פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קלעראוןשער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 12, 2023 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון

שליחה דורך קלעראוןשער »

"איך האב זייער ליב מיין כשר'ע סעל, איך האב שוין יארן נישט קיין סמארטפאון, איך וויל זיין א א סוקסעספולער טור גייד אן קיין דיסטרעקשאנס"
- פריידע וויזעל

נו, ווער גייט עס אריינלייגען אין 'השמעיני את קולך'?!

וואטשט דא אויף יוטיוב
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א כשר'ע סעל אדווערטייזט אויף... יוטוב?
אירע טורס פיגורירן אויף יוטוב?

נו נו, לייג עס אריין אין השמיעיני.
וירח ה' את ריח הניחוח
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: פריידע וויזעל האט א כשר'ע טעלעפאון

שליחה דורך לייביששרייבער »

איך זעה די ביזנעס וואקסט. מען דארף שוין אריין נעמען נאך אן אַרבעטער צו אונטערהאלטן די אודיענטס.



Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
קלעראוןשער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 12, 2023 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך קלעראוןשער »

שמעקעדיג האט געשריבן:א כשר'ע סעל אדווערטייזט אויף... יוטוב?
אירע טורס פיגורירן אויף יוטוב.
השמעיני איז פראפאגאנדע, ווילאנג מ'לאזט אויס די "הייקעלע" פרטים ווי די נאמען, יוטוב, וכו'איז עס מער ווי וועלקאם ווייל עס שטופט די אגענדע:
"טייערע אידן אפילו פרייע יודן מכשילי הרבים פארשטייען...."
יו געט דע פיקטשער..
גאלדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 08, 2023 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך גאלדמאן »

לייביששרייבער האט געשריבן:איך זעה די ביזנעס וואקסט. מען דארף שוין אריין נעמען נאך אן אַרבעטער צו אונטערהאלטן די אודיענטס.
ווער איז איר שותף אינעם ווידיא מיט וועם זי גייט ארום? פארוואס גייט ער מיט א קאפל?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

גאלדמאן האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:איך זעה די ביזנעס וואקסט. מען דארף שוין אריין נעמען נאך אן אַרבעטער צו אונטערהאלטן די אודיענטס. Sent from my SM-S908U using Tapatalk
ווער איז איר שותף אינעם ווידיא מיט וועם זי גייט ארום? פארוואס גייט ער מיט א קאפל?
איר זוהן
גאלדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 08, 2023 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך גאלדמאן »

ער גייט געווענליך א קאפל אדער נאר יעצט לפי המצב?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

לכאורה נאר יעצט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין: איהר זון (סעטה) האט איהר א ביסל צוריקגעשלעפט צו אידישקייט. ער איז געגאנגען אין א חבד"ס'קער ישיבה אלס קינד. ער האט "געצווינגען" זיין מאמע צו קויפן כשר'ע פלייש מיט א השגחה.

אויף שמירת שבת האט זי (בראשית או.טי.די. דרכה) זיך פארענטפערט אז זי קען נישט האלטן שבת. ווייל איהר "יונגל" האט נישט געהאט קיין אקטיוויטיס אום שבת. כאטש זי האט געצאלט געלט. ביז זי איז "געצווינגען" געווען איהם צו דרייוון צו א JCC אום שב"ק. נאר שפעטער איז ער (בזכות אבותיו הק') אנגעקומען צו א חב"ד ישיבה. און ער האט ,א ביסל "צוריקגעשלעפט" זיין מאמע...!

אוי. זיידי ווערטהיימער. ווען דו האסט אפגעטון דעם הייליגן אקט פון קנאות (אלס בחור) און אריין געדרייווט דעם טראק מיט די פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער האסטו נישט געחלומ'ט אז דיין טאכטער די געוועזענע שפיצל לעידי וועט גיין מיט "סלעקס" און פארן א קאר אום שב"ק...!
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אוי. זיידי ווערטהיימער. ווען דו האסט אפגעטון דעם הייליגן אקט פון קנאות (אלס בחור) און אריין געדרייווט דעם טראק מיט די פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער
tell me more
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען הרה"ק ר' ר' מאיר ווערטהיימער שליט"א איז נאך געווען א בחור האט סאטמאר געפיהרט (איינס פן די מערכות) א מערכה אקעגן דעם מארגן זשורנאל און דעם פארווערטס. די אידישע צייטונגען וואס דער היימישער עולם האט געליינט. ווייל קיין ענגלישע צייטונג האבן זיי נישט געקענט ליינען.

אמת. דער פארווערטס האט אפן מחלל שבת געווען און אן בושה ארויפגעפרינט אויף זייער אויסגאבע פון שבת די ווערטער "שבת". דער מארגן זשורנאל וואס איז אויך ארויסגעקומען (אין א געוויסע תקופה) אום שבת, האט כאטש ארויפגעשריבן אויף די אויסגאבע..."ערב שבת"... ד.ה. אז נאך פרייטיג קומט ערב שבת...לאל.

בקיצור: דער פארווערטס האט נישט געהאט קיין אייגענע פרינט שאפ. זיי האבן געלאזט דרוקן זייערע צייטונגען ביי די נ.י. פאוסט. וועלכע האבן (געהאט) זייער הויפט אפיס און שאפ אין לאוער מאנהעטן. איין טאג. ווען א דעליווערי טראק פון די נ.י. פאוסט איז געווען געפארקט. נאנט צום ברעג פון האדסאן ריווער. האבן עטליכע בחורים, מפי השמועה איז עס געווען הרה"ק ר' מאיר אויפגעמאכט די פארקינג ברעיק פונ'ם טראק. און דער טראק מיט אלע פארווערטס צייטונגען זענען געגאנגען שווימען...יענעם טאג איז נישט געווען קיין פארווערטס צייטונג...קדוש יאמר לו....!
בית הלוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 09, 2023 9:58 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך בית הלוי »

berlbalaguleh האט געשריבן:ווען הרה"ק ר' ר' מאיר ווערטהיימער שליט"א איז נאך געווען א בחור האט סאטמאר געפיהרט (איינס פן די מערכות) א מערכה אקעגן דעם מארגן זשורנאל און דעם פארווערטס. די אידישע צייטונגען וואס דער היימישער עולם האט געליינט. ווייל קיין ענגלישע צייטונג האבן זיי נישט געקענט ליינען.
מאיר ווערטהיימער וואס האט געעפענט המספיק?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: נישט דער ר' מאיר ווערטהיימער וואס איז אקארשט נפטר געווארן אין א"י...!
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

בית הלוי האט געשריבן:מאיר ווערטהיימער וואס האט געעפענט המספיק?
אגב, מאיר ווערטהיימער האט נישט געעפנט המספיק. המספיק האט ארגינעל באלאנגט פאר די ווילעדזש/מוסדות/קהל (עפעס אזוי) און ווען מ'האט געוואלט ווארפן ווערטהיימער'ן פון די באורד האט מען אים צוגעווארפן א ביינדל 'המספיק' וואס ער האט למעשה פארוואנדלט אין א גאלדן-גרוב. מאיר הירש האט עס שפעטער געוואלט צוריקכאפן אבער ס'איז געווען צו שפעט.

קרעדיט: מפי השמועה.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

פי השמועה זייער נישט גוט געהערט. איך דענק די מעשה זיך אפשפילן.

עס איז נישט געווען מיין המוסד, עס איז געווען א פריוואטע אונטערנעמונג פון צוויי שותפים. איין שותף ליפא גראסס און דער צווייטער שותף מאיר ווערטהיימער.

ליפא גראסס האט געוואלט זיך צוטיילן און מאיר ווערטהיימער האט אים פארווארפן פון ביידע וועלטן דאן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: און דער המשך הסיפור גייט נאך ווייטער אן. 'עמיר רעדן אין (בערך) 2 יאר ארום.

נאר דער אשכול פארפארט. ס'איז דאך איבער פריידע וויזעל און איהר כשר'ע פאון. נישט איבער מאיר וועטרהיימער און המספיק.

ווער איז שולדיג? עז יוזשועל... בערל בעל העגלה...!
מאיר זרח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 14, 2023 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך מאיר זרח »

berlbalaguleh האט געשריבן:יא: נישט דער ר' מאיר ווערטהיימער וואס איז אקארשט נפטר געווארן אין א"י...!
זי האט איבערגעלאזט די עשירות און געווארן א ביליגע tour guy?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

מאיר זרח האט געשריבן:זי האט איבערגעלאזט די עשירות און געווארן א ביליגע tour guy?
ווי גייט נאר די ניגון?
אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט.....
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שוין: מ'עט אריינלייגן אין "בליצן" זשורנאל (נישט מעגעזין, ח"ו) וואס איך באקום א יעדן חודש אומגעבעטן אן אינטערוויו מיט די סוקסעס'פולע'ר (ווי האט נאר דער בעלזער חסיד פון א"י געזאגט סוקסע(ק)ספולער) טור גייד הרבנית הצדיקת מרת פ. וויזל (ווערטהיימער) שתליט"א און צוזאמען מיט איהר זון הב' החשוב כמר"סעטה", הי"ו, אז זיי ווילן בכונה נישט האבן קין "סמארטפאון", רח"ל הס מלהזכיר. נאר א כשר'ע פאון. א "פליפ" פאון, כלשונם הטהור.
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

שליחה דורך די אנדערע זייט »

איך האב נאר געזעהן איר טור ערב שבת אין וויליאמסבורג, ס'איז זייער אינטערעסאנט ווי איינער וואס האט אפגעלאזט אונזער קולטור, זאל רעדן אזוי פאזאטיוו, מיט אזעלכע געפילען צי אונזערע מנהגים, כל הכבוד
גאלדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 08, 2023 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך גאלדמאן »

berlbalaguleh האט געשריבן:ניין: איהר זון (סעטה) האט איהר א ביסל צוריקגעשלעפט צו אידישקייט. ער איז געגאנגען אין א חבד"ס'קער ישיבה אלס קינד. ער האט "געצווינגען" זיין מאמע צו קויפן כשר'ע פלייש מיט א השגחה.

אויף שמירת שבת האט זי (בראשית או.טי.די. דרכה) זיך פארענטפערט אז זי קען נישט האלטן שבת. ווייל איהר "יונגל" האט נישט געהאט קיין אקטיוויטיס אום שבת. כאטש זי האט געצאלט געלט. ביז זי איז "געצווינגען" געווען איהם צו דרייוון צו א JCC אום שב"ק. נאר שפעטער איז ער (בזכות אבותיו הק') אנגעקומען צו א חב"ד ישיבה. און ער האט ,א ביסל "צוריקגעשלעפט" זיין מאמע...!

אוי. זיידי ווערטהיימער. ווען דו האסט אפגעטון דעם הייליגן אקט פון קנאות (אלס בחור) און אריין געדרייווט דעם טראק מיט די פארווערטס צייטונגען אין האדסאן ריווער האסטו נישט געחלומ'ט אז דיין טאכטער די געוועזענע שפיצל לעידי וועט גיין מיט "סלעקס" און פארן א קאר אום שב"ק...!
דיסלייק,

כמעט יעדער האט קינדער און אייניקליך וואס זענענן ארויסגעקאלערט פונעם ליין בגשם אדער ברוח, עס קומט נישט צו דערמאנן די חטאת נעורים פון די עלטערן אדער די זיידעס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאלדמאן: דו האסט א טעות. קיינער זאגט נישט אז הרה"ק ר' מאיר ווערטהיימער האט נישט גוט געטון מיט זיין קנאות אקט אלס בחור. דאס רעפלעקטירט אויך נישט אויף זיין טאכטער'ס ארויסגיין פון די ליניע. ס'פראווט נאר א קליינטשיגע נקודה. אז הייליגקייט ביים טאטן אדער זיידע גאראנטירט נאכנישט אז די קינדער און אייניקלעך וועלן בלייבן קדושים וטהורים. ווייל פאר אלעם אויף די וועלט באשולדיגט מען די אינטערנעט מיט די סמארטפאונס און טעכנאלאגיע.

ס'איז דא נאך א מענטש וועלכער ווערט פאררעכנט פאר א קדוש וטהור. און זיין אייניקל איז רחמנא ליצלן אפגעפארן טויזנט מאל ערגער ווי פרידא וויזעל. און יענע איז נאך א בהמה אויך דערצו. און מ'קען נישט באשולדיגן איהר זיידע אין איהר מצב ברוחניות...!
פארשפארט