גאָט רעדט נישט מער- י. פרידמאן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

גאָט רעדט נישט מער- י. פרידמאן

שליחה דורך שאלתיאל »

יעקב פרידמאן (1910-1972) איז געווען א רוזשינער אייניקל, א זון פון האדמו"ר ר' שלום יוסף פון מילניצע. ער האט געדארפט צו ממשיך זיין זיין טאטעס ראביסטעווע אבער האט נישט געוואלט בשום אופן און צוביסלעך אפגענייגט פון חסידות און געגאנגען אויף מער א מאדערנע מהלך (און דערביי זיך מצטרף געווען צו א צאל אנדערע רוזשינע בנש"ק'לך וואס האבן ארויסגעטרויטן פון וועג). ר' יעקב האט געוואונט נאכן קריג אלץ פארמער אין א"י און איז באקאנט געווארן אלץ א פאעט און פראדאקטיווע שרייבער, (צווישן זיינע פאעזיעס און באשרייבונגען האט ער אסאך געשריבן איבער זיינע יונגע יארן און איבער חסידות). די פאלגענדע שטיקל פאעזיע האט מיך זייער געכאפט:


''גאָט רעדט נישט מער
ווי אין די טעג פון חומש,
ער שטראַלט נישט אויף אין פייער-וואלקן,
איבער אונזער דאַך.
אדם און חווה אַנטרינען זענען אין גאָרטן-טיף
פון גאָטס אנטפּלעקטער מראה,
און מיר- לויפן זוכן אים
אין טונקעל פון אַ פאַרמאכטער קנאספ¹....

בּארוועסע טריט פון מלאכים,
קושן נישט מער אונזער שוועל,
ווי אין די טעג פון די אבות.
נאר אונזער בּענקעניש וויינט
נאָך זייערע בלויע פליגל,
וואס שווימען ווי דעטראָנעקענע לבנות,
איבער אַלע טייכן פון דער וועלט....

חצות טוליען מיר די אויערן צום שלאָפנדיקן גראָז,
צו אַ בּוים בלאַט, צו דער הויט פון יונגע פּירות,
מיר זוכן גאָטס שמעקענדיק שווייגן און פּראוון עס טייטשען
מיטן שאָטן פון ערב-ליד...

די אבות געהערט האבן גאָטס רייד,
און מיר דיכטן פארהוילענע לידער,
צו פאַרהילן אונזער נאַקעטע בענקשאַפט נאך גאָטס אָטעם,
וואָס איז שטילער ווי דער דעך² פון געשטערן,
איבער שלאָפענדיקע אזיאריעס³, ווינטערצייט.

וויינט אונזער עלנט און דאס געוויין
איז טונקל-בּלוי,
ווי דער שאטָן פון א טויטע פייגל
איבערן ווייסע שניי פון א געשטאָרבענעם וואלד.

גאָט רעדט נישט מער,
ער איז מיד, קלוג און אַלט:
גאָט גלויבט נישט מער
אין געטליכקייט פון ווערטער...''

1. קנאספ - bud
2. דעך - אטעם
3. אזיערעס- מדבריות?


@שמן למאור דערמאנט מיך פון דיין אשכול באשעפער באווייז זיך צו מיר
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

אָז(י)ערעס זענען ponds
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שאלתיאל: ייש"כ. י. פרידמאן האט א פאעטישע נשמה. דאס ווייזט אויף די גדלות און ספעציעל'קייט פון די ריזשינער/סאדיגורא גזע.

בד"כ (בדרך כלל) האב איך נישט קיין געדולד צו לאנגע פאעטישע שטיקלעך און פזמונים. נאר די וועלכע זענען זייער גוט באנעמען מיך צו די טיפקייט פון מיין נשמה...!
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

וואו קען מען ליינען זיינע זאכן?
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

yatzmachp האט געשריבן:וואו קען מען ליינען זיינע זאכן?
מאך א סירטש אויף yiddishbookcenter.org פאר יעקב פרידמאן
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט