בצדק תשפוט עצמך כעמיתך, ואהבת עצמך כרעך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גאלדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 08, 2023 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

בצדק תשפוט עצמך כעמיתך, ואהבת עצמך כרעך

שליחה דורך גאלדמאן »

די אשכול איז נישט קיין שלימות און ניטאמאל האלב דערפון, איך עפן די אשכול טאקע נאר צו שאפן חומר ארום די נושא אפשר אזוי צוצוקומען צו א שלימות.

___________
ואהבת לרעך כמוך - בצדק תשפוט עמיתך

די א' ב' צוצוקומען צו א שלימות צו די צוויי חיובים איז נאר ווען מען האט זיך אליינס ליעב, נאר ווען מהאט זיך ליעב אינגאנצן בכל מצב שהוא איז מעגליך אויסצושפרייטן און איבערגיסן אהבה.

זיך אליינס ליעב האבן איז כולל אז סיי וועלכע מצב מען איז ברוחניות ובשמיות דארף מען עס אקסעפטן, טרעפן די מעלות דערפון, און זיין צופרידן דערמיט.

די חיוב פון זיך אליינס ליעב האבן גייט בלי גבול, ד"מ אפילו אויב איינער האט א שוואכקייט צו סיי וועלכע פון די תרי"ג מצוות - וואס ווען דיין חבר האט ווען די שוואכקייט וואלט די תורה געזאגט דערויף אז "בצדק תשפוט עמיתך" - איז ווען דו אליינס האסט די שוואכקייט מוזטו זיך אליינס ליעב האבן, משלים זיין דערמיט און זיין העפי דערמיט, אז נישט וועסטו קיינמאל נישט קענענן ליעב האבן דיין חבר אדער פארשטיין דיין חבר.

און השי"ת איז שומר משמרתה של תורה האט דאך זיך ליעב דעם איד ווי אזוי ער איז און השי"ת האט דיר ליעב האב זיך אליינס ליעב.

__

אולי מיט די הגדרה אויב איינער מיטשעט זיך אז ער איז דיפערענט אין געוויסע מהלכים אין אידישקייט איז אנשטאט צו פירן א פארלוירענע לענבענסלינגכע קאמף מיט די אייגענע טבע נטיות ורצונות, איז זיי משלים דערמיט ווייל דאס וואלט השי"ת פארלאנגט פון דיר אלמלא דו זעסט ווען דיין חבר האבן די נסיונות.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

הערליך.

ואהבת לרעיך כמוך איז נישט נאר א ציווי אז ואהבת "זאל זיין" כמוך. ס'איז א מציאות אז די ואהבת "איז" לויט די כמוך.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@גאלדמאן: ס'איז אייזן!!
לאמיך פראבירן צו שאפן נאך חומר אויף דעם לכבודך.

וואס מיינט ליב האבן א מענטש? אהבה איז oneness [אהבה גימטריא אחד]
אין אהבה אלא בדומה, ווייל ס'פיהלט זיך מער איין.

אין אנדערע ווערטער: א מענטש האט ליב זיך, מ'נעמט יענעם אריין אין זיך און אזוי האט מען עם ליב.

א קינד האט זיך בטבע ליב אהן א סיבה מער ווי די פשוטע פאקט ס'איז דאך מיך (אנ'קאנדישנ'ל לאוו)
דא קומט אריין די שטרענגע טאטע-מח-שכל און האלט פאר דעם מענטש און רעדט עם איין: דו מעגסט זיך נישט ליב האבן (-עקסעפּט'ן) ווייל דעם און יענעם חסרון.
אבער הגע בעצמך, ווער זאגט אז דו דארפסט א סיבה זיך ליב צו האבן? אפי' דיינע חסרונות זענען אויך דיך

נ.ב. ואהבת את ה' אלוקיך דארף אויך דעם הקדמה!
---
יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

מען קען עס אפשר נאך בעסער פארשטיין אז מען וועט פארשטיין די רילעישנשיפ צווישן א מאן און א ווייב, כדי זיי זאלן ווערן איינס מוז זיין א שטארקע אהבה איינער צום צווייטן וואס דאס בויט אויף די קאנעקשן, כדי א מענטש זאל קענען חתונה האבן מוז ער קודם זיין מושלם מיט זיך, גענוג מושלם מיט אהבה ער זאל זיין גרייט עס איבערצוגעבן ווייטער קודם פאר זיין ווייב און שפעטער פאר די קינדער.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@גאלדמאן אונז אלע נעמען דיך אהן ערענסט. אונז פראבירן משלים צו זיין לויט דיין באגער

ווי זענען דיינע לייק'ס? ס'איז נישטא קיין לייק'ס לימוט אויף ק"ש דערווייל. מעגסט אונז גערען געבן דערפון, ס'נעמט נישט לענגער ווי ס'נעמט אונז צו שרייבן א תגובה
א לייק שטופט דעם שמועס ווייטער
א חוץ אויב איר האלט אז אונזערע תגובות שמירען סתם אהן דעם אשכול :D

כ'מיין אייך ח"ו נישט פערזענדליך, כ'בין פשוט הונגעריג, כ'עס אויף יעדע לייק...
הייליגע קאקאש קעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:20 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

שליחה דורך הייליגע קאקאש קעיק »

שעפטאל האט געשריבן:@גאלדמאן אונז אלע נעמען דיך אהן ערענסט. אונז פראבירן משלים צו זיין לויט דיין באגער

ווי זענען דיינע לייק'ס? ס'איז נישטא קיין לייק'ס לימוט אויף ק"ש דערווייל. מעגסט אונז גערען געבן דערפון, ס'נעמט נישט לענגער ווי ס'נעמט אונז צו שרייבן א תגובה
א לייק שטופט דעם שמועס ווייטער
א חוץ אויב איר האלט אז אונזערע תגובות שמירען סתם אהן דעם אשכול :D

כ'מיין אייך ח"ו נישט פערזענדליך, כ'בין פשוט הונגעריג, כ'עס אויף יעדע לייק...
:lol: :lol: ענדליך זאגט איינער ארויס וואס באדערט אים,
לייג דאס אויף דיין חתימה
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

הייליגע קאקאש קעיק:
:like
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ביי מיר ליגט אין קאפ פון ווען כ׳האב געלערנט די סוגיא אז די ראשונים האלטן קלאר סמיינט נישט ליב האבן בתור אהבה
סמיינט סך הכל אז דו זאלסט וועלן אז יענער זאל מצליח זיין כאילו סאיז דיר, ווי אויך מכבד זיין וכדו׳
מקען וויטער זאגן על דרך @גאלדמאן ממוז קודם גלייבן אין זיך אז מקען מצליח זיין צו וועלן פאר אנדערע (און אזוי ווייטער אויף אלע פירושים פון אהבה)
אזוי ווי ר׳ צדוק הכהן זאגט אין צדקת הצדיק אות קנ״ד כשם שצריך אדם להאמין בהשם יתברך כך צריך אח״כ להאמין בעצמו

אפדעיט:
דא זענען די מראה מקומות וואס כהאב געלערנט
סתם אזוי א גוטע וועבזייטל פאר בין אדם לחבירו סוגיות פון ירושלים כולל בראש הגאון ר׳ יצחק ברקוביץ אויך ר״י פון אש התורה
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

מיינסט מן הסתם די רמב"ם.
ביי אהים, ואהבת לרעך מיינט פעולות. גארנישט מער.
אזא מין קאלטע מענטש...
--

איבער דעם ר' צדוק..

יש שני מיני כפירה
מי ה' אשר אשמע בקולו (פרעה)
מי אני שאשמע בקול ה'
וצריכים להודיע - כי כמוך כפרעה

(שעפטאל שליט"א)
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

שעפטאל האט געשריבן:מיינסט מן הסתם די רמב"ם.
ביי אהים, ואהבת לרעך מיינט פעולות. גארנישט מער.
אזא מין קאלטע מענטש...
--
אויב וועסטו קוקן אינעם מראה מקום וואס כהאב צוגעלייגט וועסטו זען אז די רמב״ן האלט אויך אז סאיז נישט מעליך אהבת הזולת כמוך בפועל
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: בצדק תשפוט עצמך כעמיתך, ואהבת עצמך כרעך

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

ערנסטגערעדט האט געשריבן:ביי מיר ליגט אין קאפ פון ווען כ׳האב געלערנט די סוגיא אז די ראשונים האלטן קלאר סמיינט נישט ליב האבן בתור אהבה
סמיינט סך הכל אז דו זאלסט וועלן אז יענער זאל מצליח זיין כאילו סאיז דיר, ווי אויך מכבד זיין וכדו׳
מקען וויטער זאגן על דרך @גאלדמאן ממוז קודם גלייבן אין זיך אז מקען מצליח זיין צו וועלן פאר אנדערע (און אזוי ווייטער אויף אלע פירושים פון אהבה)
אזוי ווי ר׳ צדוק הכהן זאגט אין צדקת הצדיק אות קנ״ד כשם שצריך אדם להאמין בהשם יתברך כך צריך אח״כ להאמין בעצמו

אפדעיט:
דא זענען די מראה מקומות וואס כהאב געלערנט
סתם אזוי א גוטע וועבזייטל פאר בין אדם לחבירו סוגיות פון ירושלים כולל בראש הגאון ר׳ יצחק ברקוביץ אויך ר״י פון אש התורה
א שיעור דורך הרב חיים נבון אויף די נושא. שטארק רעקאמענדירט.
https://youtu.be/E7NLOK6Aabk

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
גאלדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 08, 2023 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך גאלדמאן »

שעפטאל האט געשריבן:@גאלדמאן אונז אלע נעמען דיך אהן ערענסט. אונז פראבירן משלים צו זיין לויט דיין באגער

ווי זענען דיינע לייק'ס? ס'איז נישטא קיין לייק'ס לימוט אויף ק"ש דערווייל. מעגסט אונז גערען געבן דערפון, ס'נעמט נישט לענגער ווי ס'נעמט אונז צו שרייבן א תגובה
א לייק שטופט דעם שמועס ווייטער
א חוץ אויב איר האלט אז אונזערע תגובות שמירען סתם אהן דעם אשכול :D

כ'מיין אייך ח"ו נישט פערזענדליך, כ'בין פשוט הונגעריג, כ'עס אויף יעדע לייק...
גוט דו זאגסט, איך האב נאך נישט ארויס די ציעל און מכוון פונעם לייק,
איז עס א שכוח? א הסכמה? איז עס עפעס וואס מען נעמט ערענטס? דארף מען עס געבן מיט מחשבה אדער עס איז ווי דיימס צופרי ביים דאוואנען?

עס קומט נישט אריין דא אין די שמועס, אבער אז האסט דא געפרעגט האב איך רעאגירט.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@גאלדמאן: ס'סאך שיטות אין דעם.

כ'וועל ברענגן 2 וואס כ'דענק כעת
@יואב'ס שיטה איז טאקע אויסצוגיסן מער ענערגיע אויף די חשבונות אויב מ'זאל געבן א לייק, ווי אויף שרייבן א תגובה אליין
@שמן למאור געבט אמאל אויף יעדער וואס איז מגיב אויף זיין אשכול [לכאו' ווי צו זאגן: כ'הער.]
--

אני הקטן מיין: מ'געבט א לייק פונקט ווי מ'געבט א שמייכל

ווייל דו זאגסט א גוטע ליין
ווייל לערענסט מיך אויס עפעס וואס כ'האב נישט געוויסט
ביסט עס מסביר זייער קלאר
ווייל ס'ברענגט מיך ארויף א שמייכל
און אמאל ווייל כ'מיין אז דו קענסט ניצן מיין שמייכל...

(יעדער קען זיך הויעך דינגען - כ'נעם אהן נאך שיטות)
---

כ'האב ארויסגעברענגט מיין פרוסטעראציע. כ'האב געמיינט מיין תגובה וועט זעהן דיין לייק, (אדער וועסטעך דינגען, בעהטן פאר מער קלארקייט) און משה קליינערמאן איז נישטא

שטייצעך אויב דו ביסט מחמיר אין שמירת הלייק'ס. כל הכבוד! ביסט נישט מחויב צו זיין שעפטאל'ס פסיכולוג, מאמע, כו' :D
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

געבן לייקס אויף קאמענטארן אויף דיין אייגענע אשכול מאכט מענטשן זאלן זיך שפירן געהערט,
סברענגט אויך א שטיקל רעספעקט אויפן לייקער
א לייק איז ווי א קאמענט אז דו זאגסט גוט, אדער רעספעקט פארן שרייבן
שטעל דיך פאר וואלסט געשריבן א גאנצע תורה און סאיז שא שטיל לאמיר זיך נישט פאפן ספילט זיך לוזעריש
נישט פאר דעם ביזטו געקומען שרייבן דיינע הערליכע בויך סברות אז קיינער זאל זיך נישט דינגען אדער קאמענטירן

אויף דייקא נישט לייקן ווערט געברענגט אין כמה פוסקים אויף סאשעל מידיע הרי זו מדה מגונה
עס איז אזוי דער וואס האלט אין איין רעדן אבער הערט קיינמאל אויס, סעלף סענטערד מינע מענטשן
@גאלדמאן סאיז א זה נהנה וזה לא חסר ממילא האלט אין איין לייקן ספעציעל די וואס קאמענטירן אויף אייערע אשכולות
וועט אייך גוט זיין, און ביזט אויך מקיים ואהבת לרעך כמוך
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@גאלדמאן באמת א גרויסע שכועך פאר דיינע לייק'ס
האסט מיך זאט געמאכט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: בצדק תשפוט עצמך כעמיתך, ואהבת עצמך כרעך

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@גאלדמאן
הערליך! אבער כ'וויל מוסיף זיין לדבריך.
דו שרייבסט;

"זיך אליינס ליעב האבן איז כולל אז סיי וועלכע מצב מען איז ברוחניות ובשמיות דארף מען עס אקסעפטן, טרעפן די מעלות דערפון, און זיין צופרידן דערמיט."

פתח בלכתחילה ומסיים בדיעבד. זיך "ליעב" האבן איז א לכתחילה. "אקסעפטן" אדער זיין "צופרידן" מיט זיך איז אין בעסטן פאל א בדיעבד.
ואהבת לרעך "כמוך" מיינט לכתחילה פונקט ווי א מענטש האט זיך "ליעב" נישט נאר אקסעפט זיך נאר ווי די טבע איז אז מענטשן האבן זיך ליעב ערשט, אזוי ברויכסטו יענעם ליעב צו האבן. און פונקט ווי דער מענטש וועט געפונען יעדע מין לימוד זכות אויף זיך טאקע דערפאר ווייל ער האט זיך ליעב, און נישט נאר ווייל ער אקסעפט זיך אזוי ברויכסטו ליעב צו האבן יעדן איד.

און איה"נ פון אזאנע מענטשן וואס אקסעפטן זיך נאר און זענען נאר צופרידן פון זיך, קענסטו נישט עקספעקטן מער פון זיי, ס'טייטש זיי זעען עכט נישט די מעלות הזולת נאר די חסרונות און זיי אקסעפטן עס צוליב סיבות שונות.

נו ווער איז בעסער, דער וואס האט זיך ליב אדער דער וואס אקסעפט זיך?!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
פארשפארט