אסאך קומען אהער פון אנדערע מקומות צוליב דעם וואס דארטן האבן זיי נישט געהאט די פריווילעגיע פן פרייע פרעס. זיי האבן געמוזט מעסטן יעדע'ס ווארט זייערע אויפן וואג-שאל, און טראכטן צוויי מאל פארן פאוסטן. אנדערע האבן זיך גענויטיגט אין מער אן אפענע פלאץ ווייל די טעמע וואס זיי וויל דורכטוהן איז מעיקרו אסור בתכליתו דארט און דעריבער געקומען צו דעם אפמאך פון אהערקומען.
אבער דאן שטויסט זיך יעדער איינער אן אין אן אנדערע פראבלעם וואס איז אין איר יסוד אקוראט דער זעלבער.
איינער ווערט אנטוישט און זארגט זיך אז קאווע שטיבל איז נישט פאר איהם, עס איז צו אפען לויט זיינע סטאנדארטן. ער האלט אז עס דרייען זיך דארטן פוחזים וריקים בני בליעל וואס פארדרייען דעם קאפ מיט שווערע קשיות און צעשאקלען די ווארצלען פון דעם גאנצן יוגנט.
אנדערע פון דעם פארקערטן זייט פונעם ספעקטרום ווערן פונקט אזוי אנטוישט אבער פאר דער פארקערטע סיבה. ער איז געקומען דא זיך אויסצולופטערן, אויסציען די ביינער און זיך לאזן וואוילגיין, פלוצלוג זעט ער איין אז עס דרייען זיך דא יפי נפש, פתאים און בעלי טיפשות פה, אזעלכע וואס פון זיין קוק ווינקל געהערן צו דעם גענצליך אנדערן כת און ער שפירט אז דא איז נישט זיין פלאץ.
דאן קומט יעדער צו דער באשלוס אז אפשר האב איך געגרייזט מיט מיין שאצונג, פילייכט דארף איך זוכן אן אנדערע פלאץ. דער פראבלעם איז אבער אז עס וועט נישט העלפן אין מערסטענס פעלער. עס איז נישט מעגליך אז דו וועסט קומען צו א פלאץ וואס איז הונדערט פראצענט פאסיג לויט דיינע באקוועמליקייטן און געשמאק.
דעריבער וויל איך פארלייגן מיין ביטע, ווען איר קומט אהער דא זיך אויסצושמועסן, נאך איידער איר רירט אן דעם קלאמקע, געבט א טיפן אטעם און פילט אייך אן מיט טאלעראנץ. נישט אלעס וואס איר וועט זען און ליינען היינט, וועט זיין איינשטימיג מייט דיינע מיינונגען, עס וועלן אונטערקומען שווערע נסיונות, עס וועלן זיין פעלער וואס דיין זעל וועט וועלן ארויסשפרינגען פון דיין הויט פון צוזען וואס פארא שטותים אנדערע זענען אומשטאנד צו שטעלן אויפן פאפיר.
דער קונסט פון טאלעראנץ איז נישט צו זיין איינשטימיג מיטן אנדערן, אויסדרוקליך נישט. און עס באדייט אויך נישט אז מען קען זיך נישט טענה'ן מיט יענעם. טאלעראנץ מיינט צייגן שעצונג און ליבשאפט, אפילו דער קעגנער'ס מיינונג איז הונדערט און אכציג גראד אוועקגערוקט פון מיינס, אפילו איך הייב נישט אן צו פארשטיין וויאזוי א ילוד אשה קען צוקומען צו אזא מסקנא אדער האלטן אזא פאזיציע, דאך פארשטיי איך אז עס קומט איהם אנערקענונג און ווערד, מיטן פולסטן רעספעקט.
לאמיר זיך האלטן צו אונזערע פרינציפן פון צושטעלן א פלאטפארמע פאר יעדן באזונדער צו קענען פרייערהייט (צו פרומערהייט) שרייבן און ליינען וואס ער וויל אן קיין באגרעניצונגען.
וויזוי פלעגט מיין ראש ישיבה זאגן, איך רעד צו אייך אבער איך מיין מיך...