אוֹרוֹת
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אוֹרוֹת
דוֹרוֹת
סטאַדעס
שאָף און רינדער
בוֹרוֹת
טאַטעס
און די קינדער
מוֹרוֹת
מאַמעס
און באַגרינדער
זיבוֹרית
אַלעס
און באַזונדער
חצרוֹת
סטאַטוס
און מה־יפית זינגער
עטרוֹת
קאַפּאָטעס
און שטיקער זילבער
תּוֹרוֹת
אַמעראַצעס
און דערפינדער
סחוֹרוֹת
גאַטקעס
און משיח'ס פינגער
מקוֹרוֹת
לאַטעס
און מלאך פּימפּער
מסוֹרוֹת
באָבקעס
און גרינדער
להוֹרוֹת
יאַטקעס
און קוריקולום פּלינדער
כּפּרוֹת
פראַסקעס
און עתיד שינדער
מטרוֹת
שוואַנצאָנעס
און א וואונדער
פּירוֹת
שמאַטעס
און הילצערנע צינגער
צרוֹרוֹת
אַטאַקעס
און צינדער
מפגרוֹת
פּאַסקודניאַקעס
און זינדער
צינוֹרוֹת
סוקסעסעס
אָן דאָס מינדער
אוֹצרוֹת
קאַטאָוועס
אָן קיין שווינדלער
מנוֹרוֹת
לאַטקעס
און שטומפּיגע פידלער
קערוֹת
קוואָדערס
און ב"י'ס קשיא שוין גרינגער
אוֹרוֹת
סאָקראַטעס
און א בלינדער.
סטאַדעס
שאָף און רינדער
בוֹרוֹת
טאַטעס
און די קינדער
מוֹרוֹת
מאַמעס
און באַגרינדער
זיבוֹרית
אַלעס
און באַזונדער
חצרוֹת
סטאַטוס
און מה־יפית זינגער
עטרוֹת
קאַפּאָטעס
און שטיקער זילבער
תּוֹרוֹת
אַמעראַצעס
און דערפינדער
סחוֹרוֹת
גאַטקעס
און משיח'ס פינגער
מקוֹרוֹת
לאַטעס
און מלאך פּימפּער
מסוֹרוֹת
באָבקעס
און גרינדער
להוֹרוֹת
יאַטקעס
און קוריקולום פּלינדער
כּפּרוֹת
פראַסקעס
און עתיד שינדער
מטרוֹת
שוואַנצאָנעס
און א וואונדער
פּירוֹת
שמאַטעס
און הילצערנע צינגער
צרוֹרוֹת
אַטאַקעס
און צינדער
מפגרוֹת
פּאַסקודניאַקעס
און זינדער
צינוֹרוֹת
סוקסעסעס
אָן דאָס מינדער
אוֹצרוֹת
קאַטאָוועס
אָן קיין שווינדלער
מנוֹרוֹת
לאַטקעס
און שטומפּיגע פידלער
קערוֹת
קוואָדערס
און ב"י'ס קשיא שוין גרינגער
אוֹרוֹת
סאָקראַטעס
און א בלינדער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איינער קען אריינקומען מיט א פירוש רש"י?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לאמיך זען צו די פארשטייסט טאקע, צו די מאכסט זיך נאר...yn.NY האט געשריבן:רייך, טיף, ועל כולם, טאלאנט!
זיי מפתח ביטע די צוויי שטיקער...
מקוֹרוֹת
לאַטעס
און מלאך פּימפּער
מפגרוֹת
פּאַסקודניאַקעס
און זינדער
אז די ביסט מיר מסביר די צוויי שטיקלעך וועל איך דיר גלייבן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: אוֹרוֹת
די פאר זענען טיף, א חלק איז טאלאנט און די איבריגע רייך
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מ'האט מיר געפרעגט צי איך פארשטיי די פאעזיע. איז ערשטענסט איז דאך דא דאס וואס @מח שליט האט אראפגעברענגט:
און דאס איז בפרט ביי אזא איינעם ווי @יואב, וועלכער איז באקאנט דא אלס'ן זיין א מעסטער שריפשטעלער און פון די לייבן דא.
ווי איך פארשטיי וויל ער ארויסברענגען די געדאנק פונעם העדר מדע וחכמה במחנינו. און דאס איז בחנוכה וואו מ׳האט זיך געשלאגן קעגן די יוונים אשר מחכמתם בא שורש מדע המערב (והעולם). "אור", אשר היא ענינו של חנוכה, איז א מעטאפאָר פאר חכמה, אבער עס איז נישט בנמצא בינינו. ולא זו בלבד נאר דאס ווערט במכוון פּראַפּגעגעיטעד ווייטער אין די "יאטקעס" פון די חדרים און די קאמערשעלעזעישאן פון "סטוּפּיד". אזוי ווי די געדאנק בסמיכת ר' תנחום וואס מ'איז עוסק אין אין חנוכה: מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו - עס איז נישטא קיין חכמה און עס איז דא, בקום ועשה, טיפשות.
אגב, ביי א גרויס חלק מיין איך אז מען דארף ליינען במשקל די סטאַנזאַס וואו די ערשטע ווארט/שורה איז אליין, א פּיצי pause, און דערנאך די נעקסטע צוויי צוזאמען.
מוח שליט האט געשריבן:דו ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
כ'האב אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט און געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענה'דיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגן דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם".
פארשטייטזעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזן אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.
און דאס איז בפרט ביי אזא איינעם ווי @יואב, וועלכער איז באקאנט דא אלס'ן זיין א מעסטער שריפשטעלער און פון די לייבן דא.
ווי איך פארשטיי וויל ער ארויסברענגען די געדאנק פונעם העדר מדע וחכמה במחנינו. און דאס איז בחנוכה וואו מ׳האט זיך געשלאגן קעגן די יוונים אשר מחכמתם בא שורש מדע המערב (והעולם). "אור", אשר היא ענינו של חנוכה, איז א מעטאפאָר פאר חכמה, אבער עס איז נישט בנמצא בינינו. ולא זו בלבד נאר דאס ווערט במכוון פּראַפּגעגעיטעד ווייטער אין די "יאטקעס" פון די חדרים און די קאמערשעלעזעישאן פון "סטוּפּיד". אזוי ווי די געדאנק בסמיכת ר' תנחום וואס מ'איז עוסק אין אין חנוכה: מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו - עס איז נישטא קיין חכמה און עס איז דא, בקום ועשה, טיפשות.
אגב, ביי א גרויס חלק מיין איך אז מען דארף ליינען במשקל די סטאַנזאַס וואו די ערשטע ווארט/שורה איז אליין, א פּיצי pause, און דערנאך די נעקסטע צוויי צוזאמען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
א פּאָעמע איז מען אין אמת'ן נישט מסביר. היות אָבער דער ציל דאָ איז נישט צו שרייבן אומבאַקאַנטע ווערטער וואָס מ'פאַרשטייט מתּחילה נישט זייער באַדייט, איז כּדאי יאָ אַביסל צו מסביר'ן.שמן למאור האט געשריבן:לאמיך זען צו די פארשטייסט טאקע, צו די מאכסט זיך נאר...yn.NY האט געשריבן:רייך, טיף, ועל כולם, טאלאנט!
זיי מפתח ביטע די צוויי שטיקער...
מקוֹרוֹת
לאַטעס
און מלאך פּימפּער
מפגרוֹת
פּאַסקודניאַקעס
און זינדער
אז די ביסט מיר מסביר די צוויי שטיקלעך וועל איך דיר גלייבן...
דער מלאך פּימפּער, אין אידישן פאָלקלאָר, וואַרפט אַראָפּ קענדיס פאַר קליינע קינדער ווען זיי הייבן אָן לערנען א"ב. דער פּאָעט, לכאורה, מיינט דאָ צו שיסן צוויי פויגלען אין איין שאָס:
א). די מיטאָלאָגישע מעשׂה'לעך וועלכע וואַלגערן זיך צווישן דערוואַקסענע ווי שטיקער רעאַליטעט.
ב). א נקודה ענליך צו "הילצערנע צינגער," וואָס נעמט זיך פונעם אידישן אויסדריק "א הילצערנע עברי," דהיינו, א שלעכטע עברי. קלאָגט דער פּאָעט אַז דער ציבור האַלט נאָך ביי א"ב. נישט בלויז פיגוראַטיוולי, נאָר אויך ממש ליטערלי. מ'רעדט פון א דערוואַקסענער געמיינדע וואָס לערנט פלייסיג באַלד צוואָנציג יאָר און קען נישט גאָרנישט; אַן עם של קקוֹת וואָס קען נישט שרייבן קיין גראָדן זאַץ, קען נישט קיין אידיש, נישט קיין לשון-קודש, און נישט קיין ענגליש — שטאָלצירט גאָר מיט א גביר וואָס קען נישט סיינען דעם נאָמען. #עם_נבוֹן_וחכם.
א פּאַסקודניאַק/פּאַסקודניק איז א villain, scoundrel
זינדער איז נאָך א וואַריאַנט פון זונדער, וואָס איז נאָך א וואַריאַנט פון זינדיגער.
וואָס נאָך? באַגרינדער = שטיצער וועלכע פאַרטיידיגן א סיסטעם, און גרינדער = founders.
(אַז דו דערמאַנסט שוין רש"י: ער ווערט דערמאַנט ביי "להוֹרוֹת." ששש, זאָג פאַר קיינעם נישט אויס).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
טענקס און לאָל. א סך אויסגעלאָזט. ס'אייביג דאָ מער זאַכן וואָס מ'שרייבט נישט ווי יאָ. פאָרט אָבער וואָלט איך נישט געקענט שרייבן אַזאַ סטראָפע (סטאַנזאַ).תוהו ובוהו האט געשריבן:יעצט איבערגעליינט בעיון, וואו! א שטיק טאלאנט און תוכן!
-----
כ'קען נישט גלייבן האסט אויסגעלאזט:
קול קורא'ס
סאכדעס
און איסורים ערפינדער
קול קורא'ס וואָלט נישט געאַרבעט פאַרן ערשטן פּסוק, ווייל די פּאָעמע ניצט דאָרט אויסשליסליך א "ת' " (רות, אויב רעכנט מען נישט זיבורית).
סאַכדעס וואָלט געקענט אַרבעטן פאַרן צווייטן פּסוק נאָר אויב דער ערשטער פּסוק ענדיגט זיך אין "ת'." ממילא צו האָבן סאַכדעס + קול־קורא'ס וואָלט אין קיין שום פאַל נישט געאַרבעט.
ערפינדער וואָלט נישט געאַרבעט ווייל איך שרייב שוין דערפינדער אין דער פּאָעמע אויף עפּעס אַנדערש (ס'איז דאָס זעלבע וואָרט. ערפינדער איז דייטשמעריש, און דערפינדער איז אידיש). די גראַמען לויט מיינע סטאַנדאַרטן מוזן זיין הונדערט־פּראָצענט דיספּאָזאַבל. כ'ניץ גאָרנישט איבער, סיידן אויב ס'האַנדלט זיך פון א האָמאָנים.
מ'וואָלט דיין סטראָפע געקענט מאַכן אַרבעטן אַזוי:
התאחדות
קול קורא'ס
און זינלאָזע בינדער
כ'ווייס נאָר נישט צי ס'וואָלט געווען אָבוויעס אַז בינדער = איסורים. כ'וואָלט לכאורה אויך נישט געלייגט התאחדות צוליב דעם ד' בעת אַלע האָבן דווקא א ר'. זאת ועוֹד, די פליגלען פון התאחדות דעקן טאַקע אַן אַסטראָנאָמישן שטח פון איבער זיבן און א האַלב מיליאָן סקווער־מייל (פאַראייניגטע שטאַטן + קאַנאַדע), פאָרט אָבער איז עס נאָך אַלץ נישט גענוג אינקלוסיוו פאַרן בעלזער, וויזניצער, און קלויזנבורגער וואָס וועלן קלערן אַז מ'מיינט נישט זיי. מ'קען אָבער לכאורה זאָגן די זעלבע זאַך אויף "משיח'ס פינגער." הגם דער אויסדריק אַליין איז סך עלטער פון זאַלי'ן אים אַריינפלעכטן אין א ניגון.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
איך האב מיך באגעגענט מיט דעם שטרענגל נאכדעם וואס עס פירט זיך א שמועס דא, און איך האב מיך געטראפן אנציגט אינגאנצן פונעם פאעזיע מיט וועלכע עס עפענט זיך דער אשכול.
שוין א שטיק צייט וואס איך קלער פון מאכן א שטיקל פארמעסט, איינער וועט פארלייגן פאעטישע-ווערק און וועט עס איבער לאזן פאר אנדערע צו ענטשיידן איר רעטעניש.
פון מיין פערספעקטיוו איז אפלערנען און פארטייטשן א שטיקל פאעזיע דווקא יא געראטן.
עס איז, זעלבסט פארשטענדליך, פיל מער לעבעדיג און פילפארביג רויערהייט, אבער טראץ דעם, נעמען א שטיקל פאעמע און עס אנאליזירן, האט דער כח צו שענקען דעם מענטש געפיל און אריינלייגן גייסט אין ווערטער.
איך וויל אנהייבן מיט דעם:
"געלט עקלט,
וועלט זעקלט,
שטעלט פּעקלט,
שעלט מעקלט,
געפעלט ברעקלט,
געצעלט לעקלט."
שוין א שטיק צייט וואס איך קלער פון מאכן א שטיקל פארמעסט, איינער וועט פארלייגן פאעטישע-ווערק און וועט עס איבער לאזן פאר אנדערע צו ענטשיידן איר רעטעניש.
פון מיין פערספעקטיוו איז אפלערנען און פארטייטשן א שטיקל פאעזיע דווקא יא געראטן.
עס איז, זעלבסט פארשטענדליך, פיל מער לעבעדיג און פילפארביג רויערהייט, אבער טראץ דעם, נעמען א שטיקל פאעמע און עס אנאליזירן, האט דער כח צו שענקען דעם מענטש געפיל און אריינלייגן גייסט אין ווערטער.
איך וויל אנהייבן מיט דעם:
"געלט עקלט,
וועלט זעקלט,
שטעלט פּעקלט,
שעלט מעקלט,
געפעלט ברעקלט,
געצעלט לעקלט."
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
גוטער געדאַנק. כ'וואָלט גע'עצה'ט צו עפענען א באַזונדערן אַשכוֹל, לטוֹבתך, פּשוט צו גענערירן מער טראַפיק צום דאָזיגן צוועק.דיכטער האט געשריבן:איך האב מיך באגעגענט מיט דעם שטרענגל נאכדעם וואס עס פירט זיך א שמועס דא, און איך האב מיך געטראפן אנציגט אינגאנצן פונעם פאעזיע מיט וועלכע עס עפענט זיך דער אשכול.
שוין א שטיק צייט וואס איך קלער פון מאכן א שטיקל פארמעסט, איינער וועט פארלייגן פאעטישע-ווערק און וועט עס איבער לאזן פאר אנדערע צו ענטשיידן איר רעטעניש.
פון מיין פערספעקטיוו איז אפלערנען און פארטייטשן א שטיקל פאעזיע דווקא יא געראטן.
עס איז, זעלבסט פארשטענדליך, פיל מער לעבעדיג און פילפארביג רויערהייט, אבער טראץ דעם, נעמען א שטיקל פאעמע און עס אנאליזירן, האט דער כח צו שענקען דעם מענטש געפיל און אריינלייגן גייסט אין ווערטער.
איך וויל אנהייבן מיט דעם:
"געלט עקלט,
וועלט זעקלט,
שטעלט פּעקלט,
שעלט מעקלט,
געפעלט ברעקלט,
געצעלט לעקלט."
איך וואָלט גע'עצה'ט צו ניצן אָדער ווערטער וואָס עקזיסטירן אויך אינדרויסן פון פּינקי וועבער'ס ווערטערבוך, אָדער דערקלערן דעם באַדייט פון טערמינען איידער יענער איז פּוֹתר די פּאָעמע.
———
געלט עקלט,
שונא בצע.
וועלט זעקלט,
אם אין בצע אין קמח/אָנליין-שאָפּינג.
שטעלט פּעקלט,
(שמעקט פון תּמר). שאַרט זיך אַרויף ס'אַרבל און אַרבעט.
שעלט מעקלט,
(שמעקט פון בּלעמ'ס קללות). קונדן האַנדלען אַראָפּ דעם פּרייז.
געפעלט ברעקלט,
ער נעמט סיי וועלכן דיעל, אַבי צו האָבן ברויט/ער מאַכט טאַקע געלט, אָבער ווערט באַלד צוריק אָרעם ווייל ער טרעט אויף ברעקלעך.
געצעלט לעקלט,
(שמעקט פון בּלעמ'ס ברכות). די שטוב ניצט אויס ס'גאַנצע געלט/ די שטוב גיט א בלאָז-דזשאַב.
———
געלט עקלט,
וואָס דאַרף א בחור געלט/גיין אַרבעטן?
וועלט זעקלט,
וואָרלד-ווייד-וועב קאָסט אָבער געלט/ביי אַכצן יאָר צעכאַפּט מען שוין די גוטע מיידלעך און דער מאַרקעט ווערט אויסגעזעקלט.
שטעלט פּעקלט,
די עלטערן שטעלן אַראָפּ א פּעקל תּנאים צום שדכן/דער בחור שטעלט אַראָפּ א פּעקל תּנאים צו די עלטערן.
שעלט מעקלט,
דער שדכן (מעקלער) דרייט ביי יעדן די ביצים און שווערט זיך אַז ער/זי גייט אויספירן דעם שידוך/ דער בחור שעלט, ער וויל נישט ס'מיידל, ער פּראָבירט צו פאַהאַנדלען מיט די עלטערן, אָבער ווי צום לאָמפּ/די עלטערן שעלטן אויפן שדכן/די עלטערן שעלטן אויפן בחור, און פּראָבירן פאַהאַנדלען מיט אים אַז דאָס וואָס ס'מיידל איז גראָב, קרעציג, און מיאוס ווי א שאַלעשידעס בולקע, דערויף זאָגט שוין דער יעניגער וואָס האָט געהאַט טויזנט שיינע ווייבער
"שֶׁקֶר הַחֵן וְהֶבֶל הַיֹּפִי." אינעווייניג, וואו ס'מאַכט באמת א חילוק, איז ס'מיידל לעולם א יפת תּוֹאר. אויך, כּלפּי דער גראָבקייט קען זי רואיג פאַרלירן וואָג נאָך דער חתונה…
געפעלט ברעקלט,
בעשוי + תּנאים.
.
געצעלט לעקלט,
רענט פאַר א וואָן-בעדרום קאָסט דריי טויזנט דאָלער.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: אוֹרוֹת
וואס זאל איך דיך זאגן יואב׳ן, מיינע געמיינע דיכטן קומען נישט צו צו דיינע גאלדענע לעזונגען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואס דא גייט פאר אצינד האב איך שוין געכאפט
כ'קען אבי צאמווארפן גראמעוודיגע ווערטער אן קיין פשט
דאן וועט יואב'ן מפנח זיין טיפזיניגע פשט'לעך
זאכן וואס לא עלתה על דעת אדם מעולם, ס'איז שרעקלעך
אלזא
צור העולמים
רם על כל רמים
בכל לב ובתמים
בורא מיני בשמים
אשקול הכופר
ישבב הסופר
חוילה ואת אופר
מחלק הטופר
מקום פנימה
תולה ארץ אל בלימה
שונה זימה
יוד חכמה קדימה
בכל יושביה
כל ימי חיה
בחפץ כפיה
רעה בעיני אדניה
בארץ מצרים
מטה אפרים
נא לקצוץ הצפרנים
אחיזת עינים
כ'קען אבי צאמווארפן גראמעוודיגע ווערטער אן קיין פשט
דאן וועט יואב'ן מפנח זיין טיפזיניגע פשט'לעך
זאכן וואס לא עלתה על דעת אדם מעולם, ס'איז שרעקלעך
אלזא
צור העולמים
רם על כל רמים
בכל לב ובתמים
בורא מיני בשמים
אשקול הכופר
ישבב הסופר
חוילה ואת אופר
מחלק הטופר
מקום פנימה
תולה ארץ אל בלימה
שונה זימה
יוד חכמה קדימה
בכל יושביה
כל ימי חיה
בחפץ כפיה
רעה בעיני אדניה
בארץ מצרים
מטה אפרים
נא לקצוץ הצפרנים
אחיזת עינים
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
אוֹרוֹת
לאמיר זען:שמן למאור האט געשריבן:וואס דא גייט פאר אצינד האב איך שוין געכאפט
כ'קען אבי צאמווארפן גראמעוודיגע ווערטער אן קיין פשט
דאן וועט יואב'ן מפנח זיין טיפזיניגע פשט'לעך
זאכן וואס לא עלתה על דעת אדם מעולם, ס'איז שרעקלעך
אלזא
צור העולמים
רם על כל רמים
בכל לב ובתמים
בורא מיני בשמים
אשקול הכופר
ישבב הסופר
חוילה ואת אופר
מחלק הטופר
מקום פנימה
תולה ארץ אל בלימה
שונה זימה
יוד חכמה קדימה
בכל יושביה
כל ימי חיה
בחפץ כפיה
רעה בעיני אדניה
בארץ מצרים
מטה אפרים
נא לקצוץ הצפרנים
אחיזת עינים
צור העולמים - בכל לב ובתמים: כמשמעו
בורא מיני בשמים א פיוט צאמגעשטעלט פון כל ערליי שעמעקריי
אשכול הכופר (א מין בושם)
ישבב הסופר פריי לאזן וועט דער שרייבער (ישבב מלשון שובבים - צעלאזט)
מיט חוילה ואת אופר
וואס דער נייער פרובירט צו צעטיילן
אבער דאך דא אויף דער וועלט זענען ביידער צוזאמען
פארט מיט אנדערע אגענדעס
אם אין דעת הבדלה מנין
אין אלע אירע איינוואוינער
שטענדיג
טוט וואס זי וויל
און דאס שטערט איר האר
נאך אין מצרים
האט שבט אפרים
געפעדערט דער קץ וואס איז אזויווי איינער שניידט זיינע נעגל פאר דער צייט
דער גאנצע פיוט איז בלויז דאס: אחיזת עינים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
פארפרוירן קאלט
געבוירן אלט
געיורן באלט
פארלוירן שפאלט
אויערן פאלט
געוואוירן האלט
געבוירן אלט
געיורן באלט
פארלוירן שפאלט
אויערן פאלט
געוואוירן האלט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
וואס איך האב געמיינט מיטן צאמווארפן אבי ווערטער וואס גראמען, איז אזוי. ס'איז נישט געווען חלילה קיין חוזק, איך האב פשוט געוואלט ארויסברענגען די אבסורדעטי וואס די סארט פאעזיעס טראגן אין מיינע אויגן.
מילא א שיינע גראם וואס מען פארשטייט די כוונת הכותב, אפילו מען דארף זיך אביסל מוטשענען עס צו פארשטיין, הער איך. די כותב האט א מעסעדזש, און ער ברענגט עס ארויס אויף א קינצליכן אויפן צום ליינער, הערליך.
אבער די סארט ווערטער צאמשטעל וואס קען מיינען צען זאכן, און די ליינער טייטשט ממילא אריין זיינע פשט'לעך, וואס קומען אן צו גאר א ווייטע מקום פון וואס דער כותב האט בכלל אינזינען געהאט, דאן מיט וואס איז דאס אנדערש ווי ווען איך ווארף סתם צוזאמען אפאר ווערטער און דער עולם קען זיך גיין ברעכן קאפ אריינצוטייטשן עפעס? מען איז סייווי נישט עומד על דעת הכותב, אכ"פ ס'נישט קיין וועג געהעריג צו וויסן אויב יא.. און רמזים און פשטים קען מען אייביג סייווי טרעפן.. נא פארוואס זאל דער כותב זיך בכלל מוטשענען עפעס צו מיינען אין די פירסט פלעיס??
מילא א שיינע גראם וואס מען פארשטייט די כוונת הכותב, אפילו מען דארף זיך אביסל מוטשענען עס צו פארשטיין, הער איך. די כותב האט א מעסעדזש, און ער ברענגט עס ארויס אויף א קינצליכן אויפן צום ליינער, הערליך.
אבער די סארט ווערטער צאמשטעל וואס קען מיינען צען זאכן, און די ליינער טייטשט ממילא אריין זיינע פשט'לעך, וואס קומען אן צו גאר א ווייטע מקום פון וואס דער כותב האט בכלל אינזינען געהאט, דאן מיט וואס איז דאס אנדערש ווי ווען איך ווארף סתם צוזאמען אפאר ווערטער און דער עולם קען זיך גיין ברעכן קאפ אריינצוטייטשן עפעס? מען איז סייווי נישט עומד על דעת הכותב, אכ"פ ס'נישט קיין וועג געהעריג צו וויסן אויב יא.. און רמזים און פשטים קען מען אייביג סייווי טרעפן.. נא פארוואס זאל דער כותב זיך בכלל מוטשענען עפעס צו מיינען אין די פירסט פלעיס??
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
הרב @שמן למאור איך הער וואס איר זאגט, פארט אבער ליגט דערין עפעס. איינער לייגט אראפ ווערטער, מען פרובירט צו דערגיין זייער באדייט און דאן ווען ער קומט געבן זיין אייגענער טייטש דערויף, ווערט קלאר וועמען'ס פירוש איז צוגעקומען דער נענטסטער צו דער שרייבער'ס מיינונג.
איך וועל פארטייטשן די שורות וואס איך האב אויבן געשריבן, לאמיר זען צו עס איז טאקע אזוי אין דער לופט.
געלט עקלט, - געלט עקלט, עס איבלט.
וועלט זעקלט, - אבער וואס זאל מען טון אז דער וועלט זעקלט אויס און מען מוז האבן געלט.
שטעלט פּעקלט, - איינער וואס שטעלט זיך אויף און טוט צו דער זאך, ער נעמט צאם פעקליך.
שעלט מעקלט, - איינער וואס האלט אין איין שעלטן און בלאזן ער ענדיגט זיין א מעקלער (שנארער).
געפעלט ברעקלט, - די וועלכע פרובירן יעדעם צו געפעלן ווערן דערפון צעברעקלט.
געצעלט לעקלט. - אבער דער וואס לעבט זיך וויאזוי ער וויל, ביי זיך אין דערהיים, ער לעקט האניג (מלשון לעקל - א קליינע לעק.).
איך וועל פארטייטשן די שורות וואס איך האב אויבן געשריבן, לאמיר זען צו עס איז טאקע אזוי אין דער לופט.
געלט עקלט, - געלט עקלט, עס איבלט.
וועלט זעקלט, - אבער וואס זאל מען טון אז דער וועלט זעקלט אויס און מען מוז האבן געלט.
שטעלט פּעקלט, - איינער וואס שטעלט זיך אויף און טוט צו דער זאך, ער נעמט צאם פעקליך.
שעלט מעקלט, - איינער וואס האלט אין איין שעלטן און בלאזן ער ענדיגט זיין א מעקלער (שנארער).
געפעלט ברעקלט, - די וועלכע פרובירן יעדעם צו געפעלן ווערן דערפון צעברעקלט.
געצעלט לעקלט. - אבער דער וואס לעבט זיך וויאזוי ער וויל, ביי זיך אין דערהיים, ער לעקט האניג (מלשון לעקל - א קליינע לעק.).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
נו שוין, האָב איך דאָך יאָ מער ווייניגער צוגעטראָפן.דיכטער האט געשריבן:הרב @שמן למאור איך הער וואס איר זאגט, פארט אבער ליגט דערין עפעס. איינער לייגט אראפ ווערטער, מען פרובירט צו דערגיין זייער באדייט און דאן ווען ער קומט געבן זיין אייגענער טייטש דערויף, ווערט קלאר וועמען'ס פירוש איז צוגעקומען דער נענטסטער צו דער שרייבער'ס מיינונג.
איך וועל פארטייטשן די שורות וואס איך האב אויבן געשריבן, לאמיר זען צו עס איז טאקע אזוי אין דער לופט.
געלט עקלט, - געלט עקלט, עס איבלט.
וועלט זעקלט, - אבער וואס זאל מען טון אז דער וועלט זעקלט אויס און מען מוז האבן געלט.
שטעלט פּעקלט, - איינער וואס שטעלט זיך אויף און טוט צו דער זאך, ער נעמט צאם פעקליך.
שעלט מעקלט, - איינער וואס האלט אין איין שעלטן און בלאזן ער ענדיגט זיין א מעקלער (שנארער).
געפעלט ברעקלט, - די וועלכע פרובירן יעדעם צו געפעלן ווערן דערפון צעברעקלט.
געצעלט לעקלט. - אבער דער וואס לעבט זיך וויאזוי ער וויל, ביי זיך אין דערהיים, ער לעקט האניג (מלשון לעקל - א קליינע לעק.).
א מעקלער איז א broker/mediator. עמיצער וואָס מעקלט שדכנ'ט אָדער דינגט זיך אויפן פּרייז.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 233
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל
האסט מער ווי ציגעטראפן, עס איז הערליך.יואב האט געשריבן:נו שוין, האָב איך דאָך יאָ מער ווייניגער צוגעטראָפן.דיכטער האט געשריבן:הרב @שמן למאור איך הער וואס איר זאגט, פארט אבער ליגט דערין עפעס. איינער לייגט אראפ ווערטער, מען פרובירט צו דערגיין זייער באדייט און דאן ווען ער קומט געבן זיין אייגענער טייטש דערויף, ווערט קלאר וועמען'ס פירוש איז צוגעקומען דער נענטסטער צו דער שרייבער'ס מיינונג.