באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסטער"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שעפטאל האט געשריבן: אבער עכ"ז: די אינטלעקטול וועג פון זיך טענה'ן איז - מ'טענה'ט זיך אויף יענעם'ס טענה און נישט אויף יענעם ;)
איך גיי טרייען צו זיין אן אינטעלעקטועלע למדן. אויב קאמעראס אין ביה"כ איז פארשטענדליך אז מ'מעג כדי צו מונע זיין רוחניות'דיגע שאדן, פארוואס דארף דאס זיין א סוד? זאל מען לייגען ביים ביה"כ די זעלבע גרויסע סיינס אזוי ווי אין בית החיים וועגען אריינגיין מיט דורכזיכטיגע שטרימפ וכו'. עפעס אזא לשון "מודעא וואזהרה, די ביה"כ אין די גאנצע בנין ווערט אפגעכאפט 24 א טעג, זייט נישט קיין צוער לשעבר און פארשפארט אייך עגמת נפש, וכו' וכו'...". פארוואס נישט? די גאנצע געדאנק איז דאך אויסגעהאלטן פאר די "וואוילזיין פון די עתיד פון אונזער קינדער.." וואס איז די סוד? זאל מען דאס שרייבן אפען. די חברה ווייסען זייער גוט ווי אזוי צו דערשרעקן די יצר הרע בינינו, פארוואס באהאלטן זיי זיך? ווי איז די לא תגורו?.

זעהט אויס ס'איז א בעד ביזנעס דיסיזשען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17 :lol: )
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שערי יושר האט געשריבן:
שעפטאל האט געשריבן: האט איינער א אנדערע סעלושען?
לערנען חסידישע ספרים
שעפטאל ביסט היינט געבוירן? כאילו נאר אין טוילעט קען מען זינדיגען, הא? עס אזי דא גענוג פלעצער וואס איז נישט תחת בעלות הישיבה....

וואס ער זאל טון? דו שרייבסט אליינס אז די בחורים גייען ליידיג שעות ע''ג שעות און די קעמרא אין טוילעט גייט עס מסדר זיין? וואס ער זאל טון? מאך פאן מיט בחורים שפיל באלל בוי בודקעס, עניטינג, זיי קריעטיוו,
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17 :lol: )
פראבלעם אהין פראבלעם אהער.

ביי מלקות שטייט א פסוק אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ לֹא יֹסִיף פֶּן יֹסִיף לְהַכֹּתוֹ עַל אֵלֶּה מַכָּה רַבָּה וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ, און חז"ל דרש'ענען אויף דעם אז אויב נתקלקל בין ברעי בין במים, פטור, דהיינו אז אויב ס'איז גורם אז דער נידון באנעצט זיך בכל מיני אופנים בשעת מלקות דעמאלט ווערט ער פטור אויפן פלאץ. דאס וואלט געדארפט אויף הייבן אויגן אויפן פלאץ, הלמאי, דא ארבעט מען אויף תיקון הנפש, די בורא האט מזכה געווען א מענטש מיט תיקון מלקות, און דא קומען די חכמים מיט א דרש אוועק צו נעמען דעם תיקון? אלא מאי כבוד בריות שאני. אזוי דא אויך, תקנות אהין תקנות אהער, גארנישט טראמפט כבוד הבריות, קיינמאל נישט. די מושג איז אומדערהערט יהי' מה שיהי'.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

ר' זאב: איך בין מסכים מיט\צו דיר 100 פראצענט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הייליגע קאקאש קעיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פיינער טראכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 9:46 pm

פארמיידן מכשולות

שליחה דורך פיינער טראכטער »

אז די מנהלים פארשטייען אז יעצט לטובת הענין דארף יעצט דעס זיין ןןאס איז די שאלה?
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

פיינער טראכטער האט געשריבן:אז די מנהלים פארשטייען אז יעצט לטובת הענין דארף יעצט דעס זיין ןןאס איז די שאלה?
מעגליך אז זיי מאכן א טעות
תקע בשופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך תקע בשופר »

אין די נייע קלויזענבוירגער שוהל אויף מעין סטריט אין מאנסי איז דא אפאר קעמארעס אין טוילעט
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

שעפטאל האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן: ער האט געמיינט צו זאגן - לפי הבנתי - אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז אריינלייגן א קעמרע אין דיין בעדרום איז נישט קיין אפשען, איז אריינלייגן קעמרע'ס אין טוילעט אויך נישט.
קוק ווי אזוי איך הייב אהן:
שעפטאל האט געשריבן: דערהויבענע אידן וועלן קיינמאל נישט בארעכטיגן קיין ראוית אסורות. [אהן יענעם'ס וויסן...]
איך בארעכטיג עס אויך נישט [מיין דעה מאכט סיי ווי נישט אויס]
וכו'
האט איינער א אנדערע סעלושען?
כ'האב סך הכל ארויפגעברענגט אז זייער סיבה פון די קעמרא (ביז מ'ווערט געוואר מער דעטאלן) איז לכאו' די ציפעדיגע ברענענדיגע פראבלעם פון אינטערנעט אין ישיבות
און כ'בעהט זיך פאר א אנדערע עצה.
---

איר ענדיגט צו
דערהויבענע איד האט געשריבן:להוי ידוע לך אז אויב ס'איז באשערט קען דיין זון אנטרעפן א חבר וואס אן קיין איטערנעט אדער סמארטפאוין טון אלע גוטע זאכן מיט אים, אויסלאכן פון אידישקייט מיט א mp4 אדער אן א גויש'ע תפילין בייטל
אנטשולדיגט, אבער איר גייט מיט דעם באשערט קארטל אנשטאט פון די ביטערע מציאות. יעדער וואס האט א אמת'ע קשר מיט ישיבה (גדולה) בחורים פון 2023 ווייסט אז אינטערנעט איז זייער אנדערש. [אויב ס'איז באשערט קען א מענטש לעבן אונטער די אייסיס און געהארגעט ווערן דורך זיין אייגענע טאטע]
---

איר פיהרט אויס:
דערהויבענע איד האט געשריבן:אויב דיין זון איז געבויט אויף נארמאלע יסודות און ער איז אקעפייט מיט גוטע זאכן גייט ער נישט אנקומען צו זאכן וואס ער וויל נישט, ווייל ער גייט נישט ווילן
תמה אני אויב דו האסט טין עדזשער'ס אין דערהיים. אפאר טעג פון נישט לערנען געשמאק איז מען נישט צופרידן. מ'גלייבט א חבר פון די אייגענע עידזש אסאך מער ווי די עלטערן און מגי"ש
---

אבער איך בין שולדיג אין די קריטיק, ווייל מיינע ווערטער קומען נישט דא אריין. מ'האט געהאנדלט פון די חיה'שקייט פון לייגען א באהאלטענע קעמרא און נישט פון די פראבלעם וואס נאגט א יעדער וואס האט א בחור אינדערהיים!! האט ער געמיינט אז כ'קום בארעכטיגן וואס זיי האבן געטוהן.

אבער עכ"ז: די אינטלעקטועל וועג פון זיך טענה'ן איז - מ'טענה'ט זיך אויף יענעם'ס טענה און נישט אויף יענעם ;)
איך האב זיך נישט גע'טענה'ט, איך גלייב אז אונז האלטן אנדערש, אבער כ'האב געמיינט אויסצושמועסן די נושא.

איך האב געזען אז דו זאגסט אז דו האלסט אויך אז קעמרע'ס אין ביה''כ איז א רעד ליין, סך הכל שמועסט מען אויס די צדדים.

בעפאר מ'ברענגט אראפ א קינד אויפן וועלט דארף מען וויסן אז ס'איז דא א גרויסע טשענס אז ער וועט זינדיגן, ס'דא עבירות וואס לא ימלט אז מ'זאל זיך ארויסדרייען. כן הוא בלשון הרע, וכן הוא בענייני קדושה. זה בכה וזה בכה, הכל לפי מדרגתו.

עפ''י תורה איז 2 בחורים פאטשקענען הארבער ווי קוקן פ***, און מוציא זרע ערגער - לויט אסאך ספרים - ווי קוקן מאווי'ס.

דאס איז חוץ המעשה ווי די ישיבה אינטערעסירט נישט אז א בחור זינקט אין שאול תחתית פון גילט און דעפרעשען, וואס ס'גייט זיי אן בעיקר איז די בחורים זאלן מאכן א גוטע נאמען און נישט זיין צו קלוג. די בחור'ס חיות, פראדאקטיוועטי, ספירטואל וואקסונג, און זיין וואוילזיין גייט זיי אן ווי א הויקער.

דאס אז א טאטע זארגט זיך? אסאך מאל איז עס היי עקספעקטעישענ'ס, אמאל סתם פחד ווי וואס וועט זיין, אמאל דארף מען זיך מוחל זיין די אייגגענע עבירות און מ'פארגעסט אז אזוי גייט די וועלט, און נישט ערווארטן קיין שלימות.

מ'קען ווילן די בעסטע פאר'ן קינד, אבער נישט אז דיין קינד זאל זיין די בעסטע.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

יוש הייליגע וואלווי און עמעזאן

ב--י--ט--ע
ליינט איבער שעפטאל'ס תגובות פארן ענטפערען :D

כ'וועל שרייבען די זיבעטע מאל מיט באקציינער

אונז [כ"ק אדמו"ר משעפטאל] האלטען אויסדריקלעך נישט פון באהאלטענע קעמרא'ס אין ביה"כ!!!

מיר האבען נאר אויסגעשריגען דעם וויי געשריי: וויי אר ווי היר טאדעי - איט'ס עי רעגילער ביזנעס דעי!
די אינטערנעט מאכט חרוב די ישיבות!
מיר דארפן א אנדערע עצה

און די קהל הקודש האבען אויסגעשריגען דעם הייליגע פוי וואס האט זיך אריין געהערט אינעם ביה"כ

לא ליהורא כאתינא אבל דא עיקר: כתיבת ר' שעפטאל אינה כתיבת סתם אלא חושב וסופר ומונה, ועל כל שורה ושורה תלוי תילי תילין של מחשבות קדושות.
זייט די לעצטע 2 וואכן וואס מיר שרייבן דא, זעהן מיר פאר וויכטיג מעורר צו זיין דעם ציבור: גיסט נישט אויס ר' שעפטאל'ס קאווע אהן איבער ליינען אפאר מאל.
ס'איז פיינע אויסגערעכנטע קאווע

ועל זאת אנו חותמים בקריאה קדושה
לא לשים ביצים בביה"כ
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

שליחה דורך די אנדערע זייט »

אפשר איז טאקע כדאי צי מפרסם זיין אלע פאבליק פלעצער וואס לייגן אריין קעמרעס אין ביה''כ כדאי די אידן וואס לעבען פריוואט און זיכען נישט דווקא אז מ'זאל אלעס מיט האלטן זאלן זיין געווארענט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

דערהויבענע איד:
גאר שטארקע פוינט!!!

גראדע איז מיין פערזענדליכע דאגה נישט וועגען די "בושות" פון די גאס וכדו' [איך בין פרייליך אויב מיין זוהן האט א פרייליך לעבן]
נאר וועגען כ'וויל נישט מיינע קינדער זאלן זיך טרעפען אויפן גאס
פשוט פאר זייער עמאצניעלע געזונט

ס'איז שוין אויסגעשריבן געווארען אין א אשכול אז די ריכטיגע חורבן פון אינטערנעט איז: כפירה
און די סוקסעס ראטע פון א דראפ אוט'ס איז גאר נידריג

כ'וואלט עס צוגעצייכענט מיט אזא קוק דא אבער די הייליגע רבי קען זיך נישט אויס מיט די טעכנעלאגיע ווי אזוי עס צו טוהן
מ'וועט בעהטן די חשובע גבאים אויס צו פיהרן דעם דא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די אנדערע זייט האט געשריבן:אפשר איז טאקע כדאי צי מפרסם זיין אלע פאבליק פלעצער וואס לייגן אריין קעמרעס אין ביה''כ כדאי די אידן וואס לעבען פריוואט און זיכען נישט דווקא אז מ'זאל אלעס מיט האלטן זאלן זיין געווארענט
וועיסט אוו טיים. איך האב שוין פון לאנג אפגעמאכט אז חוץ פון מיין אייגענע הויז איז נישטא קיין פריוואטקייט. ווי די גייסט דארפסטי זיין גערישט אז די ווערסט מעגליך אפגעכאפט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:האבן די קעמרעס אפגעכאפט וואס טיט זיך אין פריוואטע בית הכבוד (די טאילעט סיעט) אדער נאר די צימער?
דו ווילסט וויסן די דעגרי צו וואס זיי זענען חזירים...!
ס'איז אפשר נישט קיין חילוק?

ס'דא די צימער וואס פון דארט גייט מען אריין אין די פריוואטע קיוביקעלס לעשות צרכיו. א קעמרא וואס כאפט אפ די צימער צו זעהן טאמער צוויי בחורים גייען אינאיינעם אדער צו זעהן טאמער איינער פארברענגט צופיל צייט דארט, קען מען פארענטפערן (איך האלט עקטיולי אז דאס איז א גוטע זאך, אבער ס'זאל זיין א סיין וואס לאזט דאס וויסן), משא"כ טאמער כאפט ער אפ די טוילעט סיעט איז א צווייטע מעשה אינגאנצן.

וואס איז דא געווען די מעשה?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין כאן לא אינטערנעט ולא ז"ל אבל יש כאן פיגיס וקינדער-פאכערס..
ווען וועלן שוין בחורים און מיידלעך איינזעהן אז די אינסטיטוציעס זענען סתם דא צו פערווען אויף זיי?
און ווען וועלן שוין עלטערן איינזעהן אז מען נוצט זיי סתם דא צו מאכן קינדער ליהנות בהם?
פעך!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

זייער א שיינער אויפגעטראכטע מעשה. אולי? ווער קען בעקען אפ די סטארי?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
Salford
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 5:58 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך Salford »

די פאליציי שווייגט?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די פאליציי קענען געווענליך גארנישט טוהן אויב עלטערן זענען cowards צו קאפערירן.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

דע נארמאלע זאך לכה"פ וואלט געווען אז דער ראש ישיבה מ. ב. וו. זאל ריזיינען. די יודעי דבר ווייסן שוין לאנג אז דער גרויזאמער בעל הסעלעקציע איז אויך געשלאגן מיט מאדנע פעטישע פאנטאזיעס. דארט שטינקט פון קאפ, אין טשעסטער רירט זיך נישט קיינער אן די הסכמה פון דעם דיקטאטור. איך האף נאר אז דאס איז די אנהויב פון זיין עקעלדיגע עקספאושער.טראסט מי קעמערעס אין ביה"כ איז פון זיינע קלענסטע פארברעכענס. ריזיין
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

shem-tov האט געשריבן:דע נארמאלע זאך לכה"פ וואלט געווען אז דער ראש ישיבה מ. ב. וו. זאל ריזיינען.
דאס זעהט שוין אויס ווי א תלמיד.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פלייש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 05, 2023 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך פלייש »

אז איר וועט גוט קוקען, זענען אין אלע גרויסע קהילות אין ניו יורק דא 'אפענע' אויגעלעך געשטעלט אין די דורכגאנג ווי מ'גייט אריין אין די טוילעט שטיבעלעך.

און טאמער זענט איר נאך אנדער עידזש, קען מען אייך איינרעדן אז ס'ארבעט...

בכל אופן, דאס לייגן 'באהאלטענע' קעמערעס, איז שוין א ממה נפשך; ווילסטו אנשרעקן חוטאים, לייג עס אפען.
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

שליחה דורך צפת »

לאו-דוקא.

באהאלטענע קעמערס זענען דא פאר א סיבה. די לייגערס האלטן אז באמת וואלט מען געדארפט לייגן אפענע אין ביה"כ, נאר וויבאלד ס'זענען דא מענטשן וואס וועלן האבן טענות און וועלן דאס נישט פארשטיין, לייגט מען דאס באהאלטן, אז מען זאל דאס נישט באמערקן.

די שאלה איז, ווער קוקט איבער די קעמערעס? - ווער שטייט א שטיק צייט קעגן א קאמפיוטער און קוקט איבער בעיון רב די קעמערעס אין יענעם וואונקל? - ווער איז דער מענטש, איך וואלט אים געדארפט קענען...

מיר האט דערציילט איינע וואס איז אמאל געווען איינגעשטעלט אין איינע פון די גרעסטע קהילות אין אמעריקע (איינע פון די צוויי סאטמאר), און ס'איז געווען די תקופה וואס מען האט אינסטאלירט ווידאו קעמערעס אין די גרויסע מקוה, און מענטשן זענען געקומען מיט טענות, היתכן (ס'איז נאך דעמאלס געווען א נייע זאך), און קהל האט געענטפערט פאר יעדן וואס האט געפרעגט, "ס'קומען פאר מכשולות אין מקוה. דו נעמסט אחריות?" - מיט דעם האט מען שטיל געמאכט יעדן וואס האט געפרעגט.

מפי השמועה שמעתי, אז אין א געוויסע גרויסע קהילה, האט מען גענומען איין שעה פרייטאג, וואס דעמאלס לאזט מען גיין אלע חשודים בעוון אין מקוה. מען זאגט זיי אן אז זיי טארן זיך נישט געפינען אין מקווה נאר בלויז אין יענעם שעה. און דעמאלס זיצט איינער ביי א קעמערע און קוקט נאך די אלע מענטשן אין מקוה וואס זיי טוען, און דערויף איז געמאכט די קעמערעס (איך בין נאך אלס נייגעריג, ווער דער קוקער איז למען השם... איר וואלט אנגענומען אזא דזשאב?).

קען זיין אז קעמערעס אין ביה"כ איז געמאכט פאר די זעלבע סיבה, מען זאגט פאר געוויסע בחורים חשודים אז זיי מעגן גיין אין ביה"כ נאר יענע און יענע שעה, און דעמאלס קוקט דער ראש-ישיבה אינעם קעמערע...

אגב, אין ארץ-ישראל איז געווען א ראש-ישיבה און רב, וואס האט געהאלטן אויפן וועג ארויף צו ווערן זייער גרויס אין די אידישע גאס. מען האט אים געכאפט אונטערלייגן קעמערעס און זיך פארסמאקעווען אויף זיינע תלמידים זייענדיג אין מקוה (עס האט דעמאלס ארויסגעליקט א קליפ ווי ער זיצט ביי זיך אין צימער, קוקט אויף תלמידים אין מקוה, בשעת ער האלט די הענט אויף א געוויסע פלאץ וד"ל). דאס איז געווען די סוף פון זיין קאריער. מען דארף אכטונג געבן.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

איך פארשטיי נישט פארוואס דו וואלסט גענומען דעם דזשאב.
אויב וועסטו זאגן אז דו האסט א פעטיש צו אדם הראשון קודם החטא׳דיגע מענטשן, עס איז איז דא אסאך בעסערע פלעצער דאס צו זעהן. איז עס ווייל דו ווילסט זעהן די מי ומי ההולכים אין די נישט מענטשעהייט דרכים, פארוואס דארפסטו דאס וויסן?[emoji848]
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט