וומסב"ג: מערכה אנטקעגן פלייש געשעפטן אין סופערמארקעטס
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 08, 2023 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 16, 2020 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 198 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
c/p
די בעסטע געפעלט מיך נאך ווי זיי רעדן זיך איין אז מ'קען נאך רייטן אויפן ציבור מיט די אלט פארצייטישע טעראר פון פערציג יאר צוריק...
איך וועל דיר מסביר זיין די זאך בקיצור נמרץ.
82 האט געהאט עטליכע געלעגנהייטן צו מאכן א דיעל מיט די נייע סופערמארקעטס אין וויליאמסבורג, זיי האבן ארומגעפוילעצט ווייל ס'איז זיי נישט איינגעפאלן אז ס'קען קומען א בוטשער וואס וועט באדינען זייער ציבור האבן זיי נישט פארוואס צו אראפגעבן פראפיטס פאר יענעם, זעהט אבער אויס ווי זיי האבן זיך פאררעכנט. און אז זיי האבן געמאכט א שלעכטן ביזנעס דיסיזשען, קענען זיי טון וואס אנדערע טוען אין אזא מצב, מ'ווישט זיך אפ ס'נאז און מ'גייט ווייטער. אבער ניין, 82 מוז דאך האבן די מאנאפאלי פון די פלייש. חלילה דא זאל אריינקומען אין וויליאמסבורג נאך א בוטשער מיט א הויכע ניווא השגחה וואס די עולם טראסט, דאס גייט דאך שניידן טיף אין טאש פאר 82. טא וואסזשע טוט מען? צו ערשט האבן זיי פראבירט סתם אנצוזייען שמוץ אויף בירדסבארא, וואס איז געווען א קלינגעדיגע דורכפאל, ווי יעדער געדענקט די מעשה אפאר חדשים צוריק און סתם אזוי וואלט די סטראטעגיע אויך נישט געהאלפן קעגן די ראזמערי התאחדות פלייש וואס קומט נישט פון בירדסבארא.
ממילא האט זיך אנגעהויבן א שרעקליכע טעראר אקעגן יעדן רב עקסטער פון התאחדות הרבנים. די פרעשור וואס די רבנים גייען אדורך זייט 82 איז געוואר געווארן אז די נייע סופערמארקעטס גייען האבן התאחדות פלייש איז איום ונורא, פארשטייט זיך אז די רבנים האבן זיך נישט צוטון געמאכט קיין כי הוא זה פון די געלט געטריבענע יונגען און די התאחדות שטייט ווייטער פעסט מיט זייער השגחה אויף די פלייש יאכטן אין די נייע סופערמארקעטס טראץ די אומגעהויערע פרעשור. זענען די יונגען מיט זייער חוצפה געלאפן דרייען א קאפ דעם רבי'ן, און די חברי הביד"צ דקיט"ל, מיט אויסגעזויגענע טענות אז עס איז א מכשול צו לאזן פארקויפן פלייש אין א גראסערי אא"וו, אזש די חוצפה גייט אזוי ווייט ווי פארפירן די רבנים אז זיי זאלן זיך אליין מבזה זיין צו שרייבן א קול קורא אז מ'טאר נישט פארקויפן פלייש אין קיין סופערמארקעטס אין וויליאמסבורג (!), וואס דאס ווייסט יעדער חדר יונגל אז מאז ומקדם האט נישט דער רבי און נישט די בית דין געלאזט הערן א ווארט אויף דעם ענין.
בקיצור, א פרישע דערהער, א נייע מכשול געבאקן נאך פסח תשפ"ג... די נאמען פון די מכשול איז, פלייש אין סופערמארקעטס.
נאדיר אפאר פאקטן:
- הצלחה וויליאמסבורג פארקויפט פלייש 20 יאר, ס'האט טארטיקאווער הכשר, איז קיינמאל נישט געווען קיין מכשול.
- טשעסנאט פארקויפט יאסי'ס קאטס פאר א 5-10 יאר, מיטן זעלבן השגחה, איז אויך קיינעם נישט אנגעגאנגען.
(אגב, האבן זיי געטרייט די ערשטע זאך צו מיאוס טעראריזירן ר' שמואל טייטלבוים ער זאל אראפנעמען די השגחה פון הצלחה און טשעסנאט אזוי קען מען מארקעטן אז ס'איז אן איסור קדמונים. עס האט אוודאי נישט געארבעט ווייל ער האט א קאנטרעקט מיט זיי און ער קען עס נישט דראפן אפילו אויב ער וויל ווען, אבער זיי שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט...)
- סאטמאר מיעט 82 פארקויפט שוין יארן לאנג אין ווייט לעיק סופערמארקעט ביי לפידות און ס'איז קיינמאל אנטשטאנען א קול קורא דערקעגן...
- 82 פארקויפט די פלייש פאר די היימישע עולם אין מאנסי אין צוויי אדער דריי סופערמארקעטס, איך געדענק נישט פונקט וועלכע, אבער הדברים ידועים. אמאל געווארן גע'אסר'ט? זאג דו.
- נאך לעצטע וואך האט 82 פראבירט צו זיצן מיט די בעה"ב פון W פרעש צו ארויסקענסלען בירדסבארא און איבערנעמען די בוטשער אין זייער נייעם פא-דא, אבער וואס טוט מען אז ס'ארבעט זייך נישט אויס? אה, קיין פראבלעם, וועט מען לעיבלן די גאנצע ביזנעס אן איסור דאורייתא.
געב אויך אוועק א רגע צו פארשטיין פון וואספארא פירצה מ'רעדט דא. מ'רעדט נישט אז פינקל וויל עפענען א ברענטש אין וויליאמסבורג... מ'רעדט דא פון אריינברענגען די התאחדות הרבנים פלייש קיין וויליאמסבורג - די סאמע מערסט מהודר'דיגע פלייש אויפן מארקעט - וואס התאחדות איז סתם אזוי אלץ געווען די שטאלץ פון אונזער ציבור, און אלע רבנים און דיינים וואס שטייען בראש התאחה"ר זענען דאך תלמידים מובהקים פון רבי'ן ז"ל און רירן זיך נישט אוועק כקוצו של יוד פון דרך המסורה לנו, און טאקע די חשוב'ע רבנים האבן די געלט גייציגע חברה באשלאסן צו צאפן די בלוט מיט אלטמאדישע פארשטויבטע טעראר מיטלען זיי זאלן ציטערן צו ערלויבן א קאמפעטישן פאר 82.
זיי מיינען טאקע אז די וויליאמסבורגע איינוואוינער זענען זייערע בהמות און מ'וועט נישט כאפן זייערע שטיק? התאחדות הרבנים איז די מערסט באגלייבטע השגחה ביים ציבור יראים ושלמים, האלטסט טאקע אז די ציבור וועט זיך שרעקן פון טעראר בריוון פון אפאר העצערס וואס ווילן פארשווייגן דעם כח פונעם שטערקסטן בי"ד און השגחה ביים היימישן עולם? פרעג יעדן ערליכן יונגערמאן אין אונזער קהילה און 99% וועסטו הערן אז מ'איז דירעקט אינטערסירט צו האבן התאחדות פלייש עוועילעבל אין וויליאמסבורג, טא מיט וועלכן רעכט פראבירט מען אריינצומישן און מבזה זיין דעם כבוד פון רבי'ן פאר אפאר דאללער. איך מיין מ'דארף דאך זיין משוגע צו מיינען אז זיי מיינען דא די תורה הק'... ס'איז טשיעפ. ס'איז מיאוס. ס'איז עקלדיג.
בכלל איך דארף עס אפילו נישט זאגן, גאנץ התאחדות הרבנים איז מיסודו של אותו צדיק רביה"ק זי"ע וואס איז געווען נשיא התאחה"ר אין די ערשטע יארן, און אויך בימינו אלה ווייסט יעדעס קינד אז התאחדות מיטן רבי'ן זענען איינס, און גיין אנדרייען דעם רבי'ן אקעגן די רבנים פון התאחדות פאר פאליטישע חשבונות פון מאכן א גרייצער איז אן עוון בל יכופר. אין יעדע מערכה פון שלומי אמוני ישראל שטייט דער רבי צוזאמען מיט די רבנים התאחדות וואס דאס איז א קשר פון יארן וואס דו קענסט נישט אפטיילן אפילו מיט כח, קומען גיין אפאר יונגאטשן, מחרחרי ריב, און פארפירן פארן רבי'ן אז די התאחה"ר וואס שטייט תחת נשיאותו קומט אונטערהאקן פירצות בחומת הדת? ווי פאלט זיי ביי אפי' אזעלכע נידריגע טאקטיקן.
לאז אפ א רגע די חוצפה פון פייניגן עלטערע רבנים על לא דבר פאר חשבונות פון אפאר דאללער. וואס איז זייער רעכט פון רייטן אויפן ציבור און נישט ערלויבן נאך א ברענד פון מהודר'דיגע פלייש מיט הויכע כשרות סטאנדארטן? וויפיל טאטעס פון קינדער געבענטשטע משפחות פארן קיין בינגאו איינקויפן התאחדות פלייש ווייל זיי קענען זיך נישט ערלויבן די הויכע פרייזן ביי 82? די תירוץ איז, זייער אסאך. איז אידישליך צו בלאקן א התאחדות בוטשער אין וויליאמסבורג ווייל זיי זענען בכח צו ברענגען בעסערע פרייזן אדער בעסערע פלייש? איז עס מענטשליך פאר די אלע משפחות וואס צופליקן זיך צו קויפן נאר היימישע פלייש?
נאר וואס דען? די געלט גייציגקייט פון די 82 חברה איז דאך נישט קיין נייעס פאר קיינעם, היינו טעמא אז זיי האבן זיך דערוואגט ארויסצולייגן הימל שרייענדע פרייזן אויף די ערב פסח מצות אויף א פארנעם וואס ס'האט נאך קיינער פארדעם נישט געטון, והיינו טעמא פון די אומדערהערטע קעמפ פרייזן וואס שניידט אריין טיף אין די הערצער פון די עלטערן אזוי ווייט אז דער רבי האט זיך געמוזט אריינמישן און אהערשטעלן אן אלטערנאטיוו פאר די עלטערע קינדער צו קענען בלייבן אין דעי קעמפ אין שטאט ווייל הני מילי בדלית ליה... דאס איז עס, א יש לו מנה רוצה מאתים קליקע וואס איז זיך נישט גרייט אפצושטעלן פאר גארנישט. זיי קימערן זיך גאנץ ווייניג מיט דעם רוב ציבור וואס מוטשעט זיך צו דעקן די הויכע לעבנס קאסטן די לעצטע תקופה, און יעצט זעהט זיך עס אן נאכאמאל ביי דעם אז זיי פראבירן צו בלאקן אז אנדערע פלייש קאמפעניס זאלן נישט קענען קומען צושטעלן קוואליטי סחורה.
שרעק דיך נישט, די טעראר ארבעט שוין נישט היינט. די רבנים וועלן דאס אדורכשוויצן, דער רבי שרעקט זיך שוין נישט אזוי פאר זיי, בירדסבארא וועט קומען, מיעל מארט וועט קומען, ביידע וועלן זיי ארויסשטעלן דעם הערליכן התאחדות זיגל און זאל זיך 82 מוחל זיין און פארמעסטן מיט די קוואליטי און די פרייזן (און די כשרות.. נעווער מיינד) וואס די התאחדות פלייש ברענגט מיט זיך. דאס אלעס.

- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Cp
*התאחדות... עיטי טאָ 82 עיטי טאָ 82 התאחדות...
•עס איז אביסל אן אריכות אבער ווערד צו ליינען פאר אייער בענעפיט•
די צוויי ווערטער הערט זיך מיט א שטורעם מיט א געפּילדער, אין די חרדישע גאַס נייעסן די לעצטע שטיק צייט. עס פארט ארום זאַצן מיט עטוואס האלבע אינפארמאציע, און היציגע דעבּאַטעס מיט עפעס פערטל שמועות.
דער ציבור היינט צוטאגס, איז א ציבור וואס זוכט קלארקייט. זיי גלייכן צו פארשטיין אלעס מיטן אמת פונעם שורש הדבר, זיי האבן דעם געפיל און דעם שכל צו קענען די אמת'ע פאקטן ארום און ארום פון יעדן ענין וואס טומלט זיך.
אויב אמאל האבן זעלבסט געקרוינטע יחידים געקענט פארקויפן פארן ציבור אלעס, מיט הארטע שקרים, געקינצלטע ליגענטס, באשפריצלט מיט מכלומרשטע קנאות אָן טאַפּ, כדי צו קענען אויספירן זייערע פריוואטע אגענדעס מיטן לבוש פון פרומקייט, אן א שום שוועריגקייטן, איז די צייטן האבן שוין א דעזעגנירטער מקום אין די היסטאריע ביכער ווייל די גוטע צייטן האבן זיך שוין לאנג פארענדיגט.
דער עולם איז הונגעריג און אפן צו הערן און וויסן דעם אמת לאמיתו!
די סיבה פונעם ענדערונג אינעם עטיטוד ביים ציבור און צוגאנג צו א טומל איז... די טראָסט!
דער ציבור האט מיט די צייט פארלוירן דעם טראָסט אין די טומעל מאכערס..!
דער ציבור איז געקומען אויף די שפורן פון די ספעציפישע מענטשן וואס פירן אלץ יעדע וויסטע מערכה, וואס זיי ווייסן בלויז פון בונטעווען, טעראריזירן, מאניפולירן, כדי אויסצופירן מיט זייערע שמוציגע טריקס אלעס בלויז לטובתם גארנישט לטובת הציבור.
איז אט די אמאליגע בלינדע טראָסט איז א פארגאנגעהייט ביים חשוב'ן ציבור החרדים לדבר ה' והצמאים לדבר האמת לאמיתו. דער ציבור האט געכאפט דעם אַבּיוז אף פּאויער מיט וואס מען באנוצט זיך צו יעדע נארישע טומלעריי און זיי האבן דעריבער אנגעהויבן נוצן זייער אייגענעם געזונטן שכל. (נאך איינע פון די שטארקע סיבות פארוואס די טראסט איז אויף א גראונד זערא לעוול וועט אויסגעשמיסט ווערן אין די שורות שפעטער.)
איז לאמיר אויסשמועסן דעם נייעם לופטיגן "התאחדות" - "עיטי טאָ" 82 טומל, וואס ווערט היצט אנגעדרייט דורך די אלטע סארט ווילדאַקען.
עס איז דא א סוגיא פון "ביזנעס". ווער פארשטייט דען נישט צו ביזנעס? יעדער שמויגער היינט צוטאג איז דאך א פול פלעדזש ביזנעסמאן.
יעצט, אין די ביזנעס וועלט איז דא א באגריף פון קאמפעטישן. און צווישן קאמפעטישן איז דא א נאטורליכע רייץ ווי יעדער פראבירט איבערצוקומען דעם קעגנער, און יעדער פראבירט אויפצוקומען מיט בעסערע איידיעס, בעסערע סערוויסעס, כדי צו כאפן דעם אויבערהאנט איבער די באזע פון קליענטן.
ווידער פארן ברייטן ציבור איז קאמפעטישן א מוז, כדי סיי וועלכע סארט מאניפולאציע זאל זיך נישט ארויפזעצן אויפן ציבור און זיי אויסניצן מיט א ברוטאלן האנט. דעריבער ווען עס איז דא קאמפעטישן ראטעוועט עס דעם המון עם און זיי בענעפיטירן!
כשרות פראדוקטן איז פארשטייט זיך אויך א ריזן ביזנעס אינדוסטרי, וואס זיי שטעלן צו כשר'ע פראדוקטן אויף די העכסטע סטאנדארטן פארן וואקסענדן ציבור בליעה"ר.
איינע פון די גרויסע בארימטע פירמעס וואס ארבייטן איבערמידלעך אז דער היימישער ציבור זאל האבן היימישע כשר'ע מאכלים לויט אונזערע מסורות, איז ווי באקאנט די חשוב'ע כשרות נעץ אפאראציע פון "התאחדות הרבנים" - אין קורצן ווערט עס גערופן "התאחדות".
"התאחדות הרבנים" מיט איר כשרות אפטיילונג איז געגרינדעט געווארן דורך איתן אדונינו מרן רביה"ק זי"ע, כדי עס זאל דינען דעם חרדי'שן ציבור פאר אלע נויטיגע אידישקייט אנגעלעגנהייטן. און אזוי איז טאקע איינע פון אירע גרויסע און וועלט בארימטע פונקציעס צו געבן הכשרים לענגאויס דעם חרדישן אמעריקע. יעדע בעל הבית פון א עסן פירמע וואס זוכט צוצושטעלן פראדאקטן אויפ'ן העכסטן סטאנדארט פון כשרות אויפן דרך פון רביה"ק זי"ע - דער גרינדער פונעם ארגענעזאציע - זענען זיי דא צו באדינען אזוי ווי דער גרינדער מרן רביה"ק האט געוואלט און פארלאנגט.
ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע אויך געגרינדעט דעם סאטמארן בוטשער סטאר, וואס ווערט היינט גערופן דא לאקאל אין די שטאט 82, אויף איר אדרעס 82 ליע עוועניא.
יעצט צום טומל:
עס האבן זיך געוואנדן די צוויי נייע גרויסע סופּפּער-מאַרקעט געשעפט אייגענטומער פון דא אין וויליאמסבורג, איינע איז די פאָאָדאָאָ געשעפט, און דער צווייטער איז די ראָזמערי געשעפט. זיי האבן געבעטן "התאחדות" זאל מסכים זיין צו נעמען די גרויסע געשעפטן אונטער זייערע פליגלען, און זיין דער אויסשליסליכער הכשר אויף זייערע מעגאַ געשעפטן, וואס דאס נעמט אריין אלעס אין געשעפט, אין צוגאָב די פלייש דעפארטמענט אויך אינעם געשעפט.
פארשטייט זיך אז די "התאחדות" כשרות אפטיילונג האט גענומען אויף זיך דעם גרויסן אחריות, און ארויפגעלייגט זייער בארימטן פאפולערן הכשר אויף די געשעפטן, אז דער ציבור זאל הנאה האבן מיט א ריכטיגן פארלעסליכן הכשר וואס איז אנגענומען ביי אונז היימישע, און צוגאב צו די הויעכע סטאנדארט פלייש וואס קומט פון דעם בארימטן "התאחדות" געפירטן פלענט בּורדסבּאָראָ.
פיין!
יאכלו ענווים...
כשר, ישר... א מחי-ה!
דא איז אבער קפץ עליהם רוגזם של 82 פלייש אפוטרופסים...
ווי עס איז באקאנט איז 82 פלייש היינט צוטאג א פליסיגער קראַן און מאכטפולע געלט מאשין פאר יחידים וואס גלייכן זייער שטארק דעם דאללער, עס איז א ביזנעס מיט אסאך געלט ב"ה. (עס האַרט חלילה קיינעם נישט אז אפאר יחידים שאַרן גרויס געלט פונעם ציבור וואס ווילן כשר פלייש למהדרין, מיר זאגן נאר די מציאות).
דאס איז געווען נאכדעם וואס די געשעפטן האבן זיך בעצם געוואנדן צו די בעלי בתים פון 82 פלייש אז זיי זאלן זיי צושטעלן פלייש פאר זייערע געשפטן, און 82 האט פשוט פארזען א גוטן ביזנעס אפערטונעטי. פארוואס מוזן יענעם פראצענטן פאר יענעם.
וואס זיי האבן אבער פארזען איז אז די געשעפטן וועלן זיך דווקא שטעלן צו האבן נאר פלייש מיט די העכסטע כשרות סטאנדארטן למהדרין מן המהדרין, דווקא נאר דאס וואס יהדות וויליאמסבורג הקדושה וויל אויף זייערע טישן - "התאחדות" הכשר.
איז מיט דעם וואס עס איז געלונגען פאר די געשעפטן אז די "התאחדות" האבן מסכים געווען צו זיין אחראי אויפן געשעפט און צוגאב די פלייש, האבן זיי געשפירט א מכלומר'שטע שטער פאר זייער געלט מאשין אפאראציע...!
ווייל פארשטייט זיך אז יעדער ערליכער איד המדקדק בכשרות, וועט זיך ערלויבן צו קויפן די "התאחדות הכשר" פלייש, וואס איז בארימט מיט אירע רבנים בעלי המכשיר זייענדיג מחשובי התלמידים פון מרן רביה"ק זי"ע.
גלייך ווי זיי האבן געזען אין זייער דמיון אז ס'קען חלילה פאסירן אז זייערע מולטי-מיליאן פארדינסטן קען פארמינערט ווערן מיט אפּאָר צענט, האבן זיי זיך גענומען מיט דעם אלטן צוריקגעשטאנענעם מהלך, פון סטראשונגען און ווילדע וואולגארישע טעראר און מאַפיאָנערישע שטיקעס און טאקטיקן, אז זיי גייען חלילה אונטערברענגען דעם הייליגן ארגענעזאציע "התאחדות הרבנים" דורכ'ן איר באשמיצן און פארשפריייטן פאלשע מעשיות און ליגענטס, און יורד זיין לחייהם פון די רבני התאחדות, דער חשובע'ר רבנים פאראיין וואס איז געגרינדעט געווארן דורך מרן רביה"ק זי"ע.
און פארשטייט זיך אזוי ווי אייביג טוט מען דאס מלבש זיין אין "אידישקייט"...
אז כביכול - רחמנא ליצלן - די סאטמארע בוטשער סטאר ווערט אטאקירט....
אבער דעם הויך קלינגעדיגן סוד ווייסט דאך יעדער, אז אלעס איז בלויז א שלייער, מען ניצט דעם אידישקייט קאַרטל ווען יעדער זעט און פארשטייט אז דא מיינט מען בלויז... געלט! געלט! און נאכאמאל געלט! און פארשטייט זיך העולה על כולם איז דאס באגלייט מיטן פארשטינקענעם מדה פון גאווה צו פארבלייבן די מאניפולאציע און קאנטראל!!
און מיט דעם פאלשן שלאג ווארט "אידישקייט" רייט מען אויפן חשוב'ן ציבור התמימים וואס ווילן זיין ערליך און עסן מאכלים בתכלית הכשרות.
איז וואס פאסירט?
דער עולם היינט איז שוין נישט אזא כצאן לטבח עולם, וואס לאזט זיך פירן אין די פינצטער פון אפאר (צו איין) געמיינע(ר) ווילדע(ר) מאפיאנערישע יחיד/יחידים וואס זייער גאנצע עקזיסטענץ האלט זיך נאך אויף טעראר.
טעראר אויפן ציבור.
און טעראר אויף די חשוב'ע אומשולדיגע הייליגע רבנים פון די שטאט.
איז דער עולם שמעקט שנעל אז דא מיינט מען בכלל נישט קיין כשרות, און נישט דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו, און אוודאי אוודאי נישט קיין אידישקייט... גארנישט!! גארנישט!! בלויז דעם הונגער פאר נאך מיליאנען טולער'ס, און פאר'ן בלויזן תאוות השררה פון אוינען בעלות און הערשאפט איבערן נעבעכדיגן אידל...!
דער פועל יוצא פון אט די פאלשע כסדר'דיגע פאלשע טומלען איז דער קאנצעקווענץ, אז דער חשוב'ער ציבור פארלירט זייער טראָסט אין די עכטע זאכן וואס איז באמת וויכטיג פאר אידישקייט, די זאכן וואס זענען באמת געווען שאיפת קדשו פונעם רבי'ן זי"ע.
דער יחיד האלט מיט טאג-טעגליך ווי אט די פאלשע יונגען נוצן דעם אויבערשטן, נוצן דאס הייליגסטע פון אידישקייט פאר זייערע געמיינע אינטערעסן און ביליגע השחתה מידות.
ער זעט אנדערע פארבן לגמרי פון וואס זיי שטעלן אן.
ער זעט פארשוועכונג אין כל הקדוש לנו. ער זעט א אווערדאָזע פון שקר. א פלייץ פון טעראר איבער רבנים ופני העדה, אלעס בלויז פאר געלטגייציגקייט און שררה.
מאכט ער זיך שנעל דעם חשבון, אויב דער פרומער שלייער וואס מיר האבן געמיינט אמאל איז אן אמת איז דאך איין שטיק הוילע בלאף, איז דאך מסתם אלעס איין שטיק בלאף. מאכט ער זיך אליינס אפ אין אידישקייט וואס אים שמקעט.
איז דעריבער ווען איר וועט כאפן א שפאציר צו די פליישיגע רעסטוראנען וואס געפינען זיך לענגאויס ניו יארק וואס איז היפש נענטער צו טריפה רח"ל (זיכער לויט אונזער מסורת) וואס די אלע מקומות זענען אונטער OU, וואס א ביזי פארקער עס טוט זיך דארטן נאכט נאך נאכט פון אונזערע היימישע חסידישע יונגעלייט, מען עסט און מ'טרינקט ביז אין די נאכט אריין מכל הבא ליד, און ליידער דווקא די יונגעלייט וואס דארפן לכאורה צו קויפן בלויז סאטמאר'ע פלייש אינעם סאטמארן בוטשער סטאר.
ווייל אט די ביליגע סארטן טומלערייען וואס ווערט היצט געפירט קעגן די "התאחדות הכשר" מיט אן אבּיוז אף פּאויער פארשלייערט מיט פאלשע הימלישע הייליגקייט, זענען די קאנסעקווענצן פון דעם הירוס וחורבן אינעם קאפ פונעם יוגענט, וואס ברענגט דערצו אז מען לאכט אפ פון אלעם פארהייליגט. אבער די ביים שיסל מיטן געלט גייט דאס דאך בכלל נישט אן!
ביז אהער האבן מיר מאריך געווען כדי צו פארשטיין וואס וויל די באהערדע פון 82 פלייש געשעפט פון די אומשולדיגע "התאחדות" פלייש הכשר.
צום שלוס פאר היצט:
אזוי ווי 82 האט געזען אז זייער טעראר מיטן אויסרייד פון אידישקייט ארבייט שוין נישט ביים ברייטן ציבור.
נישט וועלנדיג אראפלייגן די געווער, איז אין די יעצטיגע טעג אויפגענומען געווארן א באקאנטער "קול קורא ספעציאליסט" און טעראריסט, בארימט מיט זיינע כסדריגע טעראריזירונגען קעגן די חשוב'ע רבנים, שוין פאר לאנגע לאנגע פיינפולע יארן, דורך די 82 בוטשער, ער זאל ארומלויפן שאפן חתימות מיט געוואלד פון די חשובע רבנים פני העדה פון די שטאט וויליאמסבורג יצ"ו.
דער אינהאלט פון דעם נעבעכדיגן קול קורא, וואס גייט בסך הכל זיין נאך א רינגעלע אינעם שווארצן ליצנות קייט פון קול קורא'ס פון די לעצטערע יארן. איז שוין באקאנט פאר מאנכע, און דאס היפאקריטווע וואס רינט ווי שמאלץ דערפון וועלן מיר אייך שיין אויסלייגן כשולחן הערוך, נאר נאכדעם וואס דער לופטיגער נארישער קול קורא וועט ערשיינען מיט אירע רעש'יגע שווארצע קעסטלדיגע אותיות, ווי כאילו מ'גייט יעצט דערלאנגן דעם טאָטער.... (יתכן אז זיי שעמען זיך נאך אליינס מיט דעם קול קורא, וועלן זיי זיך איבערקלערן).
אלזא, לאמיר ווארטן מיט שפאנונג פארן "הילכיגן" קול קורא וואס דער "קול קורא ספעציאליסט" ארבייט יעצט זייער שווער צו האקן אויף די טירן פון די רבנים, וואס אינדערוויילע שלאגט מען זיך נאך סיי מבית פונעם רבי'שן טישל, און סיי מבחוץ פון די דרויסנדיגע רבנים, וואס פארשטייען נאכנישט פונקטליך וואס דער קול קורא ספעציאליסט וויל דא צילן, זיי זעען נישט פארוואס ער וויל זיי מישן אין א פרעמדע געלט ביזנעס...
עס איז כאילו די "בי ענד עידזש" פירמע זאל ארומגיין האקן ביי די רבנים אין די טירן פאכענדיג מיט א קול קורא קעגן די "אדאראמא פאָטאָ" פירמע. און בכלל מבית ביים רבי'שן טישל טוט זיך א געשלעג אויב נאך א לויזיגע לופטיגע קול קורא ווי רוב וואס ווערט היינט צוטאגס צאמגעשטעלט פון דעם "קול קורא ספעציאליסט" וועט זיין מער א לעג, צו ליבערשט א קלס... מער א חוכא, אדער ליבערשט א אטלולא.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 233
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל
@פארווע חסיד מיין טענה איז נישט געווען אז די תוכן פין די בריוו איז אומפארשטענדליך. וואס שטייט אין בריוו איז זייער שיין, עס איז קעגן ריפעקעזשינג, און קעגען סופערמארקעטס וואס ברענגען אריין מער ווי איין סארט פלייש, די בריוו איז אנקעגן הצלחה סופערמארקעט אין מאנסי וואס ברענגט אריין סיי קרית יואל און סיי 82.
די בריוו דארף מ'כלומרשט מחזק זיין די נייע סופערמארקעט און וומבס"ג וואס גייט נישט נאך הצלחה'ס פיסטריט נאר האבען אויפגמאכט א אייגענע בוטשער און האבען גענומען א וועלט בארומטע הכשר וואס אלע רבנים פון דעם בריוו זענען א חלק פון יענע הכשר.
בעצם וואלט די סופערארקעט געדארפט מפרסם זיין די בריוו אלץ שטיצע צי איר דורכברוך, א סופער מארקעט מיט א אייגענע בוטשער, זיי וואלטען געדארפט הענגען דעם בריוו ביים פענסטער, גליי נעבען די בריוו פונעם הכשר.
מאדנע חלק איז, אז מען שרייבט א בריוו וואס שטיצט א רעיון און מען גיבט עס ארויס אנקעגען דעם רעיון. און התאחדות נעמט אראפ די הכשר.
אויב די פראבלעם איז א אנדערע זאך, שרייב א בריוו אז רביה"ק האט געהייסען קויפן נאר און די בוטשער פין די קהילה.

- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 387 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
סיי אין די ארטיקל און סיי אין די ארטיקל געברענגט דורך @אוהב ספרים, ווערן די רבנים אראפגעלייגט ווי א חלק פון די קרבנות און נישט ווי די פראבלעם אליינס. די שלעכטע דא זענען בלויז די געלט-גייציגע ביזנעס לייט וועלכע טעראריזירן די חשוב'ע רבנים.חב''ד הויזן האט געשריבן:Cp
נישט וועלענדיג אראפלייגן די געווער. איז אין די יעצטיגע טעג אויפגענומען געווארן א באקאנטער "קול קורא ספעציאליסט" און טעראריסט, בארימט מיט זיינע כסדר'יגע טעראריזירונגען קעגן די חשוב'ע רבנים, שוין פאר לאנגע לאנגע פיינפולע יארן, דורך די 82 בוטשער, ער זאל ארומלויפן שאפן חתימות מיט געוואלד פון די חשוב'ע רבנים פני העדה פון די שטאט וויליאמסבורג יצ"ו
עס באוואונדערט מיר ווי מענטשען זעהן פאר די אייגענע אויגן די קול קורא חתמ'עריי פון רבנים - ווי איינמאל און נאכאמאל ווייזט זיך ארויס די פאליטיזאציע אונטער זיי, אדער די איגנאראנץ אונטער זיי - ווי רבנים חתמ'נען אהן באמת ארויס האבן די נושא - נאר שפעטער צו דערקלערן אז מען האט זיי איינגענארט וכדו', אדער פשוט חתימות צוליב דרוק און טעראר. און טראץ דאס אלעס זענען זיי נאכאלץ חשוב'ע רבנים וועלכע זענען בלויז קרבנות דא. סארי אבער אויב דאס איז די גאנצע וואס דיינע רבנים טויגן דאן איז דער פראבלעם פילפאכיג גרעסער. @אוהב ספרים שרייבט: שרעק דיך נישט, די טעראר ארבעט שוין נישט היינט. די רבנים וועלן דאס אדורכשוויצן, דער רבי שרעקט זיך שוין נישט אזוי פאר זיי. Really? ווייל די שרעקעדיגע קול קורא'ס זענען שוין ארויס.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
מיך דערמאנט עס פון עפעס א שחיטה מהודרת...פארווע חסיד האט געשריבן:איך האב גאנץ א קנאפע פראבלעם מיט די אלע צעטליך,
איין קלייניגקייט באדערט מיך דא. אז איר ווילט קריגען, דאַן פארוואס נישט אויף די נארמאלע וועג?
82 איז באקאנט צי זיין גאָר ארימע קוואליטעט, מאגערע, פריזער, אימפארטירטע, שמוציג געפאקטע פלייש, קומט איינער אויף מיט עפעס מער קאָנוויניענט, טריי דו צו זיין מער בעסער
דארפט איר נישט מורא האבען אז דער עולם וועט אוועקלויפן,
אין אינאיינוועגס וועלן אסאך הינגעריגע אידען פארדינען אזויווי אין א יעדע נארמאלער "ביזנעס".
דערמאנט מיך פון די בארא פארק באס.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
מיט מינט ליעף גראסעריי אין בלומיניגראו האט זיך נאך יו"ט אויך אפגעטוהן עפעס א סאמעטוכע, בערך אזוי אויף אביסעל אן אנדערע אויפן מיט דעם נייעם דעלי. דער בעה"ב ר' יואל ראטה האט גענומען א הכשר פון התאחדות ווי איידער ועד הכשרות דק"י וואס ווערט געפירט אין ק"י דורך הרב ר' ברוך טייטעלבוים שליט"א חדב"ן.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ווייל וויליאמסבורג באלאנגט צו א מאפיע. גיי פרוביר צו באקומען פערמיטס צו בויען דירות. אדער אריינצוברענגן מילכיגס אדער פליישיגס וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט די זעלבסט געקרוינטע פירערס "מטעם די קהילות" וואס ווערן אנגעפירט דורך זייערע מאפיעס.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ’קען פרעגן א קלאץ קשיא? איך פארשטיי נישט איין זאך, מה נשתנה וויליפעסט פון מאנסי / בארא פארק / לעיקוואד / פלעטבוש / קעטסקילס - ווי די אלע סופערמארקעטס פארקויפן פלייש ?
בארא פארק/מאנסי/פלעטבוש/פייוו טאונס וכו' זענען אלע נייטראלע אידישע שטעט, משא"כ קרית יואל און וויליאמסבורג זענען צוויי שטעט וואס ווערן אנגעפירט פון קעגנזייטיגע מאפיע גרופעס, וואס היטן זיך אפ איינער דעם צווייטן מיט א שטארקע שמור לי ואשמור לך אפמאך. אמאל אמאל קען עס אביסל ארויסגיין פון די שינעס, ווי למשל היצטערט, מיט התאחדות וואס איז מער אן ארויניש געשטימטע ארגענעזאציע אבער למעשה האט התאחדות אויך צוריק געצויגן, טאקע וועגן דעם שמור לי ואשמור לך אפמאך.
פונקט ווי ביי די איטאליענישע/ רוסישע מאפיע וואו ס'הערשט טעריטאריעלע אפמאכן.
התאחדות האט טאקע אראפגענומען דעם הכשר (אזוי הער איך, נישט מברר געווען) און וועד הכשרות דק"י האט עים געמאכט ציפקע צרות ווייל די שייטל פון מרס ראטה איז נישט איינשטימיג מיט די שייטעל איינקלאנג פון די ק"י בעלי בתים.
אויב איינער ווייסט עפעס מער קראנט פון דעם אדרבה ציטירט עס למען ישמעו ולא יראו.
או. יו. איז ל"ע די וועג צו גיין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
אנכי הק' קען נישט מעיד זיין אויף דעם, ווייל איך ווייס נישט. אבער א בריוו איז שוין אויך נישט קיין הכרח היינטיגע טעג.פון אונזערע האט געשריבן:שוין דא א בריוו פון זיי?
און נישט אז אן הכחשה איז יא ווערט און די הכחשה אויף די הכחשה וכן הלאה.
נישט נעמען קיין הכשר פון זיי אויב מעגליך איז נאך אלץ דאס בעסטע אפשעןַ
הגה"צ מאגרעווע איז נאך אזוי גוט ווי די א.ג. התאחדות הרשעים (רבנים). האט איינער שוין מיטגעהלאטן א סאמעטוכע פון זיי וואספארא הכשר אויסער התאחדות און וועד הכשרות דק"י?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
ערשטענס די שאלה איז צו זיי ברעכן זיך צום טעראר... צוייטנס די הגה''ץ האט נישט קיין השגחה אויף פלייש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פון אונזערע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
אני כשלעצמי קען צוויי באַזונדערע פעלער פון דער נאנט, ווי התאחדות זענען זיך באגאנגען מיט די בעלי בתים מיט זייערע געשעפטן מיט רציחה. ביידע פעלער גראדע, האט התאחדות אפגעטרויטען פון זייער פאזיציע.
איינס האט דער בעה"ב געמאכט פון זיי אש און פארעך.
דער צווייטער פאל איז נעבעך די פלענט מענדזשער געפאלן א קרבן כדי דער בעה"ב וועט ראטעווען זיין געשעפט ווי איידער ווארפן זיין מענדזשער אונטערן באס.
אין א שיינער העלן טאג, דער סוחר ביי די וואג, קלינגט די פאקס מאַשין (ווער עס געדענקט אז אמאל אן אימעיל איז געקומען בתור פאקס. און ווער עס ווייסט נישט וואס א פאקס איז דארף ער שוין פרעגן זיין עלטער זיידע ווייל זיין טאטע און זיידע האבן נישט געהאט עפעס בעסערס ווי אזוי שנעל צו קאמיונעקירן)
איינס האט דער בעה"ב געמאכט פון זיי אש און פארעך.
דער צווייטער פאל איז נעבעך די פלענט מענדזשער געפאלן א קרבן כדי דער בעה"ב וועט ראטעווען זיין געשעפט ווי איידער ווארפן זיין מענדזשער אונטערן באס.
אין א שיינער העלן טאג, דער סוחר ביי די וואג, קלינגט די פאקס מאַשין (ווער עס געדענקט אז אמאל אן אימעיל איז געקומען בתור פאקס. און ווער עס ווייסט נישט וואס א פאקס איז דארף ער שוין פרעגן זיין עלטער זיידע ווייל זיין טאטע און זיידע האבן נישט געהאט עפעס בעסערס ווי אזוי שנעל צו קאמיונעקירן)
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייביששרייבער: מיט איין זאך ביסטו זיכער גערעכט. (נאכמער ווי דו ווייסט אליין). אז וואס א "פאקס" איז דארף מען צו פרעגן ביים עלטער זיידן. כ'האב מורא אז ביים עלטער-עלטער זיידן ולמעלה בקודש. ווייל די עצם חכמה פון "פאקס" אדער פאקסימיליע איז נתחדש געווארן אין די 1920'ס למספרם.
ס'איז נאר אריין אין ברייטן באנוץ אין די80'גער יארן, למספרם. אויך אין ארץ ישראל איז עס געווען א "האט אייטעם"...ווייל אלע משולחים פון א"י דא אין אמעריקע האבן זיך געקאכט אין שיקן א "פאקס" אויף די אמעריקאנער מאשינען...!

- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
C/p
ליסטע פון רבנים וועלכע האבן נישט געוואלט אינטערשרייבן די טעראר געלט קול קורא:
אדמו"ר מ'וויען, אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי, אבד"ק סאטמאר וומסב"ג, אדמו"ר מדינוב, אדמו"ר מ'גאלאנטע, אדמו"ר מקאלוב, אדמו"ר מבית יצחק ספינקא, אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, דמו"ץ ווישניץ ב"ב, אדמו"ר מקאשוי, אדמו"ר מטשערנאוויץ, דמו"ץ בעלזא, דמו"ץ קלוזענבורג, אבד"ק שאפראן, אבד"ק אשוי, אדמו"ר מדעש, אדמו"ר זידוטשוב, אבד"ק חרדים,אבד"ק בראשוב, ר' משולם פאלאטשעק, אבד"ק קלעסאן, אבד"ק סקולען וומסב"ג, חיים קלמן גוטמאן, אדמו"ר מחוסט, אבד"ק מאנטיווידא, אבד"ק וואלקאן, אבד"ק בית אהרן, ר' יודל גרובער, אבד"ק מישקאלץ,

- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
Nonsenseפאריעריגע שניי האט געשריבן:C/p
ליסטע פון רבנים וועלכע האבן נישט געוואלט אינטערשרייבן די טעראר געלט קול קורא:
אדמו"ר מ'וויען, אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי, אבד"ק סאטמאר וומסב"ג, אדמו"ר מדינוב, אדמו"ר מ'גאלאנטע, אדמו"ר מקאלוב, אדמו"ר מבית יצחק ספינקא, אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא, דמו"ץ ווישניץ ב"ב, אדמו"ר מקאשוי, אדמו"ר מטשערנאוויץ, דמו"ץ בעלזא, דמו"ץ קלוזענבורג, אבד"ק שאפראן, אבד"ק אשוי, אדמו"ר מדעש, אדמו"ר זידוטשוב, אבד"ק חרדים,אבד"ק בראשוב, ר' משולם פאלאטשעק, אבד"ק קלעסאן, אבד"ק סקולען וומסב"ג, חיים קלמן גוטמאן, אדמו"ר מחוסט, אבד"ק מאנטיווידא, אבד"ק וואלקאן, אבד"ק בית אהרן, ר' יודל גרובער, אבד"ק מישקאלץ,
רוב פון די זענען קיינמאל נישט אויף א סאכדעס ק''ק
איך רעד צום וואנט קוקט אויס