אוממענטשליכע אויפפירונג ביי היימישע ארבייטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

אוממענטשליכע אויפפירונג ביי היימישע ארבייטער

שליחה דורך עמק הבכא »

שלום וברכה

איך וויל אדרעסירן א נושא וואס עגבערט מיר שוין א לענגערע צייט, און דאס איז די העפליכע סערוויס וואס מען זעט בדרך כלל ביי די נישט היימישע און גוי’אישע ארבייטער ווס. די קאלטע און אומ’בכבוד’יגע באנעמונג אין וועלכן מען שטויסט זיך אן אין רוב היימישע פלעצער, אריינגערעכנט געשעפטן, ארגאניזאציעס און ביזנעסער. און קלארצושטעלן, נישט אז עס זענען נישטא קיין היימישע יונגעלייט וואס זענען נאטירליך פיינע העפליכע מענטשן און גויים וועלכע זענען נישט מצליח צו באהאלטן זייער שנאה און שלעכטיקייט, אבער באופן כללי ווען איר באזוכט א נישט אידישע געשעפט אדער איר רעדט מיט א סעקרעטאר/ין אויפ’ן טעלעפאון וועט יענער ארויסווייזן אינטערעסע און אייך פרובירן צופרידנשטעלן ווי ווייט מעגליך, דאקעגן דער היימישער ארבעטס יונגערמאן וועט אייך געבן אזא פלעגונג אז איר זענט גענצליך איבריג דא און אייער אנוועזנהייט שטערט נאר זיין פארנומענעם סדר היום, און/אדער אייער ביזנעס וואס איר זוכט איז נישט פון די לכתחילה’דיגע רעקווייערמענטס דא. דער קאנטראסט איז סיי ביי מענער און נאכמער ביי פרויען איינגעשטעלטע.

דער תירוץ אז די גאנצע העפליכקייט איז פאלשע געמאכטע מעשיות איז גענצליך נישט נוגע זינט איך בין נישט אינטערעסירט צו ווערן יענעמס חבר, איך וויל בלויז נארמאלע סערוויס און מענטשליכע טריעטמענט, גייט מיך נישט אן צי דער שמייכל איז א פאלשער אדער אן אמת’ער.

און איך זאג נישט אז דער גוי איז בעסער פון אונז, ער וועט אויף קיין פאל נישט ארויסגיין פון וועג פאר א צווייטן, פרוביר אים נאר אויפצורעגן אדער צורירן זיין פריוואטע זאנע... מ’באציט זיך בלויז צו דער ספעציפישער טעמע פון מענטשליכע אויפפירונג צו קליענטן, מינימאלע העפליכקייט צו געווענליכע - נישט נויטבאדערפטיגטע - מענטשן, אין געווענליכע אומשטענדן.

עס קומט מיר אויפ’ן געדאנק עטליכע מעגליכע הסברים דערויף. איינס, קען זיין אז דער היימישער יונגערמאן איז פשוט מער איבערגעשטרענגט, ער האט נאך צענדליגער זאכן אין זיין טאג טעגליכן לעבן חוץ זיין ארבעט און ער איז באמת מוטלאז נאך א שלאפלאזע נאכט מיט’ן פיצלס און נאך א פולער וואך פון שמחות יעדע נאכט, אין קאנטראסט צום גוי וועלכער קומט צו דער ארבעט פריש און מונטער נאכ’ן מאכן די טעגליכע איבונגען און פארמאגט מער כח און מח זיך אראפצולאזן צו מענטשן.

אדער קען זיין אז אין א געוויסן זין שפירט דער היימישער 9-5 ארבייטער ביליג מיט זיין דזשאב, און הינטערן באוואוסטזיין געט ער אויס זיין פרוסטראציע אויף די קליענטן נישט כאפנדיג אפי’ וואס טריגערט זיין שלעכטע גיסטע אדער אז ער איז בכלל שלעכט געלוינט. ווער רעדט נאך פון אמת’דיג זיין געטריי און וועלן די הצלחה פון די ביזנעס. דאקעגן דער גוי איז פרייליך און צופרידן ביז’ן הימל אז ער האט געטראפן א דזשאב וואס דעקט אים זיינע הוצאות נאך מיט א שמיץ אריבער און ווען א קליענט רופט אריין שפירט ער נישט אראפגעברענגט אז ער ארבעט דא, וועט ער טון זיין ארבעט מיט א געוויסע חשק און מיט א געפיל צופרידנצושטעלן דעם קאסטומער. (מ’קען זען אסאך מאל געוויסע ערלים וואס פאקן באקסעס ביים רעדזשיסטער וועלן אריינלייגן ענערגיע אז זאכן זאלן זיין איינגעפאקט שיין מסודר, און דאס איז שוין גאר ביליגע ארבייטער וואס זייער דזשאב איז נישט באדראעט אויב וועלן זיי טון א שוואכע ארבעט, נאר ער האט א געוויסע געפיל אז ער טוט עס שוין יא זאל עס זיין גוט געטון און דער קונה זאל זיין צופרידן).

והשלישית - וזה נראה לי עיקר - קען מען זאגן אז העפליכע סערוויס איז פשוט א חלק פון זיין פראפעסיאנאל, פונקט ווי עס פארשטייט יעדער ארבייטער אז טראץ וואס ער איז מיד און איבערגעשטרענגט קען ער נישט פעלן אדער פארנאכלעסיגן פון זיין ארבעט, איז זעלבסטפארשטענדליך ביים אלגעמיינעם גוי אז זיין פערזענליכער געשלעכט מיט’ן אשת חיל צי סיי וואס ס’מאכט אים אין א שלעכטער גיסטע טאר נישט אפעקטירן זיין באנעמונג צו קליענטן. און ער דארף זיך נישט מוטשענען יעדעס מאל באזונדער ארויסצוציען זיין פלאסטיק שמייכל פון בוזעם, מענטשליכע סערוויס איז רעגיסטרירט ביי אים אין קאפ פונקט ווי ערשיינען ניין אזייגער צו דער ארבעט.

משא"כ ביי אונז לערנט מען נישט אויס צו זיין פראפעסיאנאל, פון יונגערהייט אן האט מען קיינמאל נישט געטון דערין, ממילא קומט שוין מיט דער חלק פון סערווירן מענטשן ווי בהמות פשוט פון אומוויסנהייט. יונגעלייט האבן זיך אויפגעבויעט אזא סארט עדיטוד און כאפן נישט ווי אומפראפעסיאנאל עס איז דאס צו ניצן אין ביזנעס. און איך רעד שוין נישט פון אונזערע היימישע מיידלעך בפרט וואס ארבעטן אין געשעפטן און ארגאניזאציעס, דאס רוב פון זיי האבן נישט קיין אנונג ווי אזוי מ’רעדט צו א צווייטן, אפגערעדט פון דער בולט’דיגער אומזיכערקייט און פעלערהאפטיגער זעלבסט רעספעקט.

און נאכאמאל, מען פארלאנגט נישט פון קיינעם נאכצומאכן די אמעריקאנער העפליכקייט כללים, דאס איבריגע זיסקייט קען נאר נערווירן, סך הכל זאל יעדער ניצן זיין אייגענע הגדרה אויף וואס ער באטראכט אלס מענטשליכע באנעמונג און עס פראקטיצירן ביז עס ווערט א טייל פון זיין סיסטעם.


און באמת ברויך מען נישט צוקומען צום גוי, ס’איז א בפירוש’ע משנה ביי אונז אין אבות "הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות", וואס לכאורה רעדט נישט דער תנא פון א גוטן חבר אין א שיינעם וועטער, צו דעם דארף מען נישט קיין משנה, מען מוז בהכרח רעדן פון א פאל וואס מ’האט נישט קיין נערוון און מ’זוכט פטור צו ווערן, קומט דער תנא זאגן: קלעב ארויף א פאלשן שמייכל אויפ’ן פנים און באהאנדל יעדן מיט רעספעקט.
והוא יחמול עליך חמלה
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

א שחור’טע האט מיר אמאל באזידלט פארוואס חסידישע אידן ווייסען נישט אפען-צוהאלטען א טיר פאר א צווייטען...
כ’האב דעמאלטס צו מיר געטראכט אז ווייל מסתמא ביינונז אין סאסייעטי האט מען [נאך]נישט אינוועסטירט אין זיך אויפ-פירן מענטשליך צו אנדערע...

כ’האב נאך אסאך וואס צו שרייבען דערויף אבער ווי @עמק הבכא זאגט מיר זענען צו אנגעשטרענגט און פארנומען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמק הבכא: ייש"כ. דו ביסט דערגאנגען צום עמק הבכא. צום שורש פונ'ם פראבלעם.

איך וויל דא נאר מעורר זיין איבער עטליכע נקודות: ערשטנס. די ארבעטערס בכלל אויב זיי שפירן זיך אלס חלק פון די ביזנעס. און דער ארבעטער ווייסט אז זיין פרנסה/דזשאב ווענדט זיך אין די הצלחה פון די ביזנעס וועט ער (בד"כ) זיין העפליך צו די קאסטומערס. נאר ווען ער שפירט נישט אז ער איז אן אינטעגראלער טייל פון די הצלחה געט ער די דריטע דעגרי פאר די קאסטומערס.

איך האב נאר געטראפן אן איינציגן פאל וואו דער בעה"ב פון א ביזנעס (אין בארא פארק) געט די דריטע דעגרי פאר קאסטומערס. למשל, ער פלאפלט אויפ'ן פאון און לאזט די קאסטומערס שטיין און ווארטן. און ווען א קאסטומער זוכט עפעס אן אייטעם וועט ער איהם אזוי צו ווייזן כלאחר יד. וואו ער/זי קען דאס געפינען. נאר ער 'עט נישט אליינס צו גיין און דאס ברענגען.

איך האב אמאל צוגעזעהן א מצב ווען א געשעפט אייגנטומער האט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן באריכות נוראה. און ס'איז געשטאנען א גאנצע שורה מיט מענטשן און געווארט אויף איהם. ער האט פארהאנדלט איבער וועלכן מין רעדזשיסטער ער זאלל זיך קויפן. האביך איהם געוואלט זאגן...שוטה שבעולם. ווילאנג דו פאהאנדלסט אין וואס דו זאלסט אריינלייגן דיין געלט, וועסטו דאך נישט האבן וואס אריינצולייגן. נעם קעיר פון דיינע קאסטומער. פאר זיי גייען אוועק. ענדערש זארג דיך איבער דעם געלט אז דו זאלסט עס נישט פארלירן . וואו עס אריינצולייגן וועסטו שוין שפעטער זארגן...!

ס'איז דא נאך איין גרופ (אלס גרופ) וועלכע געבן בדרך כלל, עטיטוד פאר קאסטומערס. די שחורים. די אפריקאנער אמעריקאנער.

איך האב געדיעלט מיט עפעס א קאמפעני. און ביים רעסעפשאן דעסק איז געזיצן א שחור'טע. זי האט אייביג געגעבן עטיטוד. איין טאג ווען זי איז נישט דארט געווען איז דארט געווען א (ווייסע) גוי'אישע פרוי. דער חילוק פון צווישן די צוויי (קאסטומער סערוויס) באדינערס האט געשריגן עד לב השמיים...! נאר דאס קומט פון אן אנדער'ן שורש. די שחורים בד"כ, אלס גרופ פיהלן זיך בא'עוולה'ט און באקריוודעט. זיי פארפעלן נישט ארויסצו ווייזן זייער האס און פאראכטונג פאר א יעדן וואס האט נישט קיין צורת הקוף. ספעציעל פאר אידן...!

יא. שבת אחים. בערל בעל עגלה איז א ראסיסט...!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

ליידער ביינונז איז באוינדריס און בעיסיק עטיק'ס נישט פארהאן.

למשל, דארף א לענדארד צאלן א פלאמבער אויב ס'פעלט זיך אויס? א פעינטער?

וואספארא עטיקס מוז ווערן איינגעהאלטן אין א מוסד, ארגעניזאציע, אדער ביזנעס?

איך וויל נישט חלילה מקטרג זיין, אבער ליידער אסאך מאל איז איש כל הישר יעשה בעיניו, נישטא קיין אקאויטעבילעטי, נישטא גארנישט.

כל דאלים גבר.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

זייער שיין געשריבן @עמק הבכא.
די כלל איז "ואהבת לרעך - כמוך", דער טיפיקעל היימישע מענטש האט נישט צופיל געפיהל און געדולד פאר זיך אליין אויך נישט :(
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פון מיין עקספיריענס - און עס מוז נישט זיין יעדנ'ס עקספיריענס - איז דא נאך א סיבה, און דאס איז אז ע"פ רוב דער גוי ווען ער גיט די סערוויס איז ער דא פאר דיר, און נאר פאר דיר (בניגון הידוע...), נישט קיין חילוק ווי לאנג דו האלטסט אים אויף, ער האט די וועלטס צייט פאר דיר, דאס איז זיין דזשאב, און ער וועט דיר נאך אפי' פרעגן צום סוף "איז דהער עניטינג עלס איי קען העלפ יו וויט"?. אויב האבן זיי א מאנגל אין קאסטומער סערוויס רעפרעזענטעטיווס, וועלן זיי פשוט אויפנעמען נאך, כדי נאכצוקומען די דימענד.

משא"כ ביי אונז אידעלעך זוכט מען א וואן-מען-בענד, א יונגערמאן וואס איז א.ג. "מולטי-טעסקינג", איינער וואס קען מ'כלומר'שט טון 7 זאכן בהעלם אחת, און איינע פון די זאכן איז קאסטומער סערוויס, און בשעת'ן רעדן מיט'ן ערשטן ביפט שוין א צווייטער קאסטומער אריין, און אינצווישן דארף ער נאך מסדר זיין עפעס אנדערש, און ער דארף אלעס טון ביינאזאם, אמער ער איז דאך א מולטי טעסקער! און דאס איז גורם אז מען זוכט זיך אפצו'פטר'ן פון דעם קאסטומער ווי אמשנעלסטן און מען האט גאר ווייניג געדולד זיך אפצוגעבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

שמעקעדיג האט געשריבן:בהעלם אחת
:like
דאס איז פארשטייט זיך א רינג אין דעם ענדלאזע קייט;
מ'דארף אינסוף געלטער צו קענען אויפציען אינסוף קינדער מיט אינסוף צוגעהערן תוך כדי אינסוף צוימונגען... בקיצור, איין גרויסע פעטע העלם דעת ותבונה.
נישט לחץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 11:18 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך נישט לחץ »

ביי דעם גוי זעהט מען זייער אסאך אז זיי זענען פארשפילט מיטן smart phone משא״כ ביי אידן זעהט מען עס נישט אזוי סאך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אם כבר בחכמה ( ולא ב'מענטשליכקייט) עסקינן. איך האב געהאט א פראבלעם מיט מיין סעללפאון. איך בין געגאנגען צוערשט אין די גוי'אישע סטאר . (וואו איך האב באקומען/געקויפט די פאון. ואכמ"ל). זיי האבן מיר געזאגט אז מ'קען גארנישט טון צו די פראבלעם. ביניך אריבער צו די אידישע סטאר. דער ארבעטער האט מיר אויף די מינוט געגעבן דעם פארט וואס האט פארראכטן דעם פראבלעם...!
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

berlbalaguleh האט געשריבן:עמק הבכא: ייש"כ. דו ביסט דערגאנגען צום עמק הבכא. צום שורש פונ'ם פראבלעם.


ס'איז דא נאך איין גרופ (אלס גרופ) וועלכע געבן בדרך כלל, עטיטוד פאר קאסטומערס. די שחורים. די אפריקאנער אמעריקאנער.

איך האב געדיעלט מיט עפעס א קאמפעני. און ביים רעסעפשאן דעסק איז געזיצן א שחור'טע. זי האט אייביג געגעבן עטיטוד. איין טאג ווען זי איז נישט דארט געווען איז דארט געווען א (ווייסע) גוי'אישע פרוי. דער חילוק פון צווישן די צוויי (קאסטומער סערוויס) באדינערס האט געשריגן עד לב השמיים...! נאר דאס קומט פון אן אנדער'ן שורש. די שחורים בד"כ, אלס גרופ פיהלן זיך בא'עוולה'ט און באקריוודעט. זיי פארפעלן נישט ארויסצו ווייזן זייער האס און פאראכטונג פאר א יעדן וואס האט נישט קיין צורת הקוף. ספעציעל פאר אידן...!

יא. שבת אחים. בערל בעל עגלה איז א ראסיסט...!

לאמיר צולייגען מיינע צוויי סענט איבער אונזערע שווארצע ברודער ( נאר אויף יודען מעג מען מקטריג זיין?)
בין איך לעצטע וואך געווען אין Columbia hospital באזוכען איינעם אינעם ICU גיי איך צום NURSING STATION אין פרעג העפליך ווי איז צימער 238, די שחור'טע פונעם אנדערע זייט דעסק נעמט זיך זידלען מיט קולות, א חוצפה ווי איז מיין how are you? How is your day.?
איך שטיי אינגאנצן שאקירט, כ'מיין איך בין נישט אהערגעקומען איר אינטערוויוען אדער אויסהערען אירע בוך וויי.
נאך 2 מינוט שעלטן האט זי געגעבן אזא מורמל גיי לינקס מאך א רעכטס
איך וואק ארויף אין אראפ זוכענדיג די צימער, איך שטעל אפ א נורס, זי ווייזט מיר גערען די צימער
צו מיין שלעכט מזל שטייט דארט די טונקעלע נקבה אין עפענט א פיסק די הערסט נישט וואס איך האב דיר פריער געזאגט, וואס מאכסטו יעדער משוגע......
בקיצור די גראז איז טונקעלער יענע זייט......
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

א גרויס חלק פון די אוממענטשלעכע אויפפירונג פון היימישע ארבייטער קומט פון א קליינקעפיגקייט אז יענער וועט זען ווי ביזי איך בין גייט ער מיך "ארויפקוקן. איך מיין אז די אלע ראצערלעך נאך דעם ערשטן תקופה אויפן דשאב, כאפן א פליק פון איינעם, אדער mature זיי אליין און ווערן העפלעך און נארמאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מחונך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

צוויי נקידות

א. א גרויס חלק פון אונזערע קינדער וואקסן אויף אין מוסדות ווי די עטעטוד פון די וואס האבן קאנטראל איז צו ווייזן ווי שטארק זיי זענען און ווי סאך זיי קענען אויספירן וואס זיי באגערן, אן זיך דארפן רעכענען מיט א צווייטן. אז מ'גייט ארבעטן נאכ'ן דורכגיין אזא חינוך, פון ווי זאל מען וויסן אז עפעס איז ראונג דערמיט?

ב. די היימישע אידן וואס ארבעטן ביי בי ענד עיזש ווייסן זייער פיין וויאזוי צו גיבן קאסטומער סערוויס. אלא מאי? ביי די היימישע געשעפטן ווי מ'דיעלט מיט אנ"ש, דארף מען ווייזן אביסול אז מ'איז נישט קיין מעקעלע כדי מ'זאל נישט נעמען ציפול עדווענטיזש.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס'נישט יודיש ווס. גואיש, נאר סאיז סמאלל ביזנעס ווס. קארפערעט ביזנעס.
און העפענס טו בי אז רוב יודישע ביזנעסען זענען small און רוב גואישע זענען corparate.
לאמיר זעהן א גואישע גראסערי/ווערצהויז/בעדואגע (ווהאטעווער יו קאלל איט) זאל געבן בעסערע סערוויס ווי B&H.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

קהל'ס נער האט געשריבן:ס'נישט יודיש ווס. גואיש, נאר סאיז סמאלל ביזנעס ווס. קארפערעט ביזנעס.
און העפענס טו בי אז רוב יודישע ביזנעסען זענען small און רוב גואישע זענען corparate.
לאמיר זעהן א גואישע גראסערי/ווערצהויז/בעדואגע (ווהאטעווער יו קאלל איט) זאל געבן בעסערע סערוויס ווי B&H.
גוטע פוינט.

האסט מסתמא געמיינט צו זאגן רוב corporate זענען גואיש.
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

שליחה דורך עמק הבכא »

קהל'ס נער האט געשריבן:ס'נישט יודיש ווס. גואיש, נאר סאיז סמאלל ביזנעס ווס. קארפערעט ביזנעס.
און העפענס טו בי אז רוב יודישע ביזנעסען זענען small און רוב גואישע זענען corparate.
לאמיר זעהן א גואישע גראסערי/ווערצהויז/בעדואגע (ווהאטעווער יו קאלל איט) זאל געבן בעסערע סערוויס ווי B&H.
נישט אינגאנצן ריכטיג, שוין כמה פעמים געניצט קליינע לאקאלע גוי’אישע געשעפטן, אלץ באקומען קעניגליכע סערוויס. פארשטייט זיך א קאמפאני וואס איז געגאנגען אזוי גרויס ווי בי ענד עיטש מוז זיך אהערשטעלן עפעס שענער ווי אונזערע וויליאמסבורגער סטאנדארטן אויב וויל ער נאך פארבלייבן אין ביזנעס.
והוא יחמול עליך חמלה
פארשפארט