דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

מורי ורבותי! איך זוך 5,000 פרויען אנטייל צו נעמען אין א שטודיע!!
וועט איר פרעגן מיט וואונדער וואס גייט פאר?! וואס איז פלוצלונג געשען?! לאמיך אייך פארשטיין געבן.
עס פארמערט זיך לעצטנס דעם מאדנע ספעקטאקל, אז עלטערע פרויען למעלה משישים הערן זיך אן געוויסע פרומע האטליינס, זיי ווערן ראדיקאליזירט, און טוען זיך אויס דעם קורצן, באשיידנעם שייטל, און דעקן זיך גענצליך צו דעם אפגעשוירן קאפ, לדאבון כל המשפחה.
אסאך מאל וויל עס די מאן אויך נישט געהעריג, כמעט אלעמאל רעגן זיך די טעכטער און שנירן, אבער היא בשלה, זי קומט געווענליך מיט א 'מופת' ווי זי האט געזען באשיינפערליך ווי די קבלה, אז זי גייט זיך פארשפיצלען, האט איר ממש געראטעוועט אין א געוויסע הינזיכט.
אמאל איז עס א געוואוקס וואס ווערט נעלם, אמאל איז עס א טומער וואס די דאקטוירים ציען צוריק און זאגן אז ס'איז נישט יענע מעשה'דיג, אמאל איז עס אין די הינזיכט פון פרנסה, נחת, יו נעים איט..
צו אזא איינע קענסטו נישט רעדן אדער איבערצייגן אנדערש, ס'טייטש?! זי האט קלאר געזען דעם יד השם! 'די שפיצל האט געראטעוועט'! זי קען זיך שווערן ביי א ספר תורה אז די שפיצל האט עס געמאכט! און אפילו וועסט איר איבערצייגן אז ס'איז לאו דווקא די האר וואס דרייט די עולמות עליונים, קענסטו רעדן צום דופן, אזוי פילט זי און פארטיג, זה מה יש.
און דער אמת איז אז נישט נאר ביים שפיצל ענדיגן זיך די אפענע מופתים, ס'איז אין ממש יעדע הינזיכט פון צניעות ווי פרויען האבן צו פארציילן מעשיות אויף מעשיות - כמעט מער ווי די בעש"ט מאשקע מעשיות, וויאזוי דורכן זיך אונטערנעמען א קבלה אין צניעות האבן זיי געזען פלאים למעלה מדרך הטבע!
איי, קומט מיין אפיקורסישע מוח גלייך מיטן באקאנטע טענה, צו דען זעט מען 'אייביג' אז מען ווערט געהאלפן?? איז דען נישטא פעלער ווי מען נעמט זיך אונטער, מען ווערט ערליכער, מען פארשלייערן זיך אונטער'ן שפיצל, און דאך קען דער מלאך המוות דערקענען וועמען ער זוכט? ער נעמט אוועק די איידעלע פרוי פריצייטיג מיטן אראפגעצויגענעם טיכל איבער די אויערן, און ער דערשרעקט זיך נישט פון איר פרישע אומאנגענעמען אויסזען?!
וועלן די פארגלייבטע באבעס זיך פארשטאפן די אויערן און שרייען, וואס הייסט!! מען זעט דאך אפענע מופתים ביי די זאכן! דאס קען מען נישט אפלייקענען! די פאר געציילטע מאל וואס עס ארבעט נישט איז עס פשוט ווייל די שערי רחמים זענען עפעס געווען הערמאטיש פארשלאסן, מיר פארשטייען נישט אלעס, מיר פרעגן נישט קיין קשיות, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די אלע מאל וואס מען זעט אפענע זאכן.
שטעלט זיך די קשיא, אפשר טוט נישט די צניעות אנגעטועכץ אויף קיין כי הוא זה?! נאר די טבע הדברים איז אז פון טויזנטער מענטשן וואס ווערן קראנק ווערן טייל געזונט, טייל שטארבן, און טייל זעען מורא'דיגע וואונדער הנקרא בלע"ז מיריקלס. דאס געשעט סיי ביי קריסטן, ביי די קאטאליקן, ביי אידן, און פונקט אזוי ביי די אטעאיסטן וואס גלייבן גארנישט!! מעגליך אז די נומערן זענען איבעראל די זעלבע? נאר ביי אונז ווי צענדליגע באבעס נעמען זיך אינטער געוואלדיגע קבלות, און טייל פון זיי ווערן געזונט, שאפט זיך די אלוזיע אז דאס האט צוגעברענגט דאס..! און די וואס ווערן נעבעך נישט געהאלפן, שטארקן זיך מיט אמונה צוליב די מעשיות פון די וואס זענען יא געהאלפן געווארן!!
דער אמת איז, אז דאס גייט פיל ווייטער ווי שפיצלעך אדער צניעות ביי פרויען. ס'איז דא אן א שיעור זאכן וואס מען ווייסט ביי אונז אז 'מען זעט ממש מיט די אייגענע אויגן' מורא'דיגע אפענע וואונדער! יא! היינטיגע צייטן! זאל עס זיין אויספועל'ן ישועות ביי רעב שייע ב"ר משה, ביים ריבניצער, אין מירון א.א.וו. מיר ווייסן אז אפהיטן די אויגן ברענגט א שפע אין פרנסה, זיך אפהיטן בקדושה ברענגט אסאך השפעות אין אלע הינזיכטן, און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער. מען דארף נאר אויפהייבן איינע פון די צענדליגע גליונות וואס וואלגערן זיך ארום אויף די טישן פון ביהמ"ד, און גלייך וועסטו קענען זען אן א שיעור אפענע מעשיות...
רעב מיילעך בידערמאן לאזט אויך נישט נאך, ממש יעדע וואך איז דא פרישע היינטיגע מעשיות וואס מען קען זען דערביי ממש די אפענע יד השם! פון אלע עקן וועלט זעט מען אידן וואס האבן מעשיות יעדן טאג. אבער מיין קשיא בלייבט שטיין, צו איז עס אויף א העכערע פראצענט ווי אין אנדערע פלעצער אזוי אז מען קען קלאר אנדייטן אז די העכערונג פון ישועות ורפואות קומט אדאנק די אלע קבלות טובות, אדער איז עס בלויז אן אחיזת עינים?!
אלזא, מיינע ליבע פריינד, ס'איז נאר דא איין וועג געוואויר צו ווערן! און דאס איז דורך מאכן א געהעריגע סייענטיפישע שטודיע! יא, איר הערט גוט! פונקט ווי מען שטודירט צו זען אויב א מעדעצין העלפט!
איך האף נאך צו קענען שטודירן יעדע סגולה עקסטער, מיר האפן אנצוקומען צו יעדע זאך, אבער ערגעץ מוז מען דאך אנהייבן, האב איך באשלאסן זיך צו נעמען די די ענין פון שפיצלעך צום ערשט.
מיר וועלן נעמען 5,000 פרויען וואס גייען ליידער מיט שייטלעך, מיר וועלן אנטון פאר 2,500 פון זיי שפיצלעך, און דערביי וועלן זיי בעטן "איין געוויסע ספעציפשן זאך" פונעם בורא כל עולמים! יעדן טאג באלד ביים אויפשטיין וועלן זיי בעטן דעם געוויסן זאך. די אנדערע גרופע פון 2,500 פרויען וועלן אויך בעטן יעדן טאג פאר א געוויסע זאך וואס זיי ווילן, אבער זיי וועלן בלייבן מיט זייער טמא'נע שייטל.
נאך 6 חדשים וועלן מיר אדורכגיין אלע פרויען איינס ביי איינס און זען ווער עס איז געהאלפן געווארן, אזוי וועלן מיר קענען זען אויב די שפיצל האט דא צוגעגעבן אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן! מיר וועלן האבן הארטע נומערן פאר זיך, און מיר וועלן קלאר זען אויב עס איז דא א פראצענטואלן העכערונג ביי די שפיצל גרופע!!!
פארשטייט זיך אז אזא שטודיע איז נאר די אנהויב, מען קען גיין ווייטער און ווייטער. אפשר וועט מען טאקע נישט זען ווי די שפיצל טוט עפעס אויף, אבער אפשר האט די תפילה אליין יא אויפגעטון! ביי ביידע אייניג! וועט מען דארפן מאכן נאך א שטודיע פון דאווענערס ווערסעס נישט דאווענערס. א.א.וו.
אויב טרעפט מען יא א העכערונג ביי איין געוויסע גרופע, וועלן מיר פארשטייט זיך מאכן פיל גערעסערע און שטערקערע שטודיעס מיטן אריינעמען אסאך מער מענטשן, א שטייגער ווי די פאזא 3 שטודיעס וואס מען מאכט ביי מעדעצינען וואס נעמען אריין שווערע צענדליגע טויזנטע מענטשן! אזוי אז מיר וועלן קענען זען ממש מיט א זיכערקייט אויב א געוויסע סגולה העלפט טאקע אויף למעשה!!
פארשטייט זיך אויב גייען מיר טרעפן רעזולטאטן פון א שטודיע אז א שפיצל העלפט, אדער אז אן אנדערע סגולה טוט אויף, וועלן מיר דאס פארשפרייטן איבער די גארער וועלט! עס וועט אויפרייסן אין די אלע סייענטיפישע דזשורנאלן! אלע וועלן זיך מוטשענען צו פארשטיין די סייענטיפישער הסבר וואס עס ליגט אינטער די שפיצל אז דאס קען היילן קענסער, איז היות זיי וועלן כמובן נישט טרעפן קיין געהעריגע הסבר, וועלן זיי מוזן אראפלייגן זייער מייקראסקאפן, און הויעך אויסשרייען אינאיינעם, "השם הוא האלוקים"! ס'וועט זיין אזא מורא'דיגע קידוש השם! עס וועט מקויים ווערן די פסוק 'ומלא הארץ דעה את השם כמים לים מכסים'! די גאנצע וועלט וועט ענדליך איינזען אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט!
כ'קען שוין קוים ווארטן!! לכאורה וועל איך קריגן פאר דעם דער קומענדיגן נובעל פרייז געווינס!! בלויז די געדאנק דערפון מאכט מיר שוין אן ארגאזום. מיר וועלן שוין ענדליך וויסן אויב די אלע זאכן וואס מיר זענען אזוי ביזי מיט, וואס מיר דרייען אונזער לעבן ארום זיי, וואס מיר נעמען זיך אינטער בעת צרה, אדער סתם אין א הייליגן מאמענט, צו זענען די אלע סגולות וואס מיר גלייבן דערינען טאקע זאכן וואס האבן האפט, אדער איז דאס אלעס סתם פוסטע דמיונות ארויסגעבלאזן גראד פונעם עולם הדמיון ארויס.
ווער וויל זיך משתתף זיין אינעם געוואלדיגן הייליגן 'קידוש השם שטודיע' זאל מיר לאזן וויסן אין אישי! ויה"ר שחפץ השם בידינו יצליח.

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמן למאור: ייש"כ. ערשטנס. איך בין נישט קיין עלטערע פרוי. (איך זאג א יעדן אינדערפריה די ברכה פון שלא עשני אישה.). איך ווינטש דיר א סאך הצלחה מיט דיין שווערע ארבעט פון מאכן דעם דאבל בליינד סטאדי/סוירוועי. איך האב געקענט (בלשון עבר) אן ערליכע פרוי. זי איז געגאנגען א געהעריגע נארמאלע שייטל. איין טאג האט איהר די דאקטער נעבעך דייעגנאוז'ד מיט יענע מחלה, ל"ע. זי איז געווארן זייער פרום און אנגעטון א שפיצל. און געדאוונט זייער ערליך 3 מאל א טאג. זי איז ליידער נפטר געווארן בבוא הזמן...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!
זייער א שטארקע איידיע. איך טראכט שוין דערפון א לאנגע צייט, נישט דוקא בנוגע שפיצלעך, נאר בענין תהלים( איינרייסן...), קוויטלעך, קברי צדיקים, רבי מתיא בן חרש, וכו וכו.
איך זעה נישט פארוואס דו דארפסט יעצט טרעפן 2500 פרויען וואס זאלן זיך אנטון שפיצלעך, וואס איז כמובן דאמירן בעלמא. די שטודיע איז נישט שווער צי דורכפירן. זיך אויף וויפיל דו קענסט וואס האבן זיך שוין געטוישט, און שטעל צי די ישועה סוקסעס רעיט צי נישט באשפיצעלטע. איך קען דיך צושטעלן די ערשטע: מיין [זייער נאנטע מענטש] האט זיך געפערליך געמוטשעט מיט שידוכים און זי איז געהאלפן געווארן מיט זייער גוטע שידוכים למעלה מן המשוער. אה, און ניין, זי האט זיך גארנישט געטוישט די לבוש.
איך מיין איך ווייס שוין פארויס וואס די אויסקום וועט זיין. און ליידער איז דאס איינע פון די זאכן וואס האבן שטארק משפיע געווען אויף מיין רוחניות.
דרך אגב, וועם גייט אהן וואס 60 יעריגע פרויען טוען אהן אויפן קאפ? [emoji1]

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
די זאכן זענען Contagious און זענען און א שטארקע סכנה פון קענען ווערן שנעל איבערגעכאפט פון עלטערע צו יונגערע, ספעציעל ביי פרויען! חז"ל האבן אונז שוין אויסגעלערנט מרבה נשים מרבה "כשפים". אינעם היינטיגן שפראך מיינט דאס "סגולות".טמיר האט געשריבן: דרך אגב, וועם גייט אהן וואס 60 יעריגע פרויען טוען אהן אויפן קאפ? [emoji1]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
@שמן למאור
אז דו מאכסט שוין יא אזא שטודיע, מאך שוין אויך וועגן פרויען וואס שערן זיך אויף א קוואדרופעל זירא פאר זיי גייען אין מקוה, ווערסעס פרויען וואס לאזן זיך דייקא וואקסן די האר שיין ווי ס'פאסט פאר א אידישע פרוי.
כ'ווייס שוין וואס די רעזולטאטן גייען זיין, כ'קען דיר עס אריינלייגן אין א פארזיגעלטן קאנווערט, און וועסט עס ארויסנעמען נאכ'ן באקוקן די רעזולטאטן.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 10:47 am
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
מקען סתם אזוי מאכן א שטודיע פון פרויען מיט שפיצלעך און שייטלעך און זעהן ווער סהאט ווייניגער צרות…
אויף תפילה אליינס צו סהעלפט איז שוין געווען אזעלכע שטודיעס:
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Efficac ... n%20effect.

- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!
עם עקש תתפתל. די קענסט נישט געוואונען קורץ קעפיגקייט מיט סייענטיפישע ראיות. די קענסט פרובירן צו מחנך זיין די(ינע) קומענדיגע דורות צו זיין מער אימיונד פון נאנסענס.
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 21, 2023 1:53 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
בגשמיות איז גארנישט אנדערש. איין דשעף בעיזאיז האט מצליח געווען אין עמיזאן אין אין יעדע בית מדרש איז דא איין אינגערמאן וואס האט מצליח געווען דארט אין יעדער מאכט איהם נאך אין שווערט ביי א ספר תורה אז עמיזאן איז א גאלד גרוב. איז דען די גשמיותדיגע השתדלת בדוק ומנוסה? נייןשמן למאור האט געשריבן:.
אז א פרוי טוט א פעולה אין צניעות, אויב זי מיינט עס ערענסט צו ווערען נענטער צום אייבערשטער אין פארשטייט זיך מיט די מאן איז מסכם איז עס טייער אין הייליג. אבער סתם צומאכען שארטקאטס אין מאכן דיעלס מיט די אייבערשטער ארבעט נישט.
אגב רוב פרויען טויען דאס מיט א מורא'דיגע תמימות.
צום ביישפיל די קדושת לוי סטעטוס וואס גייט ארום חנוכה אז יעדע נאכט חנוכה קען מען דאווענען (וויינען?) פאר א אנדערע בקשה וואס האט נישט קיין שום מקור.
אבער די תמימות פון די פרויען האבן דעס זייער ליב אין סמאכט זיי נענטער צום אייבערשטער. פאקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
אינטערסאנט ווי סיי דא אויף קאווע שטיבל ווייסט מען שוין די ריזאלטס און סיי אין ביהמד ווייסט מען שוין די ריזאלטס, איך מיין דו דארפסט נישט מאכן דעי שטודיע, איך מיין @שמן אז דו ביסט די איינציגער וואס איז נאך אנדיסיידעד....
איך האב אמאל געהערט אז עס איז דא עפעס אזא ווארט פונעם גרא אז די באשעפער מאכט נישט היינט קיין אפענע ניסים און אויב פרובירט מען צו מגלה צו זיין די באהאלטענע ניסים מאכט די באשעפער נישט די נס, דהיינו אפילו אויב שפיצלעך ארבעטן געווענליך וועט עס אויפהערן צו ארבעטן איינמאל מען פעקט טשעקט עס...

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
א מין כפירה. מ'זעט בחוש ווי די פרויען וואס טוען אן שפיצלעך און זענען דערנאך מתפלל אז זייערע טעכטער זאלן אנגענומען ווערן אין סקול ווערן זייער תפילות סאך שנעלער געענטפערט ווערסוס די פרויען מיט שייטלעך...
___
וואס אן אמת איז אבער, אז דאס עצם אנטון א שפיצל ביי די זעכציג איז קיין פראבלעם בכלל. זאגסט אז די טעכטער און שנירן רעגן זיך, מילא איז וואס? ווען די פרומע מוטער רעגט זיך אויף איר טאכטערס 'מאדערנע' שייטל גיבסטו אויך רעכט דעם מאמע'ן ווייל זי "רעגט זיך"?
נאר אי קשיא איז עס אויף דעם גאנצן מופתים-סגולות-ישועות געים, וואס איז טאקע געווען פאר ביז 30-40 יאר צוריק בעיקר ביי די פרויען און פרענקן אבער היינטיגע חסידישע יונגעלייט האבן זיך נישט וואס צו שעמען בכלל פאר די ווייבער און ספרדים, אויב זענען די פרויען ביזי מיט חלה און צניעות וחוזר חלילה צווישן זייערע צוויי דריי זאכן האבן היינט יונגעלייט ריזיגע ליסטעס פון סגולות קברים ענינים משפיעים און שתותים למיניהם אין וואס זיי כאפן זיך אן ווי א שיכור אינעם טראפ.
אלזא מאך איך א שטודיע פון 2500 יונגעלייט וואס דערמאנען נישט ר' שייע ברבי משה אויפן ליפן ווי גרויס די יאר איז, ווס. 2500 וואס זענען א 'איש קערעסטיר', פארן צום יארצייט, צינדן ליכט יעדן טאג לע''נ, הענגן בילדער פונעם צדיק אין זייערע אפיסעס וכו'. לאמיר זעהן וועמענס פרנסה שיינט מער.
די פרויען לאז צורוה, זיי זענען אוחז באומנות אמותיהם פון לאנגע דורות.
אונז זענען דיע וואס ווערן משוגע.

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
גראדע האב איך געדארפט א ישועה
כ'האב שנעל געקויפט א סמארטפאין
אריין צו סקולענער רבי זי"ע
צוגעזאגט עס ארויסצו-ווארפען
כ'האב געזעהן א ישועה גדולה
הבטחתי לפרסם..
מ'קען צולייגען צו שמן'ס שטודיע
א ליסט פון מענטשען וואס האבן באקומען א הבטחה פונעם הייליגען ריבניצער און זיי ווארטען נאך [דער וואס דארף צו זיין אויס בלינד, איינער וואס די ריבניצער האט עם צוגעזאגט דו וועסט נאך האבן פעלדער און וועלדער! ער קען ניטאמאל קאווערען זיין רענט.. (כ'קען עם ביים נאמען)]
וכן הגר"ח קנייבסקי [כ'קען פערזענדליך א איד וואס האט געבוירן א נישט געזונט קינד, (ער ווייזט מיך א פיקטשער ווי זיין ווייב האלט דאס קינד אן פארענט פון ר' חיים) ר' חיים האט געזאגט קלארע דיבורים: זי איז נארמאל!
און זי איז שוין היינט צו טאג'ס 13 זי איז נאכאלס א געהעריגע דאין מיט אלע פירושים. א איד וואס האט נישט געהאט שלום בית און ר' חיים האט עם געהייסען לערנען פרק השלום פאר שלום בית, און ער איז שוין גע'גט ב"ה. איינער וואס האט געהאט יענע מחלה אין די פיס, ר' חיים האט עם געזאגט צו לערענן פרק כיצד הרגל, ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעהיילט, ער לעבט שוין נעבעך נישט]
מיין חבר טוהט כמעט יעדע סגולה און קבר אויף די וועלט, ער האט נאכנישט געזעהן קיין שום שינוי לטובה, אבער פארשטייט זיך אהן די סגולות וואלט אוואדע געוועהן אסאך ערגער..

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך ווייס נישט פארוואס דו מוזט קוואטן שמן'ס ענטייער תגובה. ס'איז מסתמא נישט עפעס אנדערש נאר ווי דאס אז דו ביסט פלעין פויל און דו קעירסט נישט פאר קאווע שטיבל'ס האוסטינג קאָסט.יאנעשאלמע האט געשריבן: בגשמיות איז גארנישט אנדערש. איין דשעף בעיזאיז האט מצליח געווען אין עמיזאן אין אין יעדע בית מדרש איז דא איין אינגערמאן וואס האט מצליח געווען דארט אין יעדער מאכט איהם נאך אין שווערט ביי א ספר תורה אז עמיזאן איז א גאלד גרוב. איז דען די גשמיותדיגע השתדלת בדוק ומנוסה? ניין
אז א פרוי טוט א פעולה אין צניעות, אויב זי מיינט עס ערענסט צו ווערען נענטער צום אייבערשטער אין פארשטייט זיך מיט די מאן איז מסכם איז עס טייער אין הייליג. אבער סתם צומאכען שארטקאטס אין מאכן דיעלס מיט די אייבערשטער ארבעט נישט.
אגב רוב פרויען טויען דאס מיט א מורא'דיגע תמימות.
לעצם תגובתך: ס'קוקט אויס ווי דו ביסט מודה אז חוץ אפאר געציילטע (דז'עף בעזאס) העלפט עס טאקע באמת נישט פאר רוב ציבור - דאס זיך איבערטוישן צו א שפיצל און אז דער עיקר איז די תמימות און גוטע כוונה מיט וואס מען טוט עס.
אלזא, וואס איז א חילוק דען צו מען טוישט זיך צו א שפיצל צו געפעלן דעם באשעפער ווייל מען גלייבט אז ער וויל צניעות און דאס איז צניעות, צו מען טוישט זיך פון א שפיצל צו א שייטל ווידער צו געפעלן דעם באשעפער ווייל מען גלייבט אז ער וויל אהבה בין אישה לבעלה און דאס פארמערט אטראַקשען? אזוי לאנג ווי זי טוהט דאס מיט תמימות?
נאכמער, אויב די 250 פרויען וועלן עס טוהן מיט די כוונה לקדש שם שמים זיין און מיט א תמימות, וועלן אפילו די 250 וואס טראגן נישט דעם שייטל כאטש נישט שאדן האבן ווייל זיי מיינען אויך לשם שמים, נישט אזוי?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
איך זאג אזוי, איינער וואס איז א געזונטער פיקח און טעראפיסט זאל עפענען א ביזנעס אוואו ער איז מבטיח יעדער וואס קומט צו אים מיט אן איינגעוואוינטע סגולה, וועט ער אים העלפן זיך אויסהיילן און אפגעוויינען זיך דערפון, און אזוי ארום פארגרעסערן די שאנסן צו ברענגען דייקא די ישועה וואס די סגולה האט געזאלט גאאראנטירן, און דאס איז דורכן עצה'ן די מענטש א ריכטיגע מהלך ווי אזוי צו דיעלן מיט די צרה אדער מחסור און העלפן יענעם צוריק פארדינען די פארשווענדעטע צייט און עפפארט וואס ער קען אצינד אינוועסטירן אין מער זאכליכע השתדלותער צו קריגן א ישועה.
פרעפערבלי איינער וואס איז ר' מיילעך'ס אן אייניקל, ר' שמעון'ס א חאלאקע קינד, ר' נחמן'ס א זיבן יעריגס אדער רעב שייע'ס א געסטעיפּלטער.
פרעפערבלי איינער וואס איז ר' מיילעך'ס אן אייניקל, ר' שמעון'ס א חאלאקע קינד, ר' נחמן'ס א זיבן יעריגס אדער רעב שייע'ס א געסטעיפּלטער.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
א אויפטוה האבן די סגולות, יענע 40 טעג וכדו' שפירט מען זיך ראיג
אבער ס'איז נישט ווערד פאר די אנטויש'ונג..
נאך א אויפטוה
מ'האט קאנפידענס און ענערגיע צו טוהן
מ'ווערט נישט אזוי פארלוירען פון דורכפעלער - ס'מיז זיין אז ס'גייט זיין גוט, מיין באליבטע ר' שייעלע ארבעט פאר מיך וכדו'
----
גראדע אונז כ"ק אדמו"ר משעפטאל געבען א הבטחה א קלארע:
יעדער וואס וועט אונז געבען א לייק, וועט זעהן א שינוי לטובה ביז די קומעדיגע 3 חדשים
[די וועלט האלט זיך אין איין טוישן, ס'איז דא גרויסע טשענסעס אז דו וועסט זעהן א שינוי לטובה אין עפעס א הינזיכט. אויב נישט וועסטו שוין לאנג פארגעסן פון דעם הייליגען הבטחה]
דא רזא דברכתו דר' נחמן בידערמאן: וועסט א חתן ווערען ביז 3 חדשים
אבער ס'איז נישט ווערד פאר די אנטויש'ונג..
נאך א אויפטוה
מ'האט קאנפידענס און ענערגיע צו טוהן
מ'ווערט נישט אזוי פארלוירען פון דורכפעלער - ס'מיז זיין אז ס'גייט זיין גוט, מיין באליבטע ר' שייעלע ארבעט פאר מיך וכדו'
----
גראדע אונז כ"ק אדמו"ר משעפטאל געבען א הבטחה א קלארע:
יעדער וואס וועט אונז געבען א לייק, וועט זעהן א שינוי לטובה ביז די קומעדיגע 3 חדשים
[די וועלט האלט זיך אין איין טוישן, ס'איז דא גרויסע טשענסעס אז דו וועסט זעהן א שינוי לטובה אין עפעס א הינזיכט. אויב נישט וועסטו שוין לאנג פארגעסן פון דעם הייליגען הבטחה]
דא רזא דברכתו דר' נחמן בידערמאן: וועסט א חתן ווערען ביז 3 חדשים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ווען ס'איז איינער וועמען דו קענסט, ווער רעדט נאך א מאמע אדער באבע, גייט עס דיר דיר שוין איינמאל אן.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די זאכן זענען Contagious און זענען און א שטארקע סכנה פון קענען ווערן שנעל איבערגעכאפט פון עלטערע צו יונגערע, ספעציעל ביי פרויען! חז"ל האבן אונז שוין אויסגעלערנט מרבה נשים מרבה "כשפים". אינעם היינטיגן שפראך מיינט דאס "סגולות".טמיר האט געשריבן: דרך אגב, וועם גייט אהן וואס 60 יעריגע פרויען טוען אהן אויפן קאפ? [emoji1]
איך האב לעצטנס מיטגעהאלטן אפאר אזעלכע מעשיות, און דאס האט מיר געברענגט צו שרייבן דעם אשכול.
איך האב מיטגעהאלטן ווי אן עלטערע פרוי וואס האט זיך געטוישט צו א שפיצל נאכן צוזאגן אז אויב עפעס א געוואוקס וועט אוועקגיין וכ' וכ' און למעשה איז טאקע די געוואוקס אוועקגעגאנגען! די טעכטער האבן זיך געפערליך גערעגט, איר מאן האט עס נישט געוואלט, אבער ס'נישט געווען צו וועמען צו רעדן.
למעשה האבן זיך דריי פון די פרוי'ס שוועסטערס מיטגעכאפט אויפן הייליגן באן (אויך אלע מיט טעכטער וואס האבן אלע געקרימט מיט די נאז) און אויך געטוישט צו שפיצלעך, פשוט נאכן 'איינזען' די געוואלדיגע כוח וואס עס האט! בלויז צו שאפן א נחת רוח פארן באשעפער... צוויי שוועסטערס האבן זיך דווקא נישט געטוישט, איינער ווייל זי האט געלאכט פון די גאנצע זאך, און די אנדערע האט עס מסביר געווען מיט זייער א גוטע סברא.. נעמליך, אויב טוישט זי יעצט, און שפעטער קומט א געוואוקס, מיט וואס וועט זי אפקויפן די באשעפער דעמאלטס?! ענדערש זאל זי ווארטן און ניצן די וואפן פאר ווען מען דארף עס...
ווען די עלטערע פרוי טוט עס ווען פאר א מטרה ווייל זי האלט אז אזוי זעט זי אויס שיין, איז איין זאך. אבער דא טוט זי עס דאך נאר ווייל עס העלפט... נו אויב העלפט עס באמת נישט איז דאך עס ממש א שאד...מתבודד האט געשריבן: וואס אן אמת איז אבער, אז דאס עצם אנטון א שפיצל ביי די זעכציג איז קיין פראבלעם בכלל. זאגסט אז די טעכטער און שנירן רעגן זיך, מילא איז וואס? ווען די פרומע מוטער רעגט זיך אויף איר טאכטערס 'מאדערנע' שייטל גיבסטו אויך רעכט דעם מאמע'ן ווייל זי "רעגט זיך"?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אוי וויי...לשם יחוד האט געשריבן:מקען סתם אזוי מאכן א שטודיע פון פרויען מיט שפיצלעך און שייטלעך און זעהן ווער סהאט ווייניגער צרות…
אויף תפילה אליינס צו סהעלפט איז שוין געווען אזעלכע שטודיעס:
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Efficac ... n%20effect.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!
טוהענדיג אביסל אין שידוכים, קען איך א טאטע וואס האט א עלטערע מיידל פיר און צוואנציג יאר און ער מאכט ניטאמאל די מינימאלע השתדלות פאר א שידוך, ער גייט נישט צום ריבניצער, ער פארט נישט קיין קערעסטיר, ער צינד נישט ליכט לע"נ צדיקים, און אפילו א סובסקריבשאן ביי תהלים כולל אדער ביי מכון עיני ישועה האט ער נישט.
גראדע הערט ער אויס שידוכים, ער נעמט זייער ערנסט יעדע פארשלאג, ער קאלט ארום פאר אינפראמעישן, ער שיקט כסדר געלט פאר שדכנים. און די איבעריגע פארלאזט ער זיך אויף עפעס וואס ער ריפט זיין באשעפער ער בעהט עם אזוי פאני פאר א שידוך. אבער קיין השתדלות טוט ער נישט

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@שמן למאור
אז דו מאכסט שוין יא אזא שטודיע, מאך שוין אויך וועגן פרויען וואס שערן זיך אויף א קוואדרופעל זירא פאר זיי גייען אין מקוה, ווערסעס פרויען וואס לאזן זיך דייקא וואקסן די האר שיין ווי ס'פאסט פאר א אידישע פרוי.
כ'ווייס שוין וואס די רעזולטאטן גייען זיין, כ'קען דיר עס אריינלייגן אין א פארזיגעלטן קאנווערט, און וועסט עס ארויסנעמען נאכ'ן באקוקן די רעזולטאטן.
דו שטודיע איז אויסדריקליך אויף זאכן וואס מיר טוען כדי צו זען רעזולטאטן דא אויפן עולם הזה. נישט אויף זאכן וואס מיר טוען פאר קולטורישע סיבות, און אויך נישט אויף זאכן וואס מיר ערווארטן די שכר ערשט אויף יענע וועלט. (אויף דעם האט שוין @רביה"ק געזאגט הרוצה לשקר ירחיק עדותו... אפ"ל..)גאלדמאן האט געשריבן:גרינגער צו מאכען די ארבייט איז בעט 10 מענער בעט זיי זאלן טוישן צו ברייטערע הויזן.
רוב פרויען שערן זיך נישט כדי צו זען עפעס גינצטיגע רעזולטאטן. ס'כמעט נישטא קיין פרויען וואס די מאמע שערט זיך נישט און זי הייבט זיך אן צו שערן כדי צו געהאלפן ווערן מיט וואטעווער. רוב טוען עס ווייל ס'איז א חלק פון די קולטור, אדער ווייל זיי זענען געצווינגען, סך הכל איז דא וואס ערווארטן שכר אויף דעם בעולם הבא, אבער אויף די וועלט האב איך נאכנישט געהערט.
אזוי אויך ברייטע ביבער היטן טוען זיך אן די וואס ווילן זיך שפירן רעביש, זיי אליין ווייסן אויך אז דאס וועט זיי נישט אויסהיילן פון קיין קרענק, אויב עפעס ברענגט עס נאר פרישע קרענק...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קען זיין אז ער איז גאר שטארק געשלאגן אין אמונה (לייען: פוילקייט) און ער האלט בשיטה אז "ביי שידוכים פארלאזט מען זיך אינגאנצן אויפן אויבערשטן" און עס פעלט ניטאמאל אויס צו ריפן א שדכן...שערי יושר האט געשריבן:טוהענדיג אביסל אין שידוכים, קען איך א טאטע וואס האט א עלטערע מיידל פיר און צוואנציג יאר און ער מאכט ניטאמאל די מינימאלע השתדלות פאר א שידוך, ער גייט נישט צום ריבניצער, ער פארט נישט קיין קערעסטיר, ער צינד נישט ליכט לע"נ צדיקים, און אפילו א סובסקריבשאן ביי תהלים כולל אדער ביי מכון עיני ישועה האט ער נישט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
אויב מעג איך ליפטערן א מעגליך טיפערע געדאנק אויף די נושא:
בדרך כלל בין איך נוטה צו מחזק זיין די פאזיציע פון פרויען זעלבסטשטענדיקייט אין לימוד התורה און אין יהדות בכלל, דהיינו - פרויען זאלן האבן א שטערקערע אינוואלוומענט אין אידישקייט עניינים און נישט זיין טאטאל אומוויסנד און אנגעהאנגען אויף אנדערע. נאר וואס דען, עס פעלט זיך קודם אויס ארויסצונעמען די פרויען פון די קולטור פון איגנעראנץ און אבסאלאטע תמימות. אזוי ווי מען זעהט, די אלע האטליינס וכדו' וואס ווערן געפירט ביי געוויסע רבניות למיניהם פירן די פרויען אין אומרעאליסטישע מקומות און צו אמונות טפלות וד''ל. דערפאר, אויב די יהדות החרדות איז נישט גרייט צו עדיוקעיטן די פרויען מלכתחילה אויף א העכערע ניווא ווען עס קומט צו אידישקייט, דאן זאלן זיי בלויז זיין אנגעהאנגען אויף זייערע מענער און נישט פרובירן אליינס צו דרייען א קאשע. נאכאמאל: לדעתי זאלן פרויען יא זיין מער אינוואלווד אין אידישקייט און האבן א equal כוח צו די מענער. אבער אויב איז מען נישט גרייט זיי צו געבען די כלים דערויף לכתחילה, שאפט דאס די אויבערדעמאנטע מציאות פון פרויען וואס ווערן איבערגענימען גאר שנעל פון כל מיני הבטחות און גלויבונגען.
(וויכטיג צו דערמאנען: אזוי ווי מאנכע האבן שוין דערמאנט, די מענער האבן אויך זייער fair share אין די סארט עניינים, רעבשייעבערעבמוישע וכדו'. אבער עס איז נישט אזוי שטארק ווען עס קומט אויף למעשה צו מאכן דראסטישע טוישונגען אין לעבן לשם פרומקייט, אזוי ווי עס איז ביי די פרויען).
Just a thought...