שליחה
דורך יעקב מעקסוועל » דינסטאג מאי 16, 2023 2:35 pm
זייער אינטערסאנט, לאמיר שרייבן מיינע מיינונגען איבער דיין ליסט @צוזאמגעדרייט.
-אין די לעצטע פאר יאר זענען נפטר געווארן די לעצט פארבליבענע צדיקים פונעם פריערדיגן דור.
די געפיל איז פארשטענדליך, יעדער האט מער רעספעקט צו די עלטערע צדיקים ווען ער איז א קינד, פילט מען די לעצטע פארבליבענע זענען דזשאסט אוועק פון אונז.
-טשיינע גייט בקרוב ווערן די וועלט'ס גרויסמאכט.
דאס מאכט סענס לדעתי, ווייל זיי גייען אין די דירעקציע פאר א שיינע שטיק צייט.
-די היינטיגע אינגווארג לאכט זיך שוין אויס פון די רבנים.
דאס ווערט מער און מער אמת, אין מיין עקספיריענס.
-ס'איז געווארן היינט א וועלט ווי יעדער טאנצט נאך יעדעם.
איך וואלט געזאגט עס איז פונקט פארקערט היינטיגע טעג. עס איז היינט דא א גרעסערע פראצענט וואס טוען וואס זיי ווילן, ווי עס איז געווען 20 יאר צוריק.
-היינט צוטאגס קען מען שוין נישט וויסן ווער ס'איז אן עכטע עושר.
עס איז אמת היינט, און פונקט אזוי 20 יאר צוריק. קען זיין 50 יאר צוריק איז געווען אנדערש.
-די סיסטעם (וואַט עווער ס'מיינט) האלט אט אט ביים צוזאמפאלן.
גארנישט פאלט נישט.
-צרות ישראל מערן זיך לעצטענס מער און מער.
אייביג געדענקט מען בעסער די פרישע צרות.
-ס'איז קלאר אז משיח קומט דעי יאר.
דאס איז זיכער אמת.
-אין צוויי דריי יאר ארום גייט נישט זיין מעגליך צו לעבן אן א סמארטפאון, די רבנים שלאגן זיך אויף א פארלוירענע קאמף.
עס גייט זיין אידן וואס וועלן לעבן אן א סמארטפאון, און אנדערע קענען שוין יעצט נישט לעבן אנדעם.
-היינט קען מען שוין טון וואס מען וויל מיט קאפל און פיאות.
דאס איז שטארק אמת. 15 יאר צוריק האט זיך קיינער נישט דערוואגט צו גיין פלעצער און טון זאכן וואס ווערן היינט געטון בגדול. און נישט סתם פיאות, נאר לאנגע פיאות...
ענליך: היינט זענען דא מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום מיט שטריימל-בעקיטשע וואס אינווענדיג האלטן זיי ביי גארנישט!
דאס איז שווערער צו וויסן אויב עס איז געווארן מער, עס איז שטארק מעגליך אז די אינטערנעט האט געמאכט עס זאל ווערן מער. מצד שני איז מעגליך די אינטערנעט האט פשוט געמאכט אונז זאלן מער וויסן דערפון.
-די לעצטע פאר יאר האט זיך יעדעס שמויגער זיין מיינונג.
אייביג געווען. (די אמאליגע שמויגער מאכט אוועק די היינטיגע שמויגער).
-עס קומט א דריטע וועלט מלחמה.
אוודאי, צוזאמען מיט משיח.
-פאר די נייע דור קען מען שוין נישט איינרעדן וואס מען פלעגט אמאל.
איך מיין עס איז טאקע געווען א שטערקערע תמימות 30 יאר צוריק.
-די וועלט גייט אויסלויפן פון אויל. (רוסלאנד לויפט אויס פון וואפן, לאל.)
אלעס גייט אויסלויפן עט סאם פוינט, אבער נישט עניטיים סאאן.
-איראן האלט צוויי חדשים אוועק פון האבן א פארטיגע נוקלעארע וואפן.
צוויי חדשים איז א גוזמא, אבער עס איז שטארק מעגליך זיי האבן שוין געהאלטן נאנט מערערע מאל, און זיי זענען געווארן אונטערשטעליג א דאנק כל'ערליי מעשים.
-ארגענעזאציעס זענען היינט געווארן ביזנעסער.
ווען אן ארגענעזאציע ווערט גרעסער, האט עס א שטערקערע טשענס צו ווערן א ביזנעס. מער און מער ארגענעזאציעס ווערן גאר גרויס.
-מענטשן האבן לעצטנס פארלוירן די געדולד, אלעס דארף געשעהן שנעל, מען אינוועסטירט נישט אין די "לאנג טערם".
דאס איז זיכער אמת א דאנק טעכנאלאגיע, אויך אין די אלגעמיינע וועלט. מען דארף באוואוסטזיניג אריינלייגן כח, זיך צו האלטן צו וואס מען וויל.
-טאטעס גייען אויפהערן שיקן זייערע קינדער לערנען קיין ארץ ישראל.
נישט געהערט דערפון.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell