שוין גענוג געארבעט פאר היינט , אדער ווער איך אדיקטעד ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מי אני האט געשריבן:דער רמב"ם אין זיין פירוש המשנה אינעם הקדמה לפרק חלק איז מבאר באריכות אז עס איז דאס צווייטע, און מיט דעם טייטשט ער אפ די תענוג פון עוה"ב והשגת הבורא - דאס מקור און שפיץ (מעטאפיזישע) חכמה ע"ש. דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז עיקר האדם היא שכלו, והשלמתה היא תכליתו, וממילא איז אט דאס "תענוגו".
ס׳וויכטיג מדגיש צו זיין פון וועלכע סארט חכמה מ׳רעדט, ווייל דאס ווארט ׳חכמה׳ ווערט ביסודו ובאופן כללי צוטיילט אין צוויי, גשמיות ורוחניות. דער רמב״ם רעדט פון רוחניות (נראה לי אז מעטאפיזיש איז נישט דאס), משא״כ חכמה וואס איז מלובש אין גשמיות איז לכאורה ביסודו די חכמה פון מאטעמאטיקס (איי ס׳דא ׳שבע חכמות׳?) וואס אויף מאטעמאטיקס ווערט געברענגט אין ספר ׳אוצר אגרות קודש׳ פונעם מלאך אז דאס איז די נידריגסטע און מגושם, ווי מ׳זעט אז הונט ספעציעלירן זיך אים דעם (דעריבער איז די סארט חכמה נישט מיוחד דוקא פאר בני אדם).

ואולי קעמען דן זיין צו אלעס וואס chat gpt (וואס איז א דומם בעצם, ניטאמאל א צומח וכו׳.) קען פראסעסן (כ׳מיין ס׳בעסיקלי אלעס וואס מענטשן קענען - חוץ השגות רוחניות) גייט אריין בגדר חכמה המגושם וואסיז נישט מיוחד דוקא פאר מין האנושי. כ׳מיין ס׳לעת עתה שווער צו וויסן ווייל ס׳נאכניש קלאר וויאזוי די טעק׳ס מוח ארבייט vs להבדיל דעם מענטשן׳ס...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מעטאפיזיקס איז דוקא יא דאס. די ערשטע צוויי פרקים בהל׳ יסודי התורה בהרמב״ם, וואס איז דאך מעטאפיזיקס, רעכענט ער אלס ״מעשה מרכבה״ וכדכתב שם בסוף פ״ב הי״א, בשעת די און דריטע און פערטע פרקים, וואס איז בעצם (אריסטאטעליען) פיזיקס (המדע שבימיו), רעכענט ער אלס ״מעשה בראשית״ וכדכתב שם בסוף פ״ד ה״י ע״ש (ועיין לדוגמא כאן במה שהבאתי מדר. מנחם קעלנער). כידוע מריש פ״ב בחגיגה איז דאס די שפיץ פון חכמה, וע״ש בפירוש המשנה להרמב״ם.

איה״נ אז חסידים זענען געווען קעגן מאטעמאטיקס, ועיין לדוגמא במה שהביא @דייטל מהרנ״ת מברעסלעוו, איז אבער לאידך גיסא ידוע מאמר החכמים אז מאטעמאטיקס איז דאס שפראך פון ג-ט. מאטעמאטיקס, וואס איז בעצם אַבּסטראקט, איז די נענסטע וואס מ׳קען צוקומען צו ״זיכערקייט״ באיזה אופן. און עס איז ל״ד מקושר צו גשמיות, וכידוע תמיהתו של דר. יוּדזשיִן וויגנער אז פארוואס איז מאטעמאטיקס אזוי עפּליקעבּל צו פיזיקס גשמי? ועכ״כ אז דר. וויליאם לעין קרעיג האט ליב צו גאר נוצן דאס עפּליקעבּיליטי פון מאטעמאטיקס צו פיזיקס, אלס אַן ארגומענט און הוכחה למציאות הא-ל.

דאס גייט צוזאמען מיט דאס וואס איז ג״כ ידוע אז לאגיק און מאטעמאטיקס זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. (און אויף לאגיק וועלן זיך סיי מעשה מרכבה און סיי מעשה בראשית זיך מוזן פארלאזן בהכרח, ופשוט.) און ווי צוגעברענגט, קען (אליבא דהרמב״ם ורוב ראשונים דעימיה) אפילו ג-ט נישט גיין קעגן לאגיק - ווייל ג-ט/עצמותו איז לאגיק ועפ״י מה שטען לייבניץ. והיינו נמי אז ער קען נישט גיין קעגן מאטעמאטיקס, וואס דער רמב״ם במו״נ ח״ג פט״ו נוצט טאקע משלים פון מאטעמאטיקס (מאכן א דייעגענאל/אלכסון פון א סקווער קורצער ווי צלעותיו וכדומה) צו צייגן וואס ג-ט קען נישט טוהן.

(ועיין כאן.)

לגבי AI גייט דאס שוין אריין אין די מסובך׳דיגע סוגיא צו דעפינירן קאַנשׁעסנעס און סעלף-עווערנעס, און סענטשיענס - פארוואס אונז ווערן נישט גערעכענט ווי ״א דומם וואס קען פּראַסעסן״ אינפארמאציע עפ״י הנחת קדומות? אין דעם איז נישט קיין חילוק צווישן השגת גשמיות או רוחניות. אט דאס וויל מען דעפינירן: מהו ״רוח״? (ועיין במו״נ ח״א פ״מ ובשם טוב ואפודי ומשכיות כסף שם.)
דא קומען דאך לכאורה נישט אריין געפיהלן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בס״ה לעניננו ווילסטו מיר זאגן אז א מענטש דארף זיך אינגאנצן אוועקגעבן, זיין צייט כח און געלט, פאר חכמה, פילאסעפי וכדו׳. ריכטיג? אויב אזוי איז מיין פראגע צו דו האסט א ספעציפישע חכמה פון וואס דו רעדסט, עפעס וואס איז נוגע דוקא פאר הנהגה, רעליגיע, סתם פילאסעפי, ״מאטעמאטיקס״? ועוד אויב מעג איך בעטן א סך הכל פון די הקדמות/יסודות אויף וואס דאס איז געבויעט, (על הסדר, אויב שייך. ווי למשל: 1) א מענטש׳ס ספעשעלטי איז חכמה (אריסטו). 2) חכמה = תענוג (רמב״ם) וכו׳, איך בין שוין צומישט).
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

1). וואס מאכט א מענטש ״מענטש״? זיין שכל.

2). קומט אויס אז השלמת ה״אדם״ באדייט השלמת שכלו.

3). ״השלמה״ של דבר מה היא היא תכליתו והעיקר תענוגו. אלעס אנדערש איז, און דארף זיין, נאר א מבוא דערצו.

4). עפעס וואס איז אַן עיקר ותכלית של דבר, איז דאס וואס דער דבר דארף זיך אוועקגעבן פאר וואו און ווען דער דבר קען.

5). השלמתו של אדם, שהוא השלמת שכלו כנ״ל, הוא ע״י קניית חכמה.

6). מהו ״חכמה״? להרמב״ם איז מעטאפיזיקס די העכסטע חכמה שהוא מעשה מרכבה. אבער להגיע אליה מוז קודם זיין א ידיעה במעשה בראשית שהוא פיזיקס. ולהגיע אליה מוז קודם זיין א ידיעה בלאגיק ובמאטעמאטיקס. ועיין במו״נ ח״א פל״ג-ל״ד. (און מ׳קען טענה׳ן אז מאטעמאטיקס ולאגיק אליינס זענען שוין מעטאפיזישע חכמות.)

קומט אויס אז דאס איז וואס מ׳דארף זיך אוועקגעבן פאר ווען מ׳קען.

(מ׳האט טאקע תופס געווען אויפ׳ן רמב״ם אז וואס טוהט זיך מיט׳ן זיין א עטישער מענטש; א ״גוטער״ מענטש וויאזוי אלגעמיינע מענטשן פארשטייען די טערמין? איז נישט דאס דען דער עיקר ותכלית האדם, ובפרט לפי יהדות? ער רעדט ארום דערפון בסוף מו״נ ח״ג פנ״ד, און אז טאמער איז מען א חכם, וואס דאס איז די העכסטע שלימות און העכער ווי עטיקס/מדות לעצמו, דאן האט מען דאדורך אטאמאטיש עטיקס. אויב נישט באדייט דאס דאך אז מ׳איז טאקע נישט מושלם בחכמה.)

אגב, מ׳קען דאס פארשטיין עפ״י מאסלאוו׳ס היארארכיע פון באדערפענישן אין פסיכאלאגיע (ועיין במו״נ ח״ג פכ״ז). דאס באדייט אז צום ערשט פעהלט אויס פאר׳ן מענטש בּעיסיק פיזיאלאגישע באדערפענישן זאלן ווערן ערגענצט ווי לופט, עסן, און טרינקען. פאר דעם קען מען ניטאמאל דן זיין אויף עפעס אנדערש וואס ער דארף. לאחר מכן דארף ער פיהלן פארזיכערט און נשמר מיט א דאך איבער׳ן קאפ וכדומה. דערנאך דארף ער פסיכאלאגישע באדערפענישן ווי ליבשאפט וחברותא. לאחר מכן דארף ער האבן זעלבסט-ווירדע און א געפיהל אז ער איז עפעס ווערד וכדומה. דערנאך איז דאס העכסטע שטאפל פון סעלף-עקטשועליזעישאן און אָנקומען צו זיין פילע (אינטעלעקטשואלע) פּאטענציאל. די העכסטע שטאפל איז העיקר ותכליתו שהוא (לאריסטו והרמב״ם) קניית חכמה (וואס אין דעם איז אויך דא א היארארכיע כנ״ל) ומעטאפיזיקס, ועי״ז קומט דער מענטש טאקע ליוּדיימאָניאַ
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

wow! איי ריעלי אפרישיעט איט... :P

העליך בל״נ מעיין זיין בכל זה, איי געס ווען כ׳על שוין האלטן דארט...
מי אני האט געשריבן: דאס באדייט אז צום ערשט פעהלט אויס פאר׳ן מענטש בּעיסיק פיזיאלאגישע באדערפענישן זאלן ווערן ערגענצט ווי לופט, עסן, און טרינקען. פאר דעם קען מען ניטאמאל דן זיין אויף עפעס אנדערש וואס ער דארף. לאחר מכן דארף ער פיהלן פארזיכערט און נשמר מיט א דאך איבער׳ן קאפ וכדומה. דערנאך דארף ער פסיכאלאגישע באדערפענישן ווי ליבשאפט וחברותא. לאחר מכן דארף ער האבן זעלבסט-ווירדע און א געפיהל אז ער איז עפעס ווערד וכדומה. דערנאך איז דאס העכסטע שטאפל פון סעלף-עקטשועליזעישאן און אָנקומען צו זיין פילע (אינטעלעקטשואלע) פּאטענציאל. די העכסטע שטאפל איז העיקר ותכליתו שהוא (לאריסטו והרמב״ם) קניית חכמה (וואס אין דעם איז אויך דא א היארארכיע כנ״ל) ומעטאפיזיקס, ועי״ז קומט דער מענטש טאקע ליוּדיימאָניאַ
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

איינמעניט! אויבן אויף (בסקירה ראשונה, מעגליך אז כ׳ברויך געהעריג מעיין זיין) זעיך אז ס׳בעיקר געבויעט אויף ׳שלימות׳ (נומער 2, 3, 5). מ׳האמיר דאך גערעדט אז שלימות בחכמה איז סייווי נישט פארהאנען?
ועוד, זאת הנקרא חכמה לפי הרמב״ם (לשיטתי אז חכמה איז א שם הכולל פון פארשידענע סארט) איז כנראה נישט דאס וואס מאכט א מענטש ׳מענטש׳, ווי לאנג מ׳איז קלוגער פון א מאנקי איז מען א ׳מענטש׳. נישט אזוי?

---
אקעי, בעק-טו-ווארק!
כ׳אב דאך שוין הסכמה פון @מי אני אפילו, אז עקסעסיוו ק״ש קען זיין אן עדיקשאן ;)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

גערעכט. מיט ״שלימות״ מיינט מען די ״טוהן למען השלימות״. מיינענדיג, מ׳וועט טאקע נישט אָנקומען, עס איז דאך אינפיניט, אבער קונה זיין ווי מער דערפון און ווערן מער און מער נשלם (פון א צוריק-קוקענדיגע פּערספּעקטיוו). אזא סארט ״מ׳דארף טוהן און נישט אויפטוהן״.

פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט בסתם, פאר מ׳קומט צו צו דוקא ״חכמה״ אלס אַן אידעאל, אז מ׳דארף זוכן צו ווערן דעם ״אדם השלם״. והגם אז די פולקאמע ״שלימות״ איז ענגילטיג נישט שייך. וואס מ׳מיינט מיט דעם איז אז מ׳דארף ווערן ווי מער און מער נשלם. דאס איז ענליך צו ווי אזוי אין די אינפיניט סעט פון Whole/Natural Numbers, הגם עס איז אינפיניט איז אבער ווי מער נומערן מ׳האט אלס ״מער״ האט מען. והגם, כאמור, איז אבער די לימיט פון וואס מ׳האט, ביחס צו וואס עס איז אלס דא, אלעמאל 0. מ׳קען דאס אביסל צושטעלן ביחס צו וואס דער רמב״ם זאגט לגבי השגת בשלילת הבורא, במו״נ ח״א פנ״ט, הגם דארט זענען די זאכן וואס מען איז שולל מהבורא אויך לכאורה אַן אינפיניט סעט.

אויב זיין ראציאנאלע פאקולטי, והיינו השכל, איז וואס מאכט אים ״מענטש״ און מער ווי די מאנקי, דאן איז דאס פּערפעקשאן דערפון (ווי מער כנ״ל) פון אט דעם פאקולטי, זיין תכלית/שלימות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער רלב״ג איז מפרש בקהלת פ״א:
והשתדלתי לראות מדרגת החכמה עם ההוללות והסכלות, לפי שכבר יחשב שאין ראוי לאדם להשתדל בחכמת הנמצאות, כי השגת האדם חלושה מאד מהשיג מה שהיה מאופן החכמה בבריאת ה׳ יתברך דבר דבר מהדברים הנמצאים על האופן שהם עליו. ובהיות הענין כן הנה יהיה השתדלות האדם בידיעת נימוס הנמצאות וסדרם וישרם לבטלה, לפי שאי אפשר לו שישיגהו בשלמות, ואם לא ישיגהו בשלמות הנה יהיה מה שהשיגו זולת מה שחקר עליו, וזה ממה שיביא לחשוב שכבר יהיה לבטלה השתדלות האדם בקניין המושכלות.
ע״ש.

איך האב געקלערט (בדרך צחות) אז אין סעט טעאריע איז דא די געדאנק פונעם ליידיגן סעט, וואס ווערט נאטירט אלס ∅. (ועכ״כ אז די סארט סעט איז פון די אקסיאמען דערין אויף וואס די דיציפלין בויט זיך, ועיין כאן.) משא״כ א סעט וואס האט 0 איז שוין מער פון דעם.

ואולי איז דאס די חילוק: דער וואס איז נישט קונה גארנישט איז ∅, לעומת דער וואס איז יא קונה, וואס נאכ׳ן לימיט האט ער כאטש 0. (אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים (קהלת ז כט). והיינו מעיקרא האט מען בחכמת מאטעמאטיקס וחשבון דעם גראדן ״ישר״ ליין וואס לויפט דורך O, והיינו ∅, און די געדאנק איז דאס ארויסצונעמען דערפון צו אָנקומען צו כאטש 0…
ווי אויך קען מען טייטשן (דברים טו ד) ״אפס״ כי לא יהיה בך אביון וגו׳. ואין עני אלא בדעה (נדרים מא.), און אז מ׳איז נישט קיין עני ואביון און מ׳איז קונה חכמה ודעת האט מען כאטש דעם ״אפס/0״…)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם געדאנק פון וואו מ'דארף שטעלן דעם עמפאסיס, צי אויף מדות צי אויף חכמה, שרייבט דר. דזשעפרי טיגיי, עפ"י דר. משה וויינפעלד, אז דאס איז געווען א חילוק צווישן דעם E חדר און D חדר:
Deuteronomy reflects a viewpoint that places a premium on cultivating the intellect, whereas the E source emphasizes qualities of character. This is a matter of emphasis; there is no reason to believe that either source would wish to negate the other
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט