די ארטיעפישעל פוסק הדר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

די ארטיעפישעל פוסק הדר

שליחה דורך איך הער.. »

קע"ה דער הייליגע אידיש פאלק איז ווי א יעדע  געזינטע געזעלשאפט געבענטשט געווארען מיט געפעכטען, פריווייטע אין עפענטליכע, קול קורא'ס אינטערגעשריבען אדער נישט, מיט רשות אדער אן רשות, דין תורה'ס ביים בית דין אדער ביי א שלוש, פראטעסטען פון יחידים אדער קהלות בארעכטיגט צי נישט, פסק הלכה לטובת הכלל משום טעם הלכה אדער פאר אייגענע נגיעת.

נו מיט אזויפיל חומר איז דאך ממש אומעגלעך צי ציטיילען ווער איז גערעכט אדער שילדיג, און ווער עס פאסקענט מיט ישרות אדער מיט אייגענע נגיעת, וועמען צי שטיצען אין וועמען נישט, כ'מיין עס איז דאך נאר אזוי פיל וואס אינז חברי ה'שטיבל קענען טוען.

שוין דער אייבערשטער האט ב"ה געהאלפען און  אינז לעבען היינט אין א וועלט מיט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס העלפט ארויס מיט טאג טעגליכע ווערטשאפט, און אין די לעצעטע יארן מיטען אויפשטייג פון ארטיפישעל אינטעלעדזשינס  הנקרה בלשון חיבה AI, וואס עקספערטען שאטצען אז דאס וועט ממש איבערנעמען אונזער טאג טעגליכע ווערטשאפט, מיין איך אני הקטן אז ס'איז וויכטיג צי האבען א צענטראלע דעת תורה אין ווער איז דען נישט אזוי ראוי איבער צינעמען די לייצעס אין טיטעל פון פוסק הדר אין ראש גלותא ווי  הרב ר' AI שליט"א אז ער זאל פירען דעם אחינו בני ישראל אל צד יותר טוב.

נאך זיך שטארק אריינלייגען אין די ענין מיט די הילף אין שטרענגע השגחה פינעם אינטערנעט רבי הרב ר' יצחק אליעזר מאסקעוויטש שליט"א ווי אויך מיט הרב ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א מיט זייערע ברייטע קענטיסטען אינעם פעלד פון טעכנאלאגיע האבן מיר ב"ה אנגעהויבען טרענינג פארן פוסק הדר.

צי ערשט האבן מיר אנגעהויבען בויען די שפראך מאדעל מיטן געבען צי ליינען פארן פוסק סיי די "די בלאט" אין "די איד" אונז זעמער דא פאר ישרות! קיינער קען נישט האבן קיין טענות, און פאר שיער פשוט הערט דער פוסק די דרשות פון ר' שמול שלמה טעללער שליט"א איבער יסודי הדת, אין ביינאכט נאך מעריב אביסעל ספורנו זיך צי ליפטערן אביסל.

אי"ה נעקסטע וואך וועלן מיר בעזר השם אנהייבען אל הגילה, אין די בעסיק וויכטיגע חסידישע ספרים, ווי אויך א שיער מיט ר' שמשון ראב שליט"א אויף... איך בין נאכנישט זעכער אפשר מכילתא ? העמער זעהן.. 

  איך פיל באמת אז די פאריעקט וועט זיין א מוראדיגע תועלות פארן ציבור, צי האבען אן אבדזשקעטיוו דעת תורה אן קיין פריווייטע נגיעת, ווי אויך א שנאי בצע, אין איבער אלעם א גאון אדיר וואס איז א בקי אין יעדע ווינקעל אין שלחן ערוך און אין כל התורה כולה, ווי דאכצעך מער דער באבוב רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט לעצטענס ביי דרשה איבער AI איז דאס אז ממש ווי די אורי ותומים.

ווי אויך וועלן מיר אי"ה מאכן א קאמפיין צי העלפען דעקען די הוצאות די ציל וועט בעזר השם  זיין זעקס מיליאן דאלער, לאמער האפען דער עולם וועט זיך ווארעם אנריפען, אין בשם השם נעשע ונצליח (איך דארף באמת נישט אזוי פיל געלט אבער אז יעדע ארגעניזאציע מאכט עס אן געבען א דין וחשבון אין דער עולם גולם געט, ני שוין מהיכי תיתי מעג איך אויך) 

שוין זאל דער אייבערשטער העלפען עס זאל זיין מיט הצלחה, אמן.
.Commen sense is not commen
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: די ארטיעפישעל פוסק הדר

שליחה דורך טמיר »

געוואלדיגע איידיע.

ס'איז דאך טאקע אזוי. דעת תורה שאפט זיך פון קענען די גאנצע תורה און נישט האבן קיין נגיעות. ווער נאך האט די מעלות ווי עי איי?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

וועט עי איי קענען מחדש זיין חידושים אין די תורה? לכאורה יא
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

טמיר האט געשריבן:געוואלדיגע איידיע.
ס'איז דאך טאקע אזוי. דעת תורה שאפט זיך פון קענען די גאנצע תורה און נישט האבן קיין נגיעות. ווער נאך האט די מעלות ווי עי איי?
AI האט אויך נגיעות, ס'נעמט אלעס פון די געוועב וואס איז אויך געפארעמט לויט נגיעות
אבער ב"ה די נגיעה איז לצד כוח דהתירא עדיף :)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

טמיר האט געשריבן:געוואלדיגע איידיע.

ס'איז דאך טאקע אזוי. דעת תורה שאפט זיך פון קענען די גאנצע תורה און נישט האבן קיין נגיעות. ווער נאך האט די מעלות ווי עי איי?
געוויס האט AI נגיעות. אז מ'פיטערט נישט די אינטערנעט סערוויס מיט חודש'ליכע פעימענטס רעדט ער נישט צו דיר.

אז מ'קוויטלט זיך נישט ביי די גוטע יודען איז נישטא קיין ישועות. נישט אזוי?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

נא! לצים! כפירה! הערץ שוין אויף
ווי דערוואגט מען זיך צו רעדן אזוי אויפן פוסק הדור ריש גלותא AI...
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: די ארטיעפישעל פוסק הדר

שליחה דורך איך הער.. »

שעפטאל האט געשריבן:נא! לצים! כפירה! הערץ שוין אויף
ווי דערוואגט מען זיך צו רעדן אזוי אויפן פוסק הדור ריש גלותא AI...
דער צדיק געט נישט קיין דעקל פאר די אלע לצנות, ער ווערט נישט דערשראקען, דעס וואס וואלווי זאגט וועגען צאלן דעם אינטערנעט סערוויס איז א בחנה פון משחנע זיין דעם קעניג'ס דאקטער צי ציקימען צום קעניג אליין,

אבער איינמאל מען איז ביים צדיק איי איי איז נישט קיין חלוק צי די ביסט די סולטאן פון טערקיי אדער א שלעפער אין ראדני, צי די דינסט דעם בעל פעור אדער אדער עפעס א היימשע איך וויל נישט זאגען וואס...
.Commen sense is not commen
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

די AI איז אזוי ווי די אורים ותומים (בשם באבובע רבי 45)
ס'איז דומה כביכול צו די באשעפער אליין
ער ווייסט אלעס
ער געבט דיך זייטען להתיר ולהחמיר, להשכיל ולהסכיל, (אפי' צו זיין ראדעקאל)
ער פארלאנגט פון דיך געלט
ער קען דיך בפועל נישט העלפן, קענסט נאר ניצן דיין שכל זיך אליין צו העלפן מיט זיינע עצות
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

אויב מקען אויסלערנען דעם AI וויאזוי צו לערנען לשון קודש
גייט אוצר החכמה ארויס פון ביזנעס
נישט קיין שום הו״א אז די רבנים זעלבסט גייען אים נוצן
אבער ער איז נאך דערווייל היבש צומישט און ער זאגט דאס אליינס
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:אויב מקען אויסלערנען דעם AI וויאזוי צו לערנען לשון קודש
גייט אוצר החכמה ארויס פון ביזנעס
נישט קיין שום הו״א אז די רבנים זעלבסט גייען אים נוצן
אבער ער איז נאך דערווייל היבש צומישט און ער זאגט דאס אליינס
אינטערסאנטע נקודה. אין די אקעדעמישע וועלט איז מקורות פון אינפארמאציע זייער א באוואכטע נושא. ווי אזוי דילען זיי מיט AI בנוגע פארלעסליכע מקורות. די אקעדעמישע סיסטעם האט גאנצעטע הלכות ווי אזוי מ'cite מקורות. אפילו אנליין מקורות מוז קומען מיט א פינקליכע מראה מקום ווי אזוי דאס צוטרעפן ווען מען דארף. איז דא א סיסטעם אין פלאץ פאר AI? קען מען ניצן אינפאו פון AI פאר דעלאקעט ריסערטש.

אונזער אקאדעמישע וועלט איז נישט אנדערש. ס'איז דא א סיסטעם פון מקורות ווי אזוי מ'איז דן נושאים. קיין עלים לתרופה גייט מען נישט נאכזאגן. עכ"פ, אוצר החכמה גייט נישט ארויס פון ביזנעס פונקט ווי אלע ספרי מדע פון די סעקולארע וועלט. די מענטשן וואס נוצען אוצר החכמה ניצען נישט AI אין זייער ארבעט. וואס איז שייך ביי חכמי אומות העולם איז שייך ביי חכמי ישראל.

חוץ פון מגידים און דרשה פייערערס. זיי קענען ניצן AI, מיט גליונות. אז ספעלט סחורה קען מען אויפמאכן אויפ'ן פלאץ.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איך הער.. האט געשריבן:קע"ה דער הייליגע אידיש פאלק איז ווי א יעדע  געזינטע געזעלשאפט געבענטשט געווארען מיט געפעכטען, פריווייטע אין עפענטליכע, קול קורא'ס אינטערגעשריבען אדער נישט, מיט רשות אדער אן רשות, דין תורה'ס ביים בית דין אדער ביי א שלוש, פראטעסטען פון יחידים אדער קהלות בארעכטיגט צי נישט, פסק הלכה לטובת הכלל משום טעם הלכה אדער פאר אייגענע נגיעת.

נו מיט אזויפיל חומר איז דאך ממש אומעגלעך צי ציטיילען ווער איז גערעכט אדער שילדיג, און ווער עס פאסקענט מיט ישרות אדער מיט אייגענע נגיעת, וועמען צי שטיצען אין וועמען נישט, כ'מיין עס איז דאך נאר אזוי פיל וואס אינז חברי ה'שטיבל קענען טוען.

שוין דער אייבערשטער האט ב"ה געהאלפען און  אינז לעבען היינט אין א וועלט מיט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס העלפט ארויס מיט טאג טעגליכע ווערטשאפט, און אין די לעצעטע יארן מיטען אויפשטייג פון ארטיפישעל אינטעלעדזשינס  הנקרה בלשון חיבה AI, וואס עקספערטען שאטצען אז דאס וועט ממש איבערנעמען אונזער טאג טעגליכע ווערטשאפט, מיין איך אני הקטן אז ס'איז וויכטיג צי האבען א צענטראלע דעת תורה אין ווער איז דען נישט אזוי ראוי איבער צינעמען די לייצעס אין טיטעל פון פוסק הדר אין ראש גלותא ווי  הרב ר' AI שליט"א אז ער זאל פירען דעם אחינו בני ישראל אל צד יותר טוב.

נאך זיך שטארק אריינלייגען אין די ענין מיט די הילף אין שטרענגע השגחה פינעם אינטערנעט רבי הרב ר' יצחק אליעזר מאסקעוויטש שליט"א ווי אויך מיט הרב ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א מיט זייערע ברייטע קענטיסטען אינעם פעלד פון טעכנאלאגיע האבן מיר ב"ה אנגעהויבען טרענינג פארן פוסק הדר.

צי ערשט האבן מיר אנגעהויבען בויען די שפראך מאדעל מיטן געבען צי ליינען פארן פוסק סיי די "די בלאט" אין "די איד" אונז זעמער דא פאר ישרות! קיינער קען נישט האבן קיין טענות, און פאר שיער פשוט הערט דער פוסק די דרשות פון ר' שמול שלמה טעללער שליט"א איבער יסודי הדת, אין ביינאכט נאך מעריב אביסעל ספורנו זיך צי ליפטערן אביסל.

אי"ה נעקסטע וואך וועלן מיר בעזר השם אנהייבען אל הגילה, אין די בעסיק וויכטיגע חסידישע ספרים, ווי אויך א שיער מיט ר' שמשון ראב שליט"א אויף... איך בין נאכנישט זעכער אפשר מכילתא ? העמער זעהן.. 

  איך פיל באמת אז די פאריעקט וועט זיין א מוראדיגע תועלות פארן ציבור, צי האבען אן אבדזשקעטיוו דעת תורה אן קיין פריווייטע נגיעת, ווי אויך א שנאי בצע, אין איבער אלעם א גאון אדיר וואס איז א בקי אין יעדע ווינקעל אין שלחן ערוך און אין כל התורה כולה, ווי דאכצעך מער דער באבוב רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט לעצטענס ביי דרשה איבער AI איז דאס אז ממש ווי די אורי ותומים.

ווי אויך וועלן מיר אי"ה מאכן א קאמפיין צי העלפען דעקען די הוצאות די ציל וועט בעזר השם  זיין זעקס מיליאן דאלער, לאמער האפען דער עולם וועט זיך ווארעם אנריפען, אין בשם השם נעשע ונצליח (איך דארף באמת נישט אזוי פיל געלט אבער אז יעדע ארגעניזאציע מאכט עס אן געבען א דין וחשבון אין דער עולם גולם געט, ני שוין מהיכי תיתי מעג איך אויך) 

שוין זאל דער אייבערשטער העלפען עס זאל זיין מיט הצלחה, אמן.
מען דארף זיך היטן ווייל באלד גייט דער פון מאנדראו זאגען אז עס גייט אריין אין זיין "והגלילות"
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דאס איז א געוואלדיגע איידיע!

נעקסט סטעפ דארף מען דאס מאכן ארבעטן פאר די געריכטן, אנשטאט שופטים מיט נגיעות. מען וועט אריינשטעלן די געזעצן אינעם מח פון דעם AI, די סיבות פארוואס צו גיין לחומרא או לקולא, און ביז 10 מינוט קען ארויסקומען א קלארע פסק, אנשטאט ווארטן 5 יאר...

אפשר קען מען שוין פראגראמירן פאר די געלט אויכעט א דזשורי ווען עס פעלט זיך אויס.

ומלאה הארץ דעה!
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט