ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון רביה"ק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6529 מאל

ל"ג בעומר כאראקטערעזירט אידישקייט פון רביה"ק

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס איז אן ענטפער אויף דיעס אשכול מיט א תגובה פון מי אני

לעגענדע פארציילט אזא מעשה, געוועהן אמאל א אידל וואס איז האט זיך געטראפן פארוויילן דעם שבת אין א פארשטופטן שטעטל, און די שבת איז גראדע דורכגעגאנגען זייער שיין. מוצאי שבת צו מעריב קומט דער איד אריין אין שוהל מיט זיין גאסטגעבער און ס'הייבט זיך אן א געפעכט, א חלק עולם שרייט אז דער מנהג איז מוצאי שבת אנצופאנגען פון והוא רחום, אן אנדערע חלק עולם שרייבט אז דער מנהג איז אלץ געוועהן אנצופאנגען פון שיר המעלות, די קולות ווערן העכער און העכער, ס'גייט נישט אדורך אפאר מינוט און שטענדערס פליען, הענט פראסקענען, מיילער שרייען, הקיצור, די גאנצע שוהל איז באשעפטיגט אין א גרויסעארטיגע קריג. גיבט זיך אונזער אידל א דריי אויס צו זיין גאסטגעבער און גיבט איהם א פרעג אזוי, "איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר, וואס האט מען געטוהן לעצטע וואך און די וואך בעפאר? ווען פונקטליך און וויאזוי האט מען פון איין וואך אויפ'ן אנדערן פארגעסן די מנהג?" ענטפערט איהם יענער "דאס איז טאקע געוועהן אונזער מנהג מקדמת דנא, אז מ'שלאגט זיך וואס איז דער מנהג, דאס האט מען געטוהן לעצטע וואך, און די וואך בעפאר, ביז'ן טאג פונעם גרינדונג פון די קהילה..."

לעניננו, ס'קומט ל"ג בעומר און ס'טוט זיך א געטומל, זיצן א קבוצה אידן און מאכן א מנגל לכבוד בר כוכבא, א צווייטע קבוצה אידן שטייען ארום א פייער און טאנצן פאר פרייד לכבוד רבי שמעון. פארט א איד זיך משתטח זיין ביים ציון הקדוש אין מירון, קומט א צווייטער און שרייט אז מ'טאר נישט גיין ווייל ס'איז דורש אל המתים, א דריטער קוויטשעט אז ס'בכלל נישט דא וואס צו פארן קיין מירון ווייל ס'איז ניטאמאל די יארצייט פון רשב"י… פאר'ן מקובל איז ל"ג בעומר די גרעסטע טאג אין יאר, מ'צינדט פייערס, מ'פארברענט קליידער, און מ'פועלט ישועות ביי רבי שמעון. פאר'ן רמבם'יסט ווידער איז ל"ג בעומר א תשעה באב, מ'קלאגט און מ'וויינט אז די גאנצע ל"ג בעומר/רשב"י/קבלה איז איין גרויסע שטיק עבודה זרה וואס איז מצער אבינו שבשמיים רח"ל…

און וואס טוט זיך לגבי דעם עצם חג? (א יום טוב איז עס נישט ווייל ס'נישט אסור במלאכה, וסימנך אז אין די תורה ווערט נישט דערמאנט די ווארט "יום טוב", וד"ל) פון וואו קומט דאס? קיינער ווייסט נישט פון וואו פונקטליך דאס קומט אבער בערך ווייסט מען. ערגעץ אינעם מיטל-אלטער האט זיך געשאפן א לעגענדע איבער די 24,000 תלמידים פון רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן בימי העומר, שפעטער איז געווארן א מנהג צו גיין אויף קברי צדיקים אין גליל בימי העומר צו דאווענען אויף רעגן, בעיקר צו קברי הלל ושמאי. שפעטער זענען געקומען עולים פון שפאניע און זיך באזעצט אין צפת, מיטגעברענגט פון שפאניע האבן זיי דעם ספר הזוהר מיט א רייכע טראדיציע איבער רבי שמעון און זיי פלעגן אסאך גיין זיך משתטח זיין אין מירון ביי רשב"י און נאטורליך איז יענע פלאץ געווארן אן עיקר פלאץ פאר עלייה לרגל. שפעטער האבן זיך אויך געשאפן לעגענדעס אז אום ל"ג בעומר האבן די תלמידים פון רבי עקיבא אויפגעהערט שטארבן און אז ל"ג בעומר איז אויך די יארצייט פון רשב"י, און אז איך טאג איז ער ארויס פונעם הייל, ויצא העגל הזה. שפעטער זענען געקומען די ציונים און געמאכט דערפון א יום טוב פון פייערן די גבורה פון בר כוכבא, די לעגענדעס איבער די קשר פון בר כוכבא צו י"ח באייר האלטן נאך אינמיטן עוואלוון און דארפן צו זיין גרייט געבאקן לכבוד ל"ג בעומר ו' אלפים קמ"ד.

אלזא וואס איז די קעטש? פארוואס איז רבינו הקדוש אזוי פרייליך מיט דיעס יום טוב? מעשי בנים סימן לאבות…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מנהל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט דברי כפירה און אויסגעשפארט דעם שרייבער פאר א וואך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר