דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3228
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8935 מאל

דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!

שליחה דורך שמן למאור »

מורי ורבותי! איך זוך 5,000 פרויען אנטייל צו נעמען אין א שטודיע!!

וועט איר פרעגן מיט וואונדער וואס גייט פאר?! וואס איז פלוצלונג געשען?! לאמיך אייך פארשטיין געבן.


עס פארמערט זיך לעצטנס דעם מאדנע ספעקטאקל, אז עלטערע פרויען למעלה משישים הערן זיך אן געוויסע פרומע האטליינס, זיי ווערן ראדיקאליזירט, און טוען זיך אויס דעם קורצן, באשיידנעם שייטל, און דעקן זיך גענצליך צו דעם אפגעשוירן קאפ, לדאבון כל המשפחה.

אסאך מאל וויל עס די מאן אויך נישט געהעריג, כמעט אלעמאל רעגן זיך די טעכטער און שנירן, אבער היא בשלה, זי קומט געווענליך מיט א 'מופת' ווי זי האט געזען באשיינפערליך ווי די קבלה, אז זי גייט זיך פארשפיצלען, האט איר ממש געראטעוועט אין א געוויסע הינזיכט.

אמאל איז עס א געוואוקס וואס ווערט נעלם, אמאל איז עס א טומער וואס די דאקטוירים ציען צוריק און זאגן אז ס'איז נישט יענע מעשה'דיג, אמאל איז עס אין די הינזיכט פון פרנסה, נחת, יו נעים איט..

צו אזא איינע קענסטו נישט רעדן אדער איבערצייגן אנדערש, ס'טייטש?! זי האט קלאר געזען דעם יד השם! 'די שפיצל האט געראטעוועט'! זי קען זיך שווערן ביי א ספר תורה אז די שפיצל האט עס געמאכט! און אפילו וועסט איר איבערצייגן אז ס'איז לאו דווקא די האר וואס דרייט די עולמות עליונים, קענסטו רעדן צום דופן, אזוי פילט זי און פארטיג, זה מה יש.

און דער אמת איז אז נישט נאר ביים שפיצל ענדיגן זיך די אפענע מופתים, ס'איז אין ממש יעדע הינזיכט פון צניעות ווי פרויען האבן צו פארציילן מעשיות אויף מעשיות - כמעט מער ווי די בעש"ט מאשקע מעשיות, וויאזוי דורכן זיך אונטערנעמען א קבלה אין צניעות האבן זיי געזען פלאים למעלה מדרך הטבע!

איי, קומט מיין אפיקורסישע מוח גלייך מיטן באקאנטע טענה, צו דען זעט מען 'אייביג' אז מען ווערט געהאלפן?? איז דען נישטא פעלער ווי מען נעמט זיך אונטער, מען ווערט ערליכער, מען פארשלייערן זיך אונטער'ן שפיצל, און דאך קען דער מלאך המוות דערקענען וועמען ער זוכט? ער נעמט אוועק די איידעלע פרוי פריצייטיג מיטן אראפגעצויגענעם טיכל איבער די אויערן, און ער דערשרעקט זיך נישט פון איר פרישע אומאנגענעמען אויסזען?!

וועלן די פארגלייבטע באבעס זיך פארשטאפן די אויערן און שרייען, וואס הייסט!! מען זעט דאך אפענע מופתים ביי די זאכן! דאס קען מען נישט אפלייקענען! די פאר געציילטע מאל וואס עס ארבעט נישט איז עס פשוט ווייל די שערי רחמים זענען עפעס געווען הערמאטיש פארשלאסן, מיר פארשטייען נישט אלעס, מיר פרעגן נישט קיין קשיות, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די אלע מאל וואס מען זעט אפענע זאכן.

שטעלט זיך די קשיא, אפשר טוט נישט די צניעות אנגעטועכץ אויף קיין כי הוא זה?! נאר די טבע הדברים איז אז פון טויזנטער מענטשן וואס ווערן קראנק ווערן טייל געזונט, טייל שטארבן, און טייל זעען מורא'דיגע וואונדער הנקרא בלע"ז מיריקלס. דאס געשעט סיי ביי קריסטן, ביי די קאטאליקן, ביי אידן, און פונקט אזוי ביי די אטעאיסטן וואס גלייבן גארנישט!! מעגליך אז די נומערן זענען איבעראל די זעלבע? נאר ביי אונז ווי צענדליגע באבעס נעמען זיך אינטער געוואלדיגע קבלות, און טייל פון זיי ווערן געזונט, שאפט זיך די אלוזיע אז דאס האט צוגעברענגט דאס..! און די וואס ווערן נעבעך נישט געהאלפן, שטארקן זיך מיט אמונה צוליב די מעשיות פון די וואס זענען יא געהאלפן געווארן!!

דער אמת איז, אז דאס גייט פיל ווייטער ווי שפיצלעך אדער צניעות ביי פרויען. ס'איז דא אן א שיעור זאכן וואס מען ווייסט ביי אונז אז 'מען זעט ממש מיט די אייגענע אויגן' מורא'דיגע אפענע וואונדער! יא! היינטיגע צייטן! זאל עס זיין אויספועל'ן ישועות ביי רעב שייע ב"ר משה, ביים ריבניצער, אין מירון א.א.וו. מיר ווייסן אז אפהיטן די אויגן ברענגט א שפע אין פרנסה, זיך אפהיטן בקדושה ברענגט אסאך השפעות אין אלע הינזיכטן, און די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער. מען דארף נאר אויפהייבן איינע פון די צענדליגע גליונות וואס וואלגערן זיך ארום אויף די טישן פון ביהמ"ד, און גלייך וועסטו קענען זען אן א שיעור אפענע מעשיות...

רעב מיילעך בידערמאן לאזט אויך נישט נאך, ממש יעדע וואך איז דא פרישע היינטיגע מעשיות וואס מען קען זען דערביי ממש די אפענע יד השם! פון אלע עקן וועלט זעט מען אידן וואס האבן מעשיות יעדן טאג. אבער מיין קשיא בלייבט שטיין, צו איז עס אויף א העכערע פראצענט ווי אין אנדערע פלעצער אזוי אז מען קען קלאר אנדייטן אז די העכערונג פון ישועות ורפואות קומט אדאנק די אלע קבלות טובות, אדער איז עס בלויז אן אחיזת עינים?!

אלזא, מיינע ליבע פריינד, ס'איז נאר דא איין וועג געוואויר צו ווערן! און דאס איז דורך מאכן א געהעריגע סייענטיפישע שטודיע! יא, איר הערט גוט! פונקט ווי מען שטודירט צו זען אויב א מעדעצין העלפט!

איך האף נאך צו קענען שטודירן יעדע סגולה עקסטער, מיר האפן אנצוקומען צו יעדע זאך, אבער ערגעץ מוז מען דאך אנהייבן, האב איך באשלאסן זיך צו נעמען די די ענין פון שפיצלעך צום ערשט.

מיר וועלן נעמען 5,000 פרויען וואס גייען ליידער מיט שייטלעך, מיר וועלן אנטון פאר 2,500 פון זיי שפיצלעך, און דערביי וועלן זיי בעטן "איין געוויסע ספעציפשן זאך" פונעם בורא כל עולמים! יעדן טאג באלד ביים אויפשטיין וועלן זיי בעטן דעם געוויסן זאך. די אנדערע גרופע פון 2,500 פרויען וועלן אויך בעטן יעדן טאג פאר א געוויסע זאך וואס זיי ווילן, אבער זיי וועלן בלייבן מיט זייער טמא'נע שייטל.

נאך 6 חדשים וועלן מיר אדורכגיין אלע פרויען איינס ביי איינס און זען ווער עס איז געהאלפן געווארן, אזוי וועלן מיר קענען זען אויב די שפיצל האט דא צוגעגעבן אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן! מיר וועלן האבן הארטע נומערן פאר זיך, און מיר וועלן קלאר זען אויב עס איז דא א פראצענטואלן העכערונג ביי די שפיצל גרופע!!!

פארשטייט זיך אז אזא שטודיע איז נאר די אנהויב, מען קען גיין ווייטער און ווייטער. אפשר וועט מען טאקע נישט זען ווי די שפיצל טוט עפעס אויף, אבער אפשר האט די תפילה אליין יא אויפגעטון! ביי ביידע אייניג! וועט מען דארפן מאכן נאך א שטודיע פון דאווענערס ווערסעס נישט דאווענערס. א.א.וו.

אויב טרעפט מען יא א העכערונג ביי איין געוויסע גרופע, וועלן מיר פארשטייט זיך מאכן פיל גערעסערע און שטערקערע שטודיעס מיטן אריינעמען אסאך מער מענטשן, א שטייגער ווי די פאזא 3 שטודיעס וואס מען מאכט ביי מעדעצינען וואס נעמען אריין שווערע צענדליגע טויזנטע מענטשן! אזוי אז מיר וועלן קענען זען ממש מיט א זיכערקייט אויב א געוויסע סגולה העלפט טאקע אויף למעשה!!

פארשטייט זיך אויב גייען מיר טרעפן רעזולטאטן פון א שטודיע אז א שפיצל העלפט, אדער אז אן אנדערע סגולה טוט אויף, וועלן מיר דאס פארשפרייטן איבער די גארער וועלט! עס וועט אויפרייסן אין די אלע סייענטיפישע דזשורנאלן! אלע וועלן זיך מוטשענען צו פארשטיין די סייענטיפישער הסבר וואס עס ליגט אינטער די שפיצל אז דאס קען היילן קענסער, איז היות זיי וועלן כמובן נישט טרעפן קיין געהעריגע הסבר, וועלן זיי מוזן אראפלייגן זייער מייקראסקאפן, און הויעך אויסשרייען אינאיינעם, "השם הוא האלוקים"! ס'וועט זיין אזא מורא'דיגע קידוש השם! עס וועט מקויים ווערן די פסוק 'ומלא הארץ דעה את השם כמים לים מכסים'! די גאנצע וועלט וועט ענדליך איינזען אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט!

כ'קען שוין קוים ווארטן!! לכאורה וועל איך קריגן פאר דעם דער קומענדיגן נובעל פרייז געווינס!! בלויז די געדאנק דערפון מאכט מיר שוין אן ארגאזום. מיר וועלן שוין ענדליך וויסן אויב די אלע זאכן וואס מיר זענען אזוי ביזי מיט, וואס מיר דרייען אונזער לעבן ארום זיי, וואס מיר נעמען זיך אינטער בעת צרה, אדער סתם אין א הייליגן מאמענט, צו זענען די אלע סגולות וואס מיר גלייבן דערינען טאקע זאכן וואס האבן האפט, אדער איז דאס אלעס סתם פוסטע דמיונות ארויסגעבלאזן גראד פונעם עולם הדמיון ארויס.

ווער וויל זיך משתתף זיין אינעם געוואלדיגן הייליגן 'קידוש השם שטודיע' זאל מיר לאזן וויסן אין אישי! ויה"ר שחפץ השם בידינו יצליח.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר