באקאנטע אידישע פיגורען און company's

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מחונך האט געשריבן:איז דא עפעס קראנט? דאס אלעס איז האלב געבאקענע מעשיות. קען מען עפעס אויפווייזן סייעניפיקעלי אדער כאטש קלארע עדותשאפטן? נישט איש מפי פיש מפי עד מפי שד.
מחונך: וואס איז שייך אויפצווייזן סייענטיפיקלי.? קיין די.ען.עי. טעסטס האבן נאך אין יענע צייטן נישט עקזיסטירט. די גאנצע טעאריע איז געבויעט אויף עדות'שאפטן איש מ'פיש...!
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מחונך האט געשריבן:איז דא עפעס קראנט? דאס אלעס איז האלב געבאקענע מעשיות. קען מען עפעס אויפווייזן סייעניפיקעלי אדער כאטש קלארע עדותשאפטן? נישט איש מפי פיש מפי עד מפי שד.
מחונך: וואס איז שייך אויפצווייזן סייענטיפיקלי.? קיין די.ען.עי. טעסטס האבן נאך אין יענע צייטן נישט עקזיסטירט. די גאנצע טעאריע איז געבויעט אויף עדות'שאפטן איש מ'פיש...!
איר אליין האט געברענגט צוויי סתירותדיקע "עדותשאפטן"
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מחונך האט געשריבן:איז דא עפעס קראנט איבער שיקלגרובער'ס אידישקייט? מיר קוקט עס אויס ווי אן אנטיסעמיטישער קאנספיראציע טעאריע.
יא סאיז דא קראנטע באווייזן.

ליידער…
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's

שליחה דורך לייביששרייבער »

Espresso האט געשריבן:האסט אויסגעלאזט חומסקי, אדאלף וואן בעיער, טרוצקי, לענין (מאמעס טאטע אידיש), קארל מארקס, אייזיק אסימאוו, קארל סעיגען, און נאך טויזענטער.
אין האליוואד האסטו אויסגעלאזט שיע לעבאף, אדם ברוידי, נאטאלי פארטמאן, סקארלעט דז'אוהענסען, מילא קאניס, דשעימס פרענקא, דז'עיק דז'ילענהאל, בען סטילער, קעיט האדסאן, דז'עסי אייזענבערג, סעטה ראגען, פאול ראד, דז'עק בלעק, עליזעבעטה באנקס, אשלי טידסהעיל, עממי ראסום, קירק דאגלעס, עמאנועל שיריקי, אמאנדא פיט, בארבארא סטרייסאנד, ישכר בער כהן (א.ק.א. סאשא באראן קאהען), דז'ערי סיינפעלד, לענארד נימוי, דז'עניפער קאנעללי, שרה מישעל געללער, קעיט האדסאן, אדם לעווין, אדם סאנדלער, גוועניט פאלטרוי, וואקין פיניקס, פינק, שרה זילבערמאן, פאולא אבדול, ג'עניפער גרעי, דזשעי דזשעי אבראהאמס, וואדי עללען, ברוק בורק, ביל מאהער, מייקעל סעוועדש, לארא שלעזינגער, דז'ערי ספרינגער, האווארד שטערן.

רייכע אידען האסטו פארגעסען אינזער אלעמען באליבטע בלומבערג, דז'אורדש סאראס, סערגי ברין און לערי פעדזש.

אונזערע היימישע שיך קאמפאניס פלארשיים, אדידאס און ריבאק, אלע אידען. אויך האום דיפא, לימאן ברודערס, MTV, ניימאן מארקוס, סיגרעמס, פעי פאל, וואל סטריט זורנאל, וואשיגטאן פאוסט און דער איד, וויקיפידיע, מייספעיס, אי-בעי און וואס איז נייעס.
איך אויך א איד

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's

שליחה דורך לייביששרייבער »

נולד מאוחר האט געשריבן:די פראצענט פין אידשע עשירים חכמים סייענטיסט פאלאטישנס Inventors איז אסאך העכער פין די גוים.
מזעט קלאר יד השם אז גאט גלייכט אונדז "עם הנבחר" מער פין אלע גוים.
די זאך איז נאר אז מ'זעט קלאר וועלכע סארט איד ער גלייכט.
פין 11211 איז די פראצענט ראטע ווייניגער ווי די גוים.
איך וואוין טאקע נישט אין די זופ קאוד 11211

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's

שליחה דורך לייביששרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:ציטירן ענגלישע ציטאטן האט נישט קיין זין, אהערשטעלן אן אידישן ארטיקל וואלט געווען אינטערעסאנט.
ווער ס'קען גוט אראפשרייבן אן אינטערעסאנט, לענגער ארטיקל דער גייט ארבעטן אין שטערן-שפאקטיוו.
נישט ריכטיג. דא איז דא גאר פיינע שרייבערס וואס קענען נאך עני טיים איבערשטייגן די שטערן'ס אום שפאקטיוו שרייבערס.

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: באקאנטע אידישע פיגורען און company's

שליחה דורך לייביששרייבער »

טאמבל סאס האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'מיין אז נאר ביי די אשכנזים איז דא א העכערע איי קיו דורכשניט.

ס'איז דא אין דעם א באקאנטע טעאריע אז דאס קומט ווייל זיי האבן געליטן אזוי פיהל רדיפות ממילא האבן נאר די קלוגע איבערגעלעבט [?natural selection].
א נארישע טעאריע געברענגט אין די שטערן אדער שפאקטיוו מיט א יאר צוויי צוריק.
איינע פון די סיבות פארוואס ס'איז נאריש איז פשוט, ווייל אויב א זיידע איז קלוג מיינט נאכנישט אז אלע זיינע אייניקלעך וועלן קלוג זיין, אפילו אויב די באבע זאל אויך זיין א דורכגעטריבענע סוחר'טע, וויפיל מאל טרעפן מיר דורכשניטליכע עלטערן האבן א נאריש קינד, און די זעלבע פארקערט?!
אלזא האק נישט קיין טשייניק..
ס'האט איין גוטע סיבה וואס איך האב אמאל געהערט און דאס איז:
א איד מוז אייביג ארויסשטארצן פון צוווישן יעדן, ער האט א געוויסע דראנג אז ער דארף ווייזן פאר די וועלט אז ער קען. ער איז נישט דער אומגעלונגענער איד וואס איז פאריאגט, ארים, אומגעלערנט, און ברענגט גארנישט נוצן פאר די וועלט.
דעריבער וועלן די אידן אלס זיין ביזי מיט לערנען, און דערגרייכן. זיין קריעיטיוו. משא"כ דער גוי וועט אויך ספענדן א גרויס חלק פון זיין לעבן צו אינדזשויען לייף, און אפ' ווען ער לערנט שוין יא, גייט אלעס פאמעליכער און געלאסענער ווי דער איד..
מען קען עס זען ביי צענדליגע משלים און פעלער. אנגעהויבן ביי "ארץ ישראל" א רעלאטיוו נייע בעיבי קאנטרי, א קנאפע פופציג יאר אלט, און זי איז פון די פארגעשריטענסטע לענדער אין יעדן פעלד
ארמיי
וואפן
אינערליכע זיכערהייט
טעכנעלאגיע
שפיאנאזש
וויסנשאפט
מעדעצין
שפראך (וואס איז אגב זייער רייך, קורץ, און ס'ליגט דערין אסאך חכמה)
השפעה
קולטור
אגריקולטור
טראנספארטאציע
ספארט'ס
און כסדר שטייגענדיגע עקענאמיע.

על אף זיי זענען "ציונים", זענען זיי פארט ברום המעלה,
און דאס איז ווייל דער איד מוז אלס ווייזן אז ער איז בעסער פונעם גוי, וועט ער ארבעטן און שוויצן אגאנץ לעבן, אבי דאס איבערציווייזן.
און געענדיגט ביי קרית יואל וואס פארגרעסערט זיך בליע"ה מיט א אבנארמאלע וואוקס, אין גאר א קורצע צייט, און איז פון די שנעלסטע וואקסענדע שטעטלעך אין אמעריקע, לויט די יארן פון ווען זי האט זיך געגרינדעט. (מפי השמועה)
בדרך אגב חכמה איז א גענא.
אין יאר תר''פ, 1920 למספרם.
איז א שטודיע שטודירט געווארן. הער (ליין) און שטוין. (איבער געטייטשט פון ענגליש ווי מאנכע האבן דא פריער געבעטן.)

שטודיעס צייגן אן אז קליגשאפט חכמה, אינטעליגענץ איז א ירושה אייטעם וואס ווערט איבער געגעבן פון דור צו דור פון עלטערן צו קינדער פון איבער צו 40% און נאנט צו 80%. ד''מ אז גענא איז א ריזיגער קאנטריביושאן צו קליגשאפט אן אינטעליגענץ, אבער אינווייראמענט איז אויך גאר א גרויסער פאקטאר ווי למשל עדיוקעישן, נוטרישאן און אויפציאונג.

הערה קטנה: איך זעה נישט די ראלע פאקטאר מיט עדיוקעישן. אונזערע אינגעלייט בחורים ארויס פון ישיבה טאנצען אריין אין ריזיגע פראיעקטן אן א שום נאלעדזש און סקילס פון אן עדיוקעישן סטענד פוינט, און אלע קאלעדזש געלערענטע גייען שפעטער ארבעטן פאר דעם יו. טי. עי. גראדואירטער בעה''ב ווי האט יענער געזאגט קאלעדזש דארף זיין כדי הערשל שרייבער זאל האבן אטערניס פאר די ביליאן דאלער קאנטראקטן וואס ווערט אוטגראפירט פון זיין פעדער.

אבער זייט וויסען, חכמה און אינטעליגענץ איז לאוו דווקא א קוואנטיפייעבל פראדוקט. עס איז אויך דא שלבים אין חכמה און אין אינטעליגענץ. למשל, ווערבל (שפראך, רעדן דברי חכמה,) ספעטיאל (Spatial) (דאס איז א חכמה מיט וואס עס באניצען זיך מענטשען וואס קענען וויזשולייזן ספעיס און מענאפולירן אין זייער מוח די 3D קיוביק פיס אין פלאץ און אויס רעכענען וויפיל און וואס מען קען אלץ אריין לייגען אין די ספעיס. ארכיטעקטן, ספעיס פלענערס, אינדזשענערן, מאטעמאטיקער, פיזיקס, און דזשיא-גראפאיע, אא''וו, באזיצען די חכמה)


בדרך אגב, נישט ממש מן הענין, אבער פארט א אינטערסאנטע מחשבה געדאנק (מה רבו מעשיך ה׳) וויל איך נאטאצירן א געדאנק וואס איך ווייס נישט וויפיל כאפן עס.

איר האט אן אנונג וויפיל מעטאמאטישע חשבונות גייען אריין פשוטער אריבער גיין די גאס?

טראכט אריין א מינוט וואס גאר שווערע אלדזשעברא קאלקיולעישאנס די מאכסט אין איןַ א ספליט סעקאנד.

די שטייסט אויף די 13טער עוועניו, אויף 49'טער סטריט וואס איז לכאורה די פארנומענסטע קראסינג אויף די 13'טער עוועניו. (אויסער 53'ציג ערב סוכות).
משל דיך אויס די גאס אין דיין וויזיע (טאמער די קענסט די גאס. טאמער נישט טראכט פון לי (Lee) עוועניו קארנער היוס (Hews) סטריט, וואס איז בערך אזוי.
איך רעדט פון 13-49 איין זייט איז טשעיס, און ווייס בעקעריי. מיט דער קליינער גרעסערע (איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט) די גרויסער זילבער סטאר, מיט נאך עפעס אפאר געשעפטן. אנטקעגן איבער איז דא א גאנצע רייע מיט געשעפטן. קארן זענען פארקירט אויף ביידע זייטן פונעם שאסיי ביי די סייד וואלק אין דאן איז דא צוויי לעינס וואס פארן אינעם זעלבן ריכטונג,. עס איז דא טראקס וואס שטייען עטוואס אריין געקוועטשט, נעמען אויף א פערטל לעין פון די לעינס וואס די קארן דארפן צו פארן, אויף ביידע זייטןפון די גאס. קומט אויס אז די קארן פארן אינדערמיט כאילו עס איז נאר איין לעין. ווי אויך צומאל סטאפט דארט די סיטי באס ווייל ביי די באס סטאפ וואס שטייטמדאקט ביי די קארנער האט איינער איליגעלי אראפ געשטעלט זיין גרויסער עסקעלעיד (די טיקעט איז שוין א חלק פון די אויסגאבעס פון די קאר).

טוב טעם, גאלדען טעיסט, גאלדן פלאו, דבש, פלאמס, קליין'ס אייז קרעים, מעהדרין/דזשעי דזשעי. (וועמען האב איך אויס געלאזט) דארפן אלע דעליווערן ממש די זעלבע צייט און שטעלן זיך דאבעל פארקד. די פייפערייען הערט זיך ווי סיירין וואס מעלד א באמבע. (די וויליאמסבורג באס מיז דאן אדורך שניידן און שטיפען 49 סטריט דוקא ווען עס איז גרין אויף 13 ווייל טאמער נישט קען ער שטיין א גאנצען טאג אויף דעם קארנער און זיך נישט רירען פון ארט). א יעדע קאר וואס פאלט אריין אין די סאמעטוכע שטיפט זיך אדורך פונקט פארן באס און מיט א שנעלערע ספיד צו כאפן דעם טוטער ווייך טאָמער נישט דאַרף די דרייווער ווארטם פאר נאך א גרינע ליכטס רייע וועג נעמט בירך דרייַ מינוט.

שטייט א קינד פון 10 יאר ביי די וואלק/דאונט וואלק סיין, (ווער עס געדעקנט נאך די סיין מיט די רױטע און גרינע ווערטער אנשטאט די מענטשעלעך און די האנט בילד אחףויף די עלעקטראָניש קראסען הילף סיין) און דארף קראסען פין טשעיס זייט צו אנקעגען איבער צו גיין צו 12 עוועניו. וויפיל קאלקולאציעס רעכנט דאס קינד אויס און די סעקונדע וואס ער האט מחליט געווען אריבער צו לויפן די גאס.

1. ווי ווייט איז די אנדערע זייט פון ווי איך שטיי יעצט. (דזשי. פי. טי. זאגט אז עס איז 50 פיס ברייט, אדער 15 מעטער) (פאר אן עווערעדזש געזונטער נארמאלער קינד נעמט 50 פיס אדורך צו גיין פון 8-12 סקונדעס).
2. וואס פארא רוט גיי איך נעמען אדורך צוגיין די קארס וואס רירן זיך גראד, 2 פיס, דאן א רעכטס א האלבע פיס, דאן ווידער גראד נאך דריי פיס, וכ''ו
3. ווי שנעל דארף איך לויפן אז איך זאל ח''ו נישט ווערן געשעדיגט ווען איךלויף אדורך די (דזשאנגעל) גאדער.
4. ווי שנעל פארן די קארן וואס פרובירן אנצוקומען צו 50'צטער גאס.
5. וויפיל קארן פרובירן אדורך שטיפען זיך פּונקט אין די מינוט וואס איך גיי אדורך לויפן.
6. ווער פון די אלע וואס שטייען דאבעל פארק גייט פונקט אין די סעקונדע זיך נעמען ריקן.

(עס איז דא נאך אסאך חשבונות וואס די קראסער מאכט. פשוט נישט וויכטיג ווייטער צו ממשיך עס איז נאר פאר אייך צו ווידזשועלייזען וואס עס גייט אלץ פאר אין די מוח אפאראט אין די אפאר סקונדען).

פרעיג א שאלה, פון סיי וועלכער מעטאמעטיקער וואספארא פארמיולע ער וואלט גענוצט צוזאגען פארן קראסער ווי שנעל ער זאל גיין און וועלכער רוט ער זאל ניצען, וועט ער דיר ענטפערן עס זענען דא צווי ספאנישע (אויב קענסטו ספאניש, זענען די צוויי ווערטער פראנצויזיש) ווערטער דערפאר, למעשה קען ער מיט די פארמיולע נישט שאצן פאראויס ווי שנעל די קראסער זאל אדורך גיין.
Greenshields Model
Empirical data
אבער זייט וויסן ביידע פון די דערמאנטע מעטאדן זענען בכלל נישט ריכטיג. עס רעדט זיך פון בערכדיגע דאטא (עווערעדזש) און לאו דוקא פון די רגע ף, לאו דוקא די מינוט וואס די ווילסט איצטערט אדורך גיין.

בקיצור די פארמיולע איז ביונד (Beyond)די קאלקיושאנס וואס מעטאמעטיקער קענען אפי׳ פראווידן דורך א פארמיולע ווייל עס טוישט זיך אין ווייניגער פון ספליט סעקענדס, א יעדע ספליט סעקענד. און דאס אלעס רעכנט אויס א יעדער מארגאליון (Down Syndrome) וואס קען אליינס קראסען די גאס צענדליגער מאל א טאג.

ווי אנגעשטרעמגט דאַרף די מוח ווערן פון די מעגא דאטא וואס פליט אדורך אין דעם מוח הארד-דרייוו (א סקונדע) די שטערקסטע קאמפּיוטער וואלט געפלאצט פון היץ אולי ער קען עס ווען טוהן.

לאָמיר ממשיך זיין מיט אונזער נושא דא איז חכמה, אינטעליגעציע א גענא אדער נישט.

אין יאר 2013 (תשס''ג) איז ארויס געקומען נאך א שטודיע פון מעטא אנאליסיסט ביי דר. פלאונים Dr. Plonim און זיינע קאלעגען Plonim and colleagues אין די זשורנאל פרעספעקטיוו פסייקטלעדזשי Perspective and Phsycology וואס ער ציטירט בתוך דבריו (וזה ל"ק איבער געטייטשט)
די 1920 שטודיע.
וע''כ זעהן מיר פון די שטודיע אז יא, אידן זענען קליגער וכ''ו.
אבער די גמ' ברענג שוין אין מסכת חגיגא דף ב' עמוד א' א מאמר פון ר' מאיר "וחקתי את המצות ואת המשפטים אשר יעשה אתם האדם וחי בהם" (ויקרא יח, ה). אמר לו רבי מאיר: ידעתי שכן הוא, אך לא מצאתי בהם דבר מועיל לפני השכינה מלמד שצריך אדם להתייחס לחכמה בגוים".

אין קורצען די חכמה פון די גוים איז נישט אפגעפרעגט.

דא האט איר א לינק צו דעם ארטיקל

https://www.scirp.org/(S(lz5mqp453edsnp55rrgjct55))/reference/ReferencesPapers.aspx?ReferenceID=2109495

Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

פארשפארט