סיי ווער עס שרייבט אין די בלאג סייט'ס ווי ק''ש, איי וועלט אדער סיי וועלעכער אנדערער פובליק דאומעין בלאג שרייבט פאר א סיבה וואס נישט איעדער וואס ליינט פארשטייט על מה ולמה שרייבט דער שרייבער.
נעמט אין באטראכט אז איינער וואס פארמאגט זיין/ איר אייגענער בלאג סייט האט א פינאציעלע אינטערעסע, ווי למשל עד-סענס עדוועטייזער וכ''ו.
דער שרייבער וואס שרייבט לאנגע אשכולות און תגובה'ס אויף די פובליק בלאג סייט האט דאך נישט די מתן שכרו/ה בצידו/ה וואס מאכט אים/איר שרייבען.
יא, די אלע קאמענטעיטארס פון דריי שורות היכי תיתא, זיי ווערען אינגעידזשד אין א געשמאקער כאילו טשעט און פארברענגען איינגענעם די צייט מיטן ליינען געשמאקע ארטיקלען וואס דער כותב האט דעראויף געארבעט שעות אריכות. און מיט איין ווארט א קאמענט איז ער א חלק פון די זאך הוא מותיב, והוא מפרק און מען פארברענגט אנגענעם, געשמאקער אינטערטעינמענט למה לא?
אבער דער ארידזשענעיטאר פון אשכול וואס שרייבט די טויזענטער קערעקטארס וואס איז זיין/איר חלק מכל עמלו/ה?
נאר וויסן זאלט איר דער פותח האשכול האט אן אינלעכער דראנג פון מניק זיין מטובו/ה מער ווי יונק זיין.
אן א יניקה קען ער דאך נישט מניק זיין דער שרייבער/קע וואס לייגט אריין שעות אריכות קען נישט געבען פון זיך וואס ער/זי האט נישט ע''כ מיז דער מחבר/ת אויך יונק זיין.
נאר וואסדזשע דען זיין/איר יניקה וועט זיין אז דער אשכול ווערט א לעבעדיגער אשכול עס טוהט זיך אינעם אשכול. קאמפלימענטן פליען אויפן חשבון פונעם שרייבער/קע. די לינקס מערן זיך ווי שוועמעל נאך א רעגען דאס איז די יניקה פארן שרייבער/קע אזוי קענען זיי ווייטער מניק זיין.
אבער גאט זאל באהיטן אז די שרייבער/קע באקומט א קאלטער אויפנאמע אדער חלילה שפאז אויף זיינע/אירע באשרייבונגען זיין/איר האראוואניע ווערט נישט רעקאגנייזד לפי די כוחות וואס ווערן דערינען אריין געלייגט ווערט ל''ע פארטריקענט דעם דד הדיו און הילד/ה אינני כי לקח אות/ה כח היניקה.
וואס איז דער אינערליכער דראנג און פארוואס דארפן די שרייבערס/קעס וואס מאכן נישט קיין געלט פון זייערע פעדערס די קאמענטארן פון קאמפלימענטן און אינטערעקשאן פון זייערע תגובות און אשכולות.
נא לאמיר זעהן אינטערעקשאן וועלן מיר פרובירן ארום רעדן אפען וואס ווילן מיר פארוואס טוהן מיר דאס און די אלע אויבן דערמאנטע פראגעס.
המשך יבוא בעז''ה בקרוב ממש. דזשאסט א שפריץ א קליינער טעיסט פון א מחשבה אשכול.
הק' לייביש שרייבער
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
פארוואס שרייבט דער פותח האשכול ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
פארוואס שרייבט דער פותח האשכול ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
(הק') לייביששרייבער: דו האסט (ב"ה) אלע מעלות און דו ביסט נאך אן עניו (אנעוו) אויך. און דו ווייסט דערפון.
נאך די אלע הקדמות (נישט צו פארטוישן מיט אקדמות מילין) וועל איך א ביסל ארויסגעבן די הומת לבי והגיון מחשבותיי.
די מענטשן וועלכע שפירן אן אינערליכן דראנג צו שרייבן אויף א בלאג זענען פארשידנארטיג. ווי דער רמב"ם זאגט..."כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהם דומות זו לזו"...!
ס'זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען יונק א סאך און זענען מניק און זוכן מהנה צו זיין אנדערע מענטשן. דאס איז זייער הנאה (רוחנית). נאכדעים איז פארהאן מענטשן וועלכע זענען איינזאם (לאונלי). און דורך שרייבן אויף א בלאג שפירן זיי א קאנעקשן מיט אנדערע מענטשן.
ס'איז אבער פארהאן א דריטע קאטעגאריע אויך. שלעכטע מענטשן. טשעפניאקס וועלכע זוכן וואו אויסצוגעבן זייער רישעות און שלעכטקייט. צי אין ביהמ"ד. אויפ'ן דזשאב (אויב זיי האבן א דזשאב, בכלל). אדער אויף א בלאג.
דא אויף קאוע שטיבל איז (ליידער) אויך דא איינס אדער צוויי פון אט די פארדארבענע פארשוינען (מלשון פרשנדתא, ויזתא, עשרת בני המן). די הנהלה טוט טאקע גאנץ גענוג אין דעם ריכטונג. נאר ס'ברויך געטון צו ווערן א סאך מער. אזעלכע ברואים שפלים ונבזים און מנוולים (תרתי משמע) דארף מען עוקר מן השורש צו זיין. ווייל דאס צושטערט די מנוחה און דאס רואיגקייט און קריעיטיוויטי פון די נארמאלע, גוטע שרייבערס (און ליינערס).
ס'איז אויך פארהאן א פערטע קאטעגאריע. איינער וואס איז פשוט אן איפכא מסתברא. וואס דו וועסט זאגן וועט ער זאגן משה קאפויער. ער האט זיך אזוי צוגעוואוינט פון די ישיבה אלס בחור און אין כולל אלס יונגערמאן און אין ביהמ"ד און מקווה. וואו אימער ס'קאכט זיך נייעס 'עט ער אריינקומען פונ'ם לינקן פעלד. אזוי צו זאגן. מ'דארף דאס קענען טאלערירן. ביז צו א געוויסע מאס...!

- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
ר׳ לייבוש איר ברענגט ארויף גאר אן אינטרעסאנטער סובדזשעקט
איך וואלט געזאגט אפאר סיבות פארוואס א שרייבער זאל וועלן בלאַגן אויף א פארום
אויפמערקזאמקייט - א שעמעדיגער וואס איז שטיל ביי די קופקע און האט נישט ווי צו זאגן זיין חוות דעת איבער ענינים העומדים על הפרק
א שמועסער - ער האט נישט קיין חברים וואס ער שפירט זענען אויף זיין לעוועל וואס קענען פארשטיין זיינע פארצווייגטע מאמרים
מיסטער אנאנים - ער וויל שרייבן וואס ער וויל און נאכאלץ בלייבן אנאנים, קיינער זאל אים נישט פארשרייען
דער עניו - ער קען ארויסברענגען זיינע קענטעניסן אין ענינים און האט נישט די קאמפלעקס איבער ׳ספעלט נישט אויס מזאל וויסן וואס ער ווייסט׳
אן עדיקט - יעדע לייק געבט אים ממש חיות און ער האלט אין איין רעפרעש׳ן צו זען אויב ער האט באקומען נאך
דראמא קווין - ער ענדזשויט אראפצורייסן און זיך טענה׳ן אויף אלע צדדים
די געזונטע וועג איז צו זיין באלאנסירט א געמיש פון אלע סיבות צוזאמען

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ערעב בערל,berlbalaguleh האט געשריבן:(הק') לייביששרייבער: דו האסט (ב"ה) אלע מעלות און דו ביסט נאך אן עניו (אנעוו) אויך. און דו ווייסט דערפון.
נאך די אלע הקדמות (נישט צו פארטוישן מיט אקדמות מילין) וועל איך א ביסל ארויסגעבן די הומת לבי והגיון מחשבותיי.
די מענטשן וועלכע שפירן אן אינערליכן דראנג צו שרייבן אויף א בלאג זענען פארשידנארטיג. ווי דער רמב"ם זאגט..."כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהם דומות זו לזו"...!
ס'זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען יונק א סאך און זענען מניק און זוכן מהנה צו זיין אנדערע מענטשן. דאס איז זייער הנאה (רוחנית). נאכדעים איז פארהאן מענטשן וועלכע זענען איינזאם (לאונלי). און דורך שרייבן אויף א בלאג שפירן זיי א קאנעקשן מיט אנדערע מענטשן.
ס'איז אבער פארהאן א דריטע קאטעגאריע אויך. שלעכטע מענטשן. טשעפניאקס וועלכע זוכן וואו אויסצוגעבן זייער רישעות און שלעכטקייט. צי אין ביהמ"ד. אויפ'ן דזשאב (אויב זיי האבן א דזשאב, בכלל). אדער אויף א בלאג.
דא אויף קאוע שטיבל איז (ליידער) אויך דא איינס אדער צוויי פון אט די פארדארבענע פארשוינען (מלשון פרשנדתא, ויזתא, עשרת בני המן). די הנהלה טוט טאקע גאנץ גענוג אין דעם ריכטונג. נאר ס'ברויך געטון צו ווערן א סאך מער. אזעלכע ברואים שפלים ונבזים און מנוולים (תרתי משמע) דארף מען עוקר מן השורש צו זיין. ווייל דאס צושטערט די מנוחה און דאס רואיגקייט און קריעיטיוויטי פון די נארמאלע, גוטע שרייבערס (און ליינערס).
ס'איז אויך פארהאן א פערטע קאטעגאריע. איינער וואס איז פשוט אן איפכא מסתברא. וואס דו וועסט זאגן וועט ער זאגן משה קאפויער. ער האט זיך אזוי צוגעוואוינט פון די ישיבה אלס בחור און אין כולל אלס יונגערמאן און אין ביהמ"ד און מקווה. וואו אימער ס'קאכט זיך נייעס 'עט ער אריינקומען פונ'ם לינקן פעלד. אזוי צו זאגן. מ'דארף דאס קענען טאלערירן. ביז צו א געוויסע מאס...!
די האסט זייער פיין אראפגעלייגט די פארשידענארטיגע קאטעגאריעס, אבער איך קען נישט אפמאכן אין וועלכע קאטעגאריע די פאלסט אריין. עמיר פראבירן צו בעסער אנאלאזירן דיינע שרייבווערק צו בעסער ארויסהאבן אין וועלכע קאטעגאריע דיך צו פלאצירן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: פארוואס שרייבט דער פותח האשכול ?
קודם פאר דיין הקדמה אליינס האט זיך שוין געלוינט צו שרייבן לאנגע תגובות.berlbalaguleh האט געשריבן:(הק') לייביששרייבער: דו האסט (ב"ה) אלע מעלות און דו ביסט נאך אן עניו (אנעוו) אויך. און דו ווייסט דערפון.
נאך די אלע הקדמות (נישט צו פארטוישן מיט אקדמות מילין) וועל איך א ביסל ארויסגעבן די הומת לבי והגיון מחשבותיי.
די מענטשן וועלכע שפירן אן אינערליכן דראנג צו שרייבן אויף א בלאג זענען פארשידנארטיג. ווי דער רמב"ם זאגט..."כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהם דומות זו לזו"...!
ס'זענען פארהאן מענטשן וועלכע זענען יונק א סאך און זענען מניק און זוכן מהנה צו זיין אנדערע מענטשן. דאס איז זייער הנאה (רוחנית). נאכדעים איז פארהאן מענטשן וועלכע זענען איינזאם (לאונלי). און דורך שרייבן אויף א בלאג שפירן זיי א קאנעקשן מיט אנדערע מענטשן.
ס'איז אבער פארהאן א דריטע קאטעגאריע אויך. שלעכטע מענטשן. טשעפניאקס וועלכע זוכן וואו אויסצוגעבן זייער רישעות און שלעכטקייט. צי אין ביהמ"ד. אויפ'ן דזשאב (אויב זיי האבן א דזשאב, בכלל). אדער אויף א בלאג.
דא אויף קאוע שטיבל איז (ליידער) אויך דא איינס אדער צוויי פון אט די פארדארבענע פארשוינען (מלשון פרשנדתא, ויזתא, עשרת בני המן). די הנהלה טוט טאקע גאנץ גענוג אין דעם ריכטונג. נאר ס'ברויך געטון צו ווערן א סאך מער. אזעלכע ברואים שפלים ונבזים און מנוולים (תרתי משמע) דארף מען עוקר מן השורש צו זיין. ווייל דאס צושטערט די מנוחה און דאס רואיגקייט און קריעיטיוויטי פון די נארמאלע, גוטע שרייבערס (און ליינערס).
ס'איז אויך פארהאן א פערטע קאטעגאריע. איינער וואס איז פשוט אן איפכא מסתברא. וואס דו וועסט זאגן וועט ער זאגן משה קאפויער. ער האט זיך אזוי צוגעוואוינט פון די ישיבה אלס בחור און אין כולל אלס יונגערמאן און אין ביהמ"ד און מקווה. וואו אימער ס'קאכט זיך נייעס 'עט ער אריינקומען פונ'ם לינקן פעלד. אזוי צו זאגן. מ'דארף דאס קענען טאלערירן. ביז צו א געוויסע מאס...!
זעסטו שוין איין סיבה פארוואס א שרייבער שרייבט. עס פעילט פשוט ווער עס זאל עים קאמפלעמענטירן. ווי שוין דערמאנט ערגעץ ווי איך קען זיך נישט דערמאנען פונקט ביי וואס איך האב זיך אויס געדריקט נישט אויסגעפעלט אבער פארט געשמעקט.
אבער דאס אליינס איז א טעמע פאר זיך. ווען די זעהסט א שרייבער וואס שרייבט סתם היסטאריע נישט קיין מיינונגען, נישט קיין רשעות'דיגע געואלדטאטן צו דאס אדער יענץ, אנטקעגען מענטשען וכ''ו האסטו שוין אראפ גענומען אפאר פון די משלים.
שרייבט ער וועגן מיינונגען, קענסטו זאגען אז ער האט מיינונגען שווער צו זאגען אין פובליק שרייבט ער דאס אנאנים.
אבער סתם א אן היסטאריע געמוידזשעכיס וכדו' וואס איז דער געדרענג אין זיך. וואס טרייבט דעם שרייבער.
איך האב נאך נישט דעם ריעון 100%, אבער איך וועב מהלכים און איך מיין אז עס ריכטיג, און תסמור שערות אנוש מיט וואס פארא משוגענע מחשבות עס דרייט זיך מיר אין קאפ דערוועגן. איך דארף עס נאך אביסעל אויס ארבעטן עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
רבותי עס איז צרות
עס איז צרות, צרות ווי א בארג.
איך האב זיך איינגעהאנדעלט א אידישער קי באורד יעצט וועט איר געווארן ווערן (מן הסתם נישט, דארפסט נאך נישט זארגען) וואס מיינט שרייבען מער חחח.
ליצנות אין א זייט. איך טראכט אהער, איך טראכט אהין. די משוגענע מחשבות וואס איך האב דערמאָנט אין די פריערדיגע תגובה איז טאקע אזוי משוגע אז איך איך קען עס נישט צורעכט מאכן. איך קען טאקע נישט דערגיין וואס איז די ריכטיגע סיבה, פארוואס א שרייבער וואס מאכט נישט קיין געלט און באקומט נישט קיין לעגעטימע פאפיולעריטי און ער קען אפי' נישט נעמען קרעדיט פאר זיין ווערק זאל שרייבן לאנגע היסטארישע תגובות.
ממילא תגובות ווי איינער וויל קאפען אנאנעמיס, אדער זיך אפרעדן ווי משה אין האלץ קאמער אויף אן עולה וואס דער אדער יענער האט אים באאוועלט וכדו' פארשטיי איך אבער סתם פאֲקן זיינע ידיעות אן קענען נעמען קיין קרעדיט דערפאר, על מה ולמה.
סתם צו מהנה זיין מענטשען, דאס קען מען טוהן איינ מאל צוויי מאל מיטן נישט באקומען די סעטיספיקאצי פון זיין ארבעט. אבער אנגיין מיט א פלייס אזוי ווי מיר זעהן דא מאנכע טוהן ממש שלא על מנת לקבל פרס איז ממש והאיש משתאי איך פארשטיי דאס נישט.
איך קען נישט זעהן אז א מענטש וואס עס איז לאונלי (לאנווייליג) זאל וועלן אנפילן די צייט מיט שווער ארבעטן אויף אן היסטארישע אשכול מיט גאר לאנגע תגובות סתם צו שטיפן די צייטץ עס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז לאנגווייליגקייט זאל עים ברענגען דוקא די עקטיוויטי.
די איפכא מסתברא'ניקעס איז גראדע גאנץ געשמאק, נאר ווען עס מאכט זיך א געראטשקע ארום דעם. אבער סתם אזוי אז גארנישט מאכט זיך נישט וואס איז אינטערסאנט ?
איך האב זיך איינגעהאנדעלט א אידישער קי באורד יעצט וועט איר געווארן ווערן (מן הסתם נישט, דארפסט נאך נישט זארגען) וואס מיינט שרייבען מער חחח.
ליצנות אין א זייט. איך טראכט אהער, איך טראכט אהין. די משוגענע מחשבות וואס איך האב דערמאָנט אין די פריערדיגע תגובה איז טאקע אזוי משוגע אז איך איך קען עס נישט צורעכט מאכן. איך קען טאקע נישט דערגיין וואס איז די ריכטיגע סיבה, פארוואס א שרייבער וואס מאכט נישט קיין געלט און באקומט נישט קיין לעגעטימע פאפיולעריטי און ער קען אפי' נישט נעמען קרעדיט פאר זיין ווערק זאל שרייבן לאנגע היסטארישע תגובות.
ממילא תגובות ווי איינער וויל קאפען אנאנעמיס, אדער זיך אפרעדן ווי משה אין האלץ קאמער אויף אן עולה וואס דער אדער יענער האט אים באאוועלט וכדו' פארשטיי איך אבער סתם פאֲקן זיינע ידיעות אן קענען נעמען קיין קרעדיט דערפאר, על מה ולמה.
סתם צו מהנה זיין מענטשען, דאס קען מען טוהן איינ מאל צוויי מאל מיטן נישט באקומען די סעטיספיקאצי פון זיין ארבעט. אבער אנגיין מיט א פלייס אזוי ווי מיר זעהן דא מאנכע טוהן ממש שלא על מנת לקבל פרס איז ממש והאיש משתאי איך פארשטיי דאס נישט.
איך קען נישט זעהן אז א מענטש וואס עס איז לאונלי (לאנווייליג) זאל וועלן אנפילן די צייט מיט שווער ארבעטן אויף אן היסטארישע אשכול מיט גאר לאנגע תגובות סתם צו שטיפן די צייטץ עס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז לאנגווייליגקייט זאל עים ברענגען דוקא די עקטיוויטי.
די איפכא מסתברא'ניקעס איז גראדע גאנץ געשמאק, נאר ווען עס מאכט זיך א געראטשקע ארום דעם. אבער סתם אזוי אז גארנישט מאכט זיך נישט וואס איז אינטערסאנט ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייביששרייבער: איינער וואס איז באור'ד. לאנגווייליג, בלע"ז. דער קען נישט שרייבן לאנגע און אינטרעסאנטע ארטיקלען מתחילה. ווייל זיינע ידיעות זענען נישט גענוג ברייט. אילמלא יא, וואלט ער/ זי נישט געווען באור'ד.
אן אינטעליגענטער, געלערנטער מענטש וועלכער האט ברייטע און פארצווייגטע ידיעות איבער פארשידענע עניינים איז קיינמאל נישט באור'ד...!