פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס
רבותי, איך בין אינגאנצן צומישט.
איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט און איך הער כסדר זיך אפרעדן אויף דער ניק איז שוין נישט דא, יענער לעבט שוין נישט, מען ברויך מאכן תחיית המתים.
יעדע נייע ניק וואס הייבט אן צו שרייבן מאכט זיכער אנצוהייבן מיט א הקדמה 'איך קום נישט צו צום קנעכל פון די אמאליגע ניקס' וכדו'.
צוריק נישטערענדיג אביסל אין קאווע שטיבל'ס ארכיוון האט נישט גענומען לאנג ביז איך האב אנגעהויבן פארשטיין פון וואס די רעדע איז, ואין כאן מקומן להאריך, והמבין יבין,
די ווייטאג איז א דאפאלטע 1) די אלע ניקס וואס האבן אויפגעהערט שרייבן בכלל 2) די אלע וואס פלעגן אמאל שרייבן שיינע לאנגע ארטיקלען, און היינט פאלן זיי אריין דא דארט מיט א לייקל אדער א קליינע קאמענט
נאכן אנהייבן מיטצו'וויינען און זיך משתוקק זיין צו די אלטע ניקס זע איך פלוצלונג עפעס אזא סארט תחיית המתים, אלטע פארשטויבטע ניקס הייבן אן ארויסצושווימען פון די טיפענישן,מען זעט חברה וואס מען האט שוין נישט געזען א טוץ מיט יארן, דרייען זיך ארום כאילו גארנישט איז נישט געווען, וואס גייט דא פאר?? איך בין וואך?? אדער בין איך פארשוועמט געווארן מיטן כוואליע סייקעדאליקס דא אין שטיבל, אדער זענען גאר אלע אלטע ניקס אונטערן רושם פון סייקעדאליקס,
למעשה איז מיר איינגעפאלן אפאר השערה'ס וואס דא גייט פאר.
1) די אלע ניקס זענען אייביג געווען דא אינעם שטיבל, נאר זיי זענען געווען פארשלייערט אונטער אנדערע נעמען, און אמאל אמאל נעמען זיי די עולם אויף א רייד
2)די חברה פלעגן שרייבן ווען זיי זענען געווען אינגערלייט, שפעטער זענען זיי געווארן מער פארנומען (קינדער\פרנסה\שלום בית)
3) זייערע קינדער האבן אנגעהויבן ווערן עלטער, זיי האבן מורה באקומען פון שדוכים
על כל פנים, אויב ענק דארפן חיזוק גלייב איך נישט אז איך קען עפעס העלפן, איך גלייב נישט ענק דארפן מיין חיזוק, איז קומטס אריין קלאר אזוי ווי די אלטע צייטן, כל אחד בשמו הטוב מבורך איך וועל נאר פראבירן אויסרעכענען די לעצטע פאר וואס איך האב באמערקט,
@יואב
@איש עיברי
@ליטוואק פון באדאפעסט
@יואליש
@פאליטיקאנט
@פליקער
אבטולמוס
@לעיקוואד
פון וועם איך האב פארגעסן זאל זיך לאזן הערן ביי די לייק קנעפל
ווי אויך די וואס פלעגן אמאל שרייבן און היינט לאזן זיי אונז מיטן צונג אינדערויסן, זיי לאכן אונז און פנים אריין, (זיי לאזן זיך הערן כדי צו ווייזן אז זיי זענען נאך דא, אבער שרייבן שרייבן זיי גארנישט
@שמעקעדיג
@שמעון וואלף
@קאצקע ציקער
@בענדשעמין פרענקלין
@עמעזאן
@יין שרף
@איך אויך
@קורקלענד
@זר זהב
ביטע קומטס אריין מיט אן ערקלערונג וואס גייט פאר.
און צום לעצט, א גרויסן דאנק פאר די וואס לאזן זיך הערן אין גרויסן:
@ר' בערל
@מי אני
@וואלווי און זיין שותף @רביה"ק
@שמן למאור
@מתבודד
@שאלתיאל
@טאמבאל סאס
@תוהו ווהו
@הבל וריק
@יהורם
@דער גאלדענער אדלער
@קהלס נער
@יעקב מעקעסוועל
@חסם סופר
שוין איך האב שוין נישט כוח ווער עס וויל זאל איבערנעמען די לייצעס

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הייליגע קאקאש קעיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
הייליגע קאקאש קעיק: מ'דארף גארנישט איבערנעמען די לייצעס. דו האלטסט די לייצעס זייער גוט, ב"ה.
איך האב נאר געוואלט מעורר זיין עפעס א "קלייניגקייט"...דיין נאמען קאקאש קעיק איז נישט לויט דעם אונגארישן דיקדוק. און גראמאטיק.
דאס ווארט קאקאש אין אונגאריש מיינט א האן א זכר. א ראאסטער. משא"כ דער נאמען פאר די זייער געשמאקע און רינעדיגע קעיק וואס טריפט מיט טשאקאלאד סירופ. וואס א יעדער בשר ודגים אויף דעם פלאנעט האט ליעב, הייסט..."קאקא-אש" (חולם אל"ף) קעיק. פי'. א קעיק וואס איז געמאכט פון קאקאא

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ס'איז טאקע מאדנע.. געב א קוקהייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן: @יואב
@איש עיברי
@ליטוואק פון באדאפעסט
@יואליש
@פאליטיקאנט
@פליקער
אבטולמוס
@לעיקוואד
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 86#p524686
יואב פלעגט אלץ אריינפאלן פון צייט צו צייט, אזוי אויך יואליש. פאליטיקאנט איז אויך דא יעדע שטיק צייט. ליטוואק איז אלעמאל דא, ער לייקט כסדר, נאר ער שרייבט קוים קוים.
און פארגעס נישט פון @יידל וואס האט זיך לעצטנס באוויזן אויפן האריזאנט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס
איז הערט אייך צו קינדערלעך, 'אונז' אלטע ניקים האבן זיך צוזאמגענומען און גע'עפענט א געהיימע שטיבל אינעם טיפן געוועב, יא, איינס מיט א .צוויבל דאמעין!
וואס. מ'איז פשוט עלטער געווארן און דאס לעבן יאגט נאך, ביזי!
ביזי? נאֲא, נישט ממש ביזי.
לעיזי. דרעינד. נאו ענערדשי. נישט!
ס'בענקט זיך צו די צייטן ווען כ'האב אוועקגעגעבן אפאר שעה א טאג פארן שטיבל. טאקע האלב דערפון נאר צו דרוקן מי אני'ס לינקס און אינוועסטיגעיטן די נייע מנשה ניקס...
אבער היינט איז די שטיבל שטארק אקטיוו, מ'קען מיינען אלע המספיק ארבעטער האבן זיך אויפגעשריבן, כ'געדענק נישט אזא לעבעדיגקייט מימי שש משזר.
עניוועי כ'גיי פרעימן די אשכול און עס הענגן אין מיין אפיס, ס'טייטש מ'לייגט מיך מיט יואב, ליטוואק, אבטולמוס, און לעיקוואד אויפ'ן זעלבן באנק!
צום געזעגענען אט האט איר א דיאמאנט פון פאליטיקאנט:
"I'm not perfect, but I'm also not trying to improve!"

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:איז הערט אייך צו קינדערלעך, 'אונז' אלטע ניקים האבן זיך צוזאמגענומען און גע'עפענט א געהיימע שטיבל אינעם טיפן געוועב, יא, איינס מיט א .צוויבל דאמעין!
וואס. מ'איז פשוט עלטער געווארן און דאס לעבן יאגט נאך, ביזי!
ביזי? נאֲא, נישט ממש ביזי.
לעיזי. דרעינד. נאו ענערדשי. נישט!
ס'בענקט זיך צו די צייטן ווען כ'האב אוועקגעגעבן אפאר שעה א טאג פארן שטיבל. טאקע האלב דערפון נאר צו דרוקן מי אני'ס לינקס און אינוועסטיגעיטן די נייע מנשה ניקס...
אבער היינט איז די שטיבל שטארק אקטיוו, מ'קען מיינען אלע המספיק ארבעטער האבן זיך אויפגעשריבן, כ'געדענק נישט אזא לעבעדיגקייט מימי שש משזר.
עניוועי כ'גיי פרעימן די אשכול און עס הענגן אין מיין אפיס, ס'טייטש מ'לייגט מיך מיט יואב, ליטוואק, אבטולמוס, און לעיקוואד אויפ'ן זעלבן באנק!
צום געזעגענען אט האט איר א דיאמאנט פון פאליטיקאנט:
"I'm not perfect, but I'm also not trying to improve!"
אלעמאל שרייט מען געוועהן אמאל גיטע צייטען אין שטיבל.
האלאו חברה, די אלטע גווארדיע אליין איז מודה אז די שטיבל איז "לעבעדיג און שטויסעדיג", אינז זעמיר די "שרויים על אדמתם און שנים כתיקונם" פון שטיבל.
#לעבן_זאל_די_שטיבל
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס
@יואב האט לעצטענס אריבער געטוישט פון זיין קליינעם ענדרויד פיקסעל צו א גרויסן מעק בוק מיט א ריזיגן לייק קנעפל. דער האט זיך גענומען ווארפן לייקס דא ווי מ'באווארפט דעם חתן ביים אחד יחיד ומיוחד
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
נומער דריי אין מיין קעיס. די קינדער ביי מיר שטייען געשטראַנדט אין די יאָרן, טשאַטשעקס איינס נאָכן אַנדערן, נאָר יעדער שידוך צעפאַלט באַזונדער צוליב וואָס סיי איך און סיי מיין ווייב שרייבן אויף קאַווע־שטיבל. אָבער ווי שמן למאור זאָגט. כ'שמעק יאָ אַריין דאָ איינמאָל אין א בלויער לבנה.הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן: 3) זייערע קינדער האבן אנגעהויבן ווערן עלטער, זיי האבן מורה באקומען פון שדוכים
@יואב
נאָר ס'ביסל וואָס כ'בין יאָ דאָ זע איך שטענדיג נייע אַשכוֹלוֹת מיט שווערע געטעגעכצער וועלכע טריפּן אויף די פיש וואָס מ'האָט געגעסן אין מצרים. איז הערט מיך צו, רבוֹתי: קאַווע־שטיבל איז קאַווע־שטיבל. אַמאָל ליידיג, אַמאָל פול, אַמאָל ביזי, אַמאָל שלאָפט, אַמאָל לעבט, און דער ציקל שפּילט זיך איבער. ס'איז צייט אויפצוהערן לעכצן נאָך די גוד אָל' דעיס. דער ציבור גלייכט זיך צו באָדן אין דער זיסער רעטראָספּעקציע — גאָלע בולש*ט!
ווען כ'קוק נאָר אַריין דאָ זע איך מער סופּליי ווי דימענד. יעדן טאָג פרישע קוואַנטיטעט און רייכע קוואַליטעט. הערט א מעשׂה: אין מיינע צייטן איז אין א גרינעם דינסטאָג אַריינגעפאַלן דאָ א נוקלעאַרער ניק ושליח שמו. דער עוֹלם האָט אים אַראָפּגעשלונגען ווי וויאַגראַ, דער קאָלעקטיווער ערעקשאָן האָט אָנגעהאַלטן פאַר פופצן מינוט און דער צדיק איז אַנטרונען געוואָרן הוא וכל אשר לו. היינטצוטאָגס, מאידך גיסא, זיצט דאָ קאָנסיסטענטלי א גאון, א @מי אני, א פּאָלימאַט וואָס מאַכט יעדן טאָג א פרישן סיום אויף נאָך א שווערער מסכת, ער האַקט אַריין אינהאַלטרייכע שטיקער דאָ לאָרכּה ולרחבה פון שטיבל, ער פּישט אַריין דאָ חוֹמר פון העכסטן קאַליבער, ער דעקט אַלץ און אַלעמען און ענטפערט אויף אַלץ און אַלעמען, ער רירט זיך נישט ארויס פון שטיבל, און געס־וואַט, ער איז נישט דאָ געווען בימים־פ*קן־ההם! אָבער ער איז יאָ דאָ היינט. קענסטיך פאָרשטעלן וויפיל אשכוֹלוֹת פון צוקונפטיגן קאַווע־שטיבל דוֹר גייען אים טעגן יעדן שני וחמישי? וועל, איצט איז דער צדיק דאָ, לאָמיך זען אַז די אַלע וואָס בענקען זיך נאָכן גלאָררייכן אַמאָל זאָלן געבן דעם וואָן־ענד־אָנלי מי אני אַביסל לייקס און לאָוו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
עס רינט טרערן בשעת'ן ליינען די דאזיגע שורותיואב האט געשריבן:נומער דריי אין מיין קעיס. די קינדער ביי מיר שטייען געשטראַנדט אין די יאָרן, טשאַטשעקס איינס נאָכן אַנדערן, נאָר יעדער שידוך צעפאַלט באַזונדער צוליב וואָס סיי איך און סיי מיין ווייב שרייבן אויף קאַווע־שטיבל. אָבער ווי שמן למאור זאָגט. כ'שמעק יאָ אַריין דאָ איינמאָל אין א בלויער לבנה.הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן: 3) זייערע קינדער האבן אנגעהויבן ווערן עלטער, זיי האבן מורה באקומען פון שדוכים
@יואב
נאָר ס'ביסל וואָס כ'בין יאָ דאָ זע איך שטענדיג נייע אַשכוֹלוֹת מיט שווערע געטעגעכצער וועלכע טריפּן אויף די פיש וואָס מ'האָט געגעסן אין מצרים. איז הערט מיך צו, רבוֹתי: קאַווע־שטיבל איז קאַווע־שטיבל. אַמאָל ליידיג, אַמאָל פול, אַמאָל ביזי, אַמאָל שלאָפט, אַמאָל לעבט, און דער ציקל שפּילט זיך איבער. ס'איז צייט אויפצוהערן לעכצן נאָך די גוד אָל' דעיס. דער ציבור גלייכט זיך צו באָדן אין דער זיסער רעטראָספּעקציע — גאָלע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]!
ווען כ'קוק נאָר אַריין דאָ זע איך מער סופּליי ווי דימענד. יעדן טאָג פרישע קוואַנטיטעט און רייכע קוואַליטעט. הערט א מעשׂה: אין מיינע צייטן איז אין א גרינעם דינסטאָג אַריינגעפאַלן דאָ א סאַוואַנט ושליח שמו. דער עוֹלם האָט אים אַראָפּגעשלונגען ווי וויאַגראַ, דער קאָלעקטיווער ערעקשאָן האָט אָנגעהאַלטן פאַר פופצן מינוט און דער צדיק איז אַנטרונען געוואָרן הוא וכל אשר לו. היינטצוטאָגס, מאידך גיסא, זיצט דאָ קאָנסיסטענטלי א גאון, א @מי אני וואָס מאַכט יעדן טאָג א פרישן סיום אויף נאָך א שווערער מסכת, ער האַקט אַריין אינהאַלטרייכע שטיקער דאָ לאָרכּה ולרחבה פון שטיבל, ער פּישט אַריין דאָ חוֹמר פון העכסטן קאַליבער, ער דעקט אַלץ און אַלעמען און ענטפערט אויף אַלץ און אַלעמען, ער רירט זיך נישט ארויס פון שטיבל, און געס־וואַט, ער איז נישט דאָ געווען בימים־[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]־ההם! אָבער ער איז יאָ דאָ היינט. קענסטיך פאָרשטעלן וויפיל אשכוֹלוֹת פון צוקונפטיגן קאַווע־שטיבל דוֹר גייען אים טעגן יעדן שני וחמישי? וועל, איצט איז דער צדיק דאָ, לאָמיך זען אַז די אַלע וואָס בענקען זיך נאָכן גלאָררייכן אַמאָל זאָלן געבן דעם וואָן־ענד־אָנלי מי אני אַביסל לייקס און לאָוו.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דערפאַר האָט מען דאָך אַראָפּגעשיילט דעם אידאָט דערפון, כּדי עס צו כּשר'ן. שוין, אַז כ'האָב שוין געמוזט רעדאַגירן די תגובה כּדי צופרידנצושטעלן דעם מנהל מיטן אויסשפּילן די סיסטעם און אַריינשטעלן די נויטיגע שטערנדלעך אין די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], האָב איך מחליט געווען צופרידנצושטעלן שוין אויך אונזער חשוב'ן ר' בערל, און אויך שליח, אויב זעט ער עס און מיינט אַז כ'האָב חלילה געטראַכט פון די פראַנצויזן בעת'ן זיך מקשר זיין מיט זיין גייסט.berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: נאר איין קליינע הערה. דו רעדסט דא פון א "סאוואנט" וואס איז דא אריינגעפאללן... להוי ידוע לך אז דער נאמען איז נישט זייער קאמפלימענטירנד'. ווייל דער פולער נאמען (אין פראנצויזיש) איז...Idiot Savant... א קלוגער אידיאט. אדער קלוגער שוטה. דאס איז דאך א תרתי דסתרי...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 67
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
יואב: קיינער רעדט זיך נישט אפ ח"ו אויף די שטיבל, מען רעדט זיך אפ אויף די ניקס וואס זיצן דא און זיי קענען שרייבן (והא ראיה זיי האבן געשריבן אמאל) און זיי לאזן אונז פייפן,
ווארף כאטש אריין דא דארט עפעס א ווארט, ביי דיר איז דאך יעדע ווארט ריין גאלד, און אזוי אויך פאליטיקאנט: יעדע שורה איז מצליח ארויפצוברענגען א שמייכל אויף'ן פנים.
און אז מען רעדט שוין די חילוק פון אמאל און היינט וועל איך דיר זאגן: אין הכי נמי אונז האבן מי אני מיט נאך אפאר (אסאך) חברה לייט וואס ווער עס פארשטייט דערצו עפרישיעט עס, אבער וואס פעלט אונז איז די 'הומאר', אמאל האט מען געקענט זיצן שעות און פשוט נישט אויפהערן צו לאכן, איך האב געוויסט איך בין נישט אין די גיסתה זעץ איך מיר אראפ ליינען א שבע ברכות פון צורישדי און אלס איז מסודר, היינט זענען די צייטן מער ווייניגער גע'ענדיגט, נאך דא דא דארט א רביה"ק וכד' אבער סאך ווייניגער ווי אמאל. און דאס איז א ווייטאג

- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
ווען @הבל וריק וואלט זיך 'געלאזט הערן אין גרויסן' וואלטן מיר שענער אויסגעקוקט... אבער שוין.
עט ליעסט שכויח פאר די שכויח.
---
און אז פונעם ארכי לץ @יואב'ן זאלן פאלן אזעלכע הארציגע דיבורי חיזוק האב איך מורא שטייען אים טאקע די ביין אין האלז- אופס; כ'מיין די קינדער אין שידוכים...
עט ליעסט שכויח פאר די שכויח.
---
און אז פונעם ארכי לץ @יואב'ן זאלן פאלן אזעלכע הארציגע דיבורי חיזוק האב איך מורא שטייען אים טאקע די ביין אין האלז- אופס; כ'מיין די קינדער אין שידוכים...
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- שערי יושר
- היימישער באניצער
- הודעות: 486
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
- געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
- האט שוין געלייקט: 697 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל
Re: פרייליכע צומישעניש איבער אלטע ניקס
מי אני איז איז אויף א אנדערע מדריגה. קוים איך קען אמאל פארשטיין וואס ער שרייבט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שערי יושר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
יא, אמאל האב איך געהאט מער צייט איבערן טאג פאר קאווע שטיבל. כהיום קומט מיר נישט אויס אריינצוקומען אהער נאר ביינאכט פאר'ן זיך לייגן (אדער בייגן).
@קאקאש האט גוט ארויסגעברענגט די חסרון וואס שפירט זיך יעצט ווי מ'טרעפטמסאך שוין סאך ווייניגער די פארצייטישע הומעריסטישע ארטיקלן, נוסח @קופערניקוס, @אפטעמיסט און די גאנצע חבריא. אבער מ'טאר נישט אינטערשאצן די היינטיגע אקטיווע ניקים, דור הולך ודור בא, מ'זעהט ווי ס'קומען ארויף ניי שטערנ'ס בעולם הקאווע. נישט געזארגט, לא אלמן ישראל.
@קאקאש האט גוט ארויסגעברענגט די חסרון וואס שפירט זיך יעצט ווי מ'טרעפטמסאך שוין סאך ווייניגער די פארצייטישע הומעריסטישע ארטיקלן, נוסח @קופערניקוס, @אפטעמיסט און די גאנצע חבריא. אבער מ'טאר נישט אינטערשאצן די היינטיגע אקטיווע ניקים, דור הולך ודור בא, מ'זעהט ווי ס'קומען ארויף ניי שטערנ'ס בעולם הקאווע. נישט געזארגט, לא אלמן ישראל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
זאָג וואָס דו ווילסט איבער יואב'ן, אָבער ווי ווייט איך ווייס איז ער שטענדיג געווען א היפּש ברייטהאַרציגער לייקער. מ'האָמיר מער־ווייניגער דאָס זעלבע לייק־פּאָליסי אין קראפט שוין מאָז ומתּמיד. ס'האָט זיך ממש גאָרנישט געטוישט. נישט אַז עמיצער זאָל חלילה דרינגען אַז א לייק פאַרמאָגט ביי מיר נישט קיין שוויות. פאַרקערט, אַ לייק איז ביי מיר א גאָר ווערטפול געצייג. ס'וואַקסן ביי מיר נישט קיין לייקס אויפן בוים. כ'שיס עפּעס אויס דאָ אַבי לייקס לבטלה כּחיצים בבני הנעורים? עפּעס אַ לייק־פעסט? א הפקר־וועלט? ניין, יעדעס לייק גייט באמת במחשבה תחילה. איך שטעל אַרויף יעדעס לייק באַזונדער אויף דער וואָגשאָל, איך בין דן בכוֹבד ראש אַלע צדדים, און כ'לאָז דאָס לייק אין שוואונג ערשט נאָכן באַשטעטיגן אַז ס'קומט נאָך די שטרענגע גיידליינס מיינע.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:@יואב האט לעצטענס אריבער געטוישט פון זיין קליינעם ענדרויד פיקסעל צו א גרויסן מעק בוק מיט א ריזיגן לייק קנעפל. דער האט זיך גענומען ווארפן לייקס דא ווי מ'באווארפט דעם חתן ביים אחד יחיד ומיוחד
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
העוויניג סעד דעט, אויב קריגט א שיינע אַרבעט פון עמיצן נישט קיין לייק פון מיר, דאַן איז עס ניין־און־ניינציג פּראָצענט דערפאַר וואָס כ'בין פּשוט נישט אָנגעקומען עס צו לייענען, סיידן אויב יחידים ווערן דאָרט אַטאַקירט. למעשׂה בין איך זעלטן דאָ. יאָ, כ'לעב דערווייל, כ'בין קיינמאָל נישט אַנטלאָפן, אָבער כ'בין געוויס נישט אַקטיוו. טעגס און אישיס גייען נישט העלפן. כ'זע זיי אך ורק ווען כ'טשעק אַריין דאָ. זייט וויסן אַז איך האָב אָנגעשטעלט נישט צו קריגן קיין שום קאַווע־שטיבל אימעילס שוין פאַר לאַנגע יאָרן, און דאָס לעבן איז מיר רואיגער אַזוי.
נ.ב. איי קיד יו נאַט, פּונקט האָב איך דווקא געטוישט "צו" א קליין פּיקסל. מ'האָט דאָך אָבער די "כּלים מכּלים שונים" היינטצוטאָגס. ווער ניצט דען בלויז איין דעווייס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דער אמת איז אַז בעת אַנדערע אזרחים דאָ פלעגן אפשר זיין אַקטיוו, בין איך לעוֹלם קיינמאָל נישט געווען עפּעס מורא'דיג אַקטיוו. יאָ, אַמאָל האָב איך טאַקע געהאַט מער צייט ווי היינט, צי כ'האָב דעמאָלט "געמיינט" אַז כ'האָב מער צייט. ובכן? בייס מיך. אויב ווענדן זיך זאַכן אין מיר דריי איך דאָך סיי ווי צוריק דעם זייגער. ס'ווענדט זיך אָבער נישט אין מיר. הפּנים, נישט צו די חדר־יאָרן און ישיבה־יאָרן וואָס מ'האָט שטענדיג פאַרשפּראָכן אַז כ'וועל מיך נאָך בענקען — פָךְּ ניין! (כ'טעסט דעם מנהל'ס ניבול־פּה סאָפטוועיר. זעט זיך אויס אַז די געפאַר פון עי.איי. איז נאָך אַלעמען אַביסל איבערגעטריבן … ). אויב האָט עקזיסטירט בלויז איין זאַכליכע השׂגה צו וואָס מיין קינדישער מוֹח האָט שוין דעמאָלט זיך געקענט דערגרונטעווען, איז עס געווען דאָס וויסן אויף הונדערט פּראָצענט אַז כ'גיי מיך צו יענע יאָרן קיינמאָל נישט בענקען. כ'קען היינט באַשטעטיגן מיט א ספר־תּוֹרה אין האַנט אַז כ'בענק מיך צו יענע יאָרן נישט צוריק אף יוֹם פריקן אחד. ממש אַראָפּגעפלאָשט אין ברוינעם ים צוואָנציג טייערע יאָרן על לא דבר. אָבער כ'בענק מיך קלאָר יאָ צוריק צו די שפּעטערע יונגע יאָרן, ס'הייסט, די ערשטע שטריימל־יאָרן.הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:יואב: קיינער רעדט זיך נישט אפ ח"ו אויף די שטיבל, מען רעדט זיך אפ אויף די ניקס וואס זיצן דא און זיי קענען שרייבן (והא ראיה זיי האבן געשריבן אמאל) און זיי לאזן אונז פייפן,
ווארף כאטש אריין דא דארט עפעס א ווארט, ביי דיר איז דאך יעדע ווארט ריין גאלד, און אזוי אויך פאליטיקאנט: יעדע שורה איז מצליח ארויפצוברענגען א שמייכל אויף'ן פנים.
און אז מען רעדט שוין די חילוק פון אמאל און היינט וועל איך דיר זאגן: אין הכי נמי אונז האבן מי אני מיט נאך אפאר (אסאך) חברה לייט וואס ווער עס פארשטייט דערצו עפרישיעט עס, אבער וואס פעלט אונז איז די 'הומאר', אמאל האט מען געקענט זיצן שעות און פשוט נישט אויפהערן צו לאכן, איך האב געוויסט איך בין נישט אין די גיסתה זעץ איך מיר אראפ ליינען א שבע ברכות פון צורישדי און אלס איז מסודר, היינט זענען די צייטן מער ווייניגער גע'ענדיגט, נאך דא דא דארט א רביה"ק וכד' אבער סאך ווייניגער ווי אמאל. און דאס איז א ווייטאג
עפּעס אַנדערש וואָס דער עוֹלם נעמט נישט אין באַטראַכט: א סך פאַרצייטישע "קאַווע־שטיבל" ניקס שיקן אַריין פרישע ערשטקלאַסיגע וואַרע צום "וועקער." אמת, דער "וועקער" איז טאַקע א זעלבשטענדיגע קערפּערשאַפט און נישט קיין צווייג פון "קאַווע־שטיבל" פּער סע. ס'איז אָבער נישט קיין סוֹד פון וועמענס נאָפּלשנור מ'האָט דעם "וועקער" איבערגעשניטן. דער בחור האָט נישט אַרויסגעשפּראָצט פון "בלאַט'ס" בילדער־אָפּטיילונג צי אפילו פון "איד'ס" תּוֹרה־אָפּטיילונג. פּראָפעסיאָנעל "וועקער" ווערק קען אַמאָל זיין אַזוי לאַנג ווי צוואָנציג אשכּולות קאָמבינירט, און דאָס איז בלויז בכּמוֹת. ווער רעדט אפילו באיכוֹת וואָס איז דאָך די raison d'être פון "וועקער" (פראַנצויזישער אויסדריק אויסשליסליך לכּבוֹד ר' בערל'ן @berlbalaguleh). כ'רעד פאַרשטייט זיך אינגאַנצן נישט פון מיר דאָ. כ'זאָג אויך נישט אַז דאָס זאָל זיין אָדער איז די סיבה. ס'מוז לאו דווקא זיך טרעפן דאָ א זעראָ־סום געים. ס'איז אָבער געוויס א פּערספּעקטיוו ווערט צו נעמען אין באַטראַכט.
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
טאַקע א ביין אין האַלדז. ס'טוט מיך באַנג אַז אַזאַ ניק ווי @מי אני קריגט נישט די פאַרדינטע אַנערקענונג. קאָרעקט מי איף איים ראָנג, אָבער איז ער נישט דער סאַמע מערסט־פּראָליפישער (הפּנים, סינגל־ניק) חוֹמר־ביישטייערער צו "קאַווע־שטיבל" סיי אין כּמוֹת און סיי אין איכוֹת?מתבודד האט געשריבן:
און אז פונעם ארכי לץ @יואב'ן זאלן פאלן אזעלכע הארציגע דיבורי חיזוק האב איך מורא שטייען אים טאקע די ביין אין האלדז
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
איי געס אין 'לא לחכמים לחם' ווערט אריינגערעכנט לייקס און אנערקענונג...
מצד שני ר' @יואב זעהסטו נישט די אנערקענונג ער באקומט יא. נישט אז ס'גענוג, אבער כ'וואלט געזאגט אז רוב פון די ניקס וואס אינטערעקטן מיט הגאון @מי אני אין אשכולות האבן זיך שוין ווארעמהארציג באדאנקט הרב הנ"ל פאר זיינע רייכע און טיפע תגובות. אבער די קורצע אינטענשאן-ספען פון די היינטיגע מוחות זענען גורם אז די דערמאנטע קאטעגאריע איז טאקע צו א קליינע.
מצד שני ר' @יואב זעהסטו נישט די אנערקענונג ער באקומט יא. נישט אז ס'גענוג, אבער כ'וואלט געזאגט אז רוב פון די ניקס וואס אינטערעקטן מיט הגאון @מי אני אין אשכולות האבן זיך שוין ווארעמהארציג באדאנקט הרב הנ"ל פאר זיינע רייכע און טיפע תגובות. אבער די קורצע אינטענשאן-ספען פון די היינטיגע מוחות זענען גורם אז די דערמאנטע קאטעגאריע איז טאקע צו א קליינע.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
מיין נקודה איז אָבער אויך אַז מי אני איז א "היינטיגער" ניק, סאָ־טו־ספּיעק, און דווקא נישט פונעם אַזוי־גערופענעם גלאָררייכן אַמאָל. אָבער ער דאָך נישט דער איינציגער. כ'האָב מוֹרא צו דערמאַנען נעמען ווייל וויבאַלד כ'קען נישט די היינטיגע דינאַמיק גוט ווייס איך אַז איך גיי אויסלאָזן פון די בעסטע ניקס דאָ, און כ'וויל חלילה קיינעם נישט וויי טון. אָבער פאַראַן אָן א שיעור אַקטיווע ניקס דאָ וואָס שרייבן באמת צו דער זאַך און ביישטייערן אַזוי סך צום שטיבל. מיינע קאָמענטאַרן זענען אָבוויעסלי אין קאָנטעקסט פון יעט אַנאָדער זכרנו־את־הניקס אשכּוֹל.מתבודד האט געשריבן:איי געס אין 'לא לחכמים לחם' ווערט אריינגערעכנט לייקס און אנערקענונג...