קשיות מאכט טריפה, הערט אויף צו טעסטן די מנהל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

קשיות מאכט טריפה, הערט אויף צו טעסטן די מנהל

שליחה דורך שמן למאור »

האבן זיך לעצטנס אנגעריקט א שיינע פאר חשובע ניקס דא, זיי האבן ממש אויפגעלעבט ס'מקום, זה בכה וזה בשטרוי. מען עפנט אשכולות ווי שרומס נאך א ליל שישי טשולנט, מען חקר'נט, מען ליצ'עוועט, מען פארברענגט, עס לעבט זיך ממש אזוי ווי די 'אמאליגע גוטע צייטן' ווען די מכות ערוב האט נאך געבודזשעוועט אין פילן קראפט, און די 'לייבן' זענען געווען פולקאם אקטיוו.

אבער איך האב עפעס צו זאגן אביסל ביקורת, סאו איך וועל מיך נישט צוריקהאלטן, כ'האף אז ס'וועט זיין דברים היוצאים מן הלב, און ס'וועט זיין נכנסים אויך.. שוין, לאמיר גיין גראד צום נקידה.

אפאר חברה זענען ביזי מדייק צו זיין אינעם קוצו של יו"ד פון די תקנות המקום וואס מען מעג יא און וואס טאר מען נישט. מען איז ביזי אויפטשעקן יעדעס ניבול פה, מען איז ביזי וועלכע סארט בילד איז אויסגעהאלטן, וועלכע סעיף טוט עס ווייעלעיטן, איז עס כפירה ממש אדער נאר אן אבק פון כפירה.
רבותי, הערץ אויף, הער אויף טרעטן אויף די גרענעצן!

די מנהל שליט"א האט אוועקגעשטעלט תקנות נישט ווייל ער זיכט איינצוצוימען פרייע געשפרעך, ער האט זייער א גוטע רעקארד פון לאזן זאכן לויפן און נישט אראפנעמען ווארע וועגן איינזייטיגע אינטערעסן, דאך מוז זיין תקנות, אז נישט ווערט ממש הפקר א וועלט.

אז מען האט אביסל שכל הישר און מען שרייבט נארמאל, איז נישט דא קיין סיבה אז מען זאל עפעס דארפן מעקן, און אז מען מעקט שוין יא, מוז מען נישט קומען מיט א גאנצע אויסברוך אויפן מנהל, סך הכל זיכט ער אונז צוצושטעלן א אויסגעהאלטענע אינטעסאנטע מקום וואס האט עפעס נארמאלע גדרים וסייגים צו האלן נארמאלע ליניעס.

אז מען האט געמעקט, באקומען א רויטע געשריבענע פסק, אדער אפילו אן אויסשפארונג, וויש דיך אפ די נאז, און לערן א לעסן.

מען קען גיין גאנץ ווייט דא אין שטיבל, איך האב שוין אויך געשריבן זאכן וואס מיין רב האט דערויף געשריגן אז ס'איז כפירה ממש, אבער דאך איז דא וואס זיכן דווקא ארויסצוריפן דאס בער פון וואלד, מען גייט נאך א טריט פאראויס, מען טעסט די וואסערן.. מען מאכט גאר א מצב ווען עפעס קאנטערווערסיאל איז געשריבן געווארן. פליז רבותי, לאז זאכן לויפן געשמירט, די מנהל איז קיינעמס שונא, אונז זעמער שוין ארויס פון ישיבה קטנה ב"ה.

שוין, איך האב שוין אפגעזאגט מיינס, זייטץ מיר נישט חושד יעצט אז איך בין א חלק פון די הנהלה, כ'בין אויסדריקליך נישט! איך שמועס נאר אויס וואס עס ליגט מיר אויפן הארצן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

שכוח הרב שמן
כ'נעם עס אהן

כ'האב ח"ו נישט געמיינט די מנהלים, כ'האב הכרת הטוב פאר זיי
זיי געבען מיך דעם פלאץ צו קענען שרייען און לאכן
כ'הייב שוין אהן רעדאגירן. ביטע צייכן מיך אהן אין אישי ווי נאך איך צו איבער א שטרענגל, כ'האב די פילסטע רעספעקט פאר גדולים ווי אייך. כ'וועל עס גלייך רעדאגירן!
---

און לכבוד המנהל
איי עם ריעלי סארי פאר די קאפ וויי, כ'וויל אויך נישט ס'זאל ווערען א נעגאטיווע מצב דא, ווארום מ'אנטלויפט דאך אהער פאר א שמייכל און נישט פארקערט!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

כ'האב נישט דווקא אינזינען געהאט איינעם פערזענליך, כ'האב זיך נאר אפאר מאל אנגעשטויסן לעצטנס אין דעם פאנאמענאן דא אין דארטן, און דאס האט מיר געמאכט שרייבן. מען ווערט געבעטן עס נישט צו נעמען פערזענליך.

דער עולם מיינט נישט שלעכט, און טאקע וועגן דעם בין איך מעורר. אין מזרזין אלא למזורזין...

שעפטאל איז פיין!!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמן למאור האט געשריבן:שעפטאל איז פיין!!
עגרי, דו שרייבסט גאר גוט און געשמאק!!
למה אתה בוש, לכך נבחרת...
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט