סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמיט

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

סימפאטיע צו דעם דייטש, סתם א שוטה, אדער א וויסטע אנטיסעמיט

שליחה דורך לייביששרייבער »

אוי טאטע טאטע, וויפיל אידיש בלוט איז נעבעך פארגאסן געווארן בלויז אין די יארן פון תרצ''ט ביז תש''ה (1939-1946), כמעט גאנצע 7 יאר זענען רח''ל רוב רובם פון די אייראפעישער אידענטום נעקד געווארן על קידוש השם, למען כבודך.

אידן וואס האבן דאן געהאט א געלעגענהייט זיך ראטעווען מיט ממש א קלייניגקייט, זיי האבן נאר געדארפט אריין סטעמפלען א  C בוכשטאב אויף זייערע אינדענטיפיקאציע פאפירן וואס די קירכע אין טשעכסלאוואקיע האט פארקויפט, איז  דאס  געווען א פאס נישט צו ווערן דעפארטירט.

די אידן וואס האבן די געהאט די דאזיגע געלעגענהייט זענען געגאנגען אנפרעגן די דעת תורה צו מען מעג לייגען אט די C.

געוואלד עס איז דאך פקוח נפש, כל התורה כלו מעג מען דאך לייגן אין די זייט ווען מען רעדט פון א לעבן פון א איד. און נישט סתם א איד, נאר אפי' א איד וואס האלט ל''ע ביי די גסיסה מעג מען אויך עובר זיין על כל התורה כלו אויסער לייקענען אין הקב''ה. א היתר אן אויסרייד איז דאך אזוי פשוט צו ניצען דא. לייקען איך דען מיין אידישער אידענטיטעט מיט לייגן א C אויף מיינע אינדענטיפיקאציע פאפירן,  איך לייקן נישט אז איך בין א איד בפה, עס שטייט נאר א C אין די פאפירן מאן יימר אז עס מיינט קריסט אפשר מיינט עס גאר עפעס אנדערש?

אפי' הכי האבן זיך סתם פשוטער עמך אידן אפגעהאלטן פון ראטעווען דאס אייגענער לעבן פון זיך און די גאנצע משפחה נאר נישט עובר צו זיין אויף א ספוק כפירה. זיי האבן זיך געלאזט פירן כצאן לטבח נאר נישט צו האבן דעם C אויף די אינדענטיפיקאציע פאפירן.

כאף נישט, פון וואס רעדסטו דא עקזעקטלי, ווי פאלסטו פלוצלינג אריין אין טשעך מיט C אין צאן לטבח. וואס די פליף רעדסטו דא פון.

בדרך אגב, סתם פאר נייגעריגקייט וויל איך מפסיק זיין פאר א רגע פונעם ארטיקל און פרעגן א שאלה אייך ליינער. איז דא איינער וואס ליינט די תגובה און ער ווייסט נישט פון וואס און ווען  איך שרייב דא?  

איך מיין אַז אז עס איז נישטא דא אזא איינער.

ווי ציל איך דא מיט די מאדנע אריינגעהאקטע שאלה? ווארט א מינוט ליין מיט געדולד וועסטו זייער גוט פארשטיין.

קריסטאל נאכט אום אלול תרצ"ט סעפטעמבער 1939 אין דייטשלאנד האט אויס געבראכן די פאגראם פונקט ווי אין די אלטע צייטן פון אריבער הונדערט יאר פריער. פאר ציוויליזאציע, און LAW & ORDER איז בכלל נישט געווען א מושג. א יעדער פריץ האט געטוהן כל מה שליבו חפץ, זיך איזדעקעווען אויף די איינוואוינער פון זיין דארף ווי א טאבא איןַ זייןַ שפיל גארטן, געווארפן, געשטויסן, צופלאצט דעם טאבע. ממש אזוי זענען די איינוואוינער געווען אין די האנט פון די פריצים פון די דערפלעך אין אייראפע.

עס האט זיך געקענט אויף שטעלן א גלח א וויסטער מנובל, אן אנטיסעמיט און פרעפלען אין קירכע,  די אידן דאס, די אידן יענץ, און ווידער די אידען, דאן האט זיך די יעניגער זונטאג געגאסן אומשולדיג בלוט אין די גאסן.

פון וויפיל נפשות מיינסטו טייערע ליינער איז געווען ביי אזא פאגראם (אפי' איינס איז שוין איינס צו פיהל. אבער לאמיר טראכטן פון דזשאסט די נאמבערס נישט פון די פאקט אז איד ווערט געהארגעט אין א שונאת ישראל אטאקע וואס גאנץ כלל ישראל האט אין די גאנצע וועלט געכאפט א קלאפ). רוב מאל, ניטאמאל איינס (גוטע קלעפ האט מען געקענט כאפן, אבער רציחה לאו דוקא ביי יעדע פאגראם). אויב האט זיך שוין יא געמאכט אז עס איז געווען געהארגטע, איז עס געווען אחד מעיר. אויסער ביי די באקאנטע גרעסערע פאגראמען וואס איז געווארן אריין געקריצט אין די בלוטיגע אידישע היסטאריע זענען רח''ל געוועזן מערערע טויט פעלער.

אבער די יעניגער פראגראמישע נאכט "קריסטאל נאכט" ווי עס איז געווען אנגעריפן די נאכט פון גלאז אלע אידישע פענסטערס אין בערלין זענען געווארן אויסגעשאסן דורך די עס. עס. וואנדאליזים. יענער נאכט אליינס זענען רח''ל אומגעקומען 89 אידן שתו''מ. איבער 40 פון די נישט פרומע קרייזן
(איסמילירטע).

עס איז נישט צום גלויבן אבער פארט א פאקט זייער אסאך איסמילירטע אידן האבן זיך געגוי'ד כאחד הגוים און אפי' געווען שטארקע פאטריאטן פאר די מוטערלאנד דייטשלאנד, אפי' נאך וואס היטלער ימח''ש איז געווארן די לאנד'ס פירער. קיינעם איז נישט אין וויסטען חלום איינפגעאלן אז די קריסטאל נאכט פאגראם איז א אויסגערכענטע אקציע פון די העד קוואדערס פון די  עס. עס. פארטיי אנגעדרייט געווארן. געטראכט האט מען סתם א צווילדעוועטער אינגאטש האט אנגעדרייט די אנטיסעמיטישע אינגאטשעס, און זענען דא סתם צו מאכן פאן. די פאליציי וועט ווערן גערופן אן אפאר מינוט וועט ווערן ארדענונג און שטיל.
קיינער האט נעבעך נישט געוויסט אז די אפיציעלע עס. עס. פראטאקאל איז געווען אז די לאקאלער בערלינער פאליציי האט באין/ביש ברירה געפאלגט די עס. עס. אז עס זאל נישט זיין קיין שום פאליצייאישע סעקיוריטי ווען די ריאטן וועלן אויסברעכן ביינאכט. עס איז שטרענג אנגעזאגט געווארן צו די פאליצייאישע ביוראען אז די עמטליכע פאליציי זאלן זיך נישט מישען פרובירן ראטעווען אויב ווערן זיי גערופן צו אן אנפאל אמערדזשינסי, סיי וועמען אוןַ ווי אויכעט זאל די פאליציי נישט פאטראלירן די נאכט די גאסן כדי צו היטן  אויף די געזעץ, (אט אט וועלן די נייע געזעצן אריין גיין אין קראפט אז א אידישער פערזוין נישט קיין חילוק ווי אלט אדער אינג ער/זי איז ווייניגער ווי די קאקעראוטש וואס מען צוטרעיט מסיח לפי תימן, אזוי איז אויך א איד, די אלטע געזעץ פון גלייכבארעכטיגקייט און די די דייטשע דעמעקראטיע איז אט אט א פארגאנגענהייט. די פאליציי זאל זיך נישט דרייען אין די גאסען און לאזן  די עס. עס. מיליטער לייט פון די פארטיי קאנטראלירן די גאסען דעם דאזיגער נאכט.

(כדי צו פארשטיין דעם לעצטע פאראגראף, דארף מען צולייגען אן הערה קטנה. די עמטליכע דייטשע פאליציי, און ווי אויך די עמטליכע לאנד'ס מיליטער, זענען לאו דוקא געווען שטארק לויעל צו די נאצי פארטיי, נישט 100% פונעם דייטשען פאלק האט עגריד מיט פירער היטלער'ס פאליטיק. אבער די נאצי פארטיי איז דאן געווען די גרעסטע פארטיי,  דער איצטיגער פירער פון לאנד (היטלער) איז די קא- פאונדער פון די פארטיי. ווי אויך האט די נאצי פארטיי שוין דאן געהאט די מערסטע בענקלעך אין פארלימענט. די אנדערע פארטייען, מיט זייערע הויפט פירערס האבן ממש מורא געהאט פאר זייער לעבן. אזוי טאקע האט פאסירט מיט ווייניגער ווי א יאר שפעטער. אלע פאליטישע שונאים (די אנדערע פארטיי לידערס) זענען נעלם געווארן פונעם האריזאנט איינס נאך איינס אויף אויסער ארדענליכע אופנים)

אין די היינטיגע יארן תשפ"ג 2023 למספ' זענען דא 20 יעריגע אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט די זכיה צו זעהן די אין האנט אריין געקריצטע ציפערן פון די אוישוויץ איבער לעבער וואס עס איז היינט א יקר המציאות. אבער פאר 25-35 יאר צוריק האבן מיר אלע געהאט זיידעס און באבעס מיט די אוישוויציר טעטא ציפערן אױף די האנט אריין געקריצט. נישט אלע אונזערע עלטערן האבן גערעדט פון די יסירי הנפש והגוף וואס זיי זענען אדורך אין די מלחמה יארן אין אייראפע. אבער וויפיל זיי האבן נישט גערעדט האבן מיר דא דארט געקענט הערן ווי זיי פארציילן פון די ארבעה מיתות בי''ד וואס זיי האבן מיטגעהאלטן אויף די בארבארישעסטע אופנים. און אויך ווי אזוי מען האט פארפייניגט די לעבנס געבליבענע, צוויגענדיג זיי מיט צו האלטן די (ספעקטאלישע) שחיטות פון טאטע, מאמע,  ברידער, און שוועסטער. (עס איז נישטא די פלאץ פון די ארטיקעל צו באשרייבן די רציחות מיט די אחזריותדיגע אויפגעקומענע רשעות ווי אזוי די האפטלינגען זענען פארפייניגט געווארן אין די לאגערן אונטער די עס. עס. רוצחים) די 60-50 יעריגער אידן האבן גובה עדות געווען פון די אינהיומעינישער התנהגות פון די קאמעדאנטן ביז די יוצא משרתים פון די עס. עס. ווי וואס מער אחזריותדיגער אלץ העכער איז געווארן די ראנג פון דעם אחזור. יותר מה שכתבתי אליכם כתיב כאן.

איך פרוביר צו נישט ארויס צולאזן די פעדער אויף הפקר. ווייל די ענין פון אוישוויץ און די פיינגונגס לאגערן און ווי אויס זענען שוין קורצע/לאנגע תגובה'ס ווי עס איז שוין פארגאסען געווארן ימים פון טינט, פארמעט פון הימלען. די ביימער זענען פארשניטן געווארן פאר די סכום בליי וואס מען האט געברויכט צו שרייבן פון יענע תקופה.
6 מיליון קדושים אומגעקומען אויף קידוש השם. 6 מיליון מעשיות וואס זענען פארשטילט געווארן פאר אייביג, מער וועט עס שוין נישט געשריבען, אדער געהערט ווערן. די 6 מיליון מעשיות וואס איז טמיר ונעלם מיט די הייליגע נשמות מיט נעמענדיג מיט זיך זייערע מעשיות אין די מאסן קברים אין די אייראפישע וועלדער און פעלדער,  האט א יעדע ליאדע מינוט פון זייערע לעבנס טעג ביזן דערמארדעט ווערן נאך א מעשה פון צענדליגער בלעטער וואס ליגט אויך צוזאמען מיט די הייליגע גופים באגראבן און מער וועלן מיר נישט הערן די מעשיות קיינמאל.
זכור אשר עשה לך עמלק!!!!

און איצטערט צום עיקר ציל פון די תגובה.
מאכט זיך א קרעמעל פון מאנכע מענטשען/חיות וואס זיי ארבעטן אויף קעסט און אין כלים צו פארלייקענען די אטראסיטיס פון אוישוויץ און שרייען מיט טענער וואס ווערן מיט די יארן העכער אז עס האט בכלל נישט פאסירט. לא דובים ולא יער.

רובוש''ע, ווי אזוי קען מען לייקענען היסטאריע ווען מענטשען וואס זענען דארט געווען זענען נאך דא היינט בלויז 80 יאר שפעטער. זיי פארציילן מיט דעטאלן וואס זיי אויף זייער הויט און ביין האבן די אטראסיטיס פאסירט. די מעשיות וואס איין איבער-לעבער פארציילט ווערט קאנפימירט ווען מען רעדט מיט א צווייטער איבער-לעבער אין די ווערטער זענען 100% אוטענטיש אנדעם וואס איין איבער-לעבער זאך בכלל אמאל האבן געטראפן דעם צווייטן איבער לעבער זונט די קריג זו פנה לכרמו אין ארה''ק וזו פנה לזיתו אין ניויארק, זיך צו קענען אפי' אפ-שמיעסן צו פארציילן גענוי אט דעם זעלבן סיפור. ווי אזוי קען אזא זאך פון לייקענען אזאנא פרישע היסטאריע קוים 80 יאר יונג, ווערן אנגענומען בכלל.

אט טאקע די לעצטערע פראגעס זענען דא דעם ציל פון די תגובה.

שוין יארן וואס איך גיי נאך די לייקענערס טעארעטישער סיבה פון לייקענען. און וואס זיי ניצען צו אויפ-ווייזן אז עס איז ליגענט. עס איז מיר פלאי פלאים ווי שוואך זייערע הוכחות זענען אבער נאך אלס איז עס א מאוומענט וואס ווערט מער און מער במשך די יארן ריקען זיך ווייטער פון די היסטאריע. וויפיל צייט מער עס גייט פארביי ווערן זיי זיכערע און זיכערער מיט זייער פאזישאן עס איז א פליכט פאר אונז צו איבער געבן פאר די קומענדיגע דורות וואס עס איז פארגעקומען אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט.

פארזעצונג אי''ה בקרוב ממש וועלן מיר באארבעטן די לייקענונגען פון אוישוויץ/בירקאנאו מיט די טענה פון דאס שולדיגע אורטייל פאר די אומשולדיגע נאציס אפ''ל.
  



Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר