ביסטו אמאל אריבער א סקעם? שרייב פרטים פאר אנדערע

אלעס איבער האנדל וואנדל
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

אישתישבי האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:די סקעם מאכט נישט קיין סענס. כדי צו איינקוסירן שדכנות געלט פון א ריעל עיסטעיט טראנזאקציע פון א קויפער מוז מען אונטערשרייבן א exclusive buyer agreement אן דעם קען מען קיין געלט נישט בעטן ליגאל.


ביסטו זיכער?


מאה אחוז. דא האסטו.
לא באתי לנצח (שולי)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך קלער אז א גרויס חלק פון מענטשהייט פאלן דורך אין סקעמס, וויפיל ווייס איך נישט.
דעי וואס ווערן אפגעבריט ווייל זיי זענען נאיוו, גאלליבעל, נאריש, גרידי, וועלן סיי ווי געכאפט ווערן איין טאג. די שאלה איז נאר ווען און אויף וויפיל. מ'דארף רחמי שמים עס זאל נישט צו שטארק וויי טון.
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: ביסטו אמאל אריבער א סקעם? שרייב פרטים פאר אנדערע

שליחה דורך דיכטער »

אוי בין איך אריבער א סקעם! אדער מער פונקטליך: כמעט א סקעם.

פון מיין זייט האט זיך עס אנגעהויבן ווען איך האב ערהאלטן א סעקסט מעסעדזש אינמיטן ארבעט, - אין דער גרינסטע פרייטאג פארמיטאג וואס קען נאר זיין - פון אמעקס, ענטהאלטענדיג א קאנפערמעישאן קאוד וועלכע איך זאל נוצן צו באשטעטיגן א סעיל אויף אמעזאן פון אומגעפער טויזנט פונט פאר אן אייפעד פרא 12.

גלייך נאכן באקומען דעם טעקסט האט מיך געכאפט א שרעק. איך לאג אריין צו מיין אמעזאן אקאונט און איך זע נישט קיין שום פארדעכטיגטע עקטיוויטעטן. איך האב זויפארט אנגעקלינגען אמעקס וועלכע האבן אן קיין פארזוימונג פארשלאסן דעם קארטל נאכן הערן וואס דא איז געשען.

הארט נאכן אראפלייגן מיט אמעקס קלינג איך אן אין היסטעריע, אמעזאן קאסטאמער סערוויס וועלכע זאגן אז זיי זעען אז איינער האט פרובירט צו קויפן אן אייפעד און צו מיין שוידער לייגט דער אומשולדיגע פאקיסטאנע צו, אז דער האט נאך אנגעיאגט צו באשטעלן עטליכע קלייניקייטן וועלכע מיר האבן זיכער געמאכט צו קענסלען. ער האט מיך געפרעגט צו איך האב באקומען אן אימעיל באשטעטעגנדיג דעם קענסעלעישאן אבער איך קוק אין מיין אימעיל און איך זע גארנישט. נאכן אריינקוקן אין ספאם און גארנישט טרעפן האב איך איהם קלאהרגעשטעלט אז איך באקום נישט קיין שום אימעילס פון זיי. עס איז באשלאסן געווארן אויפן פלאץ צו טוישן דעם אימעיל אדרעס און דאן האב איך ערהאלטן אלע אימעילס אן קיין פראבלעם. איך האב אראפגעלייגט דעם טרייבל נאכן זיכער מאכן אז גארנישט איז למעשה ארויסגעשיקט געווארן צו דעם סקעמער.

נאכן אראפלייגן דעם פאון האב איך געקוקט אין דער מיסט אין מיין אימעיל און איך זע אז אלעס ליגט דארטן. איך בין שנעל אריבער צו די אנשטעלונגען פון מיין דזשימעיל אקאונט און איך בין אויפגעשוידערט געווארן פון וואס איך האב דארטן אנטדעקט. דער האט ארויפגעלייגט א פילטער אויף מיין אימעיל, אלע אימעילס פון אמעזאן און פון אמעריקאן עקספרעס זענען גראד געשיקט געווארן צום מיסט.

איך האב מיך פרובירט צו ברעכן קאפ און אויפקומען מיט א געדאנק וויאזוי דער מאן האט באוויזן צו לייגן זיינע לאפעס אויף מיין אמעזאן עקאונט. פון דארטן האט ער שוין זייער גרינג געהאט צוטריט צו מיין אמעקס קארטל נאכדעם וואס עס איז געווען אינעם טייסטער אין דער אקאונט.

און נאך שווערע איז וויאזוי דער יעניגער האט זיך באוויזן אריין צודרונגען אין מיין דזשימעיל אקאונט, דאס איז ביי מיך נאך א גרויסע תיקו. עס קען אפשר זיין אז עס קומט פון א נאכט פריער וואו איך האב פרובירט צו אקטיוויזירן מיקראסאפט אפיס ”אומלאגאל” און אפשר דער סאפטווער וואס איך האב גענוצט איז געווען אנגעשטעקט? גיי ווייס...

זינט יענער מעשה בין איך ממש אבסעסירט מיט פאסווארטס און אינטערנעט סעקיוריטי וועלכע איך האב אזוי פארנאכלעסיגט און אפגעשפעט ביז דאן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיכטער: איך בין אריבער א סאך א פשוט'ער און איינפאכער "סקעם". אדער כמעט סקעם. וואס אינוואלווד אינגאנצן נישט קיין אינטערנעט אדער קרעדיט קארדס. אמת. די געשיכטע האט זיך אפגעשפיעלט נאך א סאך פאר עמעזאן איז (למזל טוב) געבוירן געווארן.

אין א געוויסע תקופה האב איך געזוכט צו קויפן א גוטע , געניצטע קאר.. איז געווען א היימישער "קאר דילער" צו וועם איך האב גערעדט. ער פרעגט מיך אויס געוויסע פרטים. וואספארא קאר. וועלכע קאליר. און אין וועלכן פרייז רעינדזש.

דער היימישער "דילער" זאגט מיר אז איך זאלל צו גיין צו א געוויסן גאראזש. און דארט וועל איך טרעפן די קאר וואס איך זוך.

איך קום אריין אין דעם גאראזש. דער בעה"ב געט זיך אזא גניבה'שן שמייכל אונטער נאכדעים וואס איך האב איהם געזאגט ווער ס'האט מיך געשיקט. ער זאגט "לייג אראפ דאס געלט 'עסטו האבן די קאר. איך זאג... איך וויל עס צוערשט אויספרובירן. ער זאגט באצאל ערשט און נאכדעים נעם די קאר....! איך האב געמאכט א גרויסן בואי בשלום און ארויסגעגאנגען. שפעטער האביך געהערט פון ' אנדערע מענטשן וועלכע האבן געקויפט א קאר דורך דעם היימישן "דילער" אז זיי האבן פארלוירן א סאך געלט. און נישט געהאט קיין קאר...!
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

אם ב"היימישע" כך ב"גאמטרי" וכדומה עאכו"כ...

וואו, דאס איז א שרעקליכע מעשה. וויאזוי האסטו געהאט דעם קאפ אויפן פלייצער?
פארשפארט