שעפטאל האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:
ער האט געמיינט צו זאגן - לפי הבנתי - אז פונקט ווי דו פארשטייסט אז אריינלייגן א קעמרע אין דיין בעדרום איז נישט קיין אפשען, איז אריינלייגן קעמרע'ס אין טוילעט אויך נישט.
קוק ווי אזוי איך הייב אהן:
שעפטאל האט געשריבן:
דערהויבענע אידן וועלן קיינמאל נישט בארעכטיגן קיין ראוית אסורות. [אהן יענעם'ס וויסן...]
איך בארעכטיג עס אויך נישט [מיין דעה מאכט סיי ווי נישט אויס]
וכו'
האט איינער א אנדערע סעלושען?
כ'האב סך הכל ארויפגעברענגט אז זייער סיבה פון די קעמרא (ביז מ'ווערט געוואר מער דעטאלן) איז לכאו' די ציפעדיגע ברענענדיגע פראבלעם פון אינטערנעט אין ישיבות
און כ'בעהט זיך פאר א אנדערע עצה.
---
איר ענדיגט צו
דערהויבענע איד האט געשריבן:להוי ידוע לך אז אויב ס'איז באשערט קען דיין זון אנטרעפן א חבר וואס אן קיין איטערנעט אדער סמארטפאוין טון אלע גוטע זאכן מיט אים, אויסלאכן פון אידישקייט מיט א mp4 אדער אן א גויש'ע תפילין בייטל
אנטשולדיגט, אבער איר גייט מיט דעם באשערט קארטל אנשטאט פון די ביטערע מציאות. יעדער וואס האט א אמת'ע קשר מיט ישיבה (גדולה) בחורים פון 2023 ווייסט אז אינטערנעט איז זייער אנדערש. [אויב ס'איז באשערט קען א מענטש לעבן אונטער די אייסיס און געהארגעט ווערן דורך זיין אייגענע טאטע]
---
איר פיהרט אויס:
דערהויבענע איד האט געשריבן:אויב דיין זון איז געבויט אויף נארמאלע יסודות און ער איז אקעפייט מיט גוטע זאכן גייט ער נישט אנקומען צו זאכן וואס ער וויל נישט, ווייל ער גייט נישט ווילן
תמה אני אויב דו האסט טין עדזשער'ס אין דערהיים. אפאר טעג פון נישט לערנען געשמאק איז מען נישט צופרידן. מ'גלייבט א חבר פון די אייגענע עידזש אסאך מער ווי די עלטערן און מגי"ש
---
אבער איך בין שולדיג אין די קריטיק, ווייל מיינע ווערטער קומען נישט דא אריין. מ'האט געהאנדלט פון די חיה'שקייט פון לייגען א באהאלטענע קעמרא און נישט פון די פראבלעם וואס נאגט א יעדער וואס האט א בחור אינדערהיים!! האט ער געמיינט אז כ'קום בארעכטיגן וואס זיי האבן געטוהן.
אבער עכ"ז:
די אינטלעקטועל וועג פון זיך טענה'ן איז - מ'טענה'ט זיך אויף יענעם'ס טענה און נישט אויף יענעם
איך האב זיך נישט גע'טענה'ט, איך גלייב אז אונז האלטן אנדערש, אבער כ'האב געמיינט אויסצושמועסן די נושא.
איך האב געזען אז דו זאגסט אז דו האלסט אויך אז קעמרע'ס אין ביה''כ איז א רעד ליין, סך הכל שמועסט מען אויס די צדדים.
בעפאר מ'ברענגט אראפ א קינד אויפן וועלט דארף מען וויסן אז ס'איז דא א גרויסע טשענס אז ער וועט זינדיגן, ס'דא עבירות וואס לא ימלט אז מ'זאל זיך ארויסדרייען. כן הוא בלשון הרע, וכן הוא בענייני קדושה. זה בכה וזה בכה, הכל לפי מדרגתו.
עפ''י תורה איז 2 בחורים פאטשקענען הארבער ווי קוקן פ***, און מוציא זרע ערגער - לויט אסאך ספרים - ווי קוקן מאווי'ס.
דאס איז חוץ המעשה ווי די ישיבה אינטערעסירט נישט אז א בחור זינקט אין שאול תחתית פון גילט און דעפרעשען, וואס ס'גייט זיי אן בעיקר איז די בחורים זאלן מאכן א גוטע נאמען און נישט זיין צו קלוג. די בחור'ס חיות, פראדאקטיוועטי, ספירטואל וואקסונג, און זיין וואוילזיין גייט זיי אן ווי א הויקער.
דאס אז א טאטע זארגט זיך? אסאך מאל איז עס היי עקספעקטעישענ'ס, אמאל סתם פחד ווי וואס וועט זיין, אמאל דארף מען זיך מוחל זיין די אייגגענע עבירות און מ'פארגעסט אז אזוי גייט די וועלט, און נישט ערווארטן קיין שלימות.
מ'קען ווילן די בעסטע פאר'ן קינד, אבער נישט אז דיין קינד זאל זיין די בעסטע.