דו רעדסט פון פעיר געים, פעיר געים גייט ביידע וועגן.זר זהב האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:קען מען אויך דא זאגן אויף קוק ימ"ש? דעמאלטס איז עס פעיר געים.
אויב מ׳זאל לאזן וועט דאך א צווייטער חלילה קומען און זאגן אז מ׳זאל לאזן זאגן אויף הרה״ק מסאטמאר ימ״ש. איז דאך בעסער אז מ׳לאזט ביידע נישט.
ניין! אויף סאטמארע רב האט קיינער דאס נישט גענוצט! אבער אויף קוק'ן יא, און נאך אין פארנט פון אסאך רבנים, און קיינער האט נישט מוחה געווען!
און אויב איך בין א חסיד פון יענער וואס האט אים אזוי גערופן, פארוואס זאל איך נישט דא מעגן אזוי שרייבן? איז עס פעיר? וואו איז מיין פלאטפארם?
קאווע שטיבל אין די אויגן פונעם עולם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יואליש האט געשריבן:זר, און אז מ'האט אמאל עס יא געניצט נישט געניצט, יא געשלאגן נישט געשלאגן, יא געצויגן בערד נישט געצויגן בערד, מאכסט א גאנצע תורה שלימה. וואס זאגט דיין שכל, ימ"ש איז א ציוויליזירטע גערעדאכץ?
וואו קומט דא אריין ציוויליזאציע? איינער וואס האלט בשיטה אז ער איז א ימח שמוניק וועט נישט דולדן אז א צווייטער שרייבט אויף אים ''זכר צדיק לכרכה''. ביידע זענען אפענסיוו צו 2 אנדערע מענטשן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זר זהב האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:זר, און אז מ'האט אמאל עס יא געניצט נישט געניצט, יא געשלאגן נישט געשלאגן, יא געצויגן בערד נישט געצויגן בערד, מאכסט א גאנצע תורה שלימה. וואס זאגט דיין שכל, ימ"ש איז א ציוויליזירטע גערעדאכץ?
וואו קומט דא אריין ציוויליזאציע? איינער וואס האלט בשיטה אז ער איז א ימח שמוניק וועט נישט דולדן אז א צווייטער שרייבט אויף אים ''זכר צדיק לכרכה''. ביידע זענען אפענסיוו צו 2 אנדערע מענטשן.
ווען מענטשן הערן אויף צו דולדן, און האבן אן מיט וואס ס'איז אפענסיוו, האמיר אן אטאקע אין בענגאזי.
קליגע מענטשן ווערן נישט באנומען ווייל איינער שענקט א טיטל אדער א קללה. ס'טאר בכלל נישט תופס מקום זיין אין א לאגישע דעבאטע.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זר זהב האט געשריבן:דאן איז הדרא קושיא לדוכתא. אבער לאמיר עס לאזן אזוי.
דאס איז דער ריינער אמת. נאר א צוויליזירטע אודיענץ איז די וועג ארויס. איינמאל דו האסט אפי' איין עמפינדיליכע פערזאן, און ער קען באשליסן גלייך נאך מודה אני וואס גייט אים היינט אפענדן, לא שבקת חיי לכל בריה. פאנאטישע געפילן איז א קילער.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
נאכן איבערלייענען וואס דער עולם זאגט, וויל איך ערקלערן לעניית דעתי עטליכע פונקטן. דער עולם זאל זיך ביטע נישט פארהוילן פון די שאלות נאר ענטפערן צום זאך.
ווי שוין דערמאנט, איך געדענק נישט ביי וועם, נאכדעם וואס איינער האט געשריבן "כפירה" און עס ווערט פארמעקט, איז גאנץ קלאר אז דער מענטש איז א כופר, לאמיר זאגן איינמאל האט ער געמאכט א טעות, אבער נאכן שרייבן עטליכע מאל אינדרויסן פון די "ארטאדאקסישע גרעניצן", פארוואס לאזט מען דעם ניק ווייטער דא בלייבן? און נאך מער! אויב עפנט ער א פרישער ניק און ער קען זיך איינהאלטן פון שרייבן כפירה, זייער גערן! אבער דער 'כפירה ניק' זאל נישט ווערן ערלויבט ווייטער צו שרייבן.
איך מוז אגריען צו די ניקים וואס טענה'ן אז ווען איינער 'פארשטייט' אנדערש ווי דאס געשריבענע ווארט, פאר אים איז נישט זיין פלאץ דא, ווי אויך דער וואס וויל בלייבן אין זיין באקס האט נישט וואס צו זוכן דא. אבער - עס דארף זיין קלארערע גיידליינס.
כן נראה לעניית דעתי.

וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
טעלעפאן האט געשריבן:נאכן איבערלייענען וואס דער עולם זאגט, וויל איך ערקלערן לעניית דעתי עטליכע פונקטן. דער עולם זאל זיך ביטע נישט פארהוילן פון די שאלות נאר ענטפערן צום זאך
ווי שוין דערמאנט, איך געדענק נישט ביי וועם, נאכדעם וואס איינער האט געשריבן ״כפירה״ און עס ווערט פארמעקט, איז גאנץ קלאר אז דער מענטש איז א כופר, לאמיר זאגן איינמאל האט ער געמאכט א טעות, אבער נאכן שרייבן עטליכע מאל אינדרויסן פון די ״ארטאדאקסיע גרעניצן״, פארוואס לאזט מען דעם ניק ווייטער דא בלייבן? און נאך מער! אויב עפנט ער א פרישער ניק און ער קען זיך איינהאלטן פון שרייבן כפירה, זייער גערן! אבער דער ׳כפירה ניק׳ זאל נישט ווערן ערלויבט ווייטער צו שרייבן.
איך מוז אגריען צו די ניקים וואס טענה׳ן אז ווען איינער ׳פארשטייט׳ אנדערש ווי דאס געשריבענע ווארט, פאר אים איז נישט זיין פלאץ דא, ווי אויך דער וואס וויל בלייבן אין זיין באקס האט נישט וואס צו זוכן דא. אבער - עס דארף זיין קלארערע גיידליינס,
כן נראה לעניית דעתי
ווי האסטו גענומען דער הלכה אז מיט א ניק א כופר טאר מען נישט רעדן אויף סיי וועלכער נושא?
ביסט דאך מודה אז מיט דער מענטש אונטער דער ניק יא, און ער קען זיך עפענן א צוייטער ניק, איז וואס עפעס ווילסטו מזאל נישט טארן רעדן מיט דער ניק?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
דער פינטל פון די שאלה אין דעם אשכול איז: וואס איז די גדר פון כפירה.
עס זעהט אויס ווי א גרופע מענטשן (און אזוי האלטן די מנהלים פין אייוועלט אויך), אז ווען איינער האלט אנדערש ווי מען לערנט אויס אין חדר, איז עס כפירה. לעומת זה האלטן אנדערע אז כפירה איז נאר ווען מען האלט פארקערט פון די י"ג עיקרים, אדער פארקערט פון א הלכה פון חז"ל וכדומה.
די אגדות פון חז"ל זענען א חלק פון די מחלוקת. אפילו די אגדות פון די תורה לויט מאנכע דא.
די נקודה פון די מחלוקת קען אויך זיין, ווען איינער האלט ווי איינער פון די ראשונים וואס זענען אנגענומען ביי אונז, אבער אין דעם ענין איז די אנגענומענע פסק נישט ווי דער ראשון, וועט ער זיין אן אפיקורס?
אני הקטן האלט אז נישט.
לעומת זה איך קען פארשטיין איינער וואס האלט אז נישט יעדער איז מסוגל צו פארשטיין, און שוואכע מוחות קענען צוקומען צו חששות אין די אמונה ווען זיי געפינען אויס אז וואס מען האט געלערנט אין חדר איז נישט קליער קאט, ממילא האלטן זיי אז אמאהל דארף מען ליגענט זאגן כדי צו ראטעווען די שוואכע מוחות.
וכל הלבבות דורש ה'.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- היימישער באניצער
- הודעות: 358
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,
איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.
עס איז ליידער דא זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויאזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשוונים ואחרונים,
נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רוף איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים
איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.
עס איז ליידער דא זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויאזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשוונים ואחרונים,
נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רוף איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
העלא האט געשריבן:די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,
איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.
עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,
נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רופ איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים
איז קלאר אין אלע מפרשים אז דער מאי אהני לן רבנן אדער מבזה חברו בפני ת"ח וכו' איז נישט דער אפיקורס וואס אויף אים איז די דין מורידין ולא מעלין ואין דינו כישראל וכו'. ס'נאר א שם המושאל לחומר הענין. ריכטיג אן אפיקורס איז נאר דער וואס איז כופר אין איינע פון די י"ג עיקרים.
איך וייס נישט פון עפעס וואס מ'האט געשריבן דא וואס זאל זיין אנטקעגן אלע פוקסים ראשונים ואחרונים. אדרבה, ווייז א משל פאר אזא זאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 624
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
העלא האט געשריבן:די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,
איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.
עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,
נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רופ איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים
איך וויל נישט אריינרעדן דא, איך וויל דיר נאר זאגען איין פוינט,
די שרייבער וועם די האסט אזוי מורא צי טשעפען זענענן נישט אזוי איידל ווען זיי שרייבען, זיי זענענן היבש פראוואקעטיוו און אגרעסיוו און זיי רעכענן זיך נישט מיט די געפילען פון היראים לדבר השם,
דיין צוריקהאלט זיי אנציריפען ביים נאמען צילוב איידלקייט און זיך רעכענענן מיט א צווייטען איז נישט און פלאטץ,
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פריינדליך האט געשריבן:העלא האט געשריבן:די גמרא זאגט: היכי דמי אפיקורס האומר מאי אהני לן רבנן,
איינער וואס לייקנט אין תורה של בעל פה הייסט אויך אפיקורס.
עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,
נאר אזויווי "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" און איך קען נישט די שרייבערס פערזענליך רופ איך זיי נאך נישט אהן אפיקורסים
איך וויל נישט אריינרעדן דא, איך וויל דיר נאר זאגען איין פוינט,
די שרייבער וועם די האסט אזוי מורא צי טשעפען זענענן נישט אזוי איידל ווען זיי שרייבען, זיי זענענן היבש פראוואקעטיוו און אגרעסיוו און זיי רעכענן זיך נישט מיט די געפילען פון היראים לדבר השם,
דיין צוריקהאלט זיי אנציריפען ביים נאמען צילוב איידלקייט און זיך רעכענענן מיט א צווייטען איז נישט און פלאטץ,
מיינטס צו זאגן לפי די מצווה פון "ער האט מיר געגעבן א באקסט מעג/דארף איך עם צוריקבאקסען"?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לאדיך אפ
- ידיד ותיק
- הודעות: 660
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל
העלא האט געשריבן:עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,
show me one nik in kave shtiebel who wrote something that goes against what's accepted by ALL rishonim and achromin.
I can't think of one, and you know "zier asach"!
Telephone asked about a nik that wrote kefira but it was erased, how many time can that nik do this until kave shtiebel should block him. It's a good question, and maybe kave shtiebel should implement a policy regarding such niks. But I have a question to Telephone: On how many niks did you complain in ishis to a menahel? I suspect that you never spoke with a menahel in ishis about your concerns, please correct me if I'm wrong.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
ניין, איך וועל זאגן וואס, פריינדליך האט זייער צוגעטראפן צו וואס איך וויל שוין לאנג זאגן אז דו טענה'סט אז עס דארף זיין א "פעיר געים" און יעדער מעג זאגן זיין מיינונג, פארוואס רייסטו יענעם אונטער אז יענער איז אין א באקס וגו', אז איך דארף מחשיב זיין א צווייטענס דעה וואס איז אנדערש וויאזוי איך בין אויפגעוואקסן, פ"וו ביזטו נישט מחשיב מיין דעה? און אויב דו פארשטייסט די פוינט וואס איך ברענג ארויס א זאך נו נעם נישט קיין צד און איך פארלאנג נישט אז מען זאל אננעמען מיין דעה, נאר אז די זלזול וליצנות חברים, רבנים, חז"ל זאל זיך סטאפן, דעטס אלל.
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
- villager
- ידיד השטיבל
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:דער פינטל פון די שאלה אין דעם אשכול איז: וואס איז די גדר פון כפירה.
עס זעהט אויס ווי א גרופע מענטשן (און אזוי האלטן די מנהלים פין אייוועלט אויך), אז ווען איינער האלט אנדערש ווי מען לערנט אויס אין חדר, איז עס כפירה. לעומת זה האלטן אנדערע אז כפירה איז נאר ווען מען האלט פארקערט פון די י"ג עיקרים, אדער פארקערט פון א הלכה פון חז"ל וכדומה.
איך האלט אז די עיקר פראבלעם דא זענען די ניקים מיט אן אגענדע. (און ניין איך מיין נישט לעיקוואד... אפי' מיר האבן זיך שוין אסאך געהרגט ביי די קעפ איז עס אבער בבחינת את והב בסופה...)
וא"ת, ממ"נ איז די שמועס אויסגעהאלטן וואס א חילוק ווער ער פרעגט, ווער עס ענטפערט? פארוואס זאלן געוויסע ניקס יא קענען עפעס רעדן און געוויסע נישט? די תירוץ איז, דא איז א "קאווע שטיבל: א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" , אין פארגלייך צו א מאנהעטן סטארבאקס וואלט איך זיי -די ניקס- פארגליכן ווי דער היימלאזער מאן וואס קומט קויפן א קאווע מיט זיין ריזיגן צו-ווילדעוועטן קינג שעפערד הינט, צום ערשט וועלן די בעל בתים גארנישט זאגן, צום צווייטן מאל וועט מען אים בעטן ארויסצוגיין, דערנאך וועט מען אויפהענגען א סיין no pets allowed' און נעקסט איז שוין די ארבעט פונעם שעריף, איי יעדער נארמאלער מענטש האט נישט קיין פראבלעם מיט א שעפערד הינט? אסאך האבן עס מסתמא אליינס אינדערהיים? אבער אלעס פיין אינדרויסן, אין א סטארבאקס איז נישט דאס פלאץ פאר זיי.
די ניקס מיט אן אגענדע זענען דא לקנתר, ווי דער פאקט באווייזט אז די אלע נושרים פארגעסן נישט אזוי שנעל זייער אפשטאם, זיי זענען אייביג פול מיט כלומר'שטע רחמנות געפילן (ליין: גילטי קאונטשעס) און זוכן זיך צו לאזן הערן ביי יעדער געלעגהייט, נו די אינטערנעט איז זייער גרויס, אנעפייעס האט גענוג פלאץ פאר יעדן, פארוואס זאלן זיי דוקא אהערקומען שטערן די מנוחה? א תגובה וואס מען האט פארמעקט צוליב כפירה דארף דער ניק ליידן די קאנסעקווענסעס, פארמעקן אליינס איז ווייט נישט גענוג! מיר קומען דא אהער זיך אויסגעבן אין א געשמאקע איינגענעמע אטמאספער, נישט צו ווערן געשטערט מיט מענטשן מיט אן אגענדע.
באמת איז נישטא קיין סאך וואס די הנהלה קען טהון, מיר ווייסן דאס, זיי זענען פונקט אזעלכע וויקטים'ס ווי די איבעריגע מעמבער'ס, אבער מיר וואלטן געוואלט וויסן אז די הנהלה טוט די מאקסימום וואס שייך אונז צו פראטעקטן (אחוץ מעקן), צו זאל עס זיין ווארענען, חסימה, בלאקן אייפי, עטליכע וואכן צוריק האב איך געבעטן באישית דעם מנהל איבערצוטראכטן די פארשלאג פון חברינו מר נולד מאוחר צו עפענען א מאחורי הפרגוד אויך פאר עניני אמונה וואס אחוץ די אלע מעלות וואס נולד רעכנט דארט אויס האט עס נאך א מעלה אקעגן טראללער'ס מיט אן אגענדע, ווייל אויב וועט עס נישט זיין אזוי גרינג צו שרייבן דארט, און אז זיי וועלן וויסן אז זייערע תגובות ווערן נישט געליינט דורך אזא גרויסע עולם וועט עס זיי אביסל צוריקהאלטן האפענטליך, ביזדערווייל ווארט איך נאך צו הערן א תשובה דורך די הנהלה, אבער ווי געזאגט די ניקים זענען דאס דער קי פראבלעם.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
מען זאגט נישט אז דער וואס שרייבט דא איז אין א באקס, מען זאגט אז דער וואס האט מורא אז דא איז אפיקורסות איז ווייל ער זעהט זאכען ארויס פין זיין באקס.
ר' העלא זאגט א זאך וואס איז באמת פארקערט ווי די פאקט.
קיינער שרייבט נישט דא פארקערט פין אלע ראשונים און אחרונים. אפשר מיינט ער פארקערט ווי עס איז אנגענומען ביי רוב חרדים היינט, אבער זיי זענען נישט ראשונים אדער אחרונים.
איך וויל נאר ארויסברענגען א משל.
ווען מען רעדט פין די עלטער פין די וועלט.
אין חדר האלט מען אין איין זאגען אז "גלייבען" אין דייניסארס איז כפירה, ווייל די וועלט שטייט נאר זעקס טויזענט יאר.
למעשה איז נישט אזוי. אוודאי וועלען כופרים האלטען אז דייניסארס איז פאקט, אבער נישט יעדער וואס האלט פין דייניסארס איז א כופר.
ווען איינער וואס איז נישט געוואינט צו טראכטען ארויס פין די באקס הערט דאס, ווערט ער אביסעל צושאקעלט, היתכן? איז דא אפיקורסים וואס שרייבען דא?
און די תירוץ צו אים איז פשוט, ווערט נישט צופידעלט, אסאך זאכען וואס דיין רבי האט געזאגט אין חדר זענען שער ושקר, למשל אז ווען מען עסט שטייעדיג באקומט מען גראבע פיס, און אז טאמער מען רעדט איבער די מאס ווערט מען שטום, און אלע מינע אויף געבלאזענע ליגענטס וואס צומאל זענען זיי שקרים קדושים, וואס עס פעלט אפשר אויס פאר די חינוך פין די קינדער זיי איינצורעדען די נארישקייטען (דאס איז א באזונדערע שמועס), אבער צו דען וועט איינער זאגען אז ווען מען לאכט פין די נארישקייטען ווערט מען אן אפיקורס?
ומינה תדין צו זאכען וואס זעהן אויס צו זיין מעיקרי הדת, וואס באמת זענען זיי נישט, זענען צומאל זאכען וואס מחמת די גרינגקייט וואס די הנחה פין די שיטה ברענגט וואס האט גורם געווען אז דאס זאלען ווערען די אנגענומענע שיטה ביי רוב מענטשען, אבער עס איז נישט בכלל די אמת, אדער וואס מען מוז געלייבען אלס איינס פין די עיקרי אמונה.
א ביישפיל איז דער זעקס טויזענט יאר וואס די וועלט שטייט, וואס איז בכלל נישט פין די עיקרי הדת, גדולים וטובים האבען געהאלטען אנדרעש מחמת כמה סיבות, און לאו דוקא שלעכטע.
און כדי מען זאל פארשטיין דארף מען ארויס ברענגען נאך א נקודה.
דער מאמין רעדט זיך איין אז ווען ער שרייט "כופר אפיקורס" אויף איינער וואס זאגט אז די וועלט איז עלטער ווי זעקס טויזענט יאר, איז ער מחזק אידישקייט, למעשה איז ער זיך טועה, ער טוט אויף דאס פארקערטע. פארוואס?
דער מאמין האט זיך שוין זיינע תירוצים אויף די קשיות אין דעם ענין. אמאהל האט ער אויך ספיקות, אבער ער גיט זיך אן עצה, און איז מיישב די קשיות בדרך דוחק וכו'. דער אנדערע וואס האט מחליט געוועהן אז דאס איז נישט אזוי, איז עס נישט מחמת כפירה וואס ער איז אזוי מחליט. אדרבה, פונקט פארקערט, ער טוט עס ווייל ער וויל מציל זיין זיין אמונה, ער וויל קענען גלייבען אין אידישקייט, ביי אים אין קאפ, טאמער זאל ער וויסען אז כדי צו זיין א איד מוז ער גלייבען אז די וועלט איז זעקס טויזענט יאר, וואלט ער טאקע געווארען אן אפיקורס, און מי יודע וואס נאך ער איז מסוגל אנצוטוהן מחמת דער הנחה.
אשר על כן, קומען מיר צו צוויי הנחות.
ראשית, אפילו דער מאמין זאל זיין גערעכט אז מען ווערט אן אפיקורס אויף זיינע "אנגענומענע שיטות" דארף ער עס נישט זאגען, בעסער איז אז מען לאזט יענעם מיינען אז ער איז מאמין.
שנית, ביסט נישט גערעכט, מען ווערט נישט אן אפיקורס מיט דעם.
ר' העלא זאגט א זאך וואס איז באמת פארקערט ווי די פאקט.
קיינער שרייבט נישט דא פארקערט פין אלע ראשונים און אחרונים. אפשר מיינט ער פארקערט ווי עס איז אנגענומען ביי רוב חרדים היינט, אבער זיי זענען נישט ראשונים אדער אחרונים.
איך וויל נאר ארויסברענגען א משל.
ווען מען רעדט פין די עלטער פין די וועלט.
אין חדר האלט מען אין איין זאגען אז "גלייבען" אין דייניסארס איז כפירה, ווייל די וועלט שטייט נאר זעקס טויזענט יאר.
למעשה איז נישט אזוי. אוודאי וועלען כופרים האלטען אז דייניסארס איז פאקט, אבער נישט יעדער וואס האלט פין דייניסארס איז א כופר.
ווען איינער וואס איז נישט געוואינט צו טראכטען ארויס פין די באקס הערט דאס, ווערט ער אביסעל צושאקעלט, היתכן? איז דא אפיקורסים וואס שרייבען דא?
און די תירוץ צו אים איז פשוט, ווערט נישט צופידעלט, אסאך זאכען וואס דיין רבי האט געזאגט אין חדר זענען שער ושקר, למשל אז ווען מען עסט שטייעדיג באקומט מען גראבע פיס, און אז טאמער מען רעדט איבער די מאס ווערט מען שטום, און אלע מינע אויף געבלאזענע ליגענטס וואס צומאל זענען זיי שקרים קדושים, וואס עס פעלט אפשר אויס פאר די חינוך פין די קינדער זיי איינצורעדען די נארישקייטען (דאס איז א באזונדערע שמועס), אבער צו דען וועט איינער זאגען אז ווען מען לאכט פין די נארישקייטען ווערט מען אן אפיקורס?
ומינה תדין צו זאכען וואס זעהן אויס צו זיין מעיקרי הדת, וואס באמת זענען זיי נישט, זענען צומאל זאכען וואס מחמת די גרינגקייט וואס די הנחה פין די שיטה ברענגט וואס האט גורם געווען אז דאס זאלען ווערען די אנגענומענע שיטה ביי רוב מענטשען, אבער עס איז נישט בכלל די אמת, אדער וואס מען מוז געלייבען אלס איינס פין די עיקרי אמונה.
א ביישפיל איז דער זעקס טויזענט יאר וואס די וועלט שטייט, וואס איז בכלל נישט פין די עיקרי הדת, גדולים וטובים האבען געהאלטען אנדרעש מחמת כמה סיבות, און לאו דוקא שלעכטע.
און כדי מען זאל פארשטיין דארף מען ארויס ברענגען נאך א נקודה.
דער מאמין רעדט זיך איין אז ווען ער שרייט "כופר אפיקורס" אויף איינער וואס זאגט אז די וועלט איז עלטער ווי זעקס טויזענט יאר, איז ער מחזק אידישקייט, למעשה איז ער זיך טועה, ער טוט אויף דאס פארקערטע. פארוואס?
דער מאמין האט זיך שוין זיינע תירוצים אויף די קשיות אין דעם ענין. אמאהל האט ער אויך ספיקות, אבער ער גיט זיך אן עצה, און איז מיישב די קשיות בדרך דוחק וכו'. דער אנדערע וואס האט מחליט געוועהן אז דאס איז נישט אזוי, איז עס נישט מחמת כפירה וואס ער איז אזוי מחליט. אדרבה, פונקט פארקערט, ער טוט עס ווייל ער וויל מציל זיין זיין אמונה, ער וויל קענען גלייבען אין אידישקייט, ביי אים אין קאפ, טאמער זאל ער וויסען אז כדי צו זיין א איד מוז ער גלייבען אז די וועלט איז זעקס טויזענט יאר, וואלט ער טאקע געווארען אן אפיקורס, און מי יודע וואס נאך ער איז מסוגל אנצוטוהן מחמת דער הנחה.
אשר על כן, קומען מיר צו צוויי הנחות.
ראשית, אפילו דער מאמין זאל זיין גערעכט אז מען ווערט אן אפיקורס אויף זיינע "אנגענומענע שיטות" דארף ער עס נישט זאגען, בעסער איז אז מען לאזט יענעם מיינען אז ער איז מאמין.
שנית, ביסט נישט גערעכט, מען ווערט נישט אן אפיקורס מיט דעם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
לאדיך אפ האט געשריבן:העלא האט געשריבן:עס איז ליידער זיי זייער אסאך אין קאווע שטיבל וואס זאגן זאכן קעגן וויזוי עס איז אנגענומען ביי אלע פוסקים, ראשונונים ואחרונים,
show me one nik in kave shtiebel who wrote something that goes against what's accepted by ALL rishonim and achromin.
I can't think of one, and you know "zier asach"!
Telephone asked about a nik that wrote kefira but it was erased, how many time can that nik do this until kave shtiebel should block him. It's a good question, and maybe kave shtiebel should implement a policy regarding such niks. But I have a question to Telephone: On how many niks did you complain in ishis to a menahel? I suspect that you never spoke with a menahel in ishis about your concerns, please correct me if I'm wrong.
איך האב נישט געזעהן אפילו פאר א הוה אמינא דאס צו דיסקוסירן וויבאלד אזא פאליסי ווערט ביזדערווייל בכלל נישט אין באטראכט דא אין קאווע שטיבל. און בכלל, פארמאכן א ניק וואס האט שוין אזויפיל בייגעשטייערט צו קאווע שטיבל איז עפעס וואס איך קען נישט זעהן די הנהלה זאל אפילו טראכטן פון. אבער אויב גבאי שני זאגט אז אזוינס קען קומען אין באטראכט וועל מיר אריינגיין אין דעם נושא
אין א זייטיגן נאטיץ, איך זעה דא זענען דא תמימות׳דיגע (?) ניקים וואס פרעגן וואו די כפירה איז. געוויסע ניקים האבן נאך נישט מגיב געווען אין דעם דאזיגן - היציגן - אשכול פאר א סיבה
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
כך קיבלתי מאבותי ורבותי אז ווען אידן קומען זיך צונויף איז כדי צו נעמען אנטייל, ווארשיינליך איז עס א יארצייטל, א פרום געזעמל און וואס קען דען שלעכט זיין, אלזא טשעפע זיך שטענדיג צו צום קופקע.
נו, אז דא קומען זיך צוזאם אזא ציבור אידן איבער אזא וויכטיגע נושא צו באהאנדלען וויאזוי עמך בית ישראל וועלכע האבן קיינמאל נישט געזעהן דעם קאווע שטיבל, לא קרו ולא שנו ולא שימשו, באטראכט דעם דאזיגן באשעפעניש, איז זיכער אז עס איז א וויכטיגע נושא, ווייל הנח להם לישראל אם אינם נביאים, בני נביאים הם.
ואען ואומר גם אני חלקי, ובזה החלי בעזר צורי וגואלי:
מען רעדט איבער שרעקליכע תגובות אין קאווע שטיבל, הנה, קאווע שטיבל איז נישט קיין יציר נברא, און די תגובות זענען נישט חלילה זעלבסט באשאפן, להוציא מלבם של אלו האומרים אז א פלעשל טינט האט זיך אויסגעגאסן און אליין געשריבן א בריוו. אלזא, ווער שרייבט די אלע תגובות? דאס זענען מענטשן.
די תגובות זענען געשריבן אין אידיש, אלזא, איז עס א קלארע אנדייטונג אז דאס האט נישט געשריבן דער פינסטערער שונא דת יאיר לפיד אדער דער ראש הכופרים ימח שמו, און ניטאמאל דער עוכר (דער אזוי גערופענער) ראביי טענדלער, ווייל זיי קענען נישט די היימישע זאפטיגע אידיש.
אז מען קוקט בעסער די אידיש, די היימישע, הויפטזעכליך אונגאריש-וויליאמסבורג אידיש, פארשטייט מען אז נישטאמאל זענען דאס חבד'סקערס, ברעסלעווער, ושאר מרעין בישין, איך וואלט אפילו אויסגעשלאסן באבוב און אנדערע, נאר עס איז ממש אחינו בשרינו, מהחוסים בצל הקודש פון רבותנו הגדולים החונים על דגל מחנה היראים דור דור ודורשיו מאבותנו ורבותנו הקדושים.
אלזא, די תגובות זענען געשריבן געווארן דורך מענטשן, דאס זענען אויסדרוקן פון זייערע מחשבות, דאס זענען מענטשן וואס מען האט אין זיי געפרעדיגט אז אידישקייט הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי די פאר פסוקים וואס דער מלמד האט געלערנט, די פאר משניות, די שטיקלעך גמרא, ד' חלקי שולחן ערוך, די פאר "היימישע" חסידישע ספרים, ספרי עצי התמרים און אזוי ווייטער, דער איד- בלאט- צייטונג- אוצר- אוצרות- מבאר רבותנו- שלחן מלכים- י"מ סופר- מושיען של ישראל- מופת הדור הרה"ק מקערעסטיר- מגילת אסתר מיט געזאנג, און נאך אזא קומץ קטן פון ספרים.
די מענטשן האבן אבער געעפנט די אויגן און געזעהן א וועלט, עס איז דא חמשה חומשי תורה, נ"ך פארשידענע ספרי מדרשים, ספרי חז"ל, ספרי ראשונים, חקירה, היסטאריע, חסידות, קבלה, און וויסנשאפט, און פון יעדן ווינקל שרייט ארויס אז די שמאלע אידישקייט וואס מען פיטערט איז פארדרייט פון די ברייטע פעלד וואס די גרויסע ספרות היהדות באשטעטיגט אלס אידישליך, אין אידישקייט אליין איז פארהאן מולטי-קולטור, א רייכע אוצר פון דעות, מיינונגען און ווערק עד אין שיעור, גענויגט צו אלע ריכטונגען.
די מענטשן זעען אז אין כלל פון אידישקייט גייט אריין ליטערארישע אינטערסאנטע פאנטאסטישע מדרשים, קאבאליסטישע מיסטישע איידיעס, געוואגטע חקירות און ביבל קריטיק ווי אבן עזרא-רלב"ג, שירי חול ואהבה פון ראשונים, און דעות וואס האבן מיט אונזער אידישקייט קיין קרבת שני בשלישי נישט.
אזוי מענטשן עפענען זיך די אויגן אין יעדע נושא, און זענען פארווייטאגט אויף דעם "שקר נחלו לנו אבותנו" וואס מען האט זיי אריינגענארט.
די מענטשן לעבן, עפענען די אויגן פאר זיך און פאר די ארומיגע, זיי ווילן נאך לעבן בתוכנו, זיי גלייכן פאטעיטע קוגל, זיי גלייכן א ווארעמע נתנה תוקף, א זאפטיגע לשון הרע, און א היימיש שטיקל ניבול פה.
די מענטשן קוקן מיט גרויל און אפשיי איבער די אבנארמאלע צמצום אין וואס מען שטעלט אונז אריין, און זיי צארענען.
די מענטשן גייען נישט אנטרונען ווערן, לא על קאווע שטיבל תלונתכם, אלא על העיניים הפתוחות.!
די מענטשן לעבן, האלטן אנדערש, קוקן אנדערש אן אידישקייט, און ווילן דא בלייבן!
שוין, לאמיר זאגן אז קאווע שטיבל וועט זיי אויסשפארן, וואס וועלן זיי טון? זיך באגנונגען מיט די טריליאנסטע ארטיקל פון משה יודא שטערן וואס קייט נאכאמאל איבער עפעס א סכסוך איבער חינוך דתי שאינו מוכר פון שנת תשכ"ב, ווי די המודיע האט דעמאלטס אליין מודה געווען אז די תקציבים זענען על מנת להשפיע על איכות הלימודים של הציבור התורני...? אדער וועלן זיי זיין צופרידן מיט מנשה פילאפ מיליאנסטע מאל ציטירן די מליצה פון מרן רבינו משה ספרא רבה דישראל וועלכער האט כידוע זיך אויסגעדרוקט "יש לנו אב זקן, לא ישתנה ולא ישונה"? וועלן זיי זיך באגנוגנען מיט די זאפטיגע ליין מאטריאל מושיען של ישראל- משה היה רועה? אדער אפילו אז זיי וועלן זיין ברייטער און אויך קויפן זמיר כהן'ס ביכלעך?
גייען די מענטשן אנהייבן ליינען די היימישע מידיא ווי די הויפט קעפל איז "יהדות החרדית אויפגעשוידערט" און טאקע ווערן אויפגעשוידערט פון נושאים וואס קיין איין יהודי חרדי ווערט נישט אויפגעשוידערט.
גייען די מענטשן טאקע ווערן צושוידערט פון א ספק חילול פון א ספק קבר פון א ספק יהודי און האבן סימפאטיע מיט א ספק מטומטם וואס כאפט טויטע קלעפ ווייל ער לאזט נישט ענדיגן א מולטי מיליאן דאלאר שפיטאל\הייוועי\דירה קאמפלעקס אויפן פלאץ?
גייען די מענטשן אנטרונען ווערן ווי עבירות אין תשליך?
גייען זיי באטרעטן נעגל און פייגערן?
זיי זענען דא, לעבעדיג און שטויסעדיג, זיי זענען אידיש, זיי שרייבן אידיש און אקטיוו אין אידיש. זיי גייען דא בלייבן. אז קאווע שטיבל וועט זיי אויסשפארן וועלן זיי מאכן א נייע. אז עס וועט נישט הייסן קאווע שטיבל וועט עס הייסן ווערצהויז, נו וואס איז די אויפטוה?
אפשר איז שוין יא בעסער אז זיי זאלן זיין דא אין קאווע שטיבל ווי מען האט יא אביסל קאנטראל?
מער פון דעם: די דאזיגע אידן זענען נישט אונזערע שונאים, זיי לויפן נישט צו די גויאישע מידיא אונז פארלוימדן, זיי שטייען נישט אין די גאסן שרייען מאלעסטעישאן, זיי האסן נישט זייער אייגענע געמיינדע, זיי צינדן נישט אונטער די שטאל אבי די וואנצן פלאקערן, זיי זיצן דא שטיל און גלייכן די געמיינדע, און זוכן בלויז אביסל ברייטקייט, חופש המחשבה והרחבת הדעת.
אלזא צו וועמען האט איר טענות? איז קאווע שטיבל די פראבלעם?
אפשר זוכט מען די שרשים פון די פראבלעם?
אפשר איז די פראבלעם די שרעקליכע צמצום און טפשות?
אפשר איז די פראבלעם די עצם מחשבה אז א מענטש קען נישט דיסקוסירן זיינע מחשבות?
אפשר איז די פראבלעם אז מיר זענען נישט מכיר טובה פאר הקב"ה פארן אונז שענקען די טמא'נע כלי וואס הייסט מחשבה? און מיר מיינען אז טראכטן אייגענארטיג איז שעדליך?
אפשר איז די פראבלעם אז מען וויל נעמען א קליינע פראצענט פון יהדות, באזירט אויף געוויסע חלקים פון תורה, נביאים, כתובים, גמרא, אביסל פון די ראשונים, אפאר פון די אחרונים און אזוי ווייטער; און זאגן בלויז דאס איז אידישקייט!?
אבער איבער די פלאן אז ענינים פון געטליכקייט, חז"ל, בריאת העולם, אמונת חכמים, אהבת החכמה וכדומה זאל זיין אין א מאחורי הפרגוד - הרחק מן הכיעור אשכול? איז עיקרי הדת א טאבו איבער וואס מיר טארן נישט רעדן אזוי ווי עניני משגל? היש לך חילול הקודש גדול מזה?
און די וואס זאגן אז עס קען חלילה צעמישן מענטשן, זאל מען וויסן אז די וועלט איז נישט קיין פיקניק, מיר דארפן זיך מוטשען, א גאנץ לעבן דארף מען זוכן דעם אמת, צעמישט זאל מען ווערן, אבער צום אמת -אדער על כל פנים צו א דבר אמת - זאל מען אנקומען!
שוין, איך פיליבאסטער סתם אן דאס פלאץ מיט ענדלאזע געשרייבעכצער שכבר קדמוני בזה חברי, ובזה אשים קנצי למילי.