ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון רביה"ק
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

דאס איז אן ענטפער אויף דיעס אשכול מיט א תגובה פון מי אני
לעגענדע פארציילט אזא מעשה, געוועהן אמאל א אידל וואס איז האט זיך געטראפן פארוויילן דעם שבת אין א פארשטופטן שטעטל, און די שבת איז גראדע דורכגעגאנגען זייער שיין. מוצאי שבת צו מעריב קומט דער איד אריין אין שוהל מיט זיין גאסטגעבער און ס'הייבט זיך אן א געפעכט, א חלק עולם שרייט אז דער מנהג איז מוצאי שבת אנצופאנגען פון והוא רחום, אן אנדערע חלק עולם שרייבט אז דער מנהג איז אלץ געוועהן אנצופאנגען פון שיר המעלות, די קולות ווערן העכער און העכער, ס'גייט נישט אדורך אפאר מינוט און שטענדערס פליען, הענט פראסקענען, מיילער שרייען, הקיצור, די גאנצע שוהל איז באשעפטיגט אין א גרויסעארטיגע קריג. גיבט זיך אונזער אידל א דריי אויס צו זיין גאסטגעבער און גיבט איהם א פרעג אזוי, "איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, וואס האט מען געטוהן לעצטע וואך און די וואך בעפאר? ווען פונקטליך און וויאזוי האט מען פון איין וואך אויפ'ן אנדערן פארגעסן די מנהג?" ענטפערט איהם יענער "דאס איז טאקע געוועהן אונזער מנהג מקדמת דנא, אז מ'שלאגט זיך וואס איז דער מנהג, דאס האט מען געטוהן לעצטע וואך, און די וואך בעפאר, ביז'ן טאג פונעם גרינדונג פון די קהילה..."
לעניננו, ס'קומט ל"ג בעומר און ס'טוט זיך א געטומל, זיצן א קבוצה אידן און מאכן א מנגל לכבוד בר כוכבא, א צווייטע קבוצה אידן שטייען ארום א פייער און טאנצן פאר פרייד לכבוד רבי שמעון. פארט א איד זיך משתטח זיין ביים ציון הקדוש אין מירון, קומט א צווייטער און שרייט אז מ'טאר נישט גיין ווייל ס'איז דורש אל המתים, א דריטער קוויטשעט אז ס'בכלל נישט דא וואס צו פארן קיין מירון ווייל ס'איז ניטאמאל די יארצייט פון רשב"י… פאר'ן מקובל איז ל"ג בעומר די גרעסטע טאג אין יאר, מ'צינדט פייערס, מ'פארברענט קליידער, און מ'פועלט ישועות ביי רבי שמעון. פאר'ן רמבם'יסט ווידער איז ל"ג בעומר א תשעה באב, מ'קלאגט און מ'וויינט אז די גאנצע ל"ג בעומר/רשב"י/קבלה איז איין גרויסע שטיק עבודה זרה וואס איז מצער אבינו שבשמיים רח"ל…
און וואס טוט זיך לגבי דעם עצם חג? (א יום טוב איז עס נישט ווייל ס'נישט אסור במלאכה, וסימנך אז אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די ווארט "יום טוב", וד"ל) פון וואו קומט דאס? קיינער ווייסט נישט פון וואו פונקטליך דאס קומט אבער בערך ווייסט מען. ערגעץ אינעם מיטל-אלטער האט זיך געשאפן א לעגענדע איבער די 24,000 תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן בימי העומר, שפעטער איז געווארן א מנהג צו גיין אויף קברי צדיקים אין גליל בימי העומר צו דאווענען אויף רעגן, בעיקר צו קברי הלל ושמאי. שפעטער זענען געקומען עולים פון שפאניע און זיך באזעצט אין צפת, מיטגעברענגט פון שפאניע האבן זיי דעם ספר הזוהר מיט א רייכע טראדיציע איבער רבי שמעון און זיי פלעגן אסאך גיין זיך משתטח זיין אין מירון ביי רשב"י און נאטורליך איז יענע פלאץ געווארן אן עיקר פלאץ פאר עלייה לרגל. שפעטער האבן זיך אויך געשאפן לעגענדעס אז אום ל"ג בעומר האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן און אז ל"ג בעומר איז אויך די יארצייט פון רשב"י, און אז איך טאג איז ער ארויס פונעם הייל, ויצא העגל הזה. שפעטער זענען געקומען די ציונים און געמאכט דערפון א יום טוב פון פייערן די גבורה פון בר כוכבא, די לעגענדעס איבער די קשר פון בר כוכבא צו י"ח באייר האלטן נאך אינמיטן עוואלוון און דארפן צו זיין גרייט געבאקן לכבוד ל"ג בעומר ו' אלפים קמ"ד.
אלזא וואס איז די קעטש? פארוואס איז רבינו הקדוש אזוי פרייליך מיט דיעס יום טוב? מעשי בנים סימן לאבות…

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט דברי כפירה און אויסגעשפארט דעם שרייבער פאר א וואך.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
פארוואס זאל מען גיין גייט העומר מתפלל זיין אויף רעגן?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס איז אן ענטפער אויף דיעס אשכול מיט א תגובה פון מי אני
לעגענדע פארציילט אזא מעשה, געוועהן אמאל א אידל וואס איז האט זיך געטראפן פארוויילן דעם שבת אין א פארשטופטן שטעטל, און די שבת איז גראדע דורכגעגאנגען זייער שיין. מוצאי שבת צו מעריב קומט דער איד אריין אין שוהל מיט זיין גאסטגעבער און ס'הייבט זיך אן א געפעכט, א חלק עולם שרייט אז דער מנהג איז מוצאי שבת אנצופאנגען פון והוא רחום, אן אנדערע חלק עולם שרייבט אז דער מנהג איז אלץ געוועהן אנצופאנגען פון שיר המעלות, די קולות ווערן העכער און העכער, ס'גייט נישט אדורך אפאר מינוט און שטענדערס פליען, הענט פראסקענען, מיילער שרייען, הקיצור, די גאנצע שוהל איז באשעפטיגט אין א גרויסעארטיגע קריג. גיבט זיך אונזער אידל א דריי אויס צו זיין גאסטגעבער און גיבט איהם א פרעג אזוי, "איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, וואס האט מען געטוהן לעצטע וואך און די וואך בעפאר? ווען פונקטליך און וויאזוי האט מען פון איין וואך אויפ'ן אנדערן פארגעסן די מנהג?" ענטפערט איהם יענער "דאס איז טאקע געוועהן אונזער מנהג מקדמת דנא, אז מ'שלאגט זיך וואס איז דער מנהג, דאס האט מען געטוהן לעצטע וואך, און די וואך בעפאר, ביז'ן טאג פונעם גרינדונג פון די קהילה..."
לעניננו, ס'קומט ל"ג בעומר און ס'טוט זיך א געטומל, זיצן א קבוצה אידן און מאכן א מנגל לכבוד בר כוכבא, א צווייטע קבוצה אידן שטייען ארום א פייער און טאנצן פאר פרייד לכבוד רבי שמעון. פארט א איד זיך משתטח זיין ביים ציון הקדוש אין מירון, קומט א צווייטער און שרייט אז מ'טאר נישט גיין ווייל ס'איז דורש אל המתים, א דריטער קוויטשעט אז ס'בכלל נישט דא וואס צו פארן קיין מירון ווייל ס'איז ניטאמאל די יארצייט פון רשב"י… פאר'ן מקובל איז ל"ג בעומר די גרעסטע טאג אין יאר, מ'צינדט פייערס, מ'פארברענט קליידער, און מ'פועלט ישועות ביי רבי שמעון. פאר'ן רמבם'יסט ווידער איז ל"ג בעומר א תשעה באב, מ'קלאגט און מ'וויינט אז די גאנצע ל"ג בעומר/רשב"י/קבלה איז איין גרויסע שטיק עבודה זרה וואס איז מצער אבינו שבשמיים רח"ל…
און וואס טוט זיך לגבי דעם עצם חג? (א יום טוב איז עס נישט ווייל ס'נישט אסור במלאכה, וסימנך אז אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די ווארט "יום טוב", וד"ל) פון וואו קומט דאס? קיינער ווייסט נישט פון וואו פונקטליך דאס קומט אבער בערך ווייסט מען. ערגעץ אינעם מיטל-אלטער האט זיך געשאפן א לעגענדע איבער די 24,000 תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן בימי העומר, שפעטער איז געווארן א מנהג צו גיין אויף קברי צדיקים אין גליל בימי העומר צו דאווענען אויף רעגן, בעיקר צו קברי הלל ושמאי. שפעטער זענען געקומען עולים פון שפאניע און זיך באזעצט אין צפת, מיטגעברענגט פון שפאניע האבן זיי דעם ספר הזוהר מיט א רייכע טראדיציע איבער רבי שמעון און זיי פלעגן אסאך גיין זיך משתטח זיין אין מירון ביי רשב"י און נאטורליך איז יענע פלאץ געווארן אן עיקר פלאץ פאר עלייה לרגל. שפעטער האבן זיך אויך געשאפן לעגענדעס אז אום ל"ג בעומר האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן און אז ל"ג בעומר איז אויך די יארצייט פון רשב"י, און אז איך טאג איז ער ארויס פונעם הייל, ויצא העגל הזה. שפעטער זענען געקומען די ציונים און געמאכט דערפון א יום טוב פון פייערן די גבורה פון בר כוכבא, די לעגענדעס איבער די קשר פון בר כוכבא צו י"ח באייר האלטן נאך אינמיטן עוואלוון און דארפן צו זיין גרייט געבאקן לכבוד ל"ג בעומר ו' אלפים קמ"ד.
אלזא וואס איז די קעטש? פארוואס איז רבינו הקדוש אזוי פרייליך מיט דיעס יום טוב? מעשי בנים סימן לאבות…
עס איז נישט די זמן פאר רעגן אין א"י.
הנה הוא נחבא אל הכלים
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:07 am
- האט שוין געלייקט: 179 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
אין וואס האסטו זיך פארטראכט פאר די לעצטע צוויי-אהאלב-יאר? און פארוואס האט די קורצטערמיניגע אויסשפארונג פון רביה"ק, וואס אגב בעט זיך שוין לאנג פאר דעם, דיך געטריגערט צו זיך אויפוועקן??פארטראכטער האט געשריבן:עס קוקט אויס ווי אנשטאט צו באלוינען גוטע שרייבער פארן שרייבן, באשטראפט מען זיי גאר.סקעפטיקער האט געשריבן:מהיכי תיתי אז ער האט געמיינט כפירה? די עוואלוציע פון שבועות מיינט מסתם פון ממחרת השבת ביז ממחרת החג, און פון חג הקציר ביז זמן מתן תורתינו וכדו'
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון רביה"ק
דברים כדרבנות פון רביה''ק פינעף יאר צוריק, והלכה כרבי בילדותו.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 24#p401324

- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
איך בין לעצטנס אקעגן געקומען די ווערק פון פראפעסאר אלחנן ריינער. א פענאמענאלער עילוי און היסטאריקער. ער האט געווידמעט דעם חלק הארי פון זיין קאריערע צו פארשן דעם גליל און די היסטאריע ארום און ארום. ער ווייזט אויף אז מירון איז פון די עלטסטע פארהייליגטע ערטער אין ארץ ישראל נאך מימות יהושע בן נון און האט אן אינטרעסאנטע טעאריע אז דער טאראראם ארום רשב״י איז געשאפן געווארן אלס קאנטרע צו די נוצרים. דא איז זיין מאמר דערוועגן.
דא האט איר א שיעור אויף די נושא (קוקט אויס דא אין ברוקלין).
https://youtu.be/vyLAZp0HxKI
דא האט איר א שיעור אויף די נושא (קוקט אויס דא אין ברוקלין).
https://youtu.be/vyLAZp0HxKI
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
העי! קוקטס ווער ס'איז דא!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך וויל נאר קלארשטעלן אז איך האב יא געמיינט וואס דו רופסט אן "כפירה" (הערעס"י בלע"ז), הגם די פראבלעם איז נישט געוועהן די heresy שבו נאר די blasphemy פון די לעצטע פאר שורות (וואס כ'האב סתם געשריבן ווייל כ'בין אויסגעגאנגען פון נערוון ווייטער צו שרייבן אבער ס'איז זייער שיין ארויסגעברענגט געווארן אינעם פעיסבוק פאוסט פון יששכר כ"ץ אויבן), והא ראיה אז מי אני'ס תגובה וואס איך האב אויבן צוגעלינקט האט מען נישט פאראורטיילט אויף פארמעקן, טראץ דעם וואס ס'זאגט אקוראט דעם זעלבן פוינט. הגם באמת האבן די "offensive" שורות בכלל נישט אויסגעפעלט, אבער וואס קען איך טוהן אז איך בין נאך פונעם אלטן דור וואס איז ליידער נישט אזוי באקאנט אינעם art פון tippietoe'ען ארום נארישע מענטשנ'ס insecurities.סקעפטיקער האט געשריבן:מהיכי תיתי אז ער האט געמיינט כפירה? די עוואלוציע פון שבועות מיינט מסתם פון ממחרת השבת ביז ממחרת החג, און פון חג הקציר ביז זמן מתן תורתינו וכדו'
https://youtu.be/h67k9eEw9AY