מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
צוזאמגעדרייט: ס'זענען דא א סאך "אלטע" בחורים. ביי די חסידי'ישע און א סאך "אלטע" מיידלעך ביי די ליטווישע.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ר'ב בערל זיי ביטע מסביר וואס די קריזיס איז?
און בחורים און מיידלעך ביי אלע קרייזן זענען דא געניג וועלכע וואלטן געווען קאנדידאטן פאר חתונה האבן. און ס'געשעהט נישט.
אונז דינג מיר זיך נאר איבער די סיבות פון דעם.
ס'איז פונקטליך ווי די גמ' זאגט (סוף מס' סוטה)..."היין ביוקר, והגפן תתן פריה"...! אז די פרייז פון וויין (א חשוב'ע משקה) וועט זיין זייער טייער. נישט ווייל ס'וואקסט נישט קיין טרויבן. ס'איז דא געניג טרויבן. נאר די אינפלאציע איז זייער הויך. דאס איז אן עקאנאמישער קריזיס.
די זעלבע איז ביים שידוכים קריזיס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מחונך: דאמאלס איז עס א קריזיס פון אונזער ווילן. און זיין קלוגער פון חז"ל. מיט די פאלשע פרומקייט. אזוי ווי געוויסע גרופס אין געוויסע געאגראפישע געגנטער.מחונך האט געשריבן:ערעב בערל: א קריזיס מיינט ווען עס איז דא א פראבלעם וועלכער אפעקטירט די באטראפענע גאר שטארק און לפום ריהטא איז נישט דא קיין לעזונג. דער "קריזיס" האט א פשוטער לעזונג, מיר זאלן נישט זיין קלוגער פון חז"ל און זאגן נשתנו העתים, חדש אסור מן התורה, וכו' מיר דארפן טון שידוכים ווי אמאל! חמשה עשר באב און יום כיפור!
אגב, שידוכים איז אויך עפעס וואס די טבע האט זיך געטוישט פון ימי חז"ל.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
היינט איז געווען א אסיפה אין וויליאמסבורג פאר מאמעס פון די זאלי היי סקול ווי מען האט גערעדט וועגן דעם אז מיידלעך זענען זייער ביזי מיט זייערע פרענדס און מ'האט נישט קיין געדילד צי די זייערע מענער, פארשטייט זיך מען האט דערציילט די האר-אויפטרייסעלנדע מעשה ווען די כלה וואס האט געשיקט א פיקטשטער טעקסט פון די יחוד שטיבל. בלא בלא בלא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
עס איז דא די בקרוב וועב זייט http://www.bekurov.org וואס איז משדך ווייסע זאקן מיט ווייסע זאקן, טיכל מיט טיכל, שווארצע שטרימפ מיט שווארצע שטרימפ, וכו' ממש א שידוך AI, לאל.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך קלער אז מען ברויך האבן אן AI פראגראם וואס שטעלט צוזאם שידוכים. די סאפטוועיר וועט וויסן פונטקליך וואס עס גייט פאר אויף יעדנס פאון, וועט וויסן וויאזוי דער עולם טראכט, וועט וויסן וויפיל געלט מען האט אין באנק, וויאזוי מען זעהט אויס פיזיש, כאריזמע, מענטל העלטה, פיזיקל העלטה, אמביציעס, קולטור.
איין נקיוה וואס מען הערט און זעהט נישט קיין סאך רעדן דא בכלל פון דעם פראבלעם.
די פאקט ווי ערווענט ביי @שערי יושר אז די מיידלעך ווילן שוין נישט איבער נעמען דעם בחור'ס מאמע'ס ארבעט, און ווי אויך וויל זי נישט זיין א שלאק פאר אים (יהיה מי שיהיה).
אני הק' האלט נישט בעצם אז עס איז די בעביס וואס זיי גייען אי''ה האבן גיט זיי די בויך ווייטאג פון ווערן א כלה ביי די 18. די טבע הבריאה מער ווייניגער. ווי די חז''ל האבן שוין דאס אראפ געשטעלט אין מסכת נדרים דף כ. איז א פרוי איז קופצת ונשבעת זיי ווילן, עס איז א נדר אונס. און ווי אויך ווילן זיי האבן די אויפמערקזאם-קייט און געבן די אויפמערקזאם-קייט און ווי אויך ווילן זיי טוהן וואס די טבע האט זיי אנפארטרויעט צו טוהן. (אגב. א מאנ'ס פערזאן האט מען מיט דעם נישט געקענט אנפארטרויען). אלס 18 יעריגע קינדער איז נישט דאס אויף זייער פראנט מיינד.
נאר וואסזשע דען איז דער פראבלעם? ווי עס שטעלט זיך ארויס, זייענדיג באקאנט מיט א כלה טיטשער וואס איז דווקא ספעציאלאזירט מיט כלות וואס ווייסן שוין מער וואס די נושא און אחריות פון אהבה אחוה ריעות איז, זעהן נישט ביי זייערע עלטערן אזא מושג בכלל. כ''ש ביי זייערע ברידער אינגער אדער עלטער און זעהען נישט ווי אזוי א בן זוג זייערע וועט קענען פירן א לעבן מיט רעספעקט און אהבה וכו'.
א מיידל פון 18 יאר וואס ווייסט וואס עס גייט פאר זעהט א מציאות אנדערש פון איר דמיון.
אין שטוב זעהט זי ווי טאטע מאמע זענען איי איי איי איינער מיט אנדערן אויפן בעסטן אופן, אדער אויף מעסער שטעך אויף א שוואכערן אופן, און אויפן ערגסטן פאל הארגענען זיך דירעספעקטירן זיך איינע דעם צווייטן אויף א שרעקליכע אויפן. האט נישט קיין טעות, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווי מען הרג'עט זיך בין כותלי הבית אין שטוב ווי מען האלט מיט טראומא דעילי, איך רעד ווען עולם כמנהגו נוהג און מכלומר'שט איז די ש''ב על מי מנוחות. אבער בינו לבינה איז כסדר דא פריקשען אין סיי וואס עס מאכט זיך.
און ווי אויך זענען די מיידלעך וואס זענען געווענליך מער בעלת אחריות'ער אין די יארגאנג פון 18 יאר לויפן צו דער ארבעט אין אפיס 9 שארף. אָן דִי אָדֶער הֶענד, דער ברידער וואס דארף זיין אן ארויפגעקוקטער לערנער ישיבה בחור, פאפט ביז 11'ע, און דאן הייבט זיך אן קולות פון דעם מאמע וואס פלאצט אז זי קען נישט צוזאמנעמען דעם שטוב (וואס שטינקט מן הסתם פון ציגערעטליך אויכעט) ווייל דער גרויסער בחור שלאפט. 12 אזייגער מיטאג ענדליך שטייט ער אויף מיט א גלייכגילטיגקייט און קראטץ זיך ביז 2'ע און דאן וועט ער נעלם ביז די נעקסטע נאכט 3'ע וחוזר חלילה מדי יום יום. די אנגעשטרענגטקייט וואס דאס מאכט אין הויז איז אין לשער.
וואס די 18 יעריגע מיידל מאכט מיט פון איר 17 יעריגער ברידער, וואס זיין חבר וואס מן הסתם פירט זיך די זעלבע גייט זיין איר צוקונפטיגער מאן. און איך רעד שוין נישט ווען דער ברידער רודפ'ט סתם אזוי זיין עלטערע שוועסטער אים צו צושטעלן פרישטאג, לאנטש, און סאפער און אים אונטערווישן ווייל זיין מאמע איז שוין פעדאפ, ער קען קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט צולייגן ווייל ער דארף זיצן ביי די גמרא און די שוועסטער דארף דאס מחשיב זיין.
וואס דארף א מיידל טראכטן? מה לי לצרה הזאת. איך גיי חתונה האבן פארוואס, טאטע מאמע. איך זעה נישט די גליקן. א ברודער א פרא אדם וואס זיין חבר איז מן הסתם נישט אנדערש. וויי וויי זאל איך זיך אין דעם קראנקן בעט אריינלייגן.
בדרך אגב אז מען רעדט שוין, קען דאס זיין א חלק פון די דיבעיט צו אפשר מיט דעיטן א בחור - נישט נאר נאך א בעשאו פון 50 מינוט ווי די עלטערן זאלן עפענען די טיר און אריין פיקען אינעם שפאלט פונ'ם טיר און פרעגן נא וואס זאגסטו קינד מיינס - וועט דאס מיידל קענען שפירן און זעהן אז דער בחור וואס קען זיין איר צוקונפטיגער איז נישט אזא חיה רעה ווי איר ברידער אדער טאטע, און דעיטן 10 מאל, אולי ואולי האי קען מען זעהן שטריכן פון א מענטש. אבער דאס איז א דיסקוסיע פאר זיך. נישט מישן!
יותר מה שכתבתי אליכם כתיב כאן. איך מיין די געשפרעך איז אן אשכול בפני עצמו. די עניני אישית בין איש לאשתו איז א סוגיא עמוקה, עמוק מאוד, און אזויפיל טינט און דמים תרתי משמע זענען שוין פארגאסן געווארן אויף דעם ואכמ''ל. אויב עס איז דא אינטערעסע וועל איך די נושא פארשרייבן פון מיין קוק ווינקל און מיין עקספערטיז.
איי וועסטו פרעגן מי אנכי, ווער זאגט מיין קוק ווינקל איז בכלל אינטערסאנט און פונוואנעט ווייס איך אז מיין חוות דעת אין די נושא איז ריכטיג? קודם איר זענט גערעכט מיט די שאלה, עס מוז נישט זיין, אבער קבל את האמת ממי שאומרו, אויב איר פיהלט אז עס ליגט אין מיינע ווערטער עפעס דאן קענט איר נאשן וויפיל איר ווילט און די איבעריגע לאז איבער.
צווייטנס, קען טאקע זיין אז עס זאל קיינעם נישט אינטערסירן ווייל איך ווייס בעצם נישט וואס איך רעד. איך האב טאקע נישט קיין שום עקספיריענס אין די נושא. לאל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 111
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
איר זענט כשר גערעכט. א חלק פונעם לעזונג דארף זיין אז א יעדער בחור גייט ארבייטן ביי די אכצן. ער'ט אויסגעפונען אז ער'ז נישט אזוי מעכטיג, ער'ט אויסגעפונען וואס מיינט אחריות, און מי יתן, אפשר וועט א מיידל אין זיין ארבעטס פלאץ אים זען און זיי וועלן זיך געפעלן איינער פארן אנדערער... אזוי ווי עס געשעט שוין טיילווייז ביי הרב ר' יואל רוטה'ס ישיבה אפיס!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
זייער גוט אראפגעלייגט, דברים כדרבונות.לייביששרייבער האט געשריבן:א מיידל פון 18 יאר וואס ווייסט וואס עס גייט פאר זעהט א מציאות אנדערש פון איר דמיון.
אין שטוב זעהט זי ווי טאטע מאמע זענען איי איי איי איינער מיט אנדערן אויפן בעסטן אופן, אדער אויף מעסער שטעך אויף א שוואכערן אופן, און אויפן ערגסטן פאל הארגענען זיך דירעספעקטירן זיך איינע דעם צווייטן אויף א שרעקליכע אויפן. האט נישט קיין טעות, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווי מען הרג'עט זיך בין כותלי הבית אין שטוב ווי מען האלט מיט טראומא דעילי, איך רעד ווען עולם כמנהגו נוהג און מכלומר'שט איז די ש''ב על מי מנוחות. אבער בינו לבינה איז כסדר דא פריקשען אין סיי וואס עס מאכט זיך.
און ווי אויך זענען די מיידלעך וואס זענען געווענליך מער בעלת אחריות'ער אין די יארגאנג פון 18 יאר לויפן צו דער ארבעט אין אפיס 9 שארף. אָן דִי אָדֶער הֶענד, דער ברידער וואס דארף זיין אן ארויפגעקוקטער לערנער ישיבה בחור, פאפט ביז 11'ע, און דאן הייבט זיך אן קולות פון דעם מאמע וואס פלאצט אז זי קען נישט צוזאמנעמען דעם שטוב (וואס שטינקט מן הסתם פון ציגערעטליך אויכעט) ווייל דער גרויסער בחור שלאפט. 12 אזייגער מיטאג ענדליך שטייט ער אויף מיט א גלייכגילטיגקייט און קראטץ זיך ביז 2'ע און דאן וועט ער נעלם ביז די נעקסטע נאכט 3'ע וחוזר חלילה מדי יום יום. די אנגעשטרענגטקייט וואס דאס מאכט אין הויז איז אין לשער.
וואס די 18 יעריגע מיידל מאכט מיט פון איר 17 יעריגער ברידער, וואס זיין חבר וואס מן הסתם פירט זיך די זעלבע גייט זיין איר צוקונפטיגער מאן. און איך רעד שוין נישט ווען דער ברידער רודפ'ט סתם אזוי זיין עלטערע שוועסטער אים צו צושטעלן פרישטאג, לאנטש, און סאפער און אים אונטערווישן ווייל זיין מאמע איז שוין פעדאפ, ער קען קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט צולייגן ווייל ער דארף זיצן ביי די גמרא און די שוועסטער דארף דאס מחשיב זיין.
וואס דארף א מיידל טראכטן? מה לי לצרה הזאת. איך גיי חתונה האבן פארוואס, טאטע מאמע. איך זעה נישט די גליקן. א ברודער א פרא אדם וואס זיין חבר איז מן הסתם נישט אנדערש. וויי וויי זאל איך זיך אין דעם קראנקן בעט אריינלייגן.
איך בין נאר נייגעריג וויפיל בחורים זעען טאקע אויס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, און וויפיל פערסענט זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן (אזוי ווי איך בין געווען [emoji1]).
שווער צו וויסן.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
@לייביששרייבער די רירסט אן א אמת'ע פוינט אז די מיידלעך האבן נישט קיין רעספעקט פאר די בחורים
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
כ'האב פונקט גערעדט מיט מיין טאטע לעצטע וואך האב איך איהם געגעבן א פרעג וועגן די אנגעבליכע שידוכים און צוועלפטע-קלאס קריזיסן, ער האט עס אינגאנצן אוועקגעמאכט. קודם כל זאגט ער מיך אז סאטמאר האט צום ענדע באשלאסן אפן צו לאזן די צוועלפטע קלאס, און אנבאלאנגט די שידוכים קריזיס טענה'ט ער אז סך הכל הייראט מען היינט ביי די 20-21 אנשטאט די אמאליגע 18-19, ביג דיעל, ער וויל וואוסן פון וואו איך הער אזעלכע פאלשע אינפארמאציע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
אין די גאס זעהסטו א שיינער ציוויליזירטער בחור, אה ווי קען איך פארגעסן, אין ישיבה פּוי פּוי פּוי, א לערנער א דאווענער מעורב בין הבריות, די בעסטע אינפארמאציע וועט געגעבן ווערן אויף זיין חשבון. און דו האסט נישט קיין אנונג וואספארא שור נגח ער איז אינדערהיים.טמיר האט געשריבן:איך בין נאר נייגעריג וויפיל בחורים זעען טאקע אויס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, און וויפיל פערסענט זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן (אזוי ווי איך בין געווען [emoji1]).
רייסן די שוועסטער'ס האר ווייל זי האט נישט אנגעווארעמט זיין סֲאפֶּער פאר ער איז אהיים געקומען איז פון די קלייניגקייטן. וכ'ו וכו'.
טא ווי אזוי פארלאנגסטו אז זיין שוועסטער פון 18 יאר זאל וועלן נעמען די בעסטע בחור פון ישיבה וואס זי גייט פון אים כאפּן איווענדשעלי דאס זעלביגע.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
איך מיין אז עס איז אפשר נישט אזוי ווייט א דיסקוסיע פאר זיך, אפשר ווען א בחור וואלט געדארפט דורכגיין א נארמאלע דעיטינג סיסטעם און זיך אהערשטעלן ווי א מסודר'דיגע מענטש אין אן עולם המעשה וואלט ער זיך נישט אויפגעפירט ווי דיסקרייבד אויבן? א נקודה למחשבה וועלכע קען זיין שטארק רעלעוואנט צום נושא.לייביששרייבער האט געשריבן: דרך אגב אז מען רעדט שוין, קען דאס זיין א חלק פון די דיבעיט צו אפשר מיט דעיטן א בחור - נישט נאר נאך א בעשאו פון 50 מינוט ווי די עלטערן זאלן עפענען די טיר און אריין פיקען אינעם שפאלט פונ'ם טיר און פרעגן נא וואס זאגסטו קינד מיינס - וועט דאס מיידל קענען שפירן און זעהן אז דער בחור וואס קען זיין איר צוקונפטיגער איז נישט אזא חיה רעה ווי איר ברידער אדער טאטע, און דעיטן 10 מאל, אולי ואולי האי קען מען זעהן שטריכן פון א מענטש. אבער דאס איז א דיסקוסיע פאר זיך. נישט מישן!
(איך בין אבער מסכים אז אריינצוגיין און א באזונדערע דיסקוסיע איבער די דעיטינג סיסטעם בכלליות איז נישט דא די פלאץ, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די נקודה).
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
דאס ווייסן מיר, אבער די נושא דיסקוסירט איז ווי אזוי און ווען איז די רעספעקט פונאנדערגעגאנגען.שערי יושר האט געשריבן:@לייביששרייבער די רירסט אן א אמת'ע פוינט אז די מיידלעך האבן נישט קיין רעספעקט פאר די בחורים
איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ביי אונז אינדערהיים ווען איך בין אויפגעוואקסן פאר בערך אפָּאר 100 יאר צוריק (איך מיין צו זאגן נישט מער ווי צוואנציג יאר צוריק, נאך אין די 1900'נער יארן) איז געווען א שמועס צווישען מיינע צוויי יונגערע שוועסטער, איינער בערך 18-19 יאר אלט מיט נאך א יונגערער שוועסטער פון בערך 15-14. (די שמועס איז נישט ממש קלאר אין מיין קאפ, עה, ווייל עס איז נישט ממש געווען א שמועס, אבער די שמועס משל וועט פשוט ארויסברענגען די נקודה ווי אזוי מיר זענען אויפגעוואקסן אלץ אינגע/אלטע בחורים). די שמועס גייט אזוי, לייג צו אן אויער מאך זיך ווי דו הערסט נישט.
שרי (די 18 יעריגע): מאמי איז נישט אינדערהיים, זי און טאטי זענען געגאנגען צו פעטער שייעס אייניקעלס חתונה, גראדע קען איך די כלה אבער זי איז נישט מיין עידזש, איך האב געטראכט צו גיין אבער מאמי האט געזאגט עס מאכט נישט קיין סענס, דו ווייסט איך טראכט אריין, מאמי איז גערעכט, עס מאכט טאקע נישט קיין סענס, איך האב טאקע גֶעדרֲאפּט די איידיע. ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן מלכי, יואלי קומט אהיים פון ישיבה באלד, מען האט אים גארנישט איבערגעלאזט פון די סאפער, ווייל לאה'לע האט געברענגט צוויי פרענדס און זיי האבן דא געגעסען סאפער.
נעה, ענטפערט מלכי (די 15'ע): יואלי איז נישט קיין גרויסער עסער, ער וועט שוין אנהייצן א פרֹויזען פיצא פון פריזער, אדער אפי' צוויי, און ער וועט זיין צופרידן.
מלכי, ענטפערט שרי: איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט, יואלי איז היינט אויפגעשטאנען 5:30 אינדערפרי צו כאפן זיין באס, וואס קומט פונקטליך 5:50 און איך האב שוין אסאך מאל געהערט אים רעדן פון די נארהאפטיגע מאלצייטן ביי אים אין ישיבה, ווי אזוי ער לייגט אראפ די זופ ביי לאנטש איז ווי עס קומט מיר פאר פון די אוישוויצער זופ וואס איך האב געליינט אין די מלחמה ביכער, בעקיצער דארט איז נישטא וואס צו עסן. ער זיצט און לערנט א גאנצן טאג. קומט אים נישט אזוי פיל אז ווען ער קומט אהיים נאך 15 שעה לערנען אויסגעמוטשעט אז עס זאל אים אפווארטן א נארמאלע סאפער עפעס פריש און ווארעם? איך מיין אז מיר זאלן שנעל געבן א מאך א קאטלעט מיט מעש פאטעיטאס, עס נעמט זייער ווייניג צייט צו מאכן, ווי אויך זייער גרינג, ממש א קלייניגקייט צוזאם צוקלאפן א פולע נארהאפטיגע פרישע מִיעל און עס וועט זיין ממש פריש, און מיר וועלן אוודאי האבן די זכות פון דעם וכו'.
מלתא דמסתברא ממילא מיינע שוועסטער האט צוזאם געקלאפט א קָאטלֶעט מיט מעש פּאטעיטאס (פארשטייט זיך נישט געהאט קיין טעם). די עול, די מהלך המחשבה היעלה על הדעת אנדערש? דער גרויסער ברידער לערנט אין ישיבה 15-16 שעה, דארף מען צושטעלן צו עסן גוט און פריש. איך גלייב אז זיין התנהגות אינדערהיים איז געווען מיט דער זעלביגער עול און אחריות און די ישיבה שעות האבן זיך דערקענט אויף יואלי. אן איידעלער בעל אחריות, זיך פארטראגן מיט די געשוויסטער נארמאלערהייט. ווען א אינגערע שוועסטער אדער ברידער האט אריין שפאצירט אין זיין שלאף צימער האט ער אים/איר נישט דערלאנגט די גאנצע 39 מלקות, זיך פארהאלטן מעסיג און רואיג אויפגעלייגט, און אפי' געהאלפן דעם שוועסטער מיט אירע אידישע פראדזשעקטס פאר סקול וכו', דער גרויסער ישיבה ברידער איז געווען אינדערהיים אן אֵייקָאן, עני טיים מען האט עפעס געדארפט פון אים, לגבי הייבן א שווערע באקס, מאכן די סוכה טשיק טשאק צוגעלייגט א פלייצע. בין הזמנים אפ געזעצען אין ביהמ''ד (געקוואקעט מיט חברים) אבער ווי איז יואלי, וואס הייסט ווי געגאנגען לערנען, ער קומט אהיים וועט ער קער נעמען דערפון 1:00 אזייגער נאכן איידעלער ניט פלעין שמועסן אין שוהל מיט חברים קומט ער אהיים פאר עי קוויק ברעיקפעסט און לייגט צו א האנט פאר אפאר מינוט און ווייטער אוועק פון אונטער די פיס כדי נישט צו טעראריזירן.
יואלי אויפן וועג קענסטו פליז מאכן א סטאפ אין הארדוועיר סטאר? שור, זיכער, וואס דארפסטו? געוואלדיג, איך וועל זיין צוריק בערך 6-7 איך וועל עס דאן אהיימברענגען. געוואלדיג, לערן פלייסיג אינדזשוי. אזוי מער ווייניגער איז געגאנגען די געים.
איך מיין אז היינט עקזעסטירט שוין נישט אזא מושג.
אבער אזוי איז עס געווען אין די נישט ווייטע אמאל. איך מיין אז עס זענען דא חברי השטיבל וואס קענען רילעיטן. ממילא דאן האבן די מיידלעך יא געוואלט חתונה האבן און פארשטייט זיך אריינגעפאלן מיט א מאן וואס איז נאר א שפילער און נאך די חתונה האט ער ווייטער געשפילט די געים און אזוי טוהט ער ווייטער שידוכים מיט די קינדער. אבל דא עקא אויף דעם וויינען מיר, צוואנציג יאר שפעטער האט שוין דער היינטיגער בחור אסאך בעסערס וואס צו טוהן ווי שפילן און ווי צו גיין בין הזמנים אין קראלי אדער 53'רד צו קוואקען די עלטערן זאלן מיינען אז זיי לערנען.
איך פאר מענין לענין, אבער יָו גֵייס גֶעט דִי פוינט.
אבער איצט זיצט ער אין קאווע שטיבל, און רעדט זיך אפ ווי משה אין האלץ קאמער. ער האט צו פרום חתונה געהאט!!! נעקסט טיים שפיל נישט די געים!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
איך זעה יעדער האט מורא צו אנרירן די בישאו vs דעיטינג נושא
סאיז א בחינה פון במקום שאין איש
אלץ איינער וואס האט געטון אין ביידע איז כדאי אביסל אויסצושמועסן עטליכע פונקטן
- עס איז קלאר אז ביי דעיטינג זעט מען זיך אין געוואוסע סיטואציעס צב״׳ש מען זעט וויאזוי דער בחור דרייווט, די רעאקציע צו שווערע טראפיק, איז ער/זי געווען שיין צו די waitress, וויאזוי איז איר/זיין רעאקציע צו Fun, איז ער/זי צייטליך… מיט א געניטע אויג קען מען אסאך אויפפאסן. אפילו אויב ביידע קענען גאר גוט שפילן
- אלץ א בר דעת וואס ווייסט אז חתונה האבן איז נישט סתם שפילן הויז, איז דעיטינג סתם אזוי גוט פאר די נערוון, לאז דעם בחור זיך איינרעדן אז ער ווייסט אין וואס ער גייט אריין. (ספוילער אלערט: קיינער ווייסט נישט…)
- דער בחור דארף זיך מסדר זיין פלעצער צו גיין, ער באקומט א שטיקל אחריות
איי וועסטו פרעגן די גיטין ראטע ביי די חברה וואס האבן געדעיט איז עפעס ווייניגער? אויב עפעס נאכמער?
- ראשית כל, מיידלעך האבן עפעס א סוויטש וואס זיי צינדן אן איינמאל זיי זענען חתונה געהאט וואס זאגט - דאס בין איך טעיק איט אר ליוו איט - כלומר, יעצט אפילו נאך איין טאג גייסטו זען זאכן וואס דו האסט בכלל נישט געוואוסט דורכאויס דעיטינג. (אפילו זיי זענען געווען צוזאמען אפאר יאר!! בשם א חבר)
- מקען נישט אלעס געוואר ווערן אדער כאפן, און אסאך מאל איז מען blinded ביי געוויסע זאכן ווי beauty אדער קוקט מען אוועק אויף ערנסטע רויטע פלעגס פאר אנדערע סיבות
- בחורים ווייסן אסאך מאל נישט וויאזוי צו האנדלען אדער רעדן מיט א מיידל, זיי ווערן מוראדיג אמת׳ע מענטשן, דערציילן למשל אז זיי דאווענען נישט ממש מיט מנין ביז ספיקות׳ן זיך אין אמונה (נאכגעהערט), א מיידל קען דאס על פי רוב נישט הערן. דאס גייט בעצם אריין אין א באזונדערע נושא אז אן עוורידזש בחור און אן עוורידזש מיידל זענען כמעט קיינמאל נישט אויפן זעלבן פעידזש. מטאר נישט זיין אפן בנוגע די סארט זאכן, עס איז ווי מרופט אויס רבותי שטייטס אוועק. סדא זאכן וואס דארף בלייבן אויף קאווע שטיבל נישט אלעס דארף מען זאגן…
איז אן עצה טובה מזאל האבן א דעיטינג קאוטש אדער טעראפיסט וואס זאל סיי געבן נוצליכע טיפס און ארויסהעלפן צו פארשטיין די רעד פלעגס אדער סיי וועלכע זאך וואס באדערט און מזאל דאס עכט דורכגיין מיט יישוב הדעת
קען מען אלעס זען? ניין אבער מקען זען אסאך
בישאוס
- די בעסטע וועג צו אריין׳נער׳ן איינעם אין א שידוך
- גוט אויב מוויל חתונה מאכן ביי די 18-19
- בעסטע פאר עלטערן וואס האבן ליב זיך משדך צו זיין פאר די אייגענע אינטערעסן
- גוט פאר פוילע בחורים וואס האלטן זיך נישט ביים רוקן

בעפאר איך ליין עס, וויל איך פשוט זאגען אז איך האב נישט מורא צו טאטשען ווי מען טאר נישט זינט איך בין דא, ווייל וואס מען טאר נישט איז נאר סיסטעמדיג, און ניטאמאל א מנהג.ערנסטגערעדט האט געשריבן:איך זעה יעדער האט מורא צו אנרירן די בישאו vs דעיטינג נושא
אבער אני כשלעצמי האלט אז די נושא פון בעשאו vs דעיטינג איז א נושא בפ''ע. און פארלאנגט א עקסטערע תגובה/אשכול (איך דארף נאך כאפן וואס איז וואס) איצטערט וועלן מיר ליינען און זעהן במה הכתוב מדבר.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
שוין, געליינט, א יעדעס ווארט איז מתוק בדבש. אזוי ריכטיג, איך האב אויך מיטגעהאלטן ביידע, נישט ביי מיר זעלבסט אבער גאר גאר נאנט, א''א לפרטם בשביל מכירי.
אבער עס איז ריכטיג 100% וואס מע''כ שרייבט דא. אבער די פאקט צו א מיידל וויל יא אדער נישט חתונה האבן האט עס נישט קיין שייכות. אזוי ווי ערווענט אין די פריערדיגע הודעה. עס איז א נושא בפ''ע.
אבער עס איז ריכטיג 100% וואס מע''כ שרייבט דא. אבער די פאקט צו א מיידל וויל יא אדער נישט חתונה האבן האט עס נישט קיין שייכות. אזוי ווי ערווענט אין די פריערדיגע הודעה. עס איז א נושא בפ''ע.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דאס איז נישט ממש אלץ אזוי. די לעצטע בעשאו וואס איך בין געוועהן האב איך אויסגעשמועסט געפערליכע טאבו ענינים (פשוט ווייל ס'האט מיר גאנץ ווייניג אינטערעסירט וואס דאס מיידל וועט טראכטן איבער מיר ווייל זי איז נישט געוועהן צוגעפאסט פאר מיר to begin with...) און דאס מיידל האט נאכאלץ געוואלט (ווען איך האב איר צום סוף אפגעזאגט [די שדכנ'טע האט נישט געהאלטן ביים נעמען א ניין פאר אן ענטפער האב איך איר עס געדארפט אליין זאגן...] האט זי ממש געוויינט, עניוועיס). איך פלעג האבן שכנים א מאדערנע משפחה וואו איך פלעג אסאך גיין פארברענגען שבת נאכמיטאג האב איך דעם נעקסטן שבת דארט פארציילט פאר מיין שכנ'ס טאכטער (א 16 יעריג מיידל, אלץ געוועהן געפערליך אויפגעקלערט און אנגעליינט, היינט איז זי שוין אינגאנצן אטד) איבער די מאדנע בעשאו וואס איך האב געהאט, זי האט אבער נישט געקענט פארשטיין וויאזוי א מיידל זאל מיך נאכאלץ וועלן נאך אזעלכע דיבורים, האב איך איר מסביר געוועהן אז אויב א מיידל האט דיך ליעב וועט זי אננעמען סיי וואס דו וועסט נאר זאגן, האט זי מיך איבערהאקט און געזאגט אז זי איז נישט אזוי ווייל איר אינטערעסירט נאר (כלומפרשט) דעם אמת, האב איך ארויסגענומען דעם באקאנטן דשאוקער און איר געזאגט "יעצט רעדסטו אזוי, ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו אנדערש רעדן...", זי איז געווארן פארטראכט פאר א האלבע מינוט און דערנאך גיבט זי זיך א רוף אן "איך ציה צוריק, ביזט גערעכט...", האב איך איר געזאגט אז דאס אליינס אז זי האט אזוי שנעל אנגענומען מיינע רייד איז א ראיה צו מיר, אוי האט זי געבלאשטערנסטגערעדט האט געשריבן:- בחורים ווייסן אסאך מאל נישט וויאזוי צו האנדלען אדער רעדן מיט א מיידל, זיי ווערן מוראדיג אמת׳ע מענטשן, דערציילן למשל אז זיי דאווענען נישט ממש מיט מנין ביז ספיקות׳ן זיך אין אמונה (נאכגעהערט), א מיידל קען דאס על פי רוב נישט הערן. דאס גייט בעצם אריין אין א באזונדערע נושא אז אן עוורידזש בחור און אן עוורידזש מיידל זענען כמעט קיינמאל נישט אויפן זעלבן פעידזש. מטאר נישט זיין אפן בנוגע די סארט זאכן, עס איז ווי מרופט אויס רבותי שטייטס אוועק. סדא זאכן וואס דארף בלייבן אויף קאווע שטיבל נישט אלעס דארף מען זאגן…
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
נקיבות הערן וואס זיי ווילן הערן.
אזויווי עטליכע דא האבן שוין ארויסגעברענגט אז אויב האט זי ליב איימיצן וועט איר נישט אנגיין וואס דו זאגסט.
איך וויל אבער צולייגן אז נישט נאר וואס עס גייט איר נישט אן, נאר זי וועט אין איר קאפ אויסטייטשן דיינע ווערטער אנדערש.
לייג צו קאפ ווען א פרוי דערציילט עפעס וועגן איר מאן אדער קראש וכו' זיי וועלן ממש אויפבלאזן מעשיות צום שטוינען! נישט נאר דאס, זיי גלייבן באמת וואס זיי זאגן, זיי זעהן און הערן זאכן וואס האט קיינמאל פאסירט.
קלער איך אז חז"ל האבן געהאט עפעס לאגיק מיטן נישט לאזן נקיבות זאגן עידות. (נישט אז איך עגרי עס זאל זיין ממש אזוי, א פארצווייגטע נושא פאר זיך)

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מענער זענען די זעלבע זאך...צוזאמגעדרייט האט געשריבן:נקיבות הערן וואס זיי ווילן הערן.
אזויווי עטליכע דא האבן שוין ארויסגעברענגט אז אויב האט זי ליב איימיצן וועט איר נישט אנגיין וואס דו זאגסט.
איך וויל אבער צולייגן אז נישט נאר וואס עס גייט איר נישט אן, נאר זי וועט אין איר קאפ אויסטייטשן דיינע ווערטער אנדערש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
יא מענטשן אין אלגעמיין ווי אויפגעקלערט און ראציאנאל מען האלט זיך נאר, סוף סוף הערט מען וואס מען וויל הערן און מען זעט וואס מען וויל זען. עם כל זה קומט עס ארויס ביי פרויען ממש אויף א "נעקסט לעוועל".רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מענער זענען די זעלבע זאך...
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: מיידלעך זענען שילדיג אינעם שידוכים קריזיס!
חז''ל זאגען דאך די טעמים פארוואס זיי האבן געהאלטן אז נשים זענען נישט ראוי פאר הגדות עדות.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:נקיבות הערן וואס זיי ווילן הערן.
אזויווי עטליכע דא האבן שוין ארויסגעברענגט אז אויב האט זי ליב איימיצן וועט איר נישט אנגיין וואס דו זאגסט.
איך וויל אבער צולייגן אז נישט נאר וואס עס גייט איר נישט אן, נאר זי וועט אין איר קאפ אויסטייטשן דיינע ווערטער אנדערש.
לייג צו קאפ ווען א פרוי דערציילט עפעס וועגן איר מאן אדער קראש וכו' זיי וועלן ממש אויפבלאזן מעשיות צום שטוינען! נישט נאר דאס, זיי גלייבן באמת וואס זיי זאגן, זיי זעהן און הערן זאכן וואס האט קיינמאל פאסירט.
קלער איך אז חז"ל האבן געהאט עפעס לאגיק מיטן נישט לאזן נקיבות זאגן עידות. (נישט אז איך עגרי עס זאל זיין ממש אזוי, א פארצווייגטע נושא פאר זיך)
ציטירט אפאר מראה מקומות (נישט מתוך ידיעות הש''ס, נאר מתוך גוגל סוירטש)
תלמוד בבלי כתובות ב'-ג': "רבותינו למדו: בתחילה היו נשים ראויות לענות עדות. אז נכנס היצר הרע והפך אותן לדברניות יותר. רבי יוסף אמר: ליצר הרע אין כח על נשים יותר מאשר על גברים. לכן חוששין למחשבת הרעה ואין עדותן נקבעת.
און דאן איז די גמ' דארט ממשיך צו פרויען זענען כשר לעדות לגבי גיטין און יובם.
תלמוד בבלי שבת צ"ו-ע': רבי יהודה אומר שהנשים נאמנות להעיד אם הן נשואות או אם הן גרושות, במקרים כגון גט או יבום.
משנה סוטה ל"א-ב: נשים אין נכונות לענות עדות מפני קלות ראשן.
תלמוד בבלי נדרים ל: נשים אין נכנסות לעדות מפני שקלות ראשן.
תלמוד בבלי הוריות ב: כל אדם נכנס לעדות, חוץ מעבדים ונשים וקטנים. ורבי שמעון אומר: נשים נכנסות לעדות, מפני שחושיהן של נשים יותר חזקים משל גברים.
תלמוד ירושלמי סנהדרין כד: עדות נשים אין לה, שנאמר 'על פי שני עדים או שלשה עדים יומת המת'.
תלמוד ירושלמי כתובות א: עדות נשים אין לה לחתום על הוראת יוחסין ולחתום על הזיהוי של הנפטר ולחתום על המיתה של האדם.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.