גט'ן אנקעטע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
גט'ן אנקעטע
איך האב געווילט דורוך פירן א אנקעטע איבער זיך גט'ן אבער עס האט אין זיך זייער אסאך פרטים, איך וועל פארלייגן מיינע אפציעס און ווער עס וויל זאל צולייגן...
1)לעבן אן א ווייב בכלל (נישט חתונה האבן קיינמאל)
2)לעבן מיט איין ווייב
3)לעבן מיט צוויי אדער מער ווייבער
אויב די פרוי וויל זיך גט'ן פשוט ווייל די מאן שמעקט איר נישט..
1) נישט געבן קיין גט בשום אופן
2) געבן א גט אבער בעטן דערפאר אפאר טויזענט (מיליאן) דאלער
3) געבן די גט נאך פאר זי בעט עס
אויב די פרוי האט א סיבה וואס אין דיינע אויגן איז עס נישט קיין סיבה אדער גענוג א גוטע סיבה
1) געבן א גט
2) נישט געבן א גט
און די אלע שאלות, וואס וואלסטו געטון מיט קינדער און אן קינדער
אויב האבן דיר דיינע עלטערן אנגעמיירעט מיט א ווייב וואס איז נישט דיינס גלייכן (איידל גערעדט) וואס וואלסטו געטון?
אויב דו קענסט יעצט איבערגעבן א בריוו פאר דיין ווייב אן דעם וואס זי זאל ווערן באליידיגט, וואס וואלסטו איר געשריבן?
ווען האסטו געהאט א בעסערע שלום בית, ביים ערשטן זיווג אדער ביים צווייטן?

- סלינקי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 219
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:09 pm
- האט שוין געלייקט: 912 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל
Re: גט'ן אנקעטע
2) בלייב ווייטער אומצופרידן פאר לייף, פונקט ווי עס האט ״געארבעט״ֶ ביז יעצט… לאז אלע ארומיגע, עלטערן, קינדער וכו׳ זיין העפי און אומגעשטערט…סקעפטיקער האט געשריבן:לאו דוקאמשה זעקעל האט געשריבן:וואס איז די שאלה
אויב האסטו אליין גענומען דיין ווייב דעמאלט עס אויף דיינע פירות
אבער אויב האט מען די א חתן געמאכט דעמאלט טראכט איבער צו די וואלסט איר גענומען אין פירסט פלעיס אויב נישט געב גראד א גט ווייל די געים גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
א איד בלייבט אייביג א איד און קאקאש קעיק בלייבט אייביג קאקאש קעיק, מיין נשמה קען קיינער נישט אויסלעשן, און דא אין קאווע שטיב'ל איז דא זייער א נידריגע פארברעכן ראטע, סוי עס וועט נישט שאטןהיכי דמי האט געשריבן:קודם, שלום עליכם רבי איד.
בעפאר מען גייט צום שאלה וויל איך מוחה זיין אויף אייער ניק. איר מאכט אונז אלע קאלט צו אידישקייט. אונז האבן אלעמאל געוואוסט אז קאקאש קעיק איז א תאוה ווי אלע תאווות.
דאס אז איר רופט זיך הייליגע קאקאש קעיק איז א פארברעך אין אונזער געזעלשאפט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הייליגע קאקאש קעיק: ייש"כ פאר אויפמאכן דעם גאר אינטרעסאנטן אשכול און אנקעטע. נאר אן אריינגיין אין סטאטיסטישע ציפערן, קען איך געוויסע מענטשן וועלכע זענען א סאך בעסער אן א ווייב.
איינער א איד וועם איך קען איז אייביג געווען אן אויסגעדארטער, צולגעלייגטער, מרה שוירה'דיגער מיט א פארזויער'טן מינע אויף זיין פניםך. און זייט ער האט זיך געג'ט האט ער ממש אויפגעלעבט. ער האט אויך צוגענימען געוויכט. און ער איז היינט (קע"ה) אן עגיל ואשמח. אייביג מיט א שמייכל אויפ'ן פנים צהלו על פניו ושמחתו בליבו.
איך קען א צווייטן איד וואס ער האט געהאט אפשר ק"ן טעמים פארוואס ער האט זיך געג'ט. און ער איז אפשר גערעכט געווען אויך. כהיום הזה (שוין אריבער 20 יאר) פאנטאזירט ער נאכאלץ אז ער גייט (איין טאג) חתונה האבן. ער ווייסט נאר נישט ווען דער טאג וועט זיין. ער איז אויך געפארן צו א רעבישע חתונה קיין א"י מיט די מחשבה אז מ'טראגט איהם אן א שידוך דארט. אבער ער איז צוריקגעקומען אן די צוגעזאגטע כלה. ער לעבט זיך (ב"ה) גאנץ פיין אלס גרוש. און ער האפט נאכאלץ אז איין טאג וועט ער ווערן צוריק א חתן.
היוצא לנו מזה: אז ס'זענען דא געוויסע מענטשן וועם דער אייבישטער האט אראפגעלייגט אויף די וועלט אלס נישט חתונה געהאט. און אזוי דארף עס צו בלייבן.
ווי האט נאר געזאגט דער וואוילער איד אין פאר מלחמה'דיגן אייראפע. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך געג'ט? אמער די גמ' זאגט דאך (אין סוף מס' גיטין) ...המגרש אשתו ראשונה אפילו מזבח מוריד עליו דמעות...האט דער קלוגער איד געזאגט... בעסער זאלל דער מזבח וויינען ווי איך. איך האב שוין געניג געוויינט...!