עצי שטים האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:.Nanach האט געשריבן:די מפרשים זענען אלט 1000 יאר אדער ווייניגער, עס קען זיין אז בשעת מעשה האט מען עס געלערנט אנדערש, און לכבוד דעם האט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן איך האב עס נישט געהערט פון מיינע עלטערן
מעגליך אז אנדערע האבן עס געלערנט אנדערש. איך האב געפונען די 2.
ברענג אנדערש פשטים און לאמיר אנהייבן דזשאדזשן.
קענסט מיר נישט זאגן אז איך בין נישט גערעכט, ווייל מעגליך איז דא אנדערע פשטים.
איך האב געברענגט א פרוף אז די ראיה איז אפגעווארפן. חוץ אויב מ'וויל גיין קאפ אין וואנט אז ס'איז געווען א געפ.
איך האב געברענגט מערעע משלים וואס מיינט OTD. אויס אידישקייט, אויס שבת, אויס יום טוב. אויס ברית מילה, אויס קרבנות, אויס סנהדרין, אויס כהנים גדולים.
נישטא קיין שום עווידענס אויף דעם. דאס מיינט אז מ'האט געטאן עבירות, אבער אידישקייט איז אנגעגאנגען אן קיין געפ. נישטא קיין X און קיין Y. קיין J P E D. א טעאריע ככל הדעבאנקד טעטאריעס.
זוכער טייערע, איך כאפ יעצט אז דו פארזעסט א וויכטיגע נקודה
די זאגסט קלאר אז איינער וואס גלייבט נישט אין גארנישט קענסטו נישט דעבאטירן און אויפווייזן אז תורה איז מסיני, נאר פאר א מאמין וואס האט ספיקות קענסטו אים אויפווייזן אז עס איז יא געווען א מעמד הר סיני וכדו'
איך האב אויפגעברענגט קשיות אז אפשר איז עס נישט אמת, און אז ס'יא דא א געפ (נישט קיין אמת'ע, נאר אן אייגן געמאכטע, דורכן מחבר התורה, כדי די ליגנט זאל קלעבן) וכ' וכ' אלעס פאבריצירט דורך עפעס א שופט, און די האסט מיר דעבאטירט וכ' וכ',
אבער וואס די כאפסט נישט איז, אז הגם איך בין א מאמין, איז מיין ספיקות טאקע דאס, אז אפשר איז אלעס גאלדי לאקס מעשיות?איינגערעטע זאכן,
קומסטו מיט ראיות פון מפרשים און פסוקים, עס איז אלעס אוררעלעוואנט אויסצוקלארן מיינע ספיקות, אויב קענסטו נישט אויפוויזן פאר א גענצליך אומגלויביגער, דאן קענסטו אויך נישט אויסקלארן מיין ספיקות פון 'אפשר איז די מהלך פונעם אומגלויביגער אמת'
1) אויב דו האסט ספיקות היות דער פסוק איז משמע אז ס'איז געווען א געפ. און איך צייג דיר אויף אז ס'איז נישט געווען קיין געפ, ווייל דער פסוק זאגט בכלל נישט דאס, און ס'איז פאלש געלערנט. אקעי.
2) יעצט זאגסטו מיר, סארי, דער פסוק איז איין HOAX, ס'איז אזוי געשריבן געווארן דורך דעם קולט-פירער X יארן שפעטער. - איז פיניש. אויב דו ווארפסט אפ די ראיה פון פסוק, ווייל דער ארגינעלער פסוק איז א צענזורירטע פאבריקאציע. I'M OUT.
איך קען זיך מסביר זיין, נאר אויב דער פסוק טראגט א געוויכט פון אמת.
אויב דער פסוק איז א נאוועל, קען איך נישט טענהן'. אפשר הרה"ג ר' לארונס קעלמען. איך קען נישט איבערצייגן פאר איינעם וואס האלט אז די כ"ד ספרי קודש איז א נאוועל פון עפעס א כאריזמאטישן פירער, וואס האט נאך נישט קיין נאמען.