עס שטייט דאך די נאמען פונעם פאליציי מאן אויפן טיקעט, נישט אזוי? ער קען פארלאנגען א קאורט דעיט און אזוי טרעפן די פאליסמאן. ס'איז לכאורה דא מהלכים אויב וויל מען נאר.לייביששרייבער האט געשריבן:צו וועמען ער ווייסט דאך ווער ?טאמבל סאס האט געשריבן:וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.לייביששרייבער האט געשריבן: א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש זאל איבער לאָזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויס גענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרוטיות.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
מאן יאמר אז נישט ?שמן למאור האט געשריבן:עס שטייט דאך די נאמען פונעם פאליציי מאן אויפן טיקעט, נישט אזוי? ער קען פארלאנגען א קאורט דעיט און אזוי טרעפן די פאליסמאן. ס'איז לכאורה דא מהלכים אויב וויל מען נאר.לייביששרייבער האט געשריבן:צו וועמען ער ווייסט דאך ווער ?טאמבל סאס האט געשריבן:וואלט ער הערשט געברויכט עס צוריקגעבן.לייביששרייבער האט געשריבן: א פאליסמאן וואס מאכט עטליכע דרייסיג טויזענט דאלער א יאר, האט נישט קיין איבעריגע פיאסטער אין טאש זאל איבער לאָזן א קאנווערט וואס ער האט דזשאסט יעצט ארויס גענומען פון באנק פאר סיי וואספארא סיבה איז נישט קיין מעשה וואס איז נישט א דירעקטע השגחה פרוטיות.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
און ער/זי האט איבער געלאזט געלט נישט קיין טיקעט. נישט אזוי גייט די סטארי?
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אויב וואונדערליכע מעשיות זענען א צייכן אויף השגחה פרטית אדער גאט, דאן איז לכאורה די פאקט אז מיליאנען פון קינדער שטארבן יערליך פון הינגער אדער מגיפות א ראיה אז ס'נישט קיין גאט חלילה.לייביששרייבער האט געשריבן:נישטא קיין איין מעשה וואס ווייזט אויף נישט. די פראבלעים איז די קוקסט נישט זעהסטו נישט. עפן דיינע אויגן וועסטו זעהן אז עס איז נישטא קיין רור אן קיין דירעקטע השגחה פונעם רובוש''ע דו''ק ותשכח.דיכטער האט געשריבן:א שיינע זיסע מעשה.
דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?
לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
וועגן דעם איז זייער נישט ראטזאם צו 'מוכיח' זיין גאט דורך מורא'דיגע מעשיות.
איינער וואס גלייבט 'עניוועי' אין באשעפער, קען און דארף גלייבן אז די אלע מורא'דיגע מעשיות זענען טאקע די יד השם. איך זע אבער נישט וואס איז מער וואונדערליך פון א מאדנע מעשה ווי די פשוטע טאג טעגליכע רוטין. אלעס פירט דאך דער באשעפער, נישט נאר אויסער-ארנטליכע פאסירונגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לויט ווי דער פותח האשכול פארציילט דא, איז יא געווען א טיקעט. ס'איז אפילו געווען א רעסיט פונעם באנק, סאו מען קען זיכער זען ווער דאס איז.לייביששרייבער האט געשריבן: מאן יאמר אז נישט ?
און ער/זי האט איבער געלאזט געלט נישט קיין טיקעט. נישט אזוי גייט די סטארי?
אלע צוזאמען האט געשריבן:פון אינסטינקט האט ער אראפ גענומען די שרעקעדיגע ענוועלאופ פון די ווינדאו, און עס געוואלט באטראכטן, נאך פאר ער האט עס געעפענט, האט ער געפילט אז ס'איז אביסל צו דיק, ער האט עס אויפגעמאכט ס'האט אנטהאלטן א פעסטן טיקעט, אונטער די קוויטל איז אבער געליגן עפעס בעסער, $730 קעש מיט נאך אביסל טשעינדזש, אפילו די רעסיט פון טשעיס באנק!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דו ווייסט אז אזוי זענען געווען די פרטים פון די מעשה, אדער דו האקסט סתם? און אויב וועט מען נאכקוקן און זען אז דער פאליסמאן האט דווקא יא געגעבן דא א גערעכטע טיקעט און ער האט גראדע נישט קיין 750 רשעות'דיגע דאלארן וואס ער מוז אפגעבן אויף דעם דין וחשבון, וואס וועסטו זאגן דעמאלטס? איז דען נישטא קיין ארענטליכע מענטשן וואס ליידן געלט שאדנס? א נייע מהלך אינעם קשיא פון צדיק ורע לו... מען לייקנט גאר די מציאות הדברים.. קשיא מעיקרא ליתא...לייביששרייבער האט געשריבן:פונקט קאפויער די פאליציי פערזאן האט באקומען א מידה כנגד מידה שטראף פאר מאכן שאדנס פון מענטשען אזויפיל געלט על לא דבר.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:וואס מיינט "פורסט הענד", עס האט פאסירט מיט דיר אדער דיין חבר?
די פאליציי מאן האט יעצט באווייז אז "דער באשעפער איז שוין נישט דא".
אויב טרעפן $750 מיינט אז דער באשעפער איז נאך דא (וואס הייסט נאך דא? וואטעווער) איז פארלירן $750 א צייכן אויף פארקערט.
לשיטתך.
דער קאר איז געשטאנען 15.1 פיס נעבן דעם פאמפ האט ער באקומען א טיקעט. פארוואס ווייל ער קען געבן נישט ווייל יענער האט פוגע געווען אין געזעץ. עס איז דא 750 דוללער ווערט טיקעטס וואס די פאליציי האט געשריבן ממש על לא דבר און דער פאר איז ער/זי געווארן באשטראפט מיט אט די סכום.
סאו לאמיר זיין קלאר, די אפיקורסים זאגן אז ס'איז חלילה נישטא קיין גאט, (אדער אז גאט האט באשאפן די וועלט אבער ער פירט עס מער נישט, ער לאזט די טבע טון דאס זייניגע, הנקרא דאיאיזם) זיי האלטן אז אלעס וואס פירט זיך נאר אויף די וועלט, פון רעגן, ביז שניי, די שטערנס, די מערכת השמים, אלע מעשי בני אדם, חיות, עופות און צמחים, אלעס אלעס פירט זיך לויט די חוקי הטבע אן קיין העכערע גאט וואס מישט זיך אריין אין וויאזוי זאכן זאלן זיך פירן. אריינגערעכנט אין דעם איז די טעגליכע געשעענישן וואס מיר זענען געוואוינט צו דעם, און אזוי אויך וואונדערליכע זאכן וואס געשעען נאר מיט א מורא'דיגע צופאל. (לדוגמא, אז צוויי מענטשן מיט די זעלבע נעמען, פארן פונקט מיט די זעלבע טעקסי דרייווער פונקט צען יאר אפגערוקט, און די קאר לויפט אויס פון געז פונקט ביי די זעלבע געז סטאנציע!!!) היות טריליאנען זאכן פאסירן יעדן איינציגסטן טאג, איז נישט מער ווי לאגיש צו זאגן אז פון אזויפיל 'נארמאלע' זאכן וואס געשעען, וועלן אויך אמאל פאסירן מאדנע צופאלן.לייביששרייבער האט געשריבן: אוי אוי איז דא א גוטער באשעפער ער איז משגיח פריי כל כל פרט ופרט. עפען די אויגן וועסטו זעהן א יד השם אין יעדע ריר פון דיין לעבן ווי דער יד השם לאזט דיך איבער פאר קיין רגע. צום בויען און צום (אין דיינע אויגן) איז נאר ער און ווייטער ער. דזשאסט קוק דיך אים אויף אלעס וואס פאסירט מיט א טיפערע בליק נישט סתם אויבערפלעכליך.
מיר אידן גלייבן אבער אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט, וואס הגם השגחה פרטית איז לאו דווקא געווען א דבר מוסכם ביי אונזער אלע פריערדיגע צדיקים, דאך האבן מיר עס כהיום שטארק אנגענומען. פיין! גאט פירט אלעס ממש ביזן לעצטן דעטאל. אבער פארוואס ווייזט א מאדנע געשיכטע אז ס'איז דא א גאט מער ווי די טאג טעגליכע ערשיינונגען? די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
אפילו די פעדעראַלע רעזערוו קען פּרינטן פריש געלט, דאַרף גאָט אַוועקנעמען ביים פּאָליסמאַן? עפּעס מאַכט נישטאָ קיין סענס.
במחשבה שניה, די לעצטע זאַך מסתם וואָס דער אייבערשטער זוכט זיך איצט איז צו מאַכן אינפלאַציע ערגער. הויכע אינטערעס-רעיטס וואָלט באַדייט העכערן די APY וואָס דער הימל צאָלט פּער מצווה.
מאָראַל אָף דע סטאָרי: אויב דאַרפט איר געלט, פּאַרקט אייער קאַר ביי א פּאָמפּ.

- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
איה"נ דער טאג טעגליכער ערשיינונג איז אסאך א שטערקערע הכרח אז עס איז דא א גאט און מען דארף בכלל נישט קיין שום מאדנע מעשה צו העלפן ווייזן אז עס איז דא א גאט.שמן למאור האט געשריבן: מיר אידן גלייבן אבער אז ס'איז דא א באשעפער אויפן וועלט, וואס הגם השגחה פרטית איז לאו דווקא געווען א דבר מוסכם ביי אונזער אלע פריערדיגע צדיקים, דאך האבן מיר עס כהיום שטארק אנגענומען. פיין! גאט פירט אלעס ממש ביזן לעצטן דעטאל. אבער פארוואס ווייזט א מאדנע געשיכטע אז ס'איז דא א גאט מער ווי די טאג טעגליכע ערשיינונגען? די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.
אזוי ווי געשריבן וועסט קוקן וועסטו זעהן אפי' אן א מעשה.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
לגבי השגחה פרטית אדער נישט, א לאנגע מדובר, אבער מיר תלמידים פונעם הייליגען בעש''ט האבן דירעקט יא אזוי אנגענומען מיט כמה הכרחים און סיבות.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רבש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס הענדלען אידער וועי.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רבש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס הענדלען אידער וועי.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
איך האב זייער א שטארקע הרגשה אז די מעשה איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.נוח האט געשריבן:די ערשטע שאלה דא איז צי די מעשה איז בכלל אמת.
איינער דא געדענקט מאיר לעהמאנס ביכער? ער האט געשריבען פיקציעס מיט השגחה פרטית דורך זיינע פיקציעס האט ער געוויזן השגחה פרטית.
ווען איינער מאכט א קעפל "עס איז נאך יא דא א גאט" און שרייבט אזא מעשה, ריגארדלעס צו די מעשה איז אמת צו נישט, ווערט אזא מדובר צו אט די מעשה קען ווייזן אז עס איז יא (אדער נישטא) א גאט, איז זיכער אז די מעשה ווייזט אז יא, עס איז יא דא א גאט.
דער @שמן למאור איז מער גערעכט פון אלעם, די טאג טעגליכע ערשיינונג אן קיין שום אווענטוריס איז איבער גענוג צו זעהן גאט אין א יעדע רגע.
עס איז נישט געווען קיין שאלה ביי מיר צו די מעשה ווייזט אז יא, און ווען נישט די מעשה האב איך א ספק. קוק אריין און זוך גאט וועסטו אים טרעפן מיט א יעדן איד מיט די פינגער זיינע.
נאר דער יעניגער זוכט גאט און נאך די מעשה גיט א געשריי מה נורא, עס איז יא דא א גאט, דאס מיינט איצטערט האט זיין זוכן גיי אריינגעבליצט אין זיין מח. איינמאל די הנחה איז געמאכט, עס האט רעזינעיטעד מיט זיין פארשטאנד, וועט ער שוין קענען זעהן גאט אין אנדערע פעלער אין סתם א יעדעס טאגיגע הלוך ילך'דיגע מציאות'ער אויכעט בס''ד.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
אקעי, מ'איז אנגעקומען צו די פוינט ווי מ'ספיקות שוין צו ס'בכלל געשען.
קודם געפעלט מיר ווי @נוח, ווען מ'האט אים אראפגעריסן ביי די בארא פארק ערב פסח קרבן, האט ער זיך אויפגערעגט כאילו די וועלט האט זיך גענדיגט, אבער ער האט נישט קיין פראבלעם צו קוועשינען יענעם.
די מעשה איז געשעהן אזוי ווי כ'האב עס געשריבן, קיין ווארט נישט משנה פון וואס די בעל המעשה האט דערציילט.
יעצט לגבי די רייצערישע טיטל.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, איך זאג עס יעדן טאג, און איך פרוביר צו גלייבן אין דעם אויפן ברסלב'ע שטייגער, בפשטות לגמרי.
ווען איך האב עס געשריבן האב איך געהאט א קלער צו טעגן עטליכע מעמבער'ס דא, באקאנטע נישט גלויביגע, אפאר פון זיי זענען שוין געווען דא אינעם אשכול, כ'האב אבער זיך בארעכנט אז ס'גייט זיין אביסל צו פערסאנעל האב איך עס נישט געטון, כ'האב אבער געוואלט אז די מעשה זאל אביסל ארומפארן האב איך דירעקט געלייגט א מאדנעם קעפל.
און ניין איך דארף נישט קיין באווייזן אז השי''ת פירט די וועלט, מיך איז גענוג וואס ר' אביגדור מילער האט געזאגט ווען איינער איז געפארן צו 'שווייץ' פאר נפלאות הבורא' האט ער גענטפערט 'באטראכט דיין האנט, יעדע אדער און ביין, עס'טו טרעפן מער נפלאות הבורא'.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דאס איז דאך א דבר פשוט אז היות מיר -די שרייבערס פון קאווע שטיבל, זענען אידיש רעדנדע, וואס מיר ריפן אן אין די אידישע וועלט 'חסידישע אידן' און מיר פאריפן זיך אלס נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב, מוז דאך זיין אז ער איז גערעכט געווען, און גאט פירט די וועלט לויט ווי מיר האבן אנגענומען, אפילו אויב פארן בעש"ט האט ער זיך געפירט אנדערש...לייביששרייבער האט געשריבן: לגבי השגחה פרטית, אדער נישט, א לאנגע מדובר אבער מיר תלמידים פונעם הייליגען בעש''ט האבן דירעקט יא אזוי גענומען מיט כמה הכרחים און סיבות.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רובוש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס האנדלען איידער וועי
ס'וואלט מיר נאר געווען אינטערסאנט אויב דו קענסט אויסשמועסן די הכרחים און סיבות וואס זענען מוכיח אז דאס איז די ריכטיגע מהלך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
לדאבוני, האסטו עפעס פארזען די לעצטע פאר ווערטער מיינע און דו האסט ארויסגענומען פונקט דאס פארקערטע פון וואס איך האב געשריבן.לייביששרייבער האט געשריבן:איה"נ דער טאג טעגליכער ערשיינונג איז אסאך א שטערקערע הכרח אז עס איז דא א גאט און מען דארף בכלל נישט קיין שום מאדנע מעשה צו העלפן ווייזן אז עס איז דא א גאט.שמן למאור האט געשריבן: די זעלבע הסבר וואס די כופרים וועלן געבן אויף די 'נארמאלע' טאג טעגליכע פאסירונגען, וועלן זיי אונז מיט דעם פונקט אזוי קענען מסבר'ן די מאדנע צופאלן און געשיכטעלעך.
אזוי ווי געשריבן וועסט קוקען וועסטו זעהן אפי' אן א מעשה.
וואס איך האב געשריבן איז, אז אלע נאטורליכע ערשיינונגען וואס עס קומט פאר אויפן וועלט, מאדנע ווי נארמאלע צוגלייך, זענען ביידע די זעלבע 'נישט' קיין הוכחה צו גארנישט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: דער באשעפער איז -נאך אלץ- דא.
קודם וואלט איך געראטן פאר אלע וואס ווילן זיך קלאמערן אין די השגחה פרטית הוכחות זאלן זיך זאפארט אפטראגן פון די סארט אשכולות. ווייל גרויסע שאנסן זיי וועלן ארויסגיין אנדערש ווי אריינגעקומען [emoji1]
לעצם העניין. וויאזוי וויל מען מוכיח זיין פון די מעשה אז עס איז דא א גאט: פון די עצם זאך אז עס איז געשען אזא מאדנע ערשיינונג, אדער די קא-אינסידענס אז עס האט פאסירט ביי איינעם וואס די באשעפער האט זיכער ליב?

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
בסדר. גייען מיר מסדר זיין די דברים כהוייתן פאר דער בעש''ט האט געהאלטן אז אזוי איז עס בהכרח.שמן למאור האט געשריבן:דאס איז דאך א דבר פשוט אז היות מיר - די שרייבערס פון קאווע שטיבל, זענען אידיש רעדנדע, וואס מיר רופן אן אין די אידישע וועלט 'חסידישע אידן' און מיר פאריפן זיך אלס נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב, מוז דאך זיין אז ער איז גערעכט געווען, און גאט פירט די וועלט לויט ווי מיר האבן אנגענומען, אפילו אויב פארן בעש"ט האט ער זיך געפירט אנדערש...לייביששרייבער האט געשריבן: לגבי השגחה פרטית, אדער נישט, א לאנגע מדובר אבער מיר תלמידים פונעם הייליגען בעש''ט האבן דירעקט יא אזוי גענומען מיט כמה הכרחים און סיבות.
דאס וואס דער סאטמאר רב זי''ע שרייבט אז נשתכח דרך הבעש''ט מיינע נאך נישט אז דער רובוש''ע האט פארגעסן און ער קען ווייטער זיין משגיח פרטי. ער קען עס האנדלען איידער וועי
ס'וואלט מיר נאר געווען אינטערסאנט אויב דו קענסט אויסשמועסן די הכרחים און סיבות וואס זענען מוכיח אז דאס איז די ריכטיגע מהלך.
גאר אין קורצן וועל איך זיין צוריק מיט די ערשטע תגובה דערוועגן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
א מורא'דיגע באשרייבונג פון ר' נחום גרינוואלד פון די מחלוקת אין דעם ענין פון השגחה און די הכרחים פארוואס דער בעש''ט הק' איז צו געקומען צו דעם הכרח.לייביששרייבער האט געשריבן:גאר אין קורצן וועל איך זיין צוריק מיט די ערשטע תגובה דערוועגן.
וזל'ק:
"כיום הכל מאמינים בהשגחה פרטית, היינו שהקב"ה משגיח על כל פרט בבריאה, מהדבר הגדול ביותר ועד גורלו של עלה נידף ביער. אך למעשה זהו חידוש עצום של הבעש"ט, לעומת רבים מגדולי ישראל שקדמו לו. הסבר השיטות, וחשיפת העומק המופלא של ההשגחה המיוחדת על עם ישראל ע"פ שיטת הבעש"ט".
"היינט ווייסט שוין יעדער איינער אין די השגחה פרטית ד.ה. אז דער בורא ומנהיג הבריאה איז משגיח אויף א יעדן בלעטל אין וואלד ווי ער זאל די סעקונדע פונקט ליגן. אבער בעצם די מהלך פון השגחה איז די מקור א בעש''ט ווי מיר וועלן אריינגיין דערינען מיט אלע שיטות ובהירות, און די וואס האבן געקריגט וואס האבן זיי געהאלטן, ווי הייבט זיך אן ווי ענדיגט זיך די דירעקטע השגחה".
די שמועס איז דוקא נישט פאר שוואכע הערצער. אבער שוין.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ברענגט ביטע די עצם טענות און סברות, נישט סתם לויב ווערטער מיט גלאנציגע חארא.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
איך זיך נישט דוקא איבער צו שרייבן וואס ער האט געשריבען.שמן למאור האט געשריבן:ברענגט ביטע די עצם טענות און סברות, נישט סתם לויב ווערטער מיט גלאנציגע חארא.
הנה די לינק וזול גמור
https://toratchabad.com/%D7%94%D7%A9%D7 ... 7%A9%D7%98
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
א איד וואס האט ממש נישט, אויף אזוי ווייט דאס זיין קארד ארבעט נישט און ווען ער באקימט א טיקעט פאנגט ער ליטערלי אן צו וויינען אויפן גאסשמן למאור האט געשריבן: דאס איז דאך א דבר פשוט אז היות מיר -די שרייבערס פון קאווע שטיבל, זענען אידיש רעדנדע, וואס מיר ריפן אן אין די אידישע וועלט 'חסידישע אידן' און מיר פאריפן זיך אלס נאכפאלגער פונעם בעל שם טוב, מוז דאך זיין אז ער איז גערעכט געווען, און גאט פירט די וועלט לויט ווי מיר האבן אנגענומען, אפילו אויב פארן בעש"ט האט ער זיך געפירט אנדערש...
דאך וויל ער זיך לאזן קאסטען און באצאלן צו האבן א ביסל פלייש לכבוד שבת איז זייער מעגליך דאס אויך לויט די רמב"ם איז אויף אים דא השגחה פרטית...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אויב נניח אויף די ענוועלאפ שטייט פינקט די ווערטער "לכבוד שבת..." - וואלט דאס געטוישט עפעס בא דיר?דיכטער האט געשריבן:א שיינע זיסע מעשה.
דער באשעפער? צו ער איז דא אדער נישט דארף מען איבערלאזן פאר אן אנדערע אשכול, טאמער עס זענען נאך פארבליבן אזעלעכע וואס זענען אינטערעסירט עס דורכצוטון.
וואס, פאר א געבענטשטער יובל, האט טעאלאגיע איינגעפראסקעט מיט דעם מעשה? טאמער ווייזט אזא פאסירונג אז דער אייבישטער איז דא, וויפיל ווייזן אז נישט?
לאמיר נישט מישן קוגל מיט א שעפ-לעפל אדער עסן טשיז-קיעק מיט פיש-זאפט...
געדענק די שואה איז נאך אלץ געשען און אימשילדיגע קינדער שטארבן נאך פין דראנג-דרייווערס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel