אמור - לאז אים אטעמען...

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

אמור - לאז אים אטעמען...

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין פרשת אמור געפונען מיר די מצוות פון אלע ימים טובים, ווי אויך די מצוה ספירת העומר, צו ציילן די טעג פון נאך די ערשטע טאג פסח ביז'ן יום טוב שבועות, וואס מיר שטייען טאקע אצינד אין אט די דערהויבענע ימי הספירה, וואס זענען טעג פון עבודה און תיקון המידות, אין וועלכע א איד דארף ארבעטן אויף זיך און שטרעבן צום שלימות אלס א הכנה צום גרויסע און הייליגע זמן פון מתן תורה.

די ספעציעלע מצוה פון וספרתם לכם
איז די תורה הקדושה באפעלט אונז מיט די מצוה פון וּסְפַרְתֶּם לָכֶם וגו' שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה, אויף וועלכע דער רמב"ן שרייבט אז פארדעם שטייט די לשון וּסְפַרְתֶּם "לָכֶם" - כמו ולקחתם לכם, שתהא ספירה ולקיחה לכל אחד ואחד, דאס הייסט אז ס'איז א מצוה פאר יעדער איד צו ציילן און צו זאגן מיט די מויל די מספר פון די ימי הספירה [וואס פשוט פשט מיינט דאס, אז דאס איז נישט א מצוה נאר אויף בית דין וכדומה, נאר ס'איז א מצוה "לכם" צו יעדע מענטש באזונדער].

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל האט געזאגט א געוואלדיגע רעיון בדרך מוסר אויף דעם ענין. עס זענען פארהאן צוויי סארטן מענטשן וואס ציילן, לאמיר אנכאפן בדרך משל אין א ביזנעס אדער א געשעפט; ווען עס קומט סוף טאג דארף מען דאָך אפציילן דאס געלט און מאכן א חשבון פון די רווחים וואס זענען אריינגעקומען אינעם געשעפט. איז אויב איז עס אַן ארבעטער וואס איז איינגעשטעלט אינעם געשעפט, דאַן וועט ער ציילן דאס געלט בלויז אלס א חלק פון זיין תפקיד, ער האט נישט קיין שום געפיל צו די סכום פון געלט וואס איז דא, עס איז איהם נישט קיין גרויסע נפקא מינא למעשה אויב מ'האט היינט פארדינט אביסל מער אדער ווייניגער, ער באקומט דאָך סייווי זיין געהאלט, און דאס געלט גייט נישט פאר איהם, זיין ארבעט איז נאר צו רעכענען און איבערגעבן א פונקטליכע דין וחשבון אויף די הוצאות און הכנסות. אבער נאכדעם איז דא ווען דער בעל הבית אליינס ציילט דאס געלט, עס איז נישט בלויז נאך א דזשאב, עס איז זיין גאנצע חיות און זיין גאנצע געפיל, עס ברענט איהם צו וויסן און מיטצוהאלטן פונקטליך וויפיל געלט איז היינט אריינגעקומען, האט מען מצליח געווען? האט מען זיך גערוקט פאָראויס? און אויב נישט וואס דארף מען טאקע טוהן אז די 'סעילס' זאלן זיך הייבן און ס'זאל אריינקומען מער איינקונפט אין זיין געשעפט, יעדע איינציגסטע נומער אינעם חשבון האט א באדייט און עס מיינט אסאך צו איהם, ווייל עס איז זיינס! ער איז נישט דא בלויז אויסצופירן א שליחות, נאר עס איז איהם באמת נוגע, ער מוז ווייסן וואו ער האלט אויף די וועלט.

און דאס לערנט אונז דא די תורה הקדושה לגבי אונזער עבודה אין די ימי הספירה. ווען א איד ציילט ספירה זאל עס נישט זיין בלויז געציילט און געזאגט א מספר מיט'ן מויל ווי יענער ארבעטער וואס ציילט אפ דאס געלט נאר ווייל ער דארף פשוט קענען פארשרייבן דעם סך-הכל און די טרוקענע פאַקטן, נאר עס זאל זיין א "וּסְפַרְתֶּם לָכֶם" איר זאלט ציילן פאר זיך אליין, א ספירה לכל אחד ואחד! יעדער איד זאל שפירן און 'לעבן' די ימי הספירה ווי א זאך וואס איז איהם נוגע, יעדן טאג זאל זיין חשוב און געשעצט אין זיינע אויגן, יעדע רוק פאָראויס פון די ספירה-טעג זאל זיין א רוף פאר הכנה צו קבלת התורה און א התעוררות זיך צו מתקן זיין און פארבעסערן נאך און נאך, עס זאל זיין "לכם" ווי ענקערס א אייגענע זאך ממש.

די היסטאריע פונעם הייליגע תנא רבי עקיבא
הכלל, ווען מיר שטייען טאקע אין די געהויבענע און הייליגע טעג ווען עס פאדערט זיך פון אונז אזא עבודה, לאמיר זיך פארטיפן אביסל אין דעם געביט און דערהערן א נקודה אין וועלכע מיר מוזן זיך מתבונן זיין און ארבעטן דעראויף אינעם יעצטיגן זמן פון תיקון המידות, און בפרט אין די ענינים פון בין אדם לחבירו וואס ווי מיר ווייסן איז דאָך די אבילות פון די ימי הספירה צוליב דעם וואס די תלמידים פון רבי עקיבא זענען נפטר געווארן אין דעם זמן ווייל זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען איינער מיט'ן אנדערן.

איז לאמיר טאקע כאפן א בליק אויף די היסטאריע פון רבי עקיבא אליינס, מיר אלע קענען דאָך גוט די מעשה פון רבי עקיבא און זיין ווייב די צדיקת רחל, ווי די גמרא דערציילט (אין מסכת כתובות דף ס"ב: און נאך) אז רחל איז געווען די טאכטער פונם בארימטער עושר כלבא שבוע, און רבי עקיבא איז נאך דעמאלטס געווען א בחור אַן עם הארץ וואס האט נישט געקענט קיין תורה, און ער איז געווען איינגעשטעלט ביי כלבא שבוע, ער האט געפאַשעט זיינע שאף. די טאכטער פון כלבא שבוע האט געזעהן אויף איהם אז ער איז עפעס ספעציעל, ער האט גאר גרויסע מעלות, ווי די גמרא זאגט אז ער איז געווען 'צניע ומעלי' ער האט זיך געפירט איידל און באשיידן, און זי האט איהם געפרעגט צו ווען זי וועט חתונה האבן מיט איהם איז ער גרייט צו גיין לערנען תורה, און רבי עקיבא האט צוגעשטימט, און די צוויי האבן חתונה געהאט.

רבי עקיבא איז דעמאלטס אוועקגעפארן פון זיין הויז פאר צוועלף גאנצע יאר! עס זאגט זיך אפשר גרינג, אבער צוועלף יאר איז דאָך א ממש ווי א ענדלאזע תקופה, טויזנטע טעג, הונדערטע וואכן ווי זי לעבט איינזאם און אליינס, אָן קיין געלט און אָן קיין פרנסה. און ווען רבי עקיבא קערט זיך צוריק נאך צוועלף יאר, הערט ער פון אונטער די טיר ווי זיין ווייב די צדיקת רחל רופט זיך אָן צו איינעם, "אויב וויל ער מיך אויסהערן, זאל ער גיין לערנען פאר נאך צוועלף יאר!" און רבי עקיבא טראכט נישט קיין צוויי, ער האט דאָך יעצט באקומען א בפירוש'ע רשות פון זיין געטרייע ווייב אז ער קען זיך צוריק קערן אין ישיבה אריין פאר נאך צוועלף יאר, און רבי עקיבא דרייט זיך טאקע אויס און גייט צוריק לערנען.

נאך פיר און צוואנציג יאר קומט רבי עקיבא צו גיין מיט גרויס כבוד און עהרע, באגלייט מיט זיינע פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים וואס ער האט אויפגעשטעלט במשך די אלע יארן. ווען רחל האט איהם געוואלט אנטקעגן גיין, האבן איר די שכנות געזאגט אז ס'פאסט נישט אזוי ארויסצוגיין, אזוי ארים און אפגעריסן, זי וואלט געדארפט גיין בארגן עפעס א שענערע קלייד, אבער זי זאגט אז עס פעלט נישט אויס, רבי עקיבא ווייסט און פארשטייט מיך. ענדליך ווען זי שטופט זיך צו נאנט צו איר גרויסער מאן און זי פאלט איהם צו די פיס, האבן די משמשים איר פראבירט אוועקצושטיפן, ביז דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט אויסגערופן "שבקוה, שלי ושלכם שלה הוא!" לאזט איר, מיין גאנצע תורה און אייער תורה איז אלעס אירס, עס איז נאר אין איר זכות און נאר איר צו פארדאנקן, אלע זכותים באלאנגן צו איר...

לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און אריינקוקן אין תוספות אויפן פלאץ אין מסכת כתובות, וואו תוספות פרעגט, וויאזוי קען זיין אז רבי עקיבא איז געווען 'צניע ומעלי' אין די תקופה ווען ער איז געווען אַן עם הארץ, איז ער דען געווען אזוי איידל און באשיידן? עס איז דאָך א בפירוש'ע גמרא אין מסכת פסחים (דף מ"ט:) אז רבי עקיבא האט אליינס דערציילט שפעטער פאר זיינע תלמידים, "כשהייתי עם הארץ הייתי אומר מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור" ווען איך בין געווען אַן עם הארץ פלעג איך זאגן ווער וועט מיר ברענגן א תלמיד חכם און איך וועל איהם בייסן ווי א אייזל! [און ווי די גמרא זאגט דארט אז א אייזל האט א שטארקע כוח ווען ער בייסט אז ער צוברעכט די ביינער פונעם מענטש וועם ער בייסט. אזוי גרויס איז געווען די שנאה פון רבי עקיבא צו תלמידי חכמים אז ער איז געווען גרייט זיי אנצוברעכן די ביינער ח"ו], נו, דאס איז דאָך געוויס נישט די הנהגה פון איינער וואס איז איידל און אויסגעארבעט, און וויאזוי שטימען די צוויי גמרות צוזאמען?.

ענטפערט תוספות בשם רבינו תם, "איכא למימר דהתם לאו משום שהיה שונא תלמידי חכמים, אלא משום שהיה סבור שמתגאין על עמי הארץ מפני תורתן והיו תלמידי חכמים שונאים אותם" עס קען גאר זיין אז רבי עקיבא האט נישט 'באמת' פיינט געהאט תלמידי חכמים, נאר ער האט דעמאלטס געלעבט אין א טעות און 'געמיינט' אז די תלמידי חכמים האלטן זיך גרויס מיט זייער תורה און זיי קוקן אראפ און האבן פיינט די עמי הארצים, און דאס האט גורם געווען אז ער זאל וועלן בייסן די תלמידי חכמים, אבער באמת האט ער נישט פיינט געהאט די תורה אדער תלמידי חכמים...
דארף מען אבער פארשטיין, מיט וואס ווערט דא פארענטפערט די קושיא וואס תוספות האט געפרעגט?, אלעס פיין און וואויל, ס'איז טאקע געווען א טעות, עס האט זיך איהם געדאכט, ער האט געמיינט, אבער וויאזוי פּאַסט דאס פאר א 'צניע ומעלי' צו טוהן אזעלכע זאכן, א איד א בעל מידות איז גרייט צו בייסן יענעם ווייל עס דאַכט זיך איהם עפעס שלעכט?.

וואס געשעט ווען א צווייטער שפירט אראפגעקוקט
נאר הערט א דבר נפלא וואס איז אונז אויסגעקומען צו הערן פון א אדם גדול הרה"ג רבי אהרן קויפמאן שליט"א ראש ישיבת עטרת שמואל (וואטערבערי קאנעטיקוט) א ווארט וואס איז אונז אלע מחייב. דא שטייט א נקודה, אז אמאל איז דא ווען א מענטש גייט אריין אין א מצב פון "היה סבור שמתגאין על עמי הארץ מפני תורתן", עס דאכט זיך איהם אז יענער קוקט איהם אראפ און דערנידערט איהם, ער שפירט ווי מען איז איהם משפיל און מ'איז איהם בכלל נישט מחשיב, דאס טוט אזוי וויי און עס צוקלאפט איהם אינגאנצן, אז יא, ער איז גרייט צו בייסן און צו שלאגן, ער ווערט ווילד און פארלוירן, טראצדעם וואס בעצם איז ער א וואוילע און איידעלע מענטש! מען קען זיין די גרעסטע 'צניע ומעלי' מיט אלע גוטע מידות און מעלות, דאס איז אבער ווילאנג מ'שפירט אז יענער זעהט מיך, יענער פילט מיך און פארשטייט מיך, איך בין א 'יֶשׁ' און איך לעב, אבער אין די מינוט וואס מ'פילט ווי א גארנישט, ווי אַן אראפגעקוקטע שטיקל מיסט ביי יענעם אין די אויגן, דאס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין גלייכגעוויכט אזוי אז ער פארלירט ממש זיין בחירה, און ער הייבט אָן צו בייסן און צו שטויסן, און מ'קען גארנישט האבן קיין טענות צו איהם.

משל למה הדבר דומה? צוויי קינדער האבן זיך געשפילט און געווילדעוועט אינאיינעם אינעם 'סווימינג פול' ביז איינעם איז איינגעפאלן א געפארפולע שפיל, און ער האלט אראפ זיין חבר'ס קאפ אונטער די וואסער (ווי פארשטענדליך איז דאס א גרויסע סכנה און זאל חלילה נישט פאסירן)... עס גייען אדורך עטליכע סעקונדעס און דער חבר קען נישט אטעמען, ער פרואווט מיט אלע כוחות אויפצוהייבן זיי קאפ אבער ער קען נישט, יענער האלט נאך זיין האנט און דרוקט אראפ אויף איהם מיט א שטארקייט, וואס וועט געשען, פלוצלינג וועט דער וואס פירט פארלוירן און דערטראנקן אנהייבן צו ציפן און שלאגן זיין חבר אז ער זאל אוועקנעמען די האנט פון זיין קאפ, ער וועט טוהן אלעס אין די וועלט צוריק צו באקומען זיין 'אקסיזשען' און זיין לופט צום אטעמען, און עס איז נישט קיין שום סתירה צו 'צניע ומעלי'... יעדער פארשטייט אליינס אז מ'קען זיין דער גרעסטער בעל מידות, אבער ווען א מענטש שפירט ווי מ'נעמט איהם צו זיין חיות, זיין מציאות, זיין עקזיסטענץ, דאן וועט ער רעאגירן אויף אזעלכע אופנים.

און דאס קען זיין פשט אין די תירוץ פון תוספות, שהיה 'סבור' שמתגאין על עמי הארץ מפני תורתן, רבי עקיבא האט געהאלטן אז די תלמידי חכמים האלטן זיך גרויס איבער איהם, זיי לאכן איהם אויס, זיי האבן איהם פיינט, און ס'איז טאקע געווען א מיספארשטענדעניש, ס'איז בכלל נישט געווען אמת, אבער דער "היה סבור שמתגאין" איז שוין געווען גענוג און נאך ארויסצוברענגן אין איהם אזא התנהגות און אזא שטארקע שנאה, ממש ווי ווען איינער פארלירט אינגאנצן זיין בחירה און ער ראנגלט זיך פאר זיין לעבן.

אוי ווי די ווערטער זענען מחייב! ווי שטארק דארף א איד אכטונג געבן אז זיין חבר זאל נישט שפירן באדראעט דורך איהם, עס זאל נישט צוקומען צו א מצב פון "היה סבור שמתגאין", עס זאל זיך איהם נישט דארכטן אז מיר האלטן זיך גרעסער און קוקן איהם אראפ... ווייל ווען א מענטש שפירט זיך דערנידערט און אראפגעקוקט איז עס ווי מען דערטרינקט איהם אונטער די וואסער רח"ל, עס רירט באמת צו ביז זיין חיות, זיין מציאות, זיין עקזיסטענץ!
וויפיל מאל קען זיך מאכן אז אונזערע נאנטע מענטשן זאלן שפירן אראפגעקלאפט און אראפגעקוקט דורך אונז, מיר געבן זיי נישט די ריכטיגע הרגשה אז מיר זענען זיי יא מחשיב און אז מיר אנערקענען יא זייערע אמת'ע מעלות וואס זיי פארמאגן, און עס קען צוקומען צו "היה סבור" אז יענער זאל זיך בלויז דאכטן אזוי... וויפיל קינדער שטויסן און ציפן ליידער (דורך זייער אומפּאַסיגע התנהגות פארשטייט זיך) בלויז ווייל זיי שפירן אז מ'האט זיי צוגענומען זייער גאנצע חשיבות און זייער אידענטיטעט דורכ'ן זיי אראפקוקן אדער מזלזל זיין אין אין זיי, אדער ווייל ס'האט נאר אזוי אויסגעזעהן, און דעריבער שפירן זיי ווי דער דערטראנקענע און אומבאהאלפענע מענטש, כאטש טיף אינעווייניג קענען זיי זיין פיל מיט מעלות און מידות טובות, זיי קענען גאר זיין 'צניע ומעלי' ווי רבי עקיבא.

די כוח פון גלייבן אין אונזערע קינדער און ארומיגע
עס דערציילט א חשוב'ער מגיד שיעור: איך האב גאנץ א נאנטע און שטארקע קשר מיט א דערהויבענע ראש ישיבה שליט"א פון איינס פון די בארימטע ישיבות, א אדם גדול בתורה וביראת שמים, כאטש מיר וואוינען אין צוויי אנדערע מדינות און מיר זעען זיך ווייניג, אבער יענע ראש ישיבה פארבינדט זיך אַָפט מיט מיר, בעיקר ווען ער דארף מברר זיין 'אינפארמאציע' פון מיר אויף בחורים וואס שרייבן זיך איין אין זיין ישיבה, און אזוי רעדן מיר זיך צונויף פון צייט צו צייט.

איינמאל קלינגט מיר אָן דער ראש ישיבה און ער פרעגט מיר וועגן 'פלוני' א געוויסער בחור וואס האט געלערנט אין אונזער ישיבה, אויף וואס איך האב איהם באלד געזאגט דעם אמת "ער איז נישט פאר אייך"... עס האט זיך גערעדט פון א בחור וואס איז געווען גאנץ פיין אין מידות און אפילו אין יראת שמים, אבער אין תורה האט ער ממש נישט מצליח געווען אין אונזער ישיבה, ער איז ניטאמאל געווען פאררעכנט צווישן די 'בינונים' אין ישיבה, און כ'האב קלאר געוואוסט אז זיין אָרט איז נישט אין יענע בארימטע ישיבה גדולה וואס איז געאייגענט פאר א העכערע דַרגא בחורים, און ער האט נישט קיין שום שאַנס זיך איינצוגלידערן און שטייגן דארט. איך האב געזאגט פארן ראש ישיבה פון וואס פאר א סארט בחור מ'רעדט דא, א פיינע בחור, אבער ס'איז פשוט נישט געמאכט פאר איהם.

דער ראש ישיבה רופט זיך אָן, כ'וועל אייך זאגן דעם אמת, דאסמאל פרעג איך נישט פאר די ישיבה, איך פרעג פאר זיך, איך האב א טאכטער אין די יארן און מ'האט איר אנגעטראגן א שידוך אט דעם בחור, און דערפאר פרעג איך אינפארמאציע אויף איהם. "אויב אזוי איז עס טאקע נישט פאר אייך" האב איך געענטפערט מיט זיכערקייט, אזא בחור איז דאָך געוויס נישט קיין פאסיגע שידוך פאר די טאכטער פון א גדול בתורה. דער ראש ישיבה איז געבליבן שטיל פאר א מינוט, אבער דערנאך געפרעגט נאך אייניגע שאלות בנוגע די מעלות וואס דער בחור פארמאגט יא, און מיט דעם האט זיך אונזער שמועס געשלאסן.

צו מיין גרויס ערשטוינונג האב איך געהערט עטליכע וואכן שפעטער, אז דער בחור איז טאקע א חתן געווארן בשעה טובה ומוצלחת, און מיט נישט קיין אנדערע ווי די טאכטער פונעם ראש ישיבה.

פארשטייט זיך אז דאס האט מיר געגעבן א ציפ אין הארצן, און איך האב געפילט זייער שלעכט אז איך האב אוועקגעמאכט דעם בחור, בפרט אז דער ראש ישיבה האט איהם צום סוף יא אויסגעקליבן פאר אן איידים איז עס ווארשיינליך א פאסיגע שידוך; און דעריבער האב איך זיך פארבינדן מיט'ן ראש ישיבה איהם צו וואונטשן מזל טוב אויפן שידוך, און אין איינוועגס האב איך אנגעהויבן זיך אנטשולדיגן און פארענטפערן אויף דעם וואס כ'האב געזאגט דאס פריערדיגע מאל, און אז איך האב בכלל נישט געמיינט קיין שלעכטס... אבער דער ראש ישיבה האט בכלל נישט געהאט קיין טענות, און געזאגט "אדרבה, איר האט געהאט א גרויסע חלק אינעם שידוך"...

דא איז שוין געקומען מיין רייע זיך צו וואונדערן, איך? מיט וואס האב איך ארויסגעהאלפן אינעם שידוך, אדרבה, אויב עפעס האב איך דאָך נאר קאַליע געמאכט, און נאך א מזל אז דער ראש ישיבה האט נישט אנגענומען מיינע רייד ווי עס דארף צו זיין. אבער דער ראש ישיבה האט מיר ערקלערט: "מיין יעצטיגע טאכטער איז אנדערש ווי מיינע אנדערע קינדער, און ווען פאר די אנדערע האב איך זיך געקענט קלויבן גרויסע מתמידים און שטארקע בני תורה וכדומה, האב איך געוואוסט אז פאר איר וועט דאס נישט טויגן, זי דארף אַן אנדערע סארט שידוך, אבער די מענטשן פון די גאס האבן אלע פראבירט צו שטופן אזעלכע סארט שידוכים וואס זענען טאקע גוט פאר 'מיר' און פאר מיין כבוד, אבער דאס אלעס איז נישט געווען פאסיג פאר איר. ביז מען האט מיר אנגעטראגן דעם יעצטיגן חתן אויף וועמען איך האב זיך ביי אייך נאכגעפרעגט, און ווען איר האט מיר געזאגט "ער איז נישט פאר אייך", האב איך געוואוסט אז אט דאס זוך איך! איך דארף דאָך האבן אזא בחור וואס איז טאקע נישט פאר מיר אבער יא פאר מיין טאכטער... און ווען איך האב געהערט איבער זיינע גוטע מידות און יראת שמים, האב איך באשלאסן צו טוהן דעם שידוך, און דערפאר דארף איך אייך באדאנקן פארן מיר ערקלערן אז דער בחור איז טאקע נישט געאייגענט פאר מיר...

און דער מגיד שיעור האט צוגעגעבן, וואס זאל איך אייך זאגן? אז עס זענען אריבערגעגאנגען עטליכע יאר, און דער דאזיגער איידים פונעם ראש ישיבה האט זיך הערליך שיין אוועקגעשטעלט, ער איז שטארק געשטיגן ברוחניות, און ער איז עוסק אינעם פעלד פון חינוך אין וואס ער איז זייער מצליח, און איך שפיר אז דאס אלעס איז צו פארדאנקן דעם פאַקט אז זיין שווער דער ראש ישיבה האט איהם גענומען "פאר ווער ער איז", ער האט איהם געקליבן ווייל ער האט געוואוסט אז דאס איז די ריכטיגע שידוך פאר זיין טאכטער, און ער האט געזען זיינע אמת'ע מעלות וואס ער פארמאגט יא, ער האט איהם מחשיב געווען פאר וואס ער איז בעצם, ער האט געגלייבט אין איהם און געשעצט זיינע מידות און זיינע מעשים, און דאס איז זיכער געווען דער גורם איהם צו שטופן אויפן לייטער העכער און העכער.

די תוצאות ווען מ'גלייבט אין איינעם באמת
און דאס איז א וויכטיגע און גרויסע טייל פון אונזער עבודה בין אדם לחבירו! מיר מוזן און אנערקענען און זעהן די מעלות פון אונזערע ארומיגע, בני משפחה, קינדער, חברים, תלמידים, און זיי ווייזן און ארויסברענגן ווי מיר גלייבן באמת אין זיי, מיר זעען און זענען מַכִּיר אין זייער פאטענציאל און חשיבות. אבער נישט סתם זאגן אזוי מיט'ן מויל, נאר גלייבן מיט אן אמת! זוכן די מעלות חברינו און עס ארויסהייבן און לעבן דערמיט באמת.
די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא (דף פ"ד.) אז אמאל ווען רבי יוחנן איז זיך געגאנגען ארומוואשן אינעם ירדן, האט ער געזען ווי ריש לקיש -וואס איז נאך דעמאלטס געווען א רויבער- גיבט א שפרינג איבער דעם ירדן מיט איין שפרינג, האט איהם רבי יוחנן געזאגט "חֵילָךְ לְאוֹרֵייתָא" און ווי רש"י טייטשט "כמה כוחך יפה לסבול עול תורה" דו האסט דאָך אין זיך אזעלכע געוואלדיגע כוחות, ווי פאסיג איז דאס אז דו זאלסט נוצן דיין כוח צו טראגן אויף דיר דעם עול תורה, און רבי יוחנן האט איהם דאן צוגעזאגט אז אויב וועט ער תשובה טוהן און זיך זעצן לערנען וועט ער איהם געבן זיין שוועסטער פאר א ווייב, און כך הוה, ריש לקיש איז געקומען לערנען תורה פון רבי יוחנן ביז ער איז טאקע געשטיגן דער גרויסער און הייליגער אמורא ריש לקיש.
און מיר האבן שוין ארומגערעדט איבער דעם ענין וואס וואס מיר באמערקן דא ווי רבי יוחנן באלד אנערקענט אז דא ליגן באהאלטן מורא'דיגע כוחות, און נישט סתם ווילדע שטארקייט, נאר עס איז א דערהויבענע כוח וואס קען באמת שלעפן אויף זיך דעם עול תורה... אבער נאך מער פון דעם קענען מיר דא אפלערנען, אז רבי יוחנן האט בארירט ריש לקיש'ס הארץ און איהם געמאכט טוישן זיינע וועגן, דורכדעם וואס ער האט געגלייבט אין איהם! והא ראיה אז ער איז געווען גרייט איהם צו געבן אפילו זיין אייגענע שוועסטער פאר א ווייב! עס איז נישט דא נאך אזא קלארע באווייז אז רבי יוחנן זעהט באמת אז ריש לקיש איז מסוגל צו ווערן א תלמיד חכם! ער איז גרייט איהם אוועק צו שענקן דאס נאנטסטע און דאס בעסטע, ווייל ער האלט באמת אז ריש לקיש קען מצליח זיין! און ווען ריש לקיש האט דאס דערהערט האט ער טאקע זוכה געווען מקבל צו זיין אויף זיך דעם עול תורה, ווייל ווען מ'גלייבט אין איינעם דאן גיבט מען איהם צו חיות און כוח, מ'גיבט איהם לופט צו אטעמען און ענערגיע צו גיין ווייטער און צו וואקסן הויעך.

גענוי די זעלבע וואס רחל אשת רבי עקיבא האט געטוהן מיט רבי עקיבא, ווען זי האט איהם באגעגנט און איהם פאָרגעשלאגן אז זי איז גרייט חתונה צו האבן מיט איהם אויפן חשבון אז ער גייט זיך זעצן לערנען, זי האט ארויסגעברענגט אויף די בעסטע און שטערקסטע וועג וואס א מענטש קען דאס נאר ארויסווייזן אז זי גלייבט אין איהם, זי האט האפענונג און שטרעבן אין איהם, און אזוי איז ער טאקע געשטיגן רבי עקיבא וואס האט שפעטער געזאגט "שלי ושלכם שלה הוא" מיין גאנצע שטייגן און מיין תורה איז אלעס איר צו פארדאנקען.

און דאס קען אויך זיין דער רמז אינעם וּסְפַרְתֶּם "לָכֶם" און ווי מיר האבן געברענגט פון רמב"ן "כמו ולקחתם לכם, שתהא ספירה ולקיחה לכל אחד ואחד", די עבודה פון ימי הספירה און בין אדם לחבירו איז אז מיר דארפן ציילן און שעצן די מעלות פון יעדן איינעם באזונדער, א ספירה לכל אחד ואחד, ציילן און אנערקענען יעדע איינציגסטע מעלה פון א צווייטן, שעצן יעדער איד פאר וואס ער איז, זעהן זיינע מעלות און זיינע כוחות, און חלילה נישט אראפקלאפן אדער זיך פארהוילן פון וואס ער פארמאגט, און אפילו אויב מיר זענען בעסער און שטערקער פון איהם, נישט פארגלייכן איינער צום אנדערן, נאר האבן א ספירה לכל אחד ואחד! יעדן איינעם געבן זיין אייגענע חשיבות און גלייבן אין זיינע מעלות און אין זיין יכולת, די פארקערטע פון די תלמידי רבי עקיבא וואס האבן נישט נוהג כבוד געווען איינער אינעם אנדערן און נישט געזען יענעמ'ס חשיבות.

לסיכום געדענק:
• ווען א מענטש שפירט זיך דערנידערט און אראפגעקוקט איז עס ווי מען דערטרינקט איהם רח"ל, עס רירט באמת צו ביז זיין חיות, זיין מציאות, זיין עקזיסטענץ!
• ווען מ'גלייבט אין איינעם דאַן גיבט מען איהם צו חיות און כוח, מ'גיבט איהם לופט צו אטעמען...
• ספירה לכל אחד ואחד, ציילן און אנערקענען יעדע איינציגסטע מעלה פון א צווייטן, שעצן יעדער איד פאר וואס ער איז, זעהן זיינע מעלות און זיינע כוחות

א לעכטיגע שבת קודש!


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

פארשפארט