאג
מיין שטופ איז געוועהן אז די לייק'ס האבען ארויף פון 60 צו 119
[מיין לאי סעלף עסטיעם שטופט מיך צו קוקן יעדע'ס מאל וועלכע תגובות זענען געלייקט, ווער ס'לייקט, א.א.וו.]
ווען 2 חברים האבען זיך גענומען האק'ן ווערטליך אויף די חשבון פון מיינע אויסגעהארעוועטע קבלה הקדמה [שוין עוסק אין דעם נושא איבער 7 יאהר] אז מ'פאהרט שוין באלד צו קפיצת הדרך.. (יא, כ'האב געלאכט.. אבער) כ'האב אפגעמאכט נישט צו גיין ווייטער דערמיט, פיהלען'דיג ווי א מגי"ש וואס רעד צום לאמפ.
דערנאך האבען אריינגעקומען די גוטהארציגע לייק'ס און מיך געוויזען, כ'האב פארוועם צו שרייבען.
ס'איז ראטזאם צו לייק'ן יעדע'ס מאל א תגובה ברענגט ארויף א שמייכל, געבט מער נאלידש, וכדו'. הכרת הטוב ברענגט מער דערפון.
ווען איך זעה א מי אני אשכול (ווען מיין IQ לעוועל ערלויבט מיך עס צו פארשטיין..) כ'וויל עם געבן אסאך מער ווי א לייק. מיין הארץ שטעכט צו זעהן ווי ער ציהט אמאל ארויף אפאר קארגע לייק'ס.
אבער שכוח הרב מי אני פאר וויסען דיין מעלות, און ווייטער דערליווערען!
ס'וועט נאך קומען דעם טאג וואס די טרענד פון ק"ש וועט זיין נישט אבי צו לאכן - נאר צו וויסן
פון דיינע אשכולות וועט יעדער געניסן און שמיסען
דיינע לייק'ס וועלען ארויפשיסן
תגובות און שאלות וועלען אריינפליסן
אבער מי יודע אויב מי אני וועט נאך זיין דא די סוגיות אויפצושליסן!